בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג! געוועזנער ב"פ דיין לייגט קינדער אין באבוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/8/2009 21:52 לינק ישיר 

   איך וויל מיט דיר נישט אריינגיין אין קיין לענגערע שמיעסן (א זאך וואס קיינער וויל נישט) פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'וועל נישט אריינגיין אין א המספיק היים אין זיך נעמען טענה'ן מיט די איינוואינער, אבער איין מאל וועל איך דיר יא פראבירן צו ענטערפן:

אין באמת האב איך דיר טאקע נישט געוואלט ענטפרן דיינע שקרים, אבער נאך בקשות אין אישית, מיז איך טוען אנדערש ווי כ'האב געוואלט, אין זיי א עונה לכסיל, אויף אזויפיל צו ארויסברענגן דעם אמת אין מקיים זיין די פסוק וואס די גמ' אין מכות פ''ב ברענגט צו: והצדיקו את הצדיק והרשיעי את הרשע.

ווי באקאנט איז נישט דא קיין שום זאך וואס האלט ציריק די זאליס פין בויען שקרים, ווי לאנג מ'ווענד אפ די צווייטע האט ער שוין א דריטע וכו', אין זיי צאלען אפ'י געלט פאר א פארמעגליך ער זאל טוען די ארבעט, אין לויט ווי עס קוקט אויס איז YES WE  CAN אזא געטרייע תלמיד פין פארמעליך אזווי זיין ''רבי'' פין זשיגאן.

וועל איך אים פראבירן צו ענטפרן על ראשון ראשון אין אויב איינער האט א הערא כו' קען עס מיטטיילען:

אין ב''פ: האט ענק דער אפגעפרעגטער גביוף געגבן א היתר נאר אויף א עיכול אין ענק האבען געפנט א געהעריגע קעיס,
 
יא ער האט געגעבען א היתר פאר א עיקול אבער ביסט דיך א טיפקעל ארוני אין די סטאפסט אלץ אינדערמיט!! הרב גביוף שרייבט אויך אז ר מענדל שוימער מעג אננעמען אלע מיטלען אז אהרן וועלץ זאל קימען צי דין תורה דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז אויב אהרן וועלץ פייט דעם עיקול מעג מען גיין אין קארט..וכך הוה... 

ערשטע שקר: אפי' לויט דעם גביוף מעג מען גיין אין קארט נאר צו באשטעטיגען דעם עיקול, וואס דאס איז די שטערקסטע אין בעסטע מיטל צו שטעלן דעם עיקול אין קראפט, אין למעשה האט ער געהעריג געקלאגט די מוסודת אין קארט, אין געזאגט פאר'ן ריכטער אין קיין טראפ בושה אז ער וויל אז די קארט זאל פסקנ'ן ר''ל
אפי' גביוף וויל, קען ער ענק נישט געבן קיין היתר עובר צו זיין אויף די גאנצע תורה מיט'ן אויסרייד ''וועלץ פייט דעם עיקול'', ספעציעל ווען דער נתבע שרייט פין די ערשטע מיניט כ'בין גרייט זיך צו שטעלן צום בי'ד


אגב איז איז שוין היינט גיט באקאנט וואס פאר א בית דין גאביוף איז, ספעציעל ווען ער האט געשריבן א מאושען - לויט ענקער פארלאנג, פאר די קארט אז ''א איד האט נישט קיין חיוב זיך צו שטעלן צו די''ת ס'איז נאר א אפשען'' עפרא לפומא

 
מען דערקענט אויף דיר אז די ביסט אנגעפיקעוועט מיט שמאול ווידערס שטותים פין די בלאט ,  הרב גאביוף האט דאס קיינמאל נישט געזאגט..PAPERS PLEASE

צווייטע שקר: איך דארף נישט ברענגן די פאפירן אין כ'האב עס נישט מיט מיר, מיר האבען ביידע געזעהן א קלארע קאפי דערפון אינעם אויסגאבע ''קול סאטמאר'' ווען די קארט האט ארויסגעווארפן ענקער תביעה אין געשיקט צו די''ת, (אגב, אויב איינער האט עס ביי די האנט קען ער עס אריינסקענען)

פאר אזעלכע ווערטער, אין נאך אינטערסאנטער איז: פארוואס דא האט מען יא געמעגט גיין צו גאביוף אין און וומ''ס האט מען נישט געמעגט גיין צו נאווארדיק??????????????????????????.!!!!! ת ה ל י כ ו ת ה ק ה י ל ה

מען האט געמעגט גיין צי נאווארדיק! מיר האבען בכלל נישט געהאט א פראבלעם מיט דעם, ענקער פראבלעם מיט נאווארדיק בית דין איז געווען ווען זיי האבען אראפ גענימען די היתר נאכדעם וואס זיי האבען געזען וואס פאר א געמיינע יונגען ענק זענען ..... סא פליז מיר נישט שילדיג אז ענק האבען אנגעקא....

שקרן/פארמעגליך וואס די ביזט!
די ביזט האסט טאקע נישט קיין פראבעלם מיט א מציאות וואס יעדער האט מיטגעהאלטן????

 ביזטו טאקע נישט אין גדר פין אינשי וואס די גמ' זאגט אז מילתא דעבידא לגלי' וכ'י???

דריטע שקר: נאווארדיקאווע בית דין האט זיך ארויסגעלאזט פינעם גאנצן סיכסיך (נישט קענעדיג דערהייבן די טעראר)  לאנג נאכען שיקען 3 הזמנות אין לאנג נאכען אריינגעבן א TRO ברשותם בכתב, די גאנצע צייט וואס מ'האט ענק גערופן צום נאווארדיקאווע בי''ד האבען ענק געמאכט לצנות פין זיי, ווער געדענקט דען נישט די מושב ליצים אין ברכה סימא ווי ענקער טוען האט  זיך אויפגעשטעלט אראפרייסען דעם בית דין ווי א נידריגע זאלי'ס.


אין מאנטריאל: האט עטץ א היתר בית דין? פין וועם? זאג נאכמאל!!!, וואס האט ער געזאגט א יאר פריער אין קווינס קעמפ???, וויאזוי קען מען געבן א היתר ווען דער נתבע שרייט די גאנצע צייט כ'וויל גיין צו די''ת, אין אפי' לשיתך די א''ג היתר איז נאר געווען  אויף א עיקול אין ענק האבען געפנט א געהריגע קעיס. 

 
זאג נאר ווען איינער קימט אריין צי דיר אין דיינינג רום אין הייבט אן אויסציקלינען דיין טשייניק קלאזעט..וועמען ריפסטי הותאחדת הרבנים.... אדער 911 הא....

4#: איינער ווייסט וואס ס'האט זיך געטויש אין מאנטריאלער בית מדרש דעמאלטס, אז מ'האט געדארפט רופן פאליס, איינער ווייסט וועלכע קלאזעט מ'האט אויסגעליידיגט?  אין איינער ווייסט אויב מ'האט גערופן פאליס אין אדער אין קארט?, די גאנצע טויש איז נאר געווען אויפן דיד, וואס ביי יעדע בית דין קומען פאר טעגליך אזעלכע דין תורות.
לשיטתך וואלטן מיר אין וומ''ס אויך נישט געדארפט קיין היתר.....

אגב, כ'ווארט נאר אויף א ענטפר אויף די סתירה פין זיין דרשה אין קווינס קעמפ שנת תשס''א, אין וויאזוי א דיין אליין קען געבן א היתר ''בי''ד''?!?1! (איז ער אזוי גרויס ווי א בי''ד של ג'???), נאכדערצו ווען די נתבע האט א גאנצען צייט געשריגן כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת...., אין ווער האט ענק מתיר געווען צו עפענען א געהעריגע קעיס??

וויליאמסבורג: אפשר ווייזטו מיר  ענקער היתר??? (אגב שרייבסטו זייער גיט: איך זאג נאר אז די פאקט איז אז אלץ ווען אינז זענען גאגענגען אין קארט אין ווען מען האט געדארפט האבען א היתר האבען מיר געהא, יא יא! ווען האב מיר ווען אזא פורים בית דין מיט א לעטער העד וואלטן מיר אויך נישט געהאט קיין פראבלעם, אינזער פראבלעם {ב''ה פאר אזא פראבלעם} איז אז אינזערע דיינים זענען ערנסטערע אידן, ואין כאן מקומו להאריך  בזה,)

אין לנו אל דברי בן עמרם די רבי האט אליין געזאגט ביי די פרשה פין יוסל וואלדמאן אז ביי א סיכסך אין די קהילה זאל מען נאר גיין צי די דייני הקהילה סא איך ווייס נישט וואס די ווילסט.....

5# האסט מיר נישט גענטפרט וואס ענקער היתר צו גיין אין קארט ביי ריכטער אמבראסיא וכו' איז געווען, אין אפי' דאס וואס די ברענגסט פין רבי'ן לגבי גיין צו די''ת, האט די רבי נאר געזאגט ווען איינער האט טענות אויף קהל, די רבי האט דאס אויף קיין פאל נישט געזאגט ווען די סיכסוך איז: ווער איז קהל..... אין אגב, ניצען ענק אייביג די הוראה פין רבין' אדער נאר דא????

קרית יואל אין בג''ץ אין בני ברק: ביסטו מודה אז ענק האבען נישט קיין היתר,
 
מיר האבען יא א היתר, מיר האבען א היתר פין די שטארק אנגענימענע בית דין משפט שלום, מיר האבען א היתר פין די בית דין אין בני ברק אבער פארגעס  נישט יעצט דארפ מען איינהייבען שעלטען

בית דין משפט שלום קעראפט...
בית דין פין בני ברק  קעראפט....
דיני קהלתנו וואס זענען שוין משמש אין די קהילה קרב צי א יובל שנים קעראפט....
ריכטער באראש קעראפט....
נא גיי ווייטער........

6# פראבירסט דיך צו באווארענען,
 די מציאות איז אבער אז יעדער ווייסט ווער משפט שלום איז נאכדעם וואס די 10 גרעסטע בתי דינים אין נ''י האבען אינז מודיע געווען ווער  זיי זענען, (ווער עס ווייסט נאכנישט זאל קוקען ווער די דיינים אין מנהל זענען) דארף זיך קיינער מיט זיי נישט רעכענן, אין קענסט מיר אפשר זאגען וועלכע בני ברק'ער בית דין האט ענק מתיר געווען צו גיין אין ערכעות/בג''ץ???,
 אין וויאזוי קענען זיי געבן א היתר ווען דער נתבע שרייט כ'האב שוין אינטערגעשריבן שטרי ברירון ביי די ביד''ץ בני ברק בנשיאת הגר''נ קרליץ???,

 אין פארוואס איז די דעיט פינעם א''ג משפט שלום היתר איז נאכ'ן דעיט פין אריינגיין אין  בג''ץ????

אגב, וואס ענטפרסטו וועגן די ערכעות קעגן ביה''ח אין ק''י???


אגב, דיין לעכערליכע אויסרייד קענסטו ענטפרן פאר ענקער פורים בית דין ווייל אין שו''ע איז נישט דא אזא היתר. נאר אין פאל וואס יענער איז א א גבר אלים אין ער איז מסרב לדין {אזווי ענק אין וומ''ס} דאן גיבט א בית דין (נישט א דיין ווי רמ''מ) א היתר צו גיין אין קארט.


 
זאג נאר איבערדרייען א בית המדרש שמחת תורה אראפ ווארפען ספרי תורה וואס מיינט דאס פני העיר וואס? אפשר ביי ענק אבער נישט ביי מיר, איך ריף עס טאקע נישט קיין גבר אלים ווייל איך נישט פארשעמען דעם גבר אלים... איך וועל עס נאר אנריפען חיות פין הארלעם.....

7# קענסט פאר די געלט שרייבען ציריסען א ס''ת אויך,
צום ענין: קענסט נאך אלץ נישט אפמאכען אז דער נתבע איז א גבר אלים אפי' אויב א מענטש וואס באלאנגט צו זיין קרייז האט געטוען א עוולה, אין אפי' ער אליין טוט אזא עוולה ביזטו אויך נישט ווער ס'קען עס אפמאכען נאר דאס דארף קומען פין א בית דין.
אין לשיתך, דארפען מיר קיינמאל נישט האבען קיין היתר, מיר קענען ווען גלייך צייגען וויפיל מחללי שבתים ס'דא ביי ענקער קרייז, וויפיל ?געוועזע? קדושים.... ס'באגלייטן דיין רב'ין מיט זיינע לעלוס, אין זיי ווערן בא'טיטול'ט אין ענקער ארגאן אלץ ''יד ימינו'' (ווער עס האט נאכנישט געזעהן זיין רבי'ן מיט זיינע באגלייטער וועט נישט פארשטיין וואס איך מיין), אין זאגען ענק זענען א גבר אלים....



דאן גיבט א בית דין (נישט א דיין ווי רמ''מ) א היתר צו גיין אין קארט. (אגב, פרעג דיך נאך ביי סיי וועלכע בית דין, יעדן טאג איז דא די''ת אויף דיד'ס אד''ג)

אה..יא?   וועג דיך אויף פין דיין שלאף....

זיי בעסער מסביר.

די סירוב לדין אין וומ''ס, אין די ערכעות קעגן די בחורים נאך די דורךגעפאלענע וואוטס אין ק''י, אין דאס ארעסטירן צענדליגע בחורים אין יונגעלייט אין דערנאך אנקאלגען, די פאלטשע מסירה קעגן יחידים ביי די פרשת מקווה טהרה וכו'י,  וכו': פין די מעשים זעה איך אז די ווילסט  נישט רעדן, כ'פארשטיי פארוואס.

סאיז נישט אמת נישט צענדליגע בחורים אין יונגעלייט נאר הינדרעטער בחורים אין יונגעלייט! מעיאר בלימבערג האט זיך טאקע שטארק אפגערעט לעצטענס אז די תפיסות אין ניו יארק זענען זייער איבערגעפילט, איך האב מיך טאקע געוינדערט פארוואס יעצט פארשטיי איך שוין.... 

קענסט פראבירן צו מאכען ליצנות, אבער כ'וועל דיר אויסרעכנען א טיילווייזע ליסט פין די ''צענדליגע'', ואין מוקדם ומאוחר, די ארעסטן שמחת תורה פין איבער א מנין בחורים כדי צו קענען דערנאך שרייבען אין די פרעסע, די ארעסטן אין אנקלאגען 2 בחורים פאר'ן ציריקנעמן זייער קרוין, די קלאגעס קעגן די איבער א מנין נאך די דוכגעפאלענע וואלען אין ק''י, די ארעסטן ביי די קיום התורה סיין, וכו' וכו' וואס יעדער  ביישפיל פאר זיך האט דאן שטארק אפגעקלינגן אין די וועלט ענקער נעימות הרשעות....
אגב, ווארט איך אויף א ענטפר אויף די סירוב לדין אין וומ''ס, אין מסירה קעגן יחידים

צום שלוס, כ'פארשטיי ביי ענק איז יעצט א שטאקע ציל, צו פארדרייען פאקטען אין אפווישען ענקער שמיציגע היסטאריע, אבער כ'מיין ס'איז א שאד אויף ענקער ארבעט, די גאנצע וועלט האט אלעס מיטגעהאלטן, אין מ'קען נישט וואשען קיין מוחות.

ס'איז ער''ש כ'האף נאך צירוק צו קומען צו דעם נושא באריכות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 02:25 לינק ישיר 

עס איז דא א ליסטע פון 43 אינגעלייט אין בחורים וואס די זאליס האבן שוין אמאל איינגעזעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 18:27 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
עס איז דא א ליסטע פון 43 אינגעלייט אין בחורים וואס די זאליס האבן שוין אמאל איינגעזעצט.


אנגעקלאגטע איז לכאורה דא פיל מער, ביי רוב מסירות איז זיי ב''ה נישט געלונגען צו ארעסטירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 04:29 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
    איך וויל מיט דיר נישט אריינגיין אין קיין לענגערע שמיעסן (א זאך וואס קיינער וויל נישט) פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'וועל נישט אריינגיין אין א המספיק היים אין זיך נעמען טענה'ן מיט די איינוואינער, אבער איין מאל וועל איך דיר יא פראבירן צו ענטערפן:

אין באמת האב איך דיר טאקע נישט געוואלט ענטפרן דיינע שקרים, אבער נאך בקשות אין אישית, מיז איך טוען אנדערש ווי כ'האב געוואלט, אין זיי א עונה לכסיל, אויף אזויפיל צו ארויסברענגן דעם אמת אין מקיים זיין די פסוק וואס די גמ' אין מכות פ''ב ברענגט צו: והצדיקו את הצדיק והרשיעי את הרשע.

ווי באקאנט איז נישט דא קיין שום זאך וואס האלט ציריק די זאליס פין בויען שקרים, ווי לאנג מ'ווענד אפ די צווייטע האט ער שוין א דריטע וכו', אין זיי צאלען אפ'י געלט פאר א פארמעגליך ער זאל טוען די ארבעט, אין לויט ווי עס קוקט אויס איז YES WE  CAN אזא געטרייע תלמיד פין פארמעליך אזווי זיין ''רבי'' פין זשיגאן.

די האלסט טאקע אז איך בין אזא גיטע שרייבער ווי פארמעגליך? א ישר כח פאר די קאמפלימענט...

וועל איך אים פראבירן צו ענטפרן על ראשון ראשון אין אויב איינער האט א הערא כו' קען עס מיטטיילען... 

ערשטע שקר: אפי' לויט דעם גביוף מעג מען גיין אין קארט נאר צו באשטעטיגען דעם עיקול, וואס דאס איז די שטערקסטע אין בעסטע מיטל צו שטעלן דעם עיקול אין קראפט, אין למעשה האט ער געהעריג געקלאגט די מוסודת אין קארט, אין געזאגט פאר'ן ריכטער אין קיין טראפ בושה אז ער וויל אז די קארט זאל פסקנ'ן ר''ל      
אפי' גביוף וויל, קען ער ענק נישט געבן קיין היתר עובר צו זיין אויף די גאנצע תורה מיט'ן אויסרייד ''וועלץ פייט דעם עיקול'', ספעציעל ווען דער נתבע שרייט פין די ערשטע מיניט כ'בין גרייט זיך צו שטעלן צום בי'ד
 
שרייען אז מען וויל קימען איז נישט געניג , מען דארף קימען אויך....אין טאמער מען איז א מסרב לדין מעג מען גיין  אין קארט מיט א היתר בית דין  האסט עס נישט ליב? סארי...  
    
אגב איז איז שוין היינט גיט באקאנט וואס פאר א בית דין גאביוף איז, ספעציעל ווען ער האט געשריבן א מאושען - לויט ענקער פארלאנג, פאר די קארט אז ''א איד האט נישט קיין חיוב זיך צו שטעלן צו די''ת ס'איז נאר א אפשען'' עפרא לפומא

 סאיז שקר , הרב גאביו 
 האט נישט געזאגט (אז ''א איד האט נישט קיין חיוב זיך צו שטעלן צו די''ת ס'איז נאר א אפשען'' 
ער האט געזאגט אז א בית דין האט נישט קיין  לעגאלע כח צי צוינגען איינעם צי גיין צי דין תורה, אזוי מען האט טאקע געזען מיט די ארונים אין בארא פארק..איך זעה אז די האסט א פראבלעם מיט טרעפען די פעפערס האב איך  אראפ גענימען פין מיין טייערע צייט אין געטין די ארבעט פאר דיר, די זעסט איך בין דיין פרענד!...
אין יעצט  הייב אן צי שרייען אפרה לפומא נאך 10 מאל אין נאכדעם וועל איך אויףגעבען...

צווייטע שקר: איך דארף נישט ברענגן די פאפירן אין כ'האב עס נישט מיט מיר, מיר האבען ביידע געזעהן א קלארע קאפי דערפון אינעם אויסגאבע ''קול סאטמאר'' ווען די קארט האט ארויסגעווארפן ענקער תביעה אין געשיקט צו די''ת, (אגב, אויב איינער האט עס ביי די האנט קען ער עס אריינסקענען)

נאדיר...
8.
At this point Even Hamishpot could not force either Mr. Schwinimer or Rabbi Welz to reach such

 די זעסט וואס דא שטייט?  אז א בית דין האט נישט קיין שים לעגאלע כח צי צוינגען איינעם צי גיין צי דין תורה ! דא שטייט נישט (אז ''א איד האט נישט קיין חיוב זיך צו שטעלן צו די''ת ...


sri. agreement. Rather, the role of Even Hamishpot was merely to attempt to persuade Mr. Schwirnmer and Rabbi Welz to come to an agreement.
9. In furtherance of that effort, on February 21,2008,1 signed a proposal for each party to appoint an arbitrator and for Rabbi Mordechai Babad to serve as the third arbitrator. A true and complete copy of this document, together with a certified English translation, is annexed hereto as Exhibit B.
10. I understand that before this Court, Rabbi Welz has contended that Exhibit B was a ''final order'' of Even Hainishpot. However, as the judge who signed the document I represent that it was not intended as a
3



 

 שקרן/פארמעגליך וואס די ביזט!
די ביזט האסט טאקע נישט קיין פראבעלם מיט א מציאות וואס יעדער האט מיטגעהאלטן????

א ישר כח  די קאמפלימענט

דריטע שקר: נאווארדיקאווע בית דין האט זיך ארויסגעלאזט פינעם גאנצן סיכסיך (נישט קענעדיג דערהייבן די טעראר)  לאנג נאכען שיקען 3 הזמנות אין לאנג נאכען אריינגעבן א TRO ברשותם בכתב, די גאנצע צייט וואס מ'האט ענק גערופן צום נאווארדיקאווע בי''ד האבען ענק געמאכט לצנות פין זיי, ווער געדענקט דען נישט די מושב ליצים אין ברכה סימא ווי ענקער טוען האט  זיך אויפגעשטעלט אראפרייסען דעם בית דין ווי א נידריגע זאלי'ס.

שעפעלע טייערער נאווארדיקאווע בית דין האט צירוק געצויגען וויל ענק האבען אריין געטראגען אין קארט אזאליכע מסירות וואס די האר פין קאפ קען זיך אויפשטעלען, צים ביישפיל די קעמפס די גמח וואס דער באשעפער זאל אפהיטען וואס עס וואלט געווען ווען די געריכט הייבט ווען אן אריין ציקיקען אין דעם, סא פליז איך בין נישט שילדיג פאר ענקערע מיסטעקס... 

אין מאנטריאל: האט עטץ א היתר בית דין? פין וועם? זאג נאכמאל!!!, וואס האט ער געזאגט א יאר פריער אין קווינס קעמפ???, וויאזוי קען מען געבן א היתר ווען דער נתבע שרייט די גאנצע צייט כ'וויל גיין צו די''ת, אין אפי' לשיתך די א''ג היתר איז נאר געווען  אויף א עיקול אין ענק האבען געפנט א געהריגע     קעיס

 איך זעה פארשטייסט נישט קיין אידיש ! אבער איך וועל פראבירען נאך איין מאל אקעי?..

דין תורה מיינט אז ווען 2 ברידער קריגען זיך אויף א ירושה אדער 2 שיתפים קריגען זיך אין א ביזנעס אין מען קען זיך נישט אויסקימען גייט מען צי א דין תורה אבער א זייףן א גנב א שווינדלער וואס גאנבענען דידס דארף מען בכלל גיין צי דין תורה? אוואדי גראד אין קארט אריין, זאג נאר ווען איינער קימט אריין צי דיר אין דיינינג רום אין הייבט אן אויסציקלינען דיין טשייניק קלאזעט..וועמען ריפסטי הותאחדת הרבנים.... אדער 911 הא?..

 
זאג נאר ווען איינער קימט אריין צי דיר אין דיינינג רום אין הייבט אן אויסציקלינען דיין טשייניק קלאזעט..וועמען ריפסטי הותאחדת הרבנים.... אדער 911 הא....

4#: איינער ווייסט וואס ס'האט זיך געטויש אין מאנטריאלער בית מדרש דעמאלטס, אז מ'האט געדארפט רופן פאליס, איינער ווייסט וועלכע קלאזעט מ'האט אויסגעליידיגט?  אין איינער ווייסט אויב מ'האט גערופן פאליס אין אדער אין קארט?, די גאנצע טויש איז נאר געווען אויפן דיד, וואס ביי יעדע בית דין קומען פאר טעגליך אזעלכע דין תורות.
לשיטתך וואלטן מיר אין וומ''ס אויך נישט געדארפט קיין היתר.....

אגב, כ'ווארט נאר אויף א ענטפר אויף די סתירה פין זיין דרשה אין קווינס קעמפ שנת תשס''א, אין וויאזוי א דיין אליין קען געבן א היתר ''בי''ד''?!?1! (איז ער אזוי גרויס ווי א בי''ד של ג'???), נאכדערצו ווען די נתבע האט א גאנצען צייט געשריגן כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת...., אין ווער האט ענק מתיר געווען צו עפענען א געהעריגע קעיס??

איך האב דיר שוין 3 מאל גענטפערט אויף דע קשה..אוי וויי,  אזו יונג נעבעך.....
 



5# האסט מיר נישט גענטפרט וואס ענקער היתר צו גיין אין קארט ביי ריכטער אמבראסיא וכו' איז געווען, אין אפי' דאס וואס די ברענגסט פין רבי'ן לגבי גיין צו די''ת, האט די רבי נאר געזאגט ווען איינער האט טענות אויף קהל, די רבי האט דאס אויף קיין פאל נישט געזאגט ווען די סיכסוך איז: ווער איז קהל.....
 
די האלסט טאקע אז יוסל וואלדמאן וואלט געקענט האבען מער א יושרדיגע דין תורה ביי די דייני קהילתינו ווי בערל פרידמאן ?..וואס זאל איך דיר זאגען ענקער היפאקרסי איז איין לשער..

אין אגב, ניצען ענק אייביג די הוראה פין רבין' אדער נאר דא????


ניין מיר פארלאזען זיך נישט חס ושלם אויף די הוראה פין ענקער רבין מיר האלטען די זעלבע היינט ווי אמאל אז ביי די דיני קהילתינו קען מען נישט האבען קיין דין תורה עס וינדערט מיר נאר די היפאקרסי פין ענקער רבין וואס דעמאלטס ביי יוסל וואלדמאן איז גיט געווען די דייני קהילתינו אין היינט איז עס נישט גיט


6# פראבירסט דיך צו באווארענען,
 די מציאות איז אבער אז יעדער ווייסט ווער משפט שלום איז נאכדעם וואס די 10 גרעסטע בתי דינים אין נ''י האבען אינז מודיע געווען ווער  זיי זענען, (ווער עס ווייסט נאכנישט זאל קוקען ווער די דיינים אין מנהל זענען) דארף זיך קיינער מיט זיי נישט רעכענן, אין קענסט מיר אפשר זאגען וועלכע בני ברק'ער בית דין האט ענק מתיר געווען צו גיין אין ערכעות/בג''ץ???,
 אין וויאזוי קענען זיי געבן א היתר ווען דער נתבע שרייט כ'האב שוין אינטערגעשריבן שטרי ברירון ביי די ביד''ץ בני ברק בנשיאת הגר''נ קרליץ???, 

וואס רעדסטי ווער איז דער נתבע? די ארונים אדער די זאליס? וואס אינטער געשריבען ווען אינטער געשריבען

 אין פארוואס איז די דעיט פינעם א''ג משפט שלום היתר איז נאכ'ן דעיט פין אריינגיין אין  בג''ץ????


נישט אמת

אגב, וואס ענטפרסטו וועגן די ערכעות קעגן ביה''ח אין ק''י???

עס איז א הלכה פין אין ניזקקין דאס מיינט אז ווען איינער גייט אין קארט אזוי ענק אין ער פארלירט מעג דער נתבה גיין אין קארט, אין אזוי ענק זענען געגאנגען אין קארט אויף די בית החיים מעגען מיר גיין נאכדעם אין קארט פראבירען איין צי קעשען די געווינס וואס ענק האבען אינז דעליווערט...

7# קענסט פאר די געלט שרייבען ציריסען א ס''ת אויך,

ניין איך קען נישט ווייל איך קען נישט סתם אויפמאכען זאכען, וואס זאל איך טיען איך בין דאך נישט קיין ארוני....

צום ענין: קענסט נאך אלץ נישט אפמאכען אז דער נתבע איז א גבר אלים אפי' אויב א מענטש וואס באלאנגט צו זיין קרייז האט געטוען א עוולה, אין אפי' ער אליין טוט אזא עוולה ביזטו אויך נישט ווער ס'קען עס אפמאכען נאר דאס דארף קומען פין א בית דין.
אין לשיתך, דארפען מיר קיינמאל נישט האבען קיין היתר, מיר קענען ווען גלייך צייגען וויפיל מחללי שבתים ס'דא ביי ענקער קרייז, וויפיל ?געוועזע? קדושים.... ס'באגלייטן דיין רב'ין מיט זיינע לעלוס, אין זיי ווערן בא'טיטול'ט אין ענקער ארגאן אלץ ''יד ימינו'' (ווער עס האט נאכנישט געזעהן זיין רבי'ן מיט זיינע באגלייטער וועט נישט פארשטיין וואס איך מיין), אין זאגען ענק זענען א גבר אלים....
 
וועם מיינסטי מיט  מחללי שבתים דער דיין מנשה? דער דיין פילפ? דער דיין קעצעלע? דער דיין וויינבערגער?
 אדער אפשר גאר דעם טאשען שניידער פין מאנרא?...זאג זאג  מיין קינד שעם דיך נישט וועם מיינסטי?...  




קענסט פראבירן צו מאכען ליצנות, אבער כ'וועל דיר אויסרעכנען א טיילווייזע ליסט פין די ''צענדליגע'', ואין מוקדם ומאוחר, די ארעסטן שמחת תורה פין איבער א מנין בחורים כדי צו קענען דערנאך שרייבען אין די פרעסע, די ארעסטן אין אנקלאגען 2 בחורים פאר'ן ציריקנעמן זייער קרוין, די קלאגעס קעגן די איבער א מנין נאך די דוכגעפאלענע וואלען אין ק''י, די ארעסטן ביי די קיום התורה סיין, וכו' וכו' וואס יעדער  ביישפיל פאר זיך האט דאן שטארק אפגעקלינגן אין די וועלט ענקער נעימות הרשעות....
אגב, ווארט איך אויף א ענטפר אויף די סירוב לדין אין וומ''ס, אין מסירה קעגן יחידים

 פאר גנבים וואס רייסען זיך אריין ביי יענעם מעג מען ריפען פאלציי דעס דארף נישט קיין תירץ וואס דארף יא א תירץ איז דע אחינו בני ישראל וואס זענען פארארטיילט געווארען צי לאנגע תפיסה טערמינען נאר אדאנק ענקערע מסירות ציברעכען גאנצע יודשע משפחות וכדמה, אלעס נאר פאר תאוות הניצחון, ווי די יאקעביוויטשס, אין דער וואס האט פארמאסערט זיין אייגענעם פעטער נפתלי שלעזינגער איז א בן בית ביי ענק, אין ווער רעד נאך פין אשר אלימלך מייזעלס וואס מען קען נישט אנוויזען אויף קיין איין שלעכטע זאך וואס ער האט ענק געטיען זיין אינציגסטע עבירה איז געווען אז ער האט געראטעוועט 82 די רבינס מוסדת פין אינטערגיין, אין  די האסט נאך א פראבלעם מיט מסירה? די שעמסט דיך נישט?.... 

צום שלוס, כ'פארשטיי ביי ענק איז יעצט א שטאקע ציל, צו פארדרייען פאקטען אין אפווישען ענקער שמיציגע היסטאריע, אבער כ'מיין ס'איז א שאד אויף ענקער ארבעט, די גאנצע וועלט האט אלעס מיטגעהאלטן, אין מ'קען נישט וואשען קיין מוחות
.

ס'איז ער''ש כ'האף נאך צירוק צו קומען צו דעם נושא באריכות

נא ווען קימסטי צירוק איך ווארט שוין...

.



 



 



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 20/08/2009 4:36:42




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:15 לינק ישיר 

 נא ארונימליך..אזוי נעקסטע חדש איז דא  3 זיצינגען ביי דין תורה אזוי ענק האבען געוואלט......
וויל איך ענק נאר אופםארקזאם מאכען אז ענק קענען שוין אנצינדען די אויוען...אזו זאל עס כאטשיק זיין גיט הייס אויף נעקסטע וואך, איך האף אז ענק פארשטייען אז פין א קאלטע אויווען קימען נישט ארויס קיין גיטע חלות.... 

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/08/2009 19:14:20




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג! געוועזנער ב"פ דיין לייגט קינדער אין באבוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.