איך עכט נישט געוואלט ארויף לייגען אויף דער פורם דעם הסבר, אבער אז אזא גוטע קאלגע וואו געלעכטער פרעגט, איז מן הנימוס מען זאל אים ענפערען,
איך וויל נאר קלאר מאכען אז דאס איז מיין פראווטע מיינונג, איך פאר טרעט נישט קיינעם!
אזוי ווי אין די לעצטע שטיק צייט האבן זאכן זיך אנגעהויבן רירן אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דער בן השלישי איז געווארן פארגעשריבן פון בן פראדל, מ'זיצט שוין ווידער אין סוואן לעיק מיט די פיס ארויף אבער מ'איז וואכזאם צום רעאליטעט אז די וועלט שלאפט נישט, די וועלט איז נישט משוגע צו זינגן קדוש פאר א שיפעלע זיבעלע מיט ווייסע זאקן, מ'ווערט בכלל נישט אנציקט פון די לאנגע בארד און שלאנקע פיאות אדער פון די געבויגענע ריקודין מיט די ווייסע בעקעטשע, ניטאמאל פון דעם פאקט אז ער באזיצט בגניבה דעם טאטן'ס הויז וואו די לעקטער איז אפען צו בעדפארד עוו. ביזן עלות השחר... דאס אלעס ברענגט נאך נישט אז "די וועלט זאל איינזען" אז "ער" איז דער סאטמאר רב, און דער גרויסער ברודער איז א פארגאנגנהייט, האט מען זיך אנגעהויבן כאפן ביים קאפ, אוי, ס'איז צרות...
די קאנצענטראציע פון די אנגעזעצטקייט האט העליש אויפגעפלאקערט זינט אונזער קאלאגע הער סופערעמסי האט געשריבען זיינע ארטיקלען וואו ער דעקט אויף דעם פאלשן שלייער פון די הייליגע "סעלף-היומען-העיטעד-פיעפל" אונטער דעם איצטלא פון "רבי'ן ז"ל"...
- נאכגעפאלגט, זינט דער בלאט (אין די פסח אויסגאבע) האט געשילדערט א לענגערן ארטיקעל "וואס דריקט שוין 10 יאר אויף די מוחות".
- ווייטער, זעענדיג דעם פאקט אז קהל יטב לב האט געראטעוועט דעם בית החיים פון די הענט פון די זאליבאנער.
- צו דעם איז צוגעקומען אז צוליב די ענגע עגאאיסטישע אינטערעסן פונעם בן השלישי וועלכער האט געפאדערט "מחילה", האט דער לאנגיעריגער משמש ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו געשלאגען כפרות מיט די גאנצע זאלי באנדע, און דעפעקטירט צו קהל יטב לב, מיטברעגנדיג מיט זיך נכסי מלוג דעם בית החיים אין ניו זשערסי.
- מ'קוקט זיך ארום אויף דעם "אימעזש" ארום די וועלט, אלע גרויסע קהילות ווי, גור, בעלזא, סקווירא, און נאך, האבן איינגעפירט ביי זיך אין די קהלה די "חתונה תקנות" וואס איז נתקן געווארען דורך כ''ק אדמו''ר שליט''א.
- דא שטייט מען נאך א שרעקליכן דורכפאל, ווען ריכטערין קארלין דעמעראסט האט געצווינגען די זאלי'ס אין בארא פארק אז זיי מוזן זיך שטעלן צו - - - דעם שרעקליכן ווארט - - - דין תורה!!! אוי, א בראך אויף זיי, דער חלום פון פארכאפען די נכסי הקהלה אין ב''פ איז צינישט געווארן.
- אינצווישן קומט ארויס א בריוו פון די גרעסטע בתי דינים בכתב ידם פון די סאמע העכסטע גדולי ישראל בארצינו הק', וואו הגאון הגדול דער שבט הלוי שליט''א, כ''ק מרן גאב''ד ירושלים שליט''א און נאך, אז די זאלי'ס מוזן זאפארט ארויסגיין פון בג''ץ, דער סאמע בן השלישי ונועם המדות איז א "אח הוא לאיש משחית", - א טיטול וואס זיי וואלטן געצאלט טבין ותקילין דאס צו שמירן אויף זיין אח הגדול ממנו בחכמה ובתורה וביראת חטא.
- בנתיים שפילט זיך אפ דער געלונגענער "מיידלעך שטערן קאנצערט", וואו אלע רבנים און קהילות איבער גרעיטער ניו יארק, האבן אויסגערופן מיט א פאראייניגטע שטימע צו ר' זלמניו מיט די גאנצע לישקע באנדע, ''אין לנו חלק ונחלה עמכם''!!!
- דא הערט מען א שמועה רחוקה אז אט אט ווערט שוין פארווירקליכט די "שחיטה פון גסות" וואס רבינו שליט''א האט אראפגעשטעלט אין די שטאט טעקסאס, און ס'מאכט שוין אויף אירע טירן באלד נאכן זימער.
אפגעזען פונעם פאקט אז ביי די עמלקים / משכילים / נעאלאגן / מהרסים / מחריבים / מחוצפים / עזי-פנים / קאנטאניסטן / פראנקיסטן / נעא-נאציס / ציונים / פרעמדע / קלויזנבורג / סאשע / עברית / עפרא לפומי'ה / וויינבערגער פרשה / דף היומי / בן סורר ומורה א.א.וו. המכונים "אהרונים" (ברוך שם כבוד מלכותו...) הערשט א צופרידנהייט, מ'לערנט א מסכתא נאך א מסכתא, מ'האלט שוין ביי די זיבעטע מסכתא לאורך ימים ושנים, מ'האט א שבת א יו"ט, מ'איז ארויפגעקוקט ביי גדולי ישראל און רבנים בכל חצרות הקודש היראים לדבר ה', און אלעס גייט אן אן דעם "פילאט" פראדלזאהן.
מ'קוקט זיך ארום דעם פאקט אז העכער צוואנציג טויזנט ילדי תשב"ר ובחורי הישיבות ווערן נתחנך אין די מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע ווייסן ניטאמאל פון דעם מן-הארץ הגדול און זיינע איידעלע מדות, זיי ווייסן נישט פון קיין סכמותא עליונה, קיין רצון צדיק, זיי האבן קיין אהבה מסותרת, זיי פאלגן נישט קיין "הנהגת התורה" נאר די תורה הק' זעלבסט, זיי זענען נישט געבינדן צו קיין "תהליכי הקהלה" נאר צו תהליכי התורה הק', זיי קימערן זיך נישט מיט אזעלכע נארישע לאזונגען ווי "לישקע'ס הבד"ץ", און "נקודה הפנימיות". אלעס פארט אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם, גענוי אזוי ווי יעדער חסיד בארבע פינות העולם וואלט זיך געווינטשן אז "זיין רבי" און "זיין חסידות" זאלן אויסזען.
די אלע זאכן האט אריין געווארפען די זאליבאנער אין ערנסטע פאניק.
די דעמאלאריזאציע וואס הערשט און די זאלי פארטיי, האט זיך פארשטארקעט אויף גאר א גרויסן פארנעם, די ערענסטע זאליס האבן אנגעהויבען אראפשיילן דעם שאלאכץ וואס בן פראדעל האט ארויפגעקלעבט אויף זיייערע מוחות, אז:
- מ'גייט געווינען...
- מ'האט געווינען...
- אלעס בלייבט ביים אלטן...
- די בלאט גייט אונטער...
- דער ווילידש און קרית יואל גייט אריבער צו אים (ער האט דאס לאנג געחלומט זייט ר' לייביש איז א נפטר געווארן)...
- מ'גייט געווינען בארא פארק...
* מ'האט דעם בית החיים...
- ר' חיים דוד ווערט צוריק דיין...
- הגריח"מ פריעדמאן ווערט ירושלימ'ער רב...
- ר' זלמניו ווערט נשיא פון התאחדות, רב טוב, קרן הצלה, עדה החרדית, וכו' וכו'...
מ'האט זיך אנגעהויבן צו כאפען ביים קאפ, ''אוי, ס'איז צרות'', וואו שטייט מען אויף די וועלט?
פון די צווייטע זייט, אין דעסטראקציע איז גראדע געווען א סוקסעס ראטע, "דער איד" האט רעגלמעסיג אראפגעריסן דעם גרויסן "עמלק" פון דור, ווי זיי גלייכן צו בא'טיטול'ן כ''ק רבינו שליט''א, מען האט געהעצט, געשריגען, זיך געגעסן דאס געזונט, געשאלטן יענעם און זיך, יא! און די זאליס האבן געמיינט אז יא! זיי האבן עס!
אבער ווען מ'האט זיך געכאפט ביים קאפ אז אויפן פאזעטיוון פעלד מוז מען אויך עפעס אויף טאן, דא! איז געשען דער בראך! אויפן געביט פון פאזעטיווקייט שטייט מען נאך אזוי מען איז געשטאנען ח''י סיון תשנ''ט, ווען די "למה נגרע" געשריי איז ענדליך דערהערט געווארען! און אחוץ שרייבן אן ארטיקל אין "איד" העשירי יהי' קודש, טרעפט מען זיך ביי איה הקדשה...
א ערנסטע דעפערעסיע האט צוביסלעך גענומען אריינדרינגען אינערהאלב די זאלי פארטיי, די פארווארפן זענען געווארן דארט א אנגעזעענער גאסט, דער שרייט אויף דעם און יענער שרייט צוריק, 'יאקאבאוויטש' אויף 'לעפקאוויטש' און 'שטויבער' אויף 'וואלדמאן', דרינגענדע שריט האט געמוזט אקטיוויזירט ווערן צו ראטעווען דעם מאראל און די פארטיי, עס זאל נישט אינגאנצן פארפאלן גיין.
אנשטאט זיך נעמען ארבייטן און אריינלייגן כוחות אויף פאזעטיווקייט, זיך בויען, ווי א סאך ערנסטע זאלי'ס האבן געפאדערט, האט מען זיך גענומען פארשטארקן דער נעגאטיוון פראנט אויף גאר א שטארקן פארנעם, פארוואס?
ווייל: "נועם המדות"!
די קנאה ברענט שוין יארן אין הארצן פונעם בנו השלישי, ביי אים און ביי די רביצין, ביסטריץ מיט סיגוט האבן זיך נישט געפארט, מ'קוקט מיט וויסטע שנאה ווי דער ברודער פון קרית יואל וואקסט א גדול בישראל, זיין רביצין אין בארימט אלס אשת חיל און בעלת חסד, פאר חסידים און שונאים צוגלייך, און דא זיצט מען אין בארא פארק, מ'האט שוין פארמאכט די סיגוט'ער ישיבה וואס מ'האט באקומען בשנת תשמ"ב, מ'האט שוין מספיד געווען ביי לוי'ס און געשמייכלט ביי ניחום אבלים'ס פון די מגולחים, מ'איז שוין געפלויגן קיין ארץ ישראל איבערצונעמען די ארטיגע רביסטעווע, מ'איז שוין גאנצע צען יאר צוריק אין ברוקלין, און וואו האלט מען? ביי "נעילת החג טיש"!
דא קומט צו די ראלע פון בן פראדל (וואס א לענגערע אפהאנדלונג איבער אלע שטריכן פון דעם קראנקהאפטיגן פארשוין איז אונטערוועגנס), מ'טוט אלעס אויף זיין ראט, און ער קען בלויז נעגאטיוו! ער פארשטייט אינגאנצן נישט צו קיין פאזעטיווקייט, מען קען נישט טרעפן אין זיין רעקארד א שריט וואס ער האט געטאן, און ס'האט עמיצען נישט וויי געטאן! (אחוץ ווערן אראפגעקלאפט ביי אייזיק לעפקאוויטש...), און ער איז היינט דער "קאמאנדיר אין טשיף!" פון די גאנצע זאלי פארטיי, על פיו יצאו ועל פיו יבואו, שמעקט זיי יא אדער נישט.
אלזא, מען זוכט אפיר א רענדער מיט א גוט פיסקל, א צינישער קאלטער לץ, מיט א אנגעגעסענע האס קעגען רבינו שליט''א, און מ'האט גאנץ שנעל געטראפען א בר נש מיט די דאזיגע טאלאנטן, "הרב" נפתלי בלומענפעלד"!
מ'האט אים אויפגעשטעלט פאר די קווינסער בוי'עס, און ער האט געהאלטען א מייסטערהאפטע רעדע, ער האט פרובירט אריינצובאכענען פאר די יונגע אומגעצייטיגטע מוחות, א תורות לאקשן פון עפעס א "נקודה הפנימית" פון רבי'ן ז''ל... די סך הכל פון די דרשה איז געווען, אז די נקודה פון רבי'ן ז''ל איז פיינט האבן, שעלטן, זידלען, שרייען, אויף יענעם, ובעיקר אויף ר' אהרן די קליפה פון היינטיגן דור וואס ער איז שולט אויף אונזערע מוחות, און קומען און ראדני דאווענען, אז די אהרוינים זאלן שעלטן, דאס איז בקיצור דעם סך הכל פון זיין דרשה.
איבריג צו זאגן אז כלל ישראל האט געוויינט פאר געלעכטער, פון די וואנדערבארע דרשה. (אגב, מ'האפט אויף נאך, אולי...)
זעענדיג אז דאס אלעס ברענגט נישט קיין פירות, די דרשות איז געווען פיל מער "שטאף" פאר די אהרונים ווי ווירקזאם פאר די זאליבאנער, האבן בן פראדל מיט הקדוש רבי זלמניו באשלאסן צו באקעמפן דעם "עמלק" פון דור דורך אן אנדערן מיטל.
איז יא! איר האט געטראפן! פארמעגליך!
מ'האט געדינגען דעם הער פארמעגליך, און ארויפגעלייגט אויף אים צוויי אויפגאבעס.
1. צו פעלשען די היסטאריע פון סאטמאר די לעצטע 30 יאר.
בויען פאלשע יסודות, דערנאך שרייבען די פאקטן, און אויסשניצן די פאקטן, אזוי אז עס זאל שטימען מיט די פאלשע יסודות, אזוי ארום וועלן די זאלי'ס אביסעל אויפלעבן, אז זיי וועלן זיך ''פרייען'' אז זיי וועלן האלטן אז זיי האבן די זכי'ה צו זיין זאליבאנער, ווייל די באמבאסטישע פאקטן וואס הער פארמעגליך דעקט אויף, צייגן דאך קלאר אז רבינו שליט''א טאר נישט זיין קיין מנהיג ישראל, די הנהגה איז שוין רעזעווירט פאר ר' זלמניו, יא! נאך פון די צייטן פון ישמח משה זי''ע! דעריבער זענען זיי די עכטע סאטמארער, און די חסידים פון רבינו שליט''א זענען נישט מער און נישט ווייניגער ווי "ספלעשי" און ''ליבאוויטשער'', (זיי האבן אפי' ''עכטע'' בילדער פון רבינו שליט''א מיט א קנייטש-הוט, און פאכעט מיט די האנט אזוי דער לעצטער ליבאוויטשער פירער, נעבעך).
מ'לייגט א וויץ, א פערסענאלעטי, א פאקט, און היידא, דאס איז דאך ממש ער, איי, נאך א מזל מיר האבן אים אויפגעטוישט מיטן אחיו הצעיר.
2. דאס איז שוין פאר בן פראדעל פערזענליך: מחדש זיין שמיץ מיט ליצנות און לגיונות אויף רבינו שליט''א.
דאס איז צו צייגן פאר רבינו שליט''א, אז ווען בן פראדל ווייזט מיטן לאנגן פינגער! דארף מען מורא האבן! ווען בן פראדעל שרייט ווי א ציגיינער "איך וועל דיך מאכען פאר רויזעלע" דארף מען מורא האבן און זיך לאזן...! דאס איז זיין פערזענליכע נקמה אין רבינו שליט''א, וואס איז לויט זיין קרומען קאפ דער גורם אז זיינע לאנג יעריגע חלומות, איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז.
דער ציל דארף אויך דינען ריינצואוואשן בן פראדל'ן! אז די גאנצע זאלי סומטאכע וואס בוזשעוועט אין די אידישע וועלט די לעצטע 10 יאר! האט גארנישט צו טאן מיט אים, ער איז א וואויל קינד, ער רעדט נישט קיין לשון הרע! זיצט און לערנט! מאכט מפתחות אויף דברי יואל, ממש א "עבד לעבדי ה'", דאס איז דער רבי דער ברך משה ח''ו, אדער גאר נאטורליך אז דער "פוטש" איז נישט געלונגען, פיין און וואויל, דער עיקר נישט מיט בן פראדל!
אונזער בן פראדעל האט א מנהג, אז יעדע זאך וואס ער טיט אין עניני הכלל, זאל ער פריוואט אויך בענעפעטירן, צו דעם האט ער א לאנג יעריגן שותף לדבר מצוה מיטן נאמען לואיס קעסטנבוים, למשל: איחוד עולמי געלטער, קרית ויואל משה אין ירושלים עה''ק, דער איד, ער מוז איבעראל עפעס האבן פאר זיך אויך. אלזא, אויב מ'שרייבט שוין יא עפעס לטובת זלמניו, זאל ער שוין אויך בענעפעטירן דערפון.
ועל כולם קומט צו דער זייטיגער בענעפיט, אז לעפקאוויטש, יאקאבאוויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, זאלן אלע איינזען אז דער ערפינדער פון דעם וואנדערבארן אויסטרעף צו קרוינען זייער אזוי געליבטן ר' זלמניו, דאס איז גאר געווען דער ברך משה אליינס! דער הייליגער רבי וועמען זייער אבי אבות ה...וויטש'עס, המנוח רבי אביגדור זיכרוינוילאווראכע, האט אזוי געגליכן און געשטיצט...
איצט צום ענין:
ווען מיר קומען קלארשטעלן די פאקטן מוזן מיר דאס צוטיילן אויף עטליכע מאסנאמען:
א) אויף דעם וואס עס ווערט געפעלשט היסטאריע, דאס איז א זאך וואס טאר נישט טעלארירט ווערן. פארוואס? וועגן די קומענדיגע דורות וואס האבן נישט מיטגעלעבט די בלוטיגע תקופה אין סאטמאר, זיי וועלן ליינען די פעלשערייען פון פארמעגליך און טאקע אנהייבן טראכטן אז "שוא עבוד אלקים", מ'קען זיין א תלמיד מובהק פון "דזשיגאן" און ווערן "סאטמאר רב"... דעריבער איז וויכטיג אראפצושטעלן די היסטארישע געשענענישן מיט אמת'ע ליכט!
ב) אויף דעם וואס ער באשמיצט רבינו שליט''א, דאס קען אדורכגיין אן קיין פיפס; אויף דעם איז נישט שייך צו ענטפערן; דאס איז שוין אזוי אלע דורות אז די משכילים לאכן אפ פון די צדיקים, דאס איז שוין אזוי יארן, עס איז גאר א כבוד פאר רבינו שליט''א, כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף.
- אויב איז דער ישמח משה זי"ע נישט קלענער געווארן ווען דער דיין אין אוהעל האט אויף אים געשריבן מיאוס... (עיין בדרשת רבינו הברך משה זי"ע בהכתרת רבינו שליט"א מוצש"ק וירא תשמ"ה אין קרית יואל, מ'קען עס הערן אויפן טעיפ).
- אויב איז רבי אלעזר ניסן זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער איז אנטלאפן מיט בזיונות פון סיגוט...
- אויב איז דער ייטב לב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער האט געמוזט בחרפות ובושות אנטלויפן אינמיטן די נאכט פון די שטאט, און מ'האט אים געווארפן א שטיין אין קאפ אינמיטן די איינצוגס דרשה...
- אויב איז דער קדושת יו"ט זי"ע נישט קלענער געווארן ווען מ'האט אויף אים געשריבן כל דבר של גנאי ביי די סיגוט'ער מחלוקה...
- אויב איז דער עצי חיים זי"ע נישט קלענער געווארן ווען געוויסע "חסידים" האבן אים אונטערגעריסן און געקריגט מיט אים אין זיין גלילות...
- אויב איז דער הייליגער רבי מרן רבינו הקדוש מהר"י ט"ב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען:
1. דער "טראנסאלוואנישער צייטונג" האט אים באקרוינט אלס דער "היטלער פון דור".
2. חיים ליבערמאן האט געשריבן וועכנטליך אין פארווערטס און דאס דערנאך געדריקט אין ביכל "דער רבי מיטן שטן"...
3. די איזרעלישע צייטונגען האבן אים געשאלטן אלס דער "שונא ישראל" נומער איינס, און געשאטן קיתונות של שופכין אויף הוד קדושתו...
- אויב איז רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אויף קיין האר נישט קלענער געווארן ווען חיים שאולזאהן האט אים באשריבן מדי שבוע בשבוע מיט די ארגסטע לשונות של גנאי... (א ראי' אז ער איז נישט קלענער געווארן, ווייל אלע דעמאלט'דיגע ליינער באלעקן זיך היינט ווען ס'ווערט "אויפגעדעקט" אז דער פלאן פון ברענגן זלמניו קיין ברוקלין איז געווען דער "ברך משה"...)
- דאס זעלבע קען חלילה נישט רבינו שליט"א אויף קיין האר קלענער ווערן ווען בן פראדל, פארמעגליך בשליחות פונעם נועם המדות זעצן זיך שרייבן געמויזעכץ פון העכסטן קאליווער. און נישט דאס דארפן מיר ענטפערן.
ג) אויף דעם וואס ער וויל ח''ו אראפגעבן כאילו דער הייליגער רבי דער ברך משה האט עפעס צו טאן מיט די זאלי געמויזעכס, אויף דעם מוז מען ענטפערן! למען כבודו של אותו צדיק!
ד) אויף דעם וואס ער וויל ריינוואשען בן פראדל! מוז מען אויך ענטפערן, ווייל דער בן פראדעל איז באגאנגען אזא פארברעך אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, ס'קומט זיך אים דעם כבוד זיך צו קוילערן אין קבר! למען ידעו דור אחרון אויף וואס א גבאי איז אלס עלול, און וואס דער תאוה פון כבוד און געלט קען צוברענגען! עס זאל אים נישט געשענקט ווערן, זיין נאמען זאל פארבלייבען לדראון ביי כלל ישראל! זיינע דורות שפעטער זאלן זיך שעמען אז ער איז געווען דער זיידע זייערער.