בית פורומים אחים אנחנו

דער בלאט לייגט זיך צו'נער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2009 21:00 לינק ישיר 
דער בלאט לייגט זיך צו'נער


ווי ס'איז א באקאנטע זאך
און ס'איז אסאך מאל שוין אויסגעשמיעסט געווארן, איבער אסאך פלעצער, היימישע, ענגלישע, ציוניסטישע העברישע,
 ווי אלע רעדן זיך אפ בפה אחד, אז די בלאט גנב'ט ארום פון איבעראל, צו זאל דאס זיין בילדער, נייעס, אויפדעקונגען, וכו'

אבער דעי וואך איז ממש געקומען צו לאכן,

(להערה בעלמא, איך לייען נישט די בלאט, נאר א חבר מיינער איז געקומען מיר זאגן מיט א מחאה, היתכן די בלאט ברענגט הרב קוק, האב איך גלייך פארשטאנען פון וואס ער רעד)

אין בלאט דעי וואך איז געשטאנען אזא נייעס:

פראפעסאר אין א"י דעקט אויף, אז די ספרים פון הרב קוק איז צענזזירט געווארן, כדי צו געפעלן אין די אויגן פון היימישע אידן, עקסקליזיוו פון אינזער קראפענדאנט אין א"י, יוסף לייב יאקאב,

נו לאמיר אויס געפינען פון ווי שטאמט דעי נייעס:

פאריגע וואך מאנטיג, האט איינער, עפעס א ניק, אינעם דערנעבידיגן פארום, בחדרי חרדים, ארויף געברענגט דעם ענין, וואס ער האט געטראפן אין א בלוג פון עפעס א פראפעסאר,

נו, נישט געפערליך,

אבער די ליצנות איז:

אז יעדער ענטפערט איהם אפ דארט, אז דאס איז שוין אן אלטע מעשה, און ס'איז שוין באהאנדעלט געווארן צענדליגער מאל, איז וואס ווועקסטו דיך יעצט אויף,

יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון:

זיצט זיך עפעס א שמויגער אויפן קאמפיוטער, און טרעפט אין עפעס א בלוג אן אלטע נייעס, אז קוק ספרים איז צענזרירט,
פאר איהם איז דאס זייער אינטערסאנט, פאסט ער עס אויפן בלאג, צו הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם,
קומען אפאר אנדערע בלאגער'ס, און זאגן איהם אז ס'איז אלטע נייעס,

קימט דער בלאט, מיט אן אויפדעקונג פון א"י, עקסקליזיוו פון זייער קראספענדאנט יוסף לייב יאקאב, איבער דעם מורא'דיגע אויפדעקונג.............

נישט דא ווער ס'זאל לאכן.............

זאגטס מיר, איז נאך געבליבן איין סיבה פארוואס א נארמאלער מענטש זאל אריינקוקן אין דעם טינופת...

דא האט איר א לינק צו דעם שמועס, אויף בחדרי חרדים:

http://bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2667066&forum_id=771



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > דער בלאט לייגט זיך צו'נער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext