| נשלח ב-6/8/2009 06:41 |
|
| |
נייעס פון דין תורה אין סאטמאר בארא פארק
ס'איז שוין געווען יו"ט היינט דארט,
בי"ד האט פארלאנגט פון די צדדים די כתב הרשאה
פארשטייט זיך, אז די ערליכע צד האט עס גלייך איבער געגעבן פארן בי"ד
אבער די ארונים כדרכם האבן אנגעפאנגן מיט זייער שפילערייען, און זיך אנגערופן
אז זיי האלטן עס נישט ביים ווייזן (נאך א מהלך צי ציען צייט, פאר דעם דין תורה וואס זיי האבן אזוי שטארק געוואלט.....................)
מארגן וועט זיין נאך א זיצונג
וועט מען זען וואס זייער מהלך מארגן וועט זיין.
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 07/08/2009 18:00:45
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 19:39 |
|
| |
די שמחה איז איבערגעטריבן
דערווייל האט הרה"ח ר' מענדל שווימער אינטערגעשריבן שטרי ברורין דורך זיין מורשה הרה"ח ר' שניאור קליין.
פון די אנדערע זייט האט אהרן וועלץ נאכנישט אינטערגעשריבן און מאכט חכמות ער האלט נאך נישט ביי א דין תורה, ער פראבירט צו קריכן אויף די נערווען און שלעפן צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:23 |
|
| |
היות ב''ד האט פארלאנגט נישט אויסשמיעסען פרטים פון דעם ד''ת, וועלן מיר זיך אי''ה צו האלטען דער צו!
עטגאסט! זיי נישט ברויגעז! אדער ביזטו נטישט גוט איפארמירט! אדער ביזטו א ''פארמעגליך'' (ליגענער)
פרעג דיך בעסער נאך פאר די שרייבסט
בכבוד
פארשטיי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:51 |
|
| |
איך בין ב"ה זייער גוט אינפארמירט.
בי"ד האט קיינמאל פון קיינעם "פארלאנגט נישט אויסשמיעסען פרטים פון דעם ד''ת" דאס איז דיין ערשטע שקר אין דעם אשכול.
די מציאות הדברים איז אז בי"ד האט ענקט נעכטן געוויזן א פויסט אויף וואס ענקער בורר האט זיך נישט געקענט העלפן, שרייבט איר אינטער ווי מענטשן און איר הערט אויף מיט קינדערשפילען הרי טוב ואם לאו וועט בי"ד תיכף געבן א ברייטען עיקול, אהרן וועלצל האט זיך טאקע דערשראקן און צוגעזאגט אז ער גייט זיך היינט געהעריג צושטעלן.
ונזכה ונחי' ונראה...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:52 |
|
| |
פארשטיי
איך פאדער א תשובה ווי אזוי פארמעגליך איז געווארן א מחותן אין דעם אשכול.
וואלווי
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:57 |
|
| |
אל כבוד המנהל:
איך האב בלויז געוואלט ארויסברענגען אז עטגאסט האט געשריבען פאלשע אונפארמאצע, אזא שטייגער ווואו פארמעגליך!
אדער ביזטו א ''פארמעגליך'' (ליגענער)
דאס איז קעגן די תקנות?
אז יא, וועל איך עס מער נישט טאן!
ואתכם הסליחה!
צו עטגאסט!
נייס טריי! אבער עס וועט נישט ארבייטען!
הק פארשטיי
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:11 |
|
| |
פארשטיי
קיין שום בית דין זאגט נישט אזא זאך אז מען זאל נישט אויסשמועסען ענינים פון בית דין .
סיי ווייל עס מאכט נישט קיין סענס און סיי ווייל זיי האבען נישט קיין כח דאס צו טון.
זעט אויס אז די שעמסט זיך וואס טוט זיך אין בית דין קומסטו מיט אזא נארישע ליגענט
הרוצה לשקר ירחיק עדותו
אבער עס איז גוט אז די ליינער'ס זאלען זען אז די ביסט מוחזק שקרן כדי צו וויסען וויפיל נאמנות די האסט מיט די שקרים אין אנדערע אשכולות.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:14 |
|
| |
שלום אליכם יוסף מאיר!
איך האב נישט וואס צו ענפערען אויף דיין שארפע תגיבה!
אבער איך האב צו דיר א בקשה: דו רופסט מיך ליגענער, אפשר צייגסטו מיר וואו איך האב געשריבען א ליגונד?
די לעצטע מאל וואס איך ענפער דיר אי''ה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2009 18:11 |
|
| |
|
|
ברעקינג !!! בית דין לייגט א מעכטיגען עיקול אויף די ארונים
בית דין לייגט א מעכטיגען עיקול אויף די ארונים אין בארא פארק די זאליס האבען באקימען ,נישט נאר אז מען קען נישט ארויסווארפען קיין קינדער מען מיז אויך ארייננעמען נייע קינדער, וואס אהרן וועלץ האט בשום אופן נישט געוואלט ארוניםלך...איך מיז ענק זאגען מיינע הענט ציטערען פין פרייד אין מיינע אויגען קייקלען זיך טרערען פין שמחה ברוך שהחינו וקימנו לזמן הזה, אז די לאנג ערווארטע מינוט איז שוין אנגעקימען אז מיין זיסע ינגעלע האט שוין א חדר איך גיי שוין איינשרייבען מארגען....אין איך האף אז דעס זאל זיין א מיסר השכל אז ווען מען פירט בדרך התורה דערלייגט מען נישט.....פרטים יבאו.....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 07/08/2009 2:43:15
|
|
|
|
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 07/08/2009 18:11:52
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2009 18:12 |
|
| |
|
|
די היינטיגע זיצונג ביים בי"ד איז געווען פאר די זאליס אזא געווינס ווי די לעצטע זיצונג אין קאורט... ודי למבין. (מיט דעם שליס איך מיינע ווערטער אין דעם נושא).
אגב, YES, ליין איבער דיין לעצטע שורה, האסט דיך מיאוס פארעדט...
|
|
|
|
();
|
|
שמעון93:
וואס טוט מען אז איך בין נישט קיין מבין??
אפשר שליסט'ע נישט דיינע ווערטער
נאר זיי מסביר וואס ליגט דיר אויפן צינג.
|
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 07/08/2009 18:15:35
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2009 18:13 |
|
| |
|
|
| גראדערמעכל כתב: |
 |
די היינטיגע זיצונג ביים בי"ד איז געווען פאר די זאליס אזא געווינס ווי די לעצטע זיצונג אין קאורט... ודי למבין. (מיט דעם שליס איך מיינע ווערטער אין דעם נושא).
אגב, YES, ליין איבער דיין לעצטע שורה, האסט דיך מיאוס פארעדט... |
|
א ישר כח פארן מיך אויפמארקזאם מאכען איך האב עס שוין פארראכטען
א ישר כח פארן מיך אויפמארקזאם מאכען איך האב עס שוין פארראכטען
א ישר כח פארן מיך אויפמארקזאם מאכען איך האב עס שוין פארראכטען
|
|
|
|
|
|
YESWECAN3
גיי נישט מארגן איינשרייבן דיינע קינדער ווייל יעדער וועט יעצט וויסן ווער דו ביזט...
|
|
|
|
*--end tochen topic 0* |
 |
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 07/08/2009 18:16:30
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2009 20:58 |
|
| |
לאמיר אראפ ברענגען פאר עולם אביסל ברייטער די נייעס, ווי אזוי עס איז דורך די ערשטע צוויי טעג פונעם דין תורה, מיטוואך און דאנערשטיג, לויט ווי איך האב צוזאם גענאשט, פון די מענטשען וואס האבן זיך דארט באטייליגט.
אבער צום ערשט, דארף מען אראפ ברענגען אויפן שפיץ גאפל אביסל היסטערי, וואס ס'פעלט זיך אויס צו פארשטיין די נייעס
דער ברך משה ז"ל, האט אריינגעשטעלט אהרן וועלץ'ן צו זיין די מנהל המוסדות אין בארא פארק, ער זאל פירן די טאג טעגליכע ווערטשאפט, מיט די אלע זאכן וואס קומען צו, צו דעם, ערווארטענדיג גאר אסאך, וויסענדיג אז מ'רעד דא פון א טויגליכער מענטש, וואס וועט צופרידן שטעלן די הנהלת המוסדות אזוי ווי עס דארף צו זיין,
אבער געוויסט האט מען נישט, אז דא רעד מען פון א מענטש מיט זייער א גרויסער עיגא, זייער א לינקער און ליבעראלער מענטש, און א מענטש וואס קען זיך נישט אינטער ווארפן אינטער אנדערע.
און טאקע די אלע דריי זאכן אינאיינעם האט געשאפן דעם פראבלעם אינטער וואס די מוסד געפינט זיך היינט, אז אזוי ווייט, אז קומענדיגע לערן יאר וועט נישט זיין קיין פרינציפעל אין סקול, נאר די טיטשערס אליין, וועלן זיך פירן ווי אזוי זיי פארשטייען.
זייענדיג אזא לינקער מענטש, דרייט ער זיך ארום מיט גאר ליבעראלע אנטשויענגען, וואס פאסט נישט פאר א חסיד'שער איד, און אוודאי נישט פאר א מנהל פון א סאטמאר'ע מוסד, און זיין גרויסער עיגא לאזט איהם נישט פארשטיין אז ס'איז דא היימיש'רע און בעסערע שיטות פון איהם, און וועגן דעם ווייל ער קען זיך נישט אינטער ווארפן אינטער קיינעם נישט, האט ער זיך געדארפט ארויפ זעצן אויפן מוסד, און עס פירן אזוי ווי ער פארשטייט, און אזוי איז געווארן אז ער האט געפירט די מוסד איינער אליינס הן די רוחניות און הן די גשמיות,
אבער פארשטייט זיך, ווען ס'קימט צו רוחניות בלייבן אייביג איבער די ערליכע אידן וואס קעמפען פאר דעם, נו, טאקע שטערט דאך איהם פון צו פירן די מוסד אזוי ווי "ער" וויל, האט ער אנגעפאנגן זיך צו שלאגן מיט דעי אלע אידן,
לאמיר קודם אנפאנגען מיט'ן דיין שליט"א.
די סקול האט אנגעפאנגן מאכן פאר די מיידלעך שבתון'ס, אזוי ווי אין אלע מאדערנ'ע מוסדות, האט די דיין שליט"א געפענט א מלחמה קעגן דעם, און טאקע רוב מיידלעך האבן זיך דעמאלס נישט באטייליגט, נו, אז די דיין שטערט, גייט מען איהם אינטער ברענגען,
די דיין שליט"א האט זיך געזען מיט א גרויסער פראבלעם, אזוי ווי א גרויסער עולם מיידלעך גייען זימער און פרעמדע קעמפס, וואס דאס טויגט זייער נישט פאר די מיידלעך, האט ער אפגעמאכט אז מ'גייט גרינדען אן אייגענעם קעמפ, איז, אנשטאט אהרן וועלץ זאל ארויס העלפען מיט די קעמפ, וואס מ'עפענט אויסדריקלך פאר זייע מוסדות, האט ער עס פרובירט אינטער צו ברענגען דעם קעמפ מיט אלעם וואס איז נאר שייך, נישט לאזענדיג אויסטיילן די צעטלעך אין סקול איינצומעלדען פאר די מיידלעך, מיידלעך וואס זענען געגאנגן אין דעם קעמפ קענען נישט ווערן קיין טיטשער'ס אא"וו,
אבער ב"ה די קעמפ שטייט און בליעט, אן דעם אלעם זייער שיין, דעס יאר אליינס איז דא איבער דריי הונדרעט מיידלעך (פאר א באגריף וואס דאס מיינט 300, וועל איך צו שטעלן צו דעם מחנה בית רחל, וואס דאס איז די ארוינים'ס קעמפ (לייען: מאיר הירש) פאר זייערע מיידלעך פון ווילמוסבורג, בארא פארק, קרית יואל, אין עס באשטייט פון 600 מיידלעך)
יעצט אינעם מוסד אליין, האט ער דאך געהאט די חשובע אידן וואס האבן זיך נישט געלאזט פון זיינע שטיקעס, וואס ער האט זיך געשלאגן מיט זיי בחרב ובחנות, און דאס האט צוגעברענגט, אז די חשובע רעביצין קליינמאן תחי', און הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א, האבן זיך געדארפט אפטראגן פונעם מוסד, און די זעלבע זאךהאט צוגעברענגט דאס ארויסווארפן דעס יאר, די פריציפיל מרת יאזשעף תחי' (איר מאן איז געווען יארן לאנג די חברותא פון רבינו שליט"א) וואס מיט דעם בלייבט די מוסד קומענדיגע יאר אן קיין פרינציפל.
(עס איז כדאי די עולם זאל ליינען די בריוו, וואס זי האט אהיים געשיקט פאר די עלטערן, וועט מען אביסל ארויסהאבן ווי אזוי די מוסד פירט זיך רח"ל)
יעצט ווען ס'איז אנגעקומען די טיילונג, (אדער ווי פארמעגליך רופט עס "חלוקה") האט ער גלייך פארשטאנען צו וועלכען צד ער דארף זי ווענדען, כדי צו קענען אנגיין מיט זיינע שטיק, און ווי יעדער פארשטייט און זעט האט ער אויסגעוועלט, דעם באקאנטן "קדוש" זאל זיין די ראש, ווייל ער וועט אויף יעדע זאך וואס ער וועט טוט צושטימען מיט איהם, און איהם זאגן קדוש קדוש קדוש ..........
אבער דא האט ער זיך געזען מיט א פראבלעם,
ווי לאנג די פרומע עולם וועט זיך נאך דרייען אין די מוסדות, וועט אייביג זיין שרייערס, וואס טוט מען דא ,
האט ער די לעצטע צוויי יאר אנגעפאנגן צו טערארעזירן דעם ציבור, קודם כל מיט דאס העכערן שכר לימוד, און נאכדעם מיטן אהיימשיקן די קינדער פון ווער ס'האט עס נישט באצאלט, ביזן אהיים שיקן די דיין'ס קינדער, און דעם זמן, מיט'ן נישט אננעמען די קינדער פון צענדליגע חשובע אינגעלייט,
די חשבון איז געווען, אז די עולם וועט האבן גרויס היץ, און דורך דעם וועלן זיי זיין געצווינגן צו עפענן אן אייגענעם ת"ת, און אזוי וועט ער זיך ארויס זען מיט די אלע מענטשן וואס שטייען איהם אין וועג,
אבער דאס איז איהם פאריגע וואך דאנערשטיג צורינען ווי א זייפן בלאז...
און דא וועלן מיר צוקומען צו דעם דין תורה...........
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2009 22:07 |
|
| |
מיטוואך איז געווען די ערשטע זיצונג.
און ווי אזוי די סדר איז, בעט בי"ד פון יעדן איינעם זייער כתב הרשאה, בשם וועם זיי זענען דא, ר' שניאור קליין הי"ו האט גלייך ארויסגענומען זיין צעטיל, אז ער איז דא בשם ר' מענדעל שווימער הי"ו
אבער ווען בי"ד האט זיך געווענדיט צו ברוך מרדכי גאלדבערגער, ער זאל ווייזן בשם וועם ער איז דא, האט ער אנגעפאנגן שפילן דעם מהלך, וואס ווי ס'זעט אויס האבן זיי זיך אפגעשמועסט צווישן זיך,
שרייענדינג צו בי"ד:
אז ער ווייסט נישט פון וועם צו ברענגען א כתב הרשאה,
מ'האט דאך גערופן מוסדות סאטמאר צו דין תורה, נו ווער דארף קומען, אהרן וועלץ, די הנהלת המוסדות, אפשר די מלמדים, אפשר גאר די רבי אליין.
אדרבה זאל מיר בי"ד זאגן בשם וועם איך דארף קומען.
(גאנץ א גוטער ביייפאל, די שאלה איז נאר צו ס'וועט ארבייטן פאר זיי)
אויף דעם האט ר' שניאור, מיטן טוען שמואל פריעד, צוריק גענפערט:
אינץ זענען מיר די תובעים, און אינץ האבן מיר תובע געווען אהרן וועלץ'ן, זאל ער קודם אראפקומען, און זאל ער זיך אויס טענה'ן מיט בי"ד, צו ער האט עפעס וואס דא אריינצורעדן.
יענעם נאכט איז פארגעקומען, די מסיבה פאר'ן קעמפ, פון וואס מ'האט אויבן גערעדט דערפון, הרה"ח ר' שניאור, אלס אן חבר הנהלת המחנה, איז דארט אפגעזיצען א גאנצן צייט, און הערענדיג פון איהם אז די ארונים פלאנען דא צו שלעפן, זענען די יונגעלייט צוגעלאפן צו איהם מיט א ויצעקו, אז היות ס'איז דא דא א ברענדיגע אישו אויפן טיש, וואס דאס איז נישט אננעמען די קינדער, דארף דעם פראבלעם וואס שנעלער ערלעדיגט ווערן.
ר' שניאור איז טאקע דארט צו געגאנגן צו עטליכע אינגעלייט, און זיי געפרעגט צו מ'קען ניצן זייערע נעמען ביי די דין תורה מארגן, וואס א חלק האבן מסכים געווען דערצו,
און מיט דעם איז מען צוגעגאנגן צום מארגנדיגע זיצונג,
דאנערשטיג האט זיך אנגעפאנגן די זעלבע טענה'רייען ווי נעכטען,
אבער אינמיטן האט זיך ר' שניאור אנגערופן, אז היות די קומענדיגע זיצונג וועט נישט זיין, פאר א חודש ארום, און דא איז דא א גרויסער פראבלעם מיט'ן נישט אננעמן קיין קינדער דארף מען אינץ יעצט פון בי"ד, אן עמערזשענסי עיקול, אויף דעם אז ער מיז אננעמען יעדעמ'ס קינדער,
דא האט ברוך מרדכי אנגעפאנגן צו טענה'ן אז מ'דארף נישט קיין עיקול, מנעמט יעדן אן
האט ר' שניאור געברענגט די נעמען
האט ער גענטפערט אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ, און אפי' קינדער פון אינזערע מענטשען נעמט מען נישט אן , וועגן פלאץ אויס,
האט אויף דעם ר' שניאור גענטפערט,
נעמטס נאר אריין ר' מענדל, ער האט גענוג פלאץ.........................
בי"ד האט זיך איינגעשפארט פאר א שעה צייט
און ארויסקומענדיג האט ר' מרדכי באבד, פארגעליינט דעם צעטיל וואס זיי האבן זיך פארגעשריבן:
(זייטס גיט מדייק, וועט עטץ פארשטיין פארוואס די שמחה איז אזוי גרויס)
"היות די בי"ד פון הרף גביוף פון מאנסי, האט ארויס געגעבן אן עיקול דאטורט דעם און דעם דאטום, אז ר' אהרן וועלץ טאר נישט ארויס נעמען קיין מארגעטש'עס, און אזוי אויך נישט ארויס ווארפן קיין קינדער,
לייגט בי"ד צו
דאס ער מיז אננעמען יעדע קינד וואס שרייבט זיך איין פון דעם אנדערען צד,
און אזוי אויך דארף ער יעדן אייעם רעכענן יעדן איינעם מיטן זעלבען סטאנדארט בנוגע צאלן שכר לימוד"
און דערנאך איז זיך יעדער איינער צוגאנגען.
ע"כ סיפור הדברים.
ווי יעדער איינער פארשטייט האט מען דא אוועק גענומען א גרויסער "וואפן" פון זיין הענד, ער וועט מער נישט קענען סטראשענען טאטע'ס וואס רודערין, אדער טאטע'ס וואס שיק'ן זייערע קינדער אין אינגעל קעמפ ביי ר' דוד, אזוי ווי ביז היינט.
אונזער עולם איז ב"ה זייער צופרידן.
און די ארונים זאגט יעדער איינער ווי אזוי ער וויל, זיי זענען נאך זייער צומישט.
פון דעם גרויסער ארוני וו. פון בארא פארק האב איך געהערט, אז זיי פלאנען נישט צו פאלגן
אבער בפשטות וועלן זיי נישט האבן קיין צווי ברירות, וויבאלד אין דעם פסק וואס די ריכטערען הא ארויסגעגעבן, האט זי אפגעווארפן די "מאוישן" וואס אהרן וועלץ האט אריינגעגעבן, אז זי זאל נאר ענפארסן די פייניל פסק פונעם בי"ד, אבער די יעדן טאג'דיעגע פסקים זאל זי נישט האבן קייין רעכט עס צו צווינגען, און זי האט עס אפגעווארפן , במילא יעדע פסק פון בי"ד האט א כח פון קארט.
כלפי דין תורה ווי האלט מען??
דארף מען וויסן מ'האלט נאך אין ערגעץ נישט.
אהרן וועלץ איז נאכנישט אנגעקומען צו דין תורה בכלל, נישט ער אליינס, און נישט דורך א שליח,
און איינמאל ער קימט שוין יא, וועט מען זיך דארפאן אויסשלאגן אויף שטרי בירורן, און ערשט נאכדעם אויס שלאגן אויף אן עיקול, און ערשט נאכדעם וועט זיך קענען אנפאנגן די דין תורה,
און צום סוף איז אינטרעסאנט אויסצופירן וואס ר' שניאור האט געזאגט פאר ר' אמ"א, איינער פון די טאטע'ס וואס זיינע קינדער האט מען נישט געוואלט אננעמען, מיט פרייד:
אז אינץ האלט מיר שוין דא, נאך פארן זיך בכלל אראפ זעצן צו דין תורה, און נאך פארן דן זיין, אויפן עצם עיקל............
תוקן על ידי שמעון93 ב- 09/08/2009 22:04:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2009 18:36 |
|
| |
קענסט אפשר אזוי גוט זיין און צייגן פארן ציבור דיין אזוי גערופענע עיקול פון ר' מרדכי באבאד?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2009 18:59 |
|
| |
| היטווארפער כתב: |  | | קענסט אפשר אזוי גוט זיין און צייגן פארן ציבור דיין אזוי גערופענע עיקול פון ר' מרדכי באבאד? |
|
איז דעס געניג גיט פאר דיר?...
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 11/08/2009 19:23:11
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2009 19:28 |
|
| |
| היטווארפער כתב: |  | | קענסט אפשר אזוי גוט זיין און צייגן פארן ציבור דיין אזוי גערופענע עיקול פון ר' מרדכי באבאד? |
|
|
|
|
|
|