אלס א שטענדיגער ליינער — און אויך איינער וואס רעאגירט טיילמאל אויף תגובות — האב איך געליינט די תגובות אויף היידפארק פון די אהרונים ווי זיי ווילן "אפשווישן" די היסטאריע פון זייער מנהיג אהרן (פעסלזאהן) דורך אנהייבן אן אזויגערופענעם שמוץ קאמפיין קעגן דעם לאנגיעריגן משב"ק פון מרן רבינו בעל ברך משה זצוק"ל הרה"ח ר' משה פריעדמאן נ"י.
און פאר איך הייב אן מיט מיינע הערות, וויל איך אנמערקן, אז איך בין נישט אויסן דא "ריינצווואשן" דעם משב"ק וועמען דער ברך משה זצ"ל האט געגעבן זיין גאנצע נאמנות אויף יעדע זאך, און ווי ער האט געזאגט ברבים ספעציעל ביי די דרשה ד' דחול המועד פסח תשנ"ט ביים ארון הקודש (אן קיין צעטל, ווי א ריזיגער ציבור האט דאס בייגעוואוינט), בלש"ק:
"איך וועל אייך זאגן: ער איז מיר אזא ידיד אז איך דאנק דעם בורא כל עולמים ־ היות איך קען דאך נישט אליין אנפירן, איך מוז דאך האבן מענטשן ־ האט מיר דער אייבערשטער מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה. ער איז א איבערגעגעבענער מענטש, און א קלוגער מענטש, און ער פארשטייט וואס מ'קען טאן. ער איז א גוטער פריינד פאר מיר, פאר מיינע אלע קינדער, און פאר אלע ידידים. איך קען עס נישט באגרייפן ווי קאן דאס זיין אויף אזא מין מענטש ווי משה זאל מען קענען אזוינס זאגן. איך הער דאך אבער אז יא. וואס זאל איך טאן? וויל איך אייך דא זאגן: איך קען אייך נישט זאגן וואס פארא גרויסער ידיד ער איז פאר מיר, און פאר אלע מיינע קינדער, פאר די גאנצע משפחה און פארן גאנצן עולם. ער גיט זיך אוועק אלע זיינע כוחות וואס ער קען טאן".
מיינע הערות באצוועקן פשוט צו ווייזן וואסערע לאקשן-תורות די אהרונים פארקויפן אונז דא, און מאכן פשוט חוזק פון ברך משה זצ"ל – וועמען זיי ווילן זיך גאר אהערשטעלן אלס זיינע חסידים.
1) לויט דעם אהרוני האט דער ברך משה זיך פשוט גענארט אין זיין גבאי'ן, וועמען ער האט בלינדערהייט געפאלגט. (עס איז נישט אין פלאץ אויסצורעכענען אלע נארישקייטן וואס דער אהרוני רעכענט דארט אויס, ווייל אין קץ לדברי רוח).
למעשה ווייסט יעדער אז ר' משה איז במשך קרוב צו 27 יאר געווען דער גבאי און נאמן ביתו פון ברך משה זצ"ל, און ווי דערמאנט אנהויב האט דער ברך משה געהאט אין אים אן אויסערגעווענליכע צוטרוי ווי ער זאגט אין די פריערדערמאנטע דרשה: "איך קען אייך זאגן אז איך דאנק דעם בוכ"ע יעדן טאג כמעט ־ איך בין דאך א מענטש, איך קען נישט גיין אליין אויף די גאס און איך קען נישט טאן פאר מיר ־ אבער דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה'ן. א קלוגער מענטש, א בארעכנטער מענטש, און א גוטער פריינד. אז עס זאל קענען זיין אזעלכע זאכן. אבער דאס וויל איך איך זאגן: איך אסר א דריסת הרגל אין דעם בית המדרש פאר דעם מענטש וואס וועט זיך דערוואגן אים אנצורירן חלילה, אפילו נאר בכבודו. איך שמועס שוין נישט בגופו".
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אזוי: אויב דער ברך משה האט זיך 27 יאר גענארט אין מענטש וועמען ער האט געהאלטן אז ער איז זיינס א געטרייער איבערגעגעבענער גבאי אָן וועמען ער האט זיך נישט געקענט רירן, קען דאך די זעלבע זאך גיין אויף פארקערט — אפשר גאר האט דער ברך משה זיך גענארט אלע יארן אין זיין אייגענעם "בן הגדול"? אפשר האט ער פשוט נישט געוואוסט ווער זיין זון איז, און וואס פאר א שטוב ער האט?
און אויב וואלט ער געוואוסט וואלט ער דאך זיכער קיינמאל נישט געטאן אלע פעולות, זיך צוקריגט, מבזה און משפיל געווען. ער האט זיך צוקריגט פאר "בנו הגדול" מיט די שענסטע, חשוב'סטע און טייערעסטע סאטמארער חסידים און תלמידים איבער די גאנצע וועלט!
אפשר האט דער בנו הגדול אויסגענוצט זיין טאטענס נאאיווקייט און אים ארומגעפירט מיט שקרים און אים אריינגעשלעפט אין פארשידענע געמויזעכטסער צוליב איגיענע אינטערעסן?
און איך מוז באמערקן און קלאר מאכן, אז צו זאגן אויפן גרעסטן צדיק אז ער פאָפט זיך אין זיין זון איז נישט קיין פחיתות הכבוד, ווייל עס שטייט אין די הייליגע תורה אז א טאטע איז א נוגע און פסול לעדות פאר א זון, בין לזכות בין לחובה, מעג דער טאטע זיין דער גרעסטער צדיק אויף דער וועלט!
2) איינע פון די הויפט טענות פון די אהרונים זענען, אז די אלע שמוציגע ארבעט וואס דער "בן הגדול" האט געטאן במשך די אלע יארן איז געקומען על פי פקודתו פונעם משב"ק, וועמען ער האט געפאלגט ווי א בלינדער אייזל. [אפגעזען צי די טענה איז בכלל א בארעכטיגונג ווייל נאך אלעם ווייזט דאך דאס אז ער האט נישט קיין אייגענע מיינונג און בכלל א פעסטקייט צו זאגן ניין אויב ער האלט נישט דערביי].
לשיטתם האט דער משב"ק אים געהייסן...
* ער זאל האלטן א דרשה קעגן הגה"צ מקאשוי זצ"ל און זאגן עפרי' לפומי' און קעגן יעדן גדול בישראל וועלכער האט נישט מסכים געווען מיט זיינע פערזענליכע אנשויאונגען;
* שיקן בחורים טעראריזירן יעדן איינעם וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו זיינע קאפריזן;
* דאס שיקן בחורים ווארפן שטיינער אויף הרבנית הצדיקת ע"ה אלמנת רבינו הקדוש זי"ע, וואס האט אויפגעטרייסעלט יעדן סאטמארער חסיד בפרט און יעדן איד בכלל;
* שיקן בחורים אונטערצוצינדן א קימפעטארין היים אינמיטן די נאכט בשעת עס זענען דארט געשלאפן מאמעס מיט זייערע פיצלעך קינדער; א.א.וו.
יעצטו לאמיר כאפן א בליק וואס דער "בן הגדול" האט געטאן שוין אין די ס' יארן נאכדעם וואס ער איז "באפרייט" געווארן פונעם יאך פונעם משב"ק:
* צו זאגן אויפ'ן טאטן זצ"ל אז "ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"...
* צו שיקן זיינע קעלבער אריינשרייען בשעת זיין טאטע זצ"ל ווינטשט גוט שבת ביים ארון הקודש...
* צו שיקן זיינע קעלבער איבערקערן דאס דאווענען בשעת זיין טאטן זצ"ל אין ביהמ"ד...
* צו שיקן זיינע קעלבער איבערקערן די טישן פון זיין טאטן זצ"ל אין ביהמ"ד און אין די סוכה...
* צו שיקן זיינע אייגענע קינדער צו קלאגן אן אייגענעם זיידן זצ"ל אין ערכאות של עכו"ם, און אריינשרייבן קלאגעס מיט די גרעסטע בזיונות רח"ל אויפן הייליגן טאטן און זיידן, א זאך וואס א פראסטער איד וואלט זיך נישט געטרויט צו טאן פאר א טאטן און זיידן...
* צו שעלטן, רודפ'ן און טעראריזירן אן אייגענעם איידעם און טאכטער וועלכע האבן נישט געוואלט נאכגיין זיינע רשעות'דיגע קאפריזן קעגן זיין אייגענעם טאטן זצ"ל...
* צו קומען ליל ערב ראש השנה צום טאטענס הויז און גורם זיין א חילול השם אויף דער גאס, א צייט וואס יעדעס קינד ציטערט פונעם יום הדין...
דער סך הכל ווייזט: אז ער האט גארנישט מער נוהג כבוד געווען אין זיין אייגענעם טאטן – און גאר אין די לעצטע יארן – ווי ער האט זיך געפירט קעגן די אלע ערליכע גדולי ישראל מיט וועמען ער האט געפירט מערכות, און אפילו גאר ערגער. דער שפראך וואס ער האט אויסגעלערנט זיינע חסידים — און איז געווען שגור על פיהם די לעצטע יארן ברך משה זצ"ל — איז געווען "ווען וועט שוין דער אלטער ...". א שפראך וואס מען הערט נישט פון פראסטע אידן קעגן א טאטן.
3) איז דער משב"ק אויך שולדיג אז זיין בכור — שוין זייענדיג רב אין עצי חיים סיגעט וומס"ב — האט זיך געדרייט אין די מבואות המטונפות, וואס איך וועל נישט מאריך הדיבור זיין דערפון מפני כבוד המשפחה וד"ל, ועוד חזון למועד אויב עס וועט זיך אויספעלן.
4) איז דער משב"ק אויך שולדיג אינעם געמיינעם טעלעפאן שמועס פון שוויגער (זיין רביצין) און שנור, וואס מען האט נישט געהערט אזוינס אפילו ביי די נידריגסטע משפחות? וואלט זיך איינער בכלל משדך געווען מיט אזא משפחה?
5) איז דער משב"ק אויך שולדיג געווען אז דאס הויז און בעיסמענט אין קארטער לעין און דערנאך אין סאנז קאורט איז געווען א מערת פרוצים אויפן ארגסטן אופן וואס איך געדענק נאך פון די יארן וואס "בנו בכורו" האט געלערנט אין די ישיבה, און דער פאטער (פעסלזאהן) האט אים פארענטפערט פאר די משגיחים, אז "מיין זון איז נישט געמאכט פון ראָבער"...
דאס אלעס איז נאר אויפן שפיץ גאפל. מען קען באמת א סאך מער מאריך זיין דערמיט.
וואס עס איז זיכער אז רביה"ק זי"ע בגנזי מרומים האט זיך מרחם געווען על עדתו און געזארגט אז עס זאל נתמנה ווערן אן איש על העדה מיט דעם וואס דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען בנו חביבו כ"ק מרן רבינו מהרי"י שליט"א אלס רב דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג און דערנאך אלס ממלא מקומו אלס מנהיג עדת קהל סאטמאר, וועלכער פירט אונז טאקע על דרך הסלולה לנו מרבותינו ואבותינו הקדושים ע"ד ישראל סבא.
וויאזוי גייט נאר דאס ווארט פון בערל פריעדמאן? כלל ישראל האט א גוטן נאז!
איך מוז מודה זיין צו דיר בערל! איינמאל האסטו גוט צוגעטראפן! כלל ישראל האט טאקע גוט געשמעקט! זיי האבן דערשמעקט וועלכער מנהיג גייט אין די פיסטריט פון די נביאי הבעל און וועלכער גייט בדרך שהורה לנו זקן רביה"ק זי"ע.
און צום שלוס וויל איך אדווייזן די אהרונים: זוכטס ענק בעסערע סחורה, ווייל דאס וועט ענק גארנישט ברענגען. אדרבה, עס איז פונקט ווי די צפרדע, ווי מער ענק וועלן שמייסן, אלץ מער וועט עס צוריקקלאפן. דער סוף וועט זיך זייער נישט גוט ענדיגן פאר ענק וד"ל.