בית פורומים כל העולם כולו

די דורכגעפאלנע סאטמערע אינוואזיע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2009 23:44 לינק ישיר 
די דורכגעפאלנע סאטמערע אינוואזיע

 

די חלוקה אין סאטמאר, היסטאריע.

 

איידער מיר הייבן אן די היסטאריע צו באשרייבן די מאפיא קאמפאני פון משה בן פראדל / קעסטנבוים / יעקב שמשון גאלד. דארף מען שרייבן א קורצע הקדמה וואס יעדע שורה פון די הקדמה וועט עווענטאל ווערן מאמרים.

צו פארשטיין ווי אזוי די מאפיא באנדע האט געארבעט דארף מען איין זאך וויסן: זיי האבן האבן געהאט אלע מעטאדן אין ריסארסעס, גענוי ווי זשאן גאטי בימיו, והצד השווה שבהן שדרכן להזיק און גארנישט איז זיי נישט געשטאנען אין וועג.

1. אנגעהויבן פון ווייער, טעיפן, באגן פריוואטע מענטשן וועם זיי האבן געוואלט.

2. בלעק-מעילן מיט שמוץ. (נישט בלויז דעם בן השני ליפא מזענטא האבן זיי גע'בלעק-מעיל'ט, ווי מען וועט שפעטער זען).

3. פארכאפן די מידיא, די צייטונגען, זיי זאלן קענען ברעינוואשן דעם ציבור. (דער נער'ישער "אידישער געדאנק" וואס בחורים האבן ארויסגעגעבן איינמאל א חודש האט אים געקרענקט ווייל ער איז געווען דער אויסשליסליכער מאכט אין די צייטנוגען).

4. אונטערשטעלן פרייוואט אינוועסטיגעיטער'ס פאר מענטשן.

5.  נאר זיי זאלן זיין בעל בית אויף די געלטער, פראגראמען, ( סאטמאר עמפייער- קעסנטבוים, איחוד עולמי א.א.וו.).

6. מען האט מיט זיי נישט געקענט נגאשיעיטן (פארגלייכן און אדורכקומען). צו פארהאנדלען מיט זיי איז אלעס און אלץ געווען ווי די מאפיא לאזונג:  OR MY WAY OR THE HIGWAY

7. געדינגען פסיכאלאגן פארן רבי'ן דער ברך משה צו ברעין-וואשן אויפצונעמען ר' זלמניו דער נועם המדות.

8. געווארפן פאשקעווילן און באשמוצט ווער ס'איז זיי געשטאנען אין וועג.

9. זיך ארום גענימען מיט שלעגרעס פון ארגסטן סארט קאליווער, צו שלאגן און דער'הרג'ענען ווער ס'שטעלט זיך אנטקעגן.

10. צושטערט שלום בית פון צענדליגער אינגעלייט, אנגעקאלט עלטערן אז די קינדער זענען מחוצפים פארן רבי'ן.

בקיצור זיי זענען געווען ריכטיגע אידישע מאונסטערס אין יעדן הינזיכט.

יעדע ריר זייערע איז געווען אויסגערעכנט און אלעס איז געווען ריין פאליטיק.

זיי האבן קיינמאל נישט געמיינט דעם כבוד פון סאטמאר אדער פארן רבי'ן. זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו חנפ'ענען די גרעסטע שונאים פון סאטמאר.

*

ס'איז דא געוויסע מענטשן וואס רעדן אינז איין אז דער רבי דער ברך משה האט געוואלט א חלוקה אין סאטמאר. וויאזוי די חלוקה זאל צוגיין, טוישט זיך ביי זיי יעדן טאג, איינמאל זאגן זיי אז מהר"א אין קרית יואל אין מהרז"ל אין וויליאמסבורג, און ווען ס'ארבעט זיך נישט אויס, זאגט מען אז ביידע זאלן האבן מענטשן אין ביידע פלעצער.

ח"ו צו זאגן אז דער רבי דער ברך משה האט געוואלט מאכן א מחלוקה אין אריינברענגן א פירוד לבבות ביי אידן. אויף דעם וועלן מיר ברענגען  צענדליגער ראיות ברורות וואס מען האט מיטגעהאלטן אז דער רבי דער ברך משה האט דאס בשום אופן נישט געוואלט, נאר משה בן פראדל / קעסטבוים / גאלד האבן געוואלט פארכאפן "גאנץ סאטמאר" - נישט קיין "חלוקה" - זיי האבן דערויף געהאט א פלאן פון יארן פריער אויסגעארבעט א יעדן דיטעיל ווי עס צו באווייזן, נאר בחסדי ה' האט זיך דאס ווייט נישט אויסגעארבעט ווי געפלאנט

 

 

דער פלאן אין קורצן איז געווען אזוי:

קודם ארץ ישראל, דאס הייסט ירושלים און בני ברק. פאר דעם האט מען אהין געשיקט ר' זלמן לייב.

נאכדעם: אייראפע. – הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

דאן ווען דער ברך משה וועט שוין נישט זיין אזוי ביי די כוחות וועט מען אייננעמען: וויליאמסבורג.

באלד אינאיינעם: בארא פארק.

און די לעצטע שלאכטן וועט פאלן די שטאט: קרית יואל.

ווען מיר וועלן זיין פארטיג מיט אונזערע מאמרים, וועט מען זעהט ווי אלעס האט געקאלפט ווי א פאזל, אלע פלענער אין די רייע – ורבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום.

*

פאר צען יאר צוריק ווען מ'האט באגליקט דעם ציבור מיט אונזער בעל מדות'ל, מ'האט אהערגעברענגט ר' זלמן לייב קיין ניו יארק, איז ר' אהרן אנטלאפן אין א בונקער אין קווינס פאר צוויי וואכן. ער איז דאן איינגעשטאנען ביי אולם'ער רב שליט"א. (גראדע א שוואגער מיט שמשון יענקל, על אפו ועל חמתו).

אז מ'זאל דעמאלס זאגן פאר מענטש אז אין 10 יאר ארום וועט האדמו"ר מהר"א זיין א רבי פון רבבות אלפי ישראל, דער גרעסטער הוגה דעות ביי קהלות קדושות בישראל, דער עומד בגדר בעניני כשרות, דער סימבאל פון א מנהיג ישראל מיט א הרבצת התורה און התמדת התורה ביי זיין ריזן ציבור, וכו' וכו' וכו', וואלט ער געהאלטן אז מ'מאכט חוזק און דאס איז א בייזער חלום.

מען האט דעם אדמו"ר מהר"א  צובראכן פון אלע זייטן. די מאפיא האט געארבעט פינקטליך ווי געפלאנט, מ'האט אויפגעהעצט זיין טאטן קעגן אים וואס ער איז געווען מיט אים מורא'דיג נאענט, מ'האט אויפגעהעצט זיינע ראשי הקהלה, זיינע גבאים, אין אפילו פרובירט אנצירייצן זיינע קינדער קעגן אים.

יעדן טאג האט מען ארויסגעלאזט אויף אים אנדערע מעשיות וואס האט געדארפט אויפרעגן דעם ציבור קעגן אים, מ'האט אנגעדרייט אלע חמישים ומאתים  שיינע אידן אין סאטמאר אז ר' אהרן וויל זיי אינגאנרירן און זיך פירן אליינס, "אני ואפסי עוד". דאס אלעס איז געווען אנציזייען טויט אין חורבן ביי מהר"א אין זיינע מענטשן.

ס'האט יעדער נארמאלער מענטש געהאלטן דעמאלס אז ער איז "קאפוט", אפילו זיינע נאענטסטע מענטשן האבן נישט געזעהן קיין וועג ארויס פון דעם פלאנטער. אין ער האט מער נישט קיין שום אויסזיכט צו זיין אויף די רבי'שע ארענע, און ווער רעדט נאך פון זיין א סימבאל פון א מנהיג ישראל וואס גדולים וטובים ממנו וועלן זיך ווינטשן צו קומען לקרסוליו בגדלות הרעביסטעווע.

אזוי ווי יעדער פארשטייט היינט אז ווען היטלער-דייטשלאנד איז אנגעפאלן פוילן אלול תרצ"ט האט פוילן נישט געהאט קיין שאנס צו געווינען, ווייל היטלער האט זיך געגרייט 6 יאר פאר א מלחמה, אויסגעשטאט מיט די בעסטע געווער און איז אנגעפאלן מיט א בליץ קריג, אין די צייט וואס פוילן האט זיך גארנישט געגרייט. דאס זעלבע ווען די פריעדמאן / קעסנטבוים מאפיא איז אנגעפאלן אדמו"ר מהר"א מיט זייער פערזענליכן סעפטעבער 11 און פרובירט אלעס צו כאפן, אינדערצייט וואס זיי האבן זיך יארן געגרייט דערצו, האט יעדער נארמאלער מענטש געהאלטן אז מיט אים איז דערנאך.

דאס אז היינט 10 יאר שפעטער איז האדמ"ר מהר"א דער רבן של ישראל במלוא מובן המילה, וואס טויזנטער אידן קלאמערן זיך אין אים, דארשטן - נישט נאר - נאך זיין דעת תורה אין השקפה אין חינוך, נאר אויך אין זיינע שמועסן פון משלחן מלכים, טויזנטער אידן קוקן ארויס יעדע וואך ווען ס'קומט ארויס אין מען לערנט עס בעיון רב, שיחות חולין של ת"ח צריכין לימוד

 

דאס אז טויזנטער יודען וויינען זיך אויס ביי זיינע שלש סעודות תורות, 
תקיעות שופר, כל נדרי דרשות, און ער האט צוריק די גלאררייכע סאטמארער הקפות, וואס אידן שעפן פון דעם חיזוק א גאנץ יאר.

דאס אז כלל ישראל פרובירט נאכצוגיין אין זיינע חומרות אין גדרים אין סייגים, ווי אריזאנע ווייץ, שחיטה מוהדרת, חתונה תקנות, לימוד התורה.

קען מען באצייכענען אין 3 ווערטער:

אצבע אלקים הוא!!!!!!!

חוץ לדרך הטבע!!!!!!!!!

סתם מענטשן אין די גאס, נישט נאר די ארכיטעקטן פון די מחלוקה, נאר פון איבעראל, האט מען דאס שטודירט יעדן איינצלהייט, וויאזוי אדמו"ר מהר"א באווייזט  צו פירן אזא ריזן עדה הקדושה, קענען נישט קומען צו קיין גשמית'דיגע קאנקלוזשען, ווייל בדרך הטבע וואלט ער היינט ווען געבליבן אין קווינס אין א בונקער אדער געכאפט א נערווען אטאקע. (שפעטער וועלן מיר זעהן ווי אזוי ער האט זיך טאקע דערהאלטן).

*

נאך א נקודה וואס וועט ברייט אויסגעשמועסט ווערן אין די מאמרים:

מענטשן פרעגן פארוואס האט די מאפיא פריעדמאן / קעסנטבוים / גאלד
זיך צוקריגט מיט האדמו"ר מהר"א, און אויפגענומען ר' זלמן לייב'ן.

כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר צוריק גיין היסטאריע אפאר יאר.

ביז תש"מ ווען דער רבי דער ברך משה איז געווען דער סיגוטער רב, לאזט זיך גארנישט באשרייבן זיין הערליך שיין לעבן. ער האט זיך פארטראגן מיט יעדן איינעם, א תלמיד חכם מופלג, א קלוגער יוד מיט וועם ווען האט זיך געקענט א דורך רעדן שידוכים, מסחר, עניני רפואה. ער האט געפירט א ישיבה, זיין קהילה, א כולל, ער איז א אין איין ווארט געווען א נאבעלער מענטש.

וויפיל די "שטוב מענטשן" פונעם רבי'ן ז"ל האבן אים געפייניגט אונטערן טיש, (ווי ברייט באקאנט, און צו וועלכן די רויטע צייכענעס אויף זיין פוס זענען געווען עדות, ווי אויך אויסגעשמועסט אין "סופרעמסי ארטיקל" פון דעם שידוך), האט פון אים נישט געהערט קיין ווארט. ער איז געווען א ריכטיגער "שומעין חרפתן ואינן משיבין", זיך ווייטער אנגעגאנגען זיין רואיג לעבן,  קיינמאל נישט צוריקגעענפערט אויף די אלע אטאקעס, אין אזוי האט ער מחנך געווען זיינע קינדער.

נעמטס אלע ארויס דעם "ומשה היה רועה" און קוקטס ווי שיין אין איידל ער האט געפירט זיין לעבן. אלע רבנים האבן אים מכבד געווען, געווען פון די יושבים ראשונים ביי אלע מערכות לבית ישראל.

תש"מ ער האט איבערגענומען דאס רבנות אין סאטמאר האט זיך אלעס א דריי געטאן פון אויבן אויף אראפ.

עד כדי כך, אז תשמ"ה, דאס הייסט 5 יאר נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי, אין 4 יאר וואס ער האט געוואינט אין וויליאמסבורג, האט ער אנגעקאלט דעם ווינער רב הרב הגאון המפורסם ר' עזריאל יודא לעבאוויטש זי"ע , ער זאל אים אנווינטשן אריכות ימים ושנים, (ווייל ער איז דעמאלס געווארן 70 יאר). האט אים דער ווינער רב געזאגט, "ס'איז מיר א גרויסער כבוד אז דער רב קאלט מיך פאר א ברכה, אבער פארוואס קאלט מיך דער רב דוקא, און נישט אנדערע רבנים?".
האט דער ברך משה אים געענפערט נישט מער אדער ווייניגער, ווייל איר זענט דער איינציגסטער רב וואס פארגינט מיך די אריכות ימים!


 

שטעלט זיך א פראגע מרפסין איגרא, וואס איז געשעהן מיט דעם סיגוטער רב? אפאר יאר פריער האט ער געלעבט מיט יעדן איינעם בשלום ושלווה, און בלויז 5  יאר שפעטער האט ער נישט קיין איין גוטן פריינט און איז מיט יעדן ציקריגט?

דער תירוץ איז זייער א ביטערער, דער ברך משה איז געווען ארומגענימען מיט א מאפיא באנדע, נחשים ועקרבים , פון דעם יאר תש"מ איז ליידער יעדע 2 חדשים די מאפיא געווען פארנימען מיט א פרישע פרשה, צי דאס איז געווען שלום בית, גיטין, דין תורות, דירות, א.א.וו. מ'האט אים אנגעמאכט שונאים אין די אלפים אין די מאפיא האט דאס איינגעקעשט.

א קליינער עפיזאד וואס פילע געדענקן, פורים תשנ"א איז געווען א שטוב פיל מיט מענטשן ביים רבי'ן דער ברך משה אין שטוב, משה בן פראדל האט זיך געמאכט שיכור, און ער אנגעהויבן שרייען, אז די רבי האט אזוי פיל שונאים, "איך וועל אבער גיין פארן רבי'ן אין פייער אפילו יעדער זאל איבער לאזן דעם רבי'ן, איך וועל בלייבן אליינס". אזוי האט ער גע'ברעין-וואשט" דעם ברך משה. מיט בנו הגדול מהר"א, אז ער איז פאר זיי געטריי, און ליידער ביז תשנ"ה האט ער אויף דעם סיסטעם געארבעט אויפן רבי'ן מהר"א אויך, און ס'האט ביז דעמאלס געארבעט.

נאך די סקול דיסטריקט פרשה (וואס מיר וועלן שפעטער פונקטליך באשרייבן), האט האדמו"ר מהר"א געזעהן ווי סאטמאר גייט ציגרינד בגשמיות אין ברחניות. סאטמאר האט זיך געקירגט מיט יעדן, די מאפיא האט געזיכט נאר פאוער, (זיי האבן נישט געלאזט זיך איבערבעטן מיט קאשויער רב ז"ל). ברוחניות איז דער רבי דער ברך משה איז נישט געווען אזוי געזינט, ער האט שוין נישט געזאגט קיין תורה, ער האט אנגעהויבן שוואך צו ווערן ס'האט אויסגעפעלט איינער זאל מחזק די יונגעלייט, מען האט געזען בחוש ווי ס'ווערט א חלל אין אידישקייט. דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די לעכטיגע שבת התוועדות'ן.

ס'לאזט זיך גארנישט באגרייפן פאר די אידן וואס האבן דאס נישט מיטגעהאלטן צו באשרייבן די רוחניות'דיגע געפילן פון יענע מאמאנטען. ס'איז געווען איין קייט פון תורה, חיזוק, פארברענגן צוזאמען, דאס זינגען, איש את רעהו יעזורו, אויפשטעלן די איחוד שיעורים, האדמו"ר מהר"א איז גערופן געווארן אין וויליאמסבורג, בארא פארק, לאנדאן, בני ברק, אנטווערפען, מאנטשסטער.

ווען מ'זאל היינט פרעגן יעדן איד, א סאטמארער חסיד, וואס האט מיטגעלעבט אלע 27 יאר פונעם ברך משה, מ'זאל אים פרעגן וועלכע יארן זענען געווען די שענסטע מיט די ווייניגסטע בלוט פארגיסונג און מחלוקת, וועט ער בלי ספק ענטפערן די יארן פון נ"ה, נ"ו, נ"ז, נ"ח. דעמאלץ איז סאטמאר געוואקסן, די הערליכע טישן פינעם רבי'ן דער ברך משה, מען האט זיך מער נישט געקריגט מיט קיינעם, די לעכטיגע שבת התוועדות'ער פון האדמו"ר מהר"א, מען האט געזעהן בחוש ווי אין סאטמאר קומט א גאלדנע צוקונפט.

פון די אנדערע זייט האבן זיך מענטשן געכאפט אז די מאפיא פריעדמאן / קעסטנבוים / גאלד האבן גאר אנדערע חשבונות. זיי זוכן נישט דעם וואוקס פון סאטמאר, זיי מיינען נאר זייער פאוער, כבוד און געלט.

דאס איז קורצן ווי מען האט עס געזעהן אין די מיטעלע נ' יארן:

1. זיי האבן פארכאפט 82 און אריינגעפירט אין גרויסע  חובות און נישט צוגעלאזט קיינעם.

2. זיי האבן געוואלט פארכאפן "איחוד עולמי" אז זיי זאלן זיין די אויסשליסליכע בעלי בתים אויף די 80 מיליאן דאללער.

3. זיי האבן געעפענט א שירעם ארגענזאציע אויף "גאנץ" סאטמאר  "מלכות סאטמאר - סאטמאר עמפייער", וואו זיי האבן געזאלט דינען בראש און נאר זיי זאלן קענען פארפיגן אויף אלע נכסים אין סאטמאר אין זיי זאלן זיין בעל בית אויף סאטמאר'ס שנאר-אפאראט.

4. פרובירט צי פארכאפן בעיסוואטער, וואס מ'האט דאן געהאלטן אינמיטן בויען, און זיי האבן געוואלט אינסטאלירן זייער מאפיא קאמפעני.


 

. געשטערט בויען דעם נייעם בית המדרש אויף בעדפארד עוו.

6. ארויסגעווארפן ר' ליפא שווארץ ז"ל ובנו ר' אנשיל שווארץ הי"ו פון יטב לב אין ירושלים, אזוי ארום וועלן זיי זיין דער אויסשליסלעכער בעה"ב.

ווען מ'האט זיך אביסל ארומדערזען וואס דא גייט פאר, האבן מענטשן אנגעהויבן צו קוקן מיט טינקעלע ברילן אויף די מאפיא גרופע. דא האט די מאפיא קאמפעני געכאפט אז האדמו"ר מהר"א איז א שטער פאר זיי און פאר זייער עקזיסטענץ,  זיי האבן אים נישט אין טאש אזוי ווי זיי האבן געהאט אלע יארן דעם רבי'ן דער ברך משה, ער איז אביסל אינגער און האט מער אפענע אויגן, זיי האבן מיט אים נישט געקענט מאנפולירן ווי זיי האבן געצילט און געלעכצט.

דא האבן זיי באשלאסן אז זיי וועלן נישט קענען גיין מיט זיער ארגינעלע פלאן אהער ציברענגן ר' זלמן לייב'ן הערשט נאך די פטירה פון ברך משה מיט עפעס א געמאכטע צוואה, (די באקנטע פרשה פון ר' הירצקא צוויבל'ס פראסק דורך די הייליגע האנט פון פראדלזאהן). האט מען אביסל געטוישט דעם פלאן, וישקוד על הרעה, מ'האט זיך גענומען אין די שנעלקייט אויספירן די פלענער אויף א שנעלן אימפעט.

קודם האט מען געשיקט ר' זלמן לייב  אויף ארץ ישראל צי פארכאפן די דארטיגע מוסדות. דא אין אמעריקע האט די מאפיא געארבעט מיט א מורא'דיגע ספין אז ר' זלמן לייב האט געברענגט א צונאמי פון תורה אין ירושלים, מ'האט פראפאגנדירט אז מען האט אויף געוועקט א תורה ריז וואס געווען פארדעקט יארן לאנג.

 

אויפן רבי'ן דער ברך משה האבן זיי געארבעט אויף גאר א אנדערע ספין
מען האט געהאלטן אין איין ברעינוואשן אז ר' זלמן לייב האט נישט קיין פרנסה
 ער האט מורא פין די טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל מען מיז שוין ברענגען קיין ניו יארק
אזוי ווי ס'איז טאקע געווען א יאר געראויף חי"י סיון.

דעס אלעס איז די שפיץ פונעם אייז בארג וואס מיר וועלן לענגער באשרייבן מיט ברייטע מאמרים.

 

 

 

די ווייטערדיגע מאמרים וועלן טיילמאל זיין פשוט ברוטאל מיטצוהאלטן ווי אזוי די מאפיא האט אויסגעניצט יעדן סעיף-קטן אין הלכות מאפיא צו צוברעכן ר' אהרן טייטלבוים, פיזיש און מאראליש, ס'איז נישט געווען קיין שום זאך שבעולם וואס זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון טוהן, אדער זיך אפילו איבערגעקלערט פון טוהן ווען ס'איז געקומען אויפן חשבון פון אים וויי טוהן.
מען וועט זיך טיילמאל מיזן אנהאלטן די שלייפן אין קאפ צי ממשיך זיין אין ליינען ווייטער.

און ווי ערווענט פריער, איז דאס ממש אן אפענער נס אז ער איז היינט דער רבן של ישראל וואס רבים נהנין מאורו הגדול.

פאלגט נאך ווייטערדיגע מאמרים  
די שרעקדיגע אין טינקעלע היסטאריע פין משה בן פראדל
וואס איז אליזער קעסנטבוים'ס טרוים אין לעבן געווען
דאס צביעות אין שקר ביי ר' זלמן לייב טייטלבוים.    

   

   

   

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/08/2009 0:55:37




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 23:48 לינק ישיר 


דער בריוו האט הרב חיים משה שטויבער געשריבן פאר 20 יאר צוריק צי אליעזר קעסטנבוים ווען די מאפיא פריעדמאן מיט קעסטנבוים האבן פארכאפט פתח תקוה פין אים
מענטשן וועלן מיינען אז ס'איז געשריבן מיט רוח הקודש ווי אמת א יעדעס ווארט איז 
אבער דאס די מיינוג געווען פין א יעדן אייעם וואס איז געקומען אין בארירונג מיט די מאפיא.
 .















דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 02:27 לינק ישיר 

http://www.scribd.com/doc/18403927/Satmar-Invasion-1



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/8/2009 07:38 לינק ישיר 

די נעקסטע סעריע ארטיקעלן גיין מיר באשרייבן די היסטאריע
פינעם בן השלישי ר' זלמן לייב טייטלבוים
איך בעט ווער ס'האט אינפארמציע זאל זיך מיר פארבינדען.

ווייל אינז האלטן שוין אינמיטן די ארבעט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די דורכגעפאלנע סאטמערע אינוואזיע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext