די שטאט האט אריינגעלייגט $200 קעש פער קינד העכער 3 יאר אין די פ''ס קארטלעך, מ'זאל קענען קויפן סקול סופלייס פאר קימענדיגע שול יאר, די געלט קען מען ארויסנעמן ביי סיי וועלכע עי טי עם מאשין.
א קלאנג גייט ארום אז מ'קען עס נאר ארויסנעמן ביז 2:00 נ''מ, אבער קוועלער לייקענען עס אפ, אין זאגען אז מ'וועט עס קענען ארויסנעמן ביז 90 טאג (בערך ווען די גוישע שולע'ס הייבן אן די נייע יאר)
נשלח ב-11/8/2009 20:08
אלע בענק אין ווילי זענען היינט פארפלייצט מיט מענטשען, מענער און פרויען שטייען אין די ליין ארויס צו נעמען די געלט, יעדער פרויבירט צו כאפן קודם ווייל עס דרייט זיך ארום די קלאנג אז נאר ביז 2 קען מען ארויס נעמען די געלט, וואס איז סתם שטותים.
נשלח ב-11/8/2009 20:14
די געלט איז אזווי די גרענט פין HEAP יעדע ווינטער, אין מ'קען עס ארויסנעמן אויך אין רוב גראסערי'ס
נשלח ב-11/8/2009 20:29
קול מבשר מעלדט יעצט אז עס איז דא צייט 30 טעג ארוסצונעמען
נשלח ב-11/8/2009 20:52
חברה, איך ווער א קאנסערוואטיוו.
איך זע אז אלע אונזערע אידעלעך זענען קאנסערוואטיוון און זיי מאכן געלט פון אונזער ליבערעל גאווערמענט.
משא"כ איך, וואס געניס נישט פון די אלע פראגראמען, שטיי אין די זייט און קריץ מיט די ציין.
זאג נאר די שחורים און די ספאנישע מעגן מאכן א לעבן און באקומען וויפיל געלט עס לאזט זיך פון די גאווערמענט.
טא לאז די אידן אויך מאכן א פאר טאלער.
נשלח ב-11/8/2009 23:19
רבי יונה, איך בין עקסיידעט ביז איבער'ן קאפ אז די אידן מאכן אפאר טאלער. איך וויל נאר אז זיי זאלן אויפהערן צו קאמפלעינען אזוי סאך, אזוי ווי דער שטייגער פון אונזערע היימישע "קאנסערוואטיוון".
אגב, נאר אין קרית יואל אליין האט די גאווערמענט אריינגעשיקט 1.7 מיליאן דאלאר אין קעש פאר'ן היימישן עולם.
די היימישע עקאנאמיע דארף צו באקומען גאר א שטארקן בוסט פון די מיליאנען דאלאר אין קעש וואס די אבאמא גאווערמענט האט אריינגעפאמפעט צום היימישן עולם.
תוקן על ידי ziskeit ב- 11/08/2009 23:23:27
נשלח ב-11/8/2009 23:47
NEW YORK, Aug. 11 /PRNewswire/ -- To fight poverty in New York, George Soros, chairman of the Open Society Institute, today announced a $35 million gift to support low-income families across the state purchasing supplies and clothing for the new school year. Back To School New York, a collaborative effort involving the State of New York and the U.S. Department of Health and Human Services, will provide $200 per child to the families of the more than 850,000 children receiving public assistance or food stamps in New York State. Mr. Soros and Governor David Paterson announced the program at P.S. 208 in the Manhattan neighborhood of Harlem.
Dial the 888 number in back of your NYSbenefit card, press 1, enter your card #, and you will here the amount of cash you are entitled for.
זיסקייט
גיי ארום אין די גראסעריס און קוק דיך אביסעל אום,
איך בין געווען היינט אין גראסעריס אין מאנסי, ק"י און גערעט צו א גראסערי מאן פון וויליאמסבורג,
רוב עול וואס באקומט די געלט באצאלען מיט דעים די גראסערי ביללס, בעיני ראיתי
נשלח ב-12/8/2009 00:13
בערל, וואסערע פוינט ווילסטו ארויסברענגען?
דא רעדט מען פון מיליאנען דאלארן אין קעש וואס פליסט אריין אין די היימישע עקאנאמיע, דורך דעם אופן אדער דורך אן אנדערן אופן.
נשלח ב-12/8/2009 00:43
איך ווייס נישט צו די פאלגענדע האסטו געשריבען סקראראטיש (כ'האב עס גוט געספעלט) אבער ס'איז אן אמת, און כ'האב געוואלט שטארקער מאכען דיינע ווערטער.
די היימישע עקאנאמיע דארף צו באקומען גאר א שטארקן בוסט פון די מיליאנען דאלאר אין קעש וואס די אבאמא גאווערמענט האט אריינגעפאמפעט צום היימישן עולם.