צווישן סאטמארער חסידים איבער די וועלט, ווערט אין די טעג אויפגענומען מיט גרויס פרייד, דער פרישער באנד פונעם ספה"ק "ברך משה" על המועדים וואס ערשיינט אצינד לאור עולם, וישמח לב מבקשי ה' צום ערשיינונג פון די חידושי תורה וואס רביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט משמיע געווען אין די זמנים ומועדים לשמחה, די ימי חג הסוכות, הושענא רבה און שמחת תורה.
דער ספר "ברך משה" אויף חג הסוכות, איז דער צוויטער באנד פון די ספרי ברך משה על המועדים, און דער זיבעטער באנד פון ספרי ברך משה בכלל, וועלכע זענען אין די לעצטע יארן נתקבל געווארן מיט א געוואלדיגע חביבות והערצה צווישן אידן חסידים ואנשי מעשה איבער דער גארער וועלט בכלל, ובפרט צווישן סאטמארער חסידים וועלכע זענען ביז צום היינטיגן טאג שותים בצמא את דבריו פונעם רבי'ן ז"ל מיט גרויס השתוקקות.
וכמעשיהו בראשונה איז אויך דער איצטיגער באנד מלא וגדוש מיט הערליכע דרושים לכל חפציהם מתובל בדרך אגדה, דרוש, מוסר וחסידות אויף אלע עניני החג, איינגעטיילט אין ספעציעלע מאמרים אויף יעדעס ענין פון די ימי החג באזונדער, ווי עניני סוכה, ד' מינים, שמחה בחג, הושענא רבה, שמחת תורה וכדומה.
ימים מקדם
דער ספר ערשיינט אינעם פאסיגן זמן, ווען אידן הייבן זיך שוין אן צו גרייטן צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים לטובה, צווישן זיי דער יום טוב סוכות הבעל"ט.
זכרנו ימים מקדם, ווערט אין די טעג אויפגעפרישט די זכרונות ביים ציבור, פון די ליכטיגע טעג בהלו נרו פונעם רבי'ן בעל ברך משה זצוק"ל על ראשינו, און פון די געהויבענע ימים טובים וואס מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל קדשו פונעם רבי'ן ז"ל. אין די ימי חג הסוכות האט זיך ספעציעל געשפירט א רוח מרומם במחיצתו פונעם רבי'ן ז"ל, און מיט זיין שיינענדן געזוכט האט דער רבי ז"ל משפיע געווען א שפע פון שמחה און התעלות פארן גאנצען ציבור.
במשך די ימי החג האט א גרויסער טייל פונעם יום טוב זיך אלץ געדרייט ארום די דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען. ביי הונדערטער חסידים ליגט נאך אין די ביינער די גאר דערהויבענע מאמענטן, בעת דער רבי ז"ל האט פותח פיו געווען בחכמה, משמיע צו זיין דברות קודש פארן ציבור. ביי א גרויסער חלק פונעם ציבור איז דאס געווען אין די בחינה "רואים את הקולות". פארמאגענדיג א קול נמוך האט מען נישט אזוי ווייט געהערט די דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען, פארט אבער זענען הונדערטער אידן געשטאנען ווי צוגענאגעלט צו די ערטער, מיטהאלטענדיג דעם שמחת התורה וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף צורת קדשו פונעם רבי'ן ז"ל בעת ער האט משמיע געווען זיינע פייערדיגע דברי תורה. דער פראכטפולער בילד ווי דער רבי ז"ל קאכט זיך ביים זאגן די דברות קודש, איז אומפארגעסליך ביי יעדן איינעם וואס האט דאס נאר אמאל זוכה געווען צוצוזען.
אפגעזען דער השתוקקות וואס האט געהערשט צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן ז"ל. בשעת ווען דער רבי זצ"ל האט געזאגט די דברות קודש איז דער ציבור געשטאנען צונויפגעשטופט מיט א דוחקא דאורייתא, וועלענדיג אויפכאפן די דברי תורה, און אז מען האט נישט געהערט, האט מען תיכף נאך די דברי תורה זיך אנגעהויבן צו פאראינטרעסירן פון די וואס האבן יא געהערט. גאנץ יום טוב, און אויך אין די נאכפאלגענדע ימי חול המועד איז דאס געווען דער געשפרעך צווישן די חסידים, וועלכע האבן זיך פאראינטרעסירט און איבערגעהערט די טיפע בחינות וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען ביי די טישן במשך ימי החג.
לשמוע בקול דבריו
במשך די ימי החג האט מען כסדר געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן זצ"ל ביי פארשידענע געלעגענהייט. אנגעהויבן נאך אין די טעג פארן יום טוב סוכות, גלייך נאך יום כיפור האט דער רבי ז"ל שוין אנגעהויבן מעורר צו זיין קהל עדת ישורין איבער די געהויבענע הכנה וואס מען דארף מאכן צום יום טוב סוכות, און אין זיינע דברות קודש ביי שלש סעודות אינעם שבת צווישן יום כיפור און סוכות (ווען עס איז אויסגעפאלן) האט דער רבי ז"ל מרבה געווען בדברי הדרכה וחיזוק צום אנקום פון די געהויבענע טעג.
אין לויף פון די ימי חג הסוכות, האט דער רבי ז"ל מעריך געווען שולחנותיו הטהורים צוזאמען מיט א ריזיגן ציבור חסידים אין די גרויסע סוכה ליד ביתו נאוה קודש. ביי די טישן פלעגט דער רבי ז"ל מאריך זיין באמירת דברי תורה איבער דעם גודל קדושת היום, ובפרט בליל ב' דחג הסוכות ווען טויזענטער אידן זענען געקומען מיטהאלטן די התחלה פון "שמחת בית השאבה" האט דער רבי ז"ל לאנג מאריך געווען איבער דאס גרויסקייט פון דעם זמן, און איבער דעם ענין פון די שמחה ביי שמחת בית השואבה.
אין א תקופה פון עטליכע יאר נאכאנאנד איז געווען פון די גאר שיינע מאמענטן אין די ימי חג הסוכות, דער מאמענט ווען דער רבי ז"ל פלעגט ערשיינען אין איינס פון די זאלן פון די מוסדות, משמיע צו זיין די דרשה פאר די "התאחדות אברכים". אין די ערשטע יארן פלעגן בעיקר קומען דיקא די אברכים, אבער וואס א יאר שפעטער איז די דרשה אלס מער געווארן די צענטראלע דרשה זייענדיג א זמן קהלה לכל פארן גאנצען ציבור. זייענדיג פון די איינציגסטע געלעגענהייטן וואס דער רבי ז"ל האט אפיציעל גערעדט צום ציבור דורך א מיקראפאן, און דאן האט דער רבי ז"ל אויסגענוצט די געלעגענהייט מעורר צו זיין דעם ציבור אויף פארשידענע ענינים, און האט הפלא'דיג משלב געווען זיינע ווערטער מיט ווארימע דברי תורה, דברי חיזוק ומוסר אויף די עניני החג, וואס האט אריינגעדרינגן טיף אין די ביינער פונעם גאנצען ציבור. (פון תשמ"ח און ווייטער פלעגט דער רבי זצ"ל זאגן די דרשה אום חול המועד פסח).
ווער רעדט נאך פון די "צווייטע טעג סוכות" וועלכע איז ממש דער צענטראלסטער יום טוב ביים ציבור סאטמארער חסידים. אין די טעג האט בית מדרשו פונעם רבי'ן ז"ל געווירבעלט מיט צענדליגער טויזענטער חסידים פון איבער דער גארער וועלט, וועלכע זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש, און מער ווי אנדערע ימים טובים, האט די געהויבענע טעג זיך געדרייט ארום די דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען דורכאויס די טעג.
אנגעהויבן פון דעם פארכטיגן טאג "הושענא רבה" ביי וועלכע דער רבי ז"ל האט אויסגעוואשן אידישע הערצער מיט די פייערדיגע "הושענא רבה דרשות". פון צווישן די אלע דרשות התעוררות און דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען במשך די הייליגע טעג, זענען די הושענא רבה דרשות געווען דער איינציגסטער מאמענט, וואס דער גאנצער ציבור אויפאמאל האט דאס געהאט די זכי' מיטצוהאלטן און צו הערן מפ"ק פון רבי'ן ז"ל. דער ריזיגער ציבור וואס האט איבערגעפילט דעם ביהמ"ד פון ברעג צו ברעג, איז ווי מיטגעצויגן געווארן מיט דעם שטראם פון התעוררות, מיט די הייסע בכיות און הייליגע קרעכצן מיט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט די דרשה, און אפילו די וואס האבן נישט געהאט די זכי' צו שטיין נענטער צום רבי'ן ז"ל האבן מיטגעהאלטן פונדערווייטענס דעם אש להבה מיט וואס דער רבי זצ"ל האט געזאט די דרשה, מיט א געוואלדיגן אש להבת שלהבת, קלאפענדיג מיט די פיס און שאקלענדיג זיך בכל גופו, וואס האט יעדן איינעם אריינגעברענגט אין א העכערע אטמאספערע און א געוואלדיגן התעוררות.
לאנגע וואכן און חדשים נאך הושענא רבה האבן סאטמארער חסידים געשעפט חיזוק און חיות פון די "הושענא רבה דרשה". דער רבי ז"ל האט כל ימיו אנגעהויבן די דרשה מיטן "משל הידוע" וואס שוין אנהויב ביים משל האט מען געהערט די געוואלדיגע בכיות פונעם רבי'ן ז"ל, און דערויף האט דער רבי מוסיף געווען אייגענע בחינות, געהויבענע טייטשן אויפ'ן סדר פון די הושענות, פיל מיט דברי מוסר והתעוררות, מיט געוואלדיגע כיסופין און געגועין צו די גאולה שלימה. בין הדברים פלעגט דער רבי ז"ל אפטמאל מעורר זיין דעם ציבור אויף פארשידענע ענינים, ובפרט האט דער רבי ז"ל ארויסגעברענגט דעם גרויסן חורבן וואס די מדינה הטמאה האט ליידער געברענגט אויף כלל ישראל. עס געדענקט זיך נאך גוט ווי אין איינע פון די יארן האט דער רבי ז"ל א לענגערע צייט זיך נישט געקענט קומען צו זיך פון גרויס צובראכנקייט און ווייטאג און אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור, אז עס זענען ליידער דא אנדערהאלבן מיליאן קינדער וואס ווערן נתחנך צו כפירה און שמד ממש ר"ל.
אויך פלעגט דער רבי ז"ל מעורר זיין אויף עניני צניעות און קדושה. עס געדענקט זיך עטליכע יאר ווען דער רבי ז"ל האט זיך אפגעשטעלט ביים פיוט פון "אום אני חומה" און געזאגט הארציגע דברי מוסר אויף עניני צניעות המלבושים ביי די נשים, און וויפיל מען דארף זיך קלאמערן זיך צו האלטן צו די ערליכע דרכים.
תיכף נאך הושענא רבה האט נאכגעפאלגט די ליכטיגע טעג פון שמיני עצרת און שמחת תורה. שמיני עצרת אויפדערנאכט נאך די געהויבענע עבודה פונעם רבי'ן זצ"ל מיט די ריקודין מיט די ספר תורה, איז דער רבי ז"ל ערשינען (אין די ערשטע יארן) אין א שפעטע שעה צום עריכת שולחן הטהור אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש, און דארט משמיע געווען דברות קודש איבער דעם עבודת היום, און אויף דעם מאמר חז"ל "לרבות ליל יום טוב האחרון של חג לשמחה".
בייטאג נאכן דאווענען האט דער רבי זצ"ל ווייטער משמיע געווען דברי תורה ביים קידוש אין די סוכה, און באזונדער שפעט פארנאכטס ביים זיך געזעגענען פון די סוכה.
גאר געהויבען איז געווען אויפדערנאכט, ליל שמחת תורה ווען דער רבי ז"ל פלעגט זיך אפשטעלן עטליכע מאל אינמיטן די הקפות, משמיע צו זיין געהויבענע דברות קודש, און די דברות קודש זענען געזאגט געווארן אויף א ספעציעל געהויבענעם אופן, אויף וועלכע מען האט דערקענט עס איז מפורש יוצא מפי כהן גדול אינמיטן די הייליגע עבודה פון די ריקודין מיט די הייליגע תורה. דאס איז געווען סיי שמחת תורה ביינאכט און נאך מער שמחת תורה בייטאג, דער רבי ז"ל האט דאן משמיע געווען בחינות נפלאות מיט א געוואלדיגע כיסופין און געגיעון צו די תורה הק' און צום נותן התורה. נאך מער ווי געווענליך, פלעגט תיכף נאך די דברי תורה זיך שאפן גרעסערע קבוצות פון אברכים און בעלי בתים וואס האבן זיך ארומגעשטעלט ארום די פרחי החסידים וואס האבן זוכה געווען צו הערן די דברי תורה פונעם רבי'ן ז"ל, און די הייליגע בחינות האט אנגעצינדן אן אש קודש צווישן יעדן וואס האט דאס געהערט, נתלהב צו ווערן מיט א דביקות און התלהבות ביים טאנצן די ריקודין לכבוד התורה הק'.
מפי דודו ורבו
במשך כל ימי חייו איז דער רבי בעל ברך משה ז"ל געווען דבוק מיט א דביקות נפלא צו זיין גרויסן פעטער מרן רביה"ק בעל דברי יואל זצוק"ל. עס איז אלעמאל געווען רגיל על לשונו נאכצוזאגן געהויבענע מאמרים און פתגמין קדישין פון די ספרי דבי רב דברי יואל און אנדערע ספרי קודש פונעם רבי'ן ז"ל, ווי אויך פארשידענע דברי תורה וואס דער רבי ז"ל האט אליינס געהערט פונעם פעטער ז"ל.
במיוחד האט זיך דאס אנגעזען אין די ימי חג הסוכות, ובפרט אין די לעצטע טעג שמיני עצרת און שמחת תורה, וואס דאן פלעגט דער רבי ז"ל ספעציעל מרבה זיין, נאכצוזאגן געהויבענע בחינות און דברות קודש וואס ער האט אליינס געהערט פונעם פעטער דער רבי ז"ל נאך אין דער אלטער היים. דער רבי זצ"ל פלעגט אין זיינע דברות קודש נאכזאגן א שלל מיט ענינים וואס ער האט אליינס געהערט פונעם רבי'ן ז"ל, און זענען דערווייל נאכנישט געדרוקט אין די ספרי קודש.
אזוי איז דער גאנצער יום טוב געווען איין לאנגער קייט פון העכערער התעוררות און התרוממות הנפש, וואס האט אלעס - ווי דערמאנט - אין גרויסן טייל זיך געדרייט ארום די דברות קודש וואס מען האט געהאט די זכי' צו הערן אין די זמנים מיוחדים פונעם רבי'ן ז"ל.
מי יראינו טוב
אין לויף פון די צייט האבן סאטמארער חסידים ארויסגעקוקט בכליון עינים אויף דעם מי יראינו טוב, אז די דברות קודש זאל שוין ערשיינען לאור עולם דבר דבור על אופניו, אפגעשריבן אויף דעם סגנון ווי די ספרי קודש "ברך משה" וואס זענען שוין ערשינען לאור עולם, זענען אפגעשריבן און געדרוקט.
דער איצטיגער ספר איז ווייטער ערשינען דורך דעם סגל חבורה פון מוציאים לאור, וועמען דער רבי בעל ברך משה ז"ל האט ממנה געווען אויפן הוצאה לאור פון זיינע הייליגע ספרים. בחיים חיותו האט דער רבי ז"ל געגעבן פאר די מוצאים לאור פארשידענע וויכטיגע אנווייזונגען און הדרכות, ווי אזוי צו שרייבן, און ווי אזוי ארויסצוגעבן זיינע ספרים.
די חשוב'ע עוסקים במלאכת הקודש האבן אריינגעלייגט אן עבודת עבודה ארויסצוגעבן א דבר נאה ומתקבל, פון איין זייט מיט א ספעציעלע קפידה ארויסצוברענגן דעם גענויעם תוכן הדברים און די חידושים וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט ביי די דברות קודש, אבער פון די צווייטע זייט עס אפצושרייבן מיט א לייכטע און לערנבארע שפראך, למען ירוץ בו הקורא.
די חברי המערכת באשטייען פון די חשוב'ע תלמידי חכמים מופלגים, בראש וראשון הרה"ג צנא מלא ספרא רבי יעקב ווייס שליט"א מח"ס נאות יעקב, וועמען דער רבי ז"ל האט ממנה געווען אלס כותב הפרטי אפצושרייבן זיינע דברות קודש, ואתו עמו די אנדערע עוסקים במלאכת הקודש, וועלכע האבן זיך אפגעגעבן סיי מיטן שרייבן און בעיקר מיטן מגי' זיין די דברות קודש, צו פארזיכערן אז יעדעס ווארט איז קלאר און דייטלעך, ה"ה: הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תורה ויראה ד'סאטמאר, פיליעריגער פערזענליכע חברותא פונעם רבי'ן ז"ל, הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א משב"ק, הה"ג רבי מנחם מאיר מיטעלמאן שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב דסאטמאר, הה"ג רבי מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מח"ס פתחי שערים, הה"ג ר' מנחם הירש שליט"א מחשובי לומדי כולל סאטמאר וויליאמסבורג, הה"ג ר' יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א מטובי הלומדים אין קרית יואל וואס מיט זיין שטארקן מומחיות בספרי קודש לייגט ער אריין ספעציעלע כוחות פאר די הו"ל פון די ספרי קודש אלס דבר נאה ומתקבל, ווי אויך האברך החשוב כתבא רבא ר' יואל גאלדבערגער הי"ו, וועלכער האט שוין די חזקה אהערצושטעלן די מפתיחות אויף די ספרי קודש פונעם רבי'ן ז"ל.
בשנת תשנ"ד האבן די דערמאנטע מוציאים לאור עולם דאס ערשטע מאל געהאט די זכי' מזכה צו זיין את הרבים מיטן שרייבן און מסדר זיין דעם ערשטן באנד פון ספה"ק ברך משה על התורה. זינט דאן גייען זיי אן מיט די ארבעט מיט גרויס הצלחה, און יעדע עטליכע יאר קומט ארויס א פרישער באנד פונעם רבי'ן ז"ל'ס דברי תורה.
נאך בחיים חיותו פונעם רבי'ן ז"ל איז שוין געווען פארענדיגט דער גאנצער סעט ברך משה על התורה, און דער ספר איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן אין די חסידישע וועלט. אפגערעדט צווישן סאטמארער חסידים, וועלכע פילעווען כסדר אין דעם ספר, אבער אויך צווישן אנדערע קרייזן הערט מען כסדר אידן וועלכע זאגן נאך מאמרים און דברות קודש פונעם רבי'ן ז"ל וואס זיי האבן געזען אין ספה"ק ברך משה.
תיכף נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן ז"ל האבן די מוציאים לאור ממשיך געווען מיט זייער עבודת הקודש, און האבן פריש איבערגעדרוקט דעם גאנצען סעט ברך משה על התורה, וועלכע איז זינט דאן גאר שטארק צוכאפט געווארן צווישן חסידים ואנשי מעשה, און זינט דאן איז שוין פארקויפט געווארן טויזענטער סעטס ברך משה.
מיט צוויי יאר צוריק האבן די חשוב'ע מוציאים לאור ווייטער מזכה געווען את הרבים מיטן ארויסגעבן דעם נייעם באנד ברך משה, דאסמאל על המועדים, זייענדיג דער ערשטער באנד פון ברך משה על המועדים, וואס אנטהאלט דרשות און דברות קודש פונעם רבי'ן ז"ל אויף די הייליגע טעג פון ראש השנה און יום הכיפורים.
אצינד זענען זיי ווייטער ממשיך מיט דער עבודת הקודש, ארויסצוגעבן דעם פרישן באנד ברך משה על המועדים, דאס מאל דער באנד אויף יום טוב סוכות, וואס כמעשיהו בראשונה ביי די ערשטע בענדער, האבן זיי אצינד ווייטער אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות, ארויסצוגעבן א דבר נאה ומתקבל, וחזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן.
תחת עינו הפקוחה
ווי ביי אלע בענדער פון ספה"ק ברך משה, איז אויך דער איצטיגער באנד אריבער תחת עינו הפקוחה פון בנו בכורו ומ"מ בקודש כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט פערזענליך באגלייט דעם גאנצען הו"ל פון דעם ספה"ק.
נאך פון די ערשטע צייטן ווען מען האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן דעם ספה"ק ברך משה על התורה, איז דער רבי שליט"א געווען דער וועלכער האט יעדעס באנד עקסטער מגי' געווען, און דער רבי שליט"א איז אלעמאל געשטאנען על המשמר צו באגלייטן דאס ארויסגעבן דעם ספר בכל פרטי' ודקדוקי'.
אויך איצט האט דער רבי שליט"א באגלייט און דורכגעקוקט דעם גאנצען ספר מתחילתו ועד סופו, און האט מעיר געווען פארשידענע וויכטיגע הערות און הוספות.
וזה מעשה הספר
ווי דערמאנט איז דער ספר איינגעטיילט אין צען מאמרים. דער ערשטער מאמר ווערט אנגערופען "סוכת שלם" וועלכע אנטהאלט דרושים ומאמרים אויפן עצם יום טוב, חג הסוכות, ובין הדברים איז דא שיינע רמזים אויף דעם שבח והודי' להשי"ת וואס מען דארף אפגעבן אז מען האט די זכי' צו אזא גרויסע מצוה פון מצוות סוכה. אפטמאל ווען עס האט גערעגענט אין סוכות, האט דער רבי ז"ל אין זיינע דברי תורה משלב געווען פארשידענע רעיונות ווי מען דארף דאנקן השי"ת אויף די מצוה טראץ דעם וואס עס רעגענט.
מאמר ב' ווערט אנגערופען "צילא דמהימנותא", דרושים ומאמרים אויפן ענין מצות סוכה, צווישן זיי הערליכע דרושים אויפן מדרש "אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך בסוכות תשבו שבעת ימים".
מאמר ג' ווערט אנגערופען "אעלה בתמר" דרושים און מאמרים אויף מצות ארבעה מינים, וואס די דרושים האט דער רבי ז"ל געווענליך געזאגט אין די ימי חול המועד אויף די מדרשים וואס רעדן זיך מעניני ארבעה מינים והמסתעף.
מאמר ד' ווערט אנגערופען "זמן שמחתינו" דרושים ומאמרים אויף שמחת בית השואבה, די דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען עפ"ר אין די צווייטע נאכט סוכות און שפעטער בימי חג הסוכות.
מאמר ה' ווערט אנגערופען "אושפיזין עילאין" דרושים און מאמרים לכבוד די אושפיזין קדישין, ובין הדברים ערשיינט אין דעם מאמר הערליכע ענינים וואס האט נישט דיקא קיין שייכות צום יום טוב סוכות, נאר צו די פסוקים און מאמרי חז"ל וואס רעדן פון די קדושה פון די אושפיזין קדישין, וואס א גרויס חלק פון די דברות קודש האט דער רבי ז"ל געזאגט אין די ימי חג הסוכות. (אין דעם מאמר זענען אויך אריינגעשטעלט פארשידענע דברות קודש מעניני האושפיזין קדישין, וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט אויף די פרשיות השבוע שוין נאכדעם וואס דער ספה"ק ברך משה על התורה איז ערשינען לאור עולם, ווי אויך וואס ער האט געזאגט אין די פריערדיגע יארן, דינענדיג אלס רב אבד"ק דק"ק עצי חיים סיגוט, און עס ערשט אנגעקומען צו די מוציאים לאור עולם ביי א שפעטערדיגע געלעגענהייט. כדי עס זאל בלייבן לדורות עולם, איז באשלאסן געווארן עס אריינצולייגן על מקומם אין דעם מאמר).
מאמר ו' ווערט אנגערופען "דברי קהלת" הערליכע חידושים אויף די פסוקים פון מגילת קהלת וואס מען פירט זיך צו זאגן אום שבת חול המועד סוכות. אין דעם מאמר ערשיינט אויך די עטליכע דרשות וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט חול המועד פאר די התאחדות האברכים, מלאים זיו ומפיקים נוגה מיט דברי חיזוק ומוסר אויפן טאג טעגליכן לעבן. צווישן אנדערע איז אריינגעדרוקט אין דעם מאמר פארשידענע דברי התעוררות וואס דער רבי ז"ל האט מעורר געווען דעם ציבור זיך צוצושטעלן צו די תקנות וואס ער האט געמאנט און געפאדערט איינצוהאלטן, אויף עניני צמצום ביי שמחות וכדומה.
מאמר ז' ווערט אנגערופען "שואגים הושענא" די פייערדיגע דרשות התעוררות און געהויבענע מאמרים אויף דעם הייליגן טאג "הושענא רבה" וכמעשיהו אינעם ספה"ק ברך משה אויף ראש השנה און יום הכיפורים, זענען די "הושענא רבה דרשות" עפ"י רוב אפגעדרוקט געווארן כמעט גענוי דאס לשון וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט, משולב מיט די הארציגע דברי מוסר און דברי כיבושין בגודל מעלת היום.
מאמר ח' ווערט אנגערופען "אך שמח" ענינים אויף שמיני עצרת, וועלכע איז באזירט אויף דעם מאמר חז"ל "אך לרבות יום טוב האחרון לשמחה", הערליכע חידושים וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען אין די זמני שמחה פון שמיני עצרת ושמח"ת.
מאמר ט' ווערט אנגערופען "שישו ושמחו" דרושים און מאמרים אויף די געהויבענע זמני שמחה פון ריקודין לכבוד התורה אום שמחת תורה, וועלכע איז באזונדער מעורר די רגשי הלב, ווען מען דערמאנט זיך פון די ליכטיגע טעג וואס מען האט די זכי' געהאט מיטצוהאלטן די הקפות פונעם רבי'ן ז"ל, ווי ער איז רוקד די הייליגע ריקודין מיט א דביקות עילאה מלא ענווה ופשטות, צווישן אנדערע דערמאנט דער רבי ז"ל מערערע מאל די הייליגע ווערטער פונעם זוהר הק' אז די אבות הקדושים געפונען זיך דא, ווי אויך מאמרים נפלאים מלא דביקות צו די תורה הק'.
מאמר י' ווערט אנגערופען "פעמיך בנעלים" ענינים שונים אויף נעילת החג, בעיקר פרפראות לחכמה אויף די גמרא אין מסכת ברכות וואס עס איז דער מנהג צו לערנען ביי נעילת החג, ווי אויך עטליכע דרושים משלב צו זיין סוף התורה לתחילתה.
ווי ביי אלע ספרי קודש פונעם רבי'ן ז"ל, איז דער ספר מלא וגדוש מיט געהויבענע און טיפע בחינות, געבויט אויף הקדמות נפלאות פון ספרי קודש, ובפרט פון ספרי בית אבותיו הק' זצוק"ל, ובמיוחד על דבריו פון מרן דודו רביה"ק בעל דברי יואל זצוק"ל. אזוי ארום איז דער ספר אויך אן אוצר בלום א כרכא דכולה ביה, וביניהם א שלל מיט פרישע ענינים פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זצוק"ל, וועלכע ערשיינט אצינד צום ערשטן מאל לאור עולם.
הוצאה לאור
אין די לעצטע יארן האבן די מוציאים לאור עולם זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט, ארויסצוגעבן דעם ספר צו שטילן דעם דורשט פונעם ברייטן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר איבער די וועלט. א גרויסע יגיעה איז אריינגעלייגט געווארן, אפצושרייבן אלע תורות וואס דער רבי ז"ל האט משמיע געווען במשך די יארן. ליידער אבער זענען א חלק פון די דברות קודש פארלוירן געווארן, נאכדעם וואס גלייך נאך יום טוב ווען מען האט אפגעשריבן די דברות קודש, האט מען נישט אלעס געדענקט אפצושרייבן. פארט אבער איז געלונגען אז רוב רובם פון די דברות קודש וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט במשך השנים איז אפגעדרוקט געווארן אויף א הערליכן אופן.
ווי ביי אלע בענדער ברך משה, האבן די מוציאים לאור זיך ספעציעל אריינגעלייגט, ארויסצוגעבן דעם ספר לויט די קלארע הוראות פונעם רבי'ן ז"ל, ווי דאס נישט אריינדרוקן קיין נעמען פון מעות קדימה אינעם ספר, און דערקעגן זאל עס פארקויפט ווערן פאר א ביליגן פרייז, במחיר השוה לכל נפש, ווי עס איז אלץ געווען רצון קדשו פונעם רבי'ן ז"ל.
דער ספר וועט אי"ה פארקויפט ווערן דעם קומענדיגן זונטאג, כ"ו אב ביים ציון הק' און דערנאך ביי די סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
מחיל אל חיל
אצינד זענען די עוסקים במלאכת הקודש שוין אריינגעטוהן אין די ווייטערדיגע ארבעט, ארויסצוגעבן דעם קומענדיגן באנד ברך משה, דאסמאל אויפן יו"ט חנוכה, און דערנאך וועט נאכקומען בעז"ה די אנדערע ימים טובים. א באזונדערע ארבייט ווערט אריינגעלייגט מסדר צו זיין די חידושים אויף סוגיות הש"ס, אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס.
עס איז צו האפן אז דער ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן גאר שטארק הנאה האבן פון די עבודת הקודש וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין דעם ספר, און דורך די הייליגע דברי תורה ווייטער זיך מדבק זיין מיט דעם צדיק בגנזי מרומים, און זכותו הגדול וועט זיכער מגין זיין אויף די עוסקים במלאכת הקודש און אויף אלפי תלמידיו וחסידיו געבענטשט צו ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.