בית פורומים אחים אנחנו

הערליכער אינטערוויא בנוגע די הסתלקות פון רביה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2009 02:23 לינק ישיר 
הערליכער אינטערוויא בנוגע די הסתלקות פון רביה"ק

אויף קול מבשר איז דא א הערליכער אינטערוויא ר' הערשל פריעדמאן מיט ר' יעקב ישראל פריינד. וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן פון די לעצטען טאג פון הייליגען רבי'ן ביז א טאג נאכ'ן מציבה שטעלן (פון שבת קודש פר' ראה ביז מאנטאג תצא).
 
ביי די לעצטע 5 מינוט רעדט ער פון קרית יואל וויאזוי דער ברך משה האט עס אהערגשטעלט צוריק אויף די פיס, הערט מען אז עס מעקט זיך אויס אביסל, זעהט אויס אז ער האט גערעדט אביסל פאליטיש.

עס איז באמת א הערליכע שמיעס אבער איך האב אפאר הערות אויף דעם, וואס איך וועל שפעטער צושרייבן

 



תוקן על ידי בשמחה2 ב- 13/08/2009 3:16:51




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 02:43 לינק ישיר 

1. נאכ'ן דאווענען האט רביה"ק נישט געזונגען שלום עליכם (די סבה דערפון האט מען געשמיעסט ווייל מ'באגריסט דאך די מלאכים וואס זאגן יהי רצון לשבת הבא כן, און אזוי ווי ער האט שוין נישט געלעבט א וואך נאכדעם זענען שוין נישט געקומען מלאכים)

2. ביי ר"ח בענטשען האב איך געהערט מפי מקורות נאמנים אז רביה"ק האט גארנישט געזאגט, נאר ר' עזריאל הי"ו האט געזאגט הויעך "אמן"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 07:59 לינק ישיר 


זעט אויס, אז ביי די ארונים איז זייער אנשטעקיק די מחלה פון "דמיונות און לגיונות"

אנגעפאנגן ביי זייער פירער, און  גענדיג ביי זייערע הייד פארק שרייבער (באמת איז דאס היינו הך....)

איז נישט צום גלייבן, וואס דער יענקעל פריינד פארקויפט דא,

הערשעל פרידמאן שטעלט איהם פאר, ווי א בעל זיכרון נפלא, וואס געדענקט יעדע דיטאל,
נו, לאמיר זיך איבערצייגן,

 פארציילט ער דארט, אז ביי שחרית איז די רבי צוגעגאנגן צו עד הנה, אבער אזוי ווי ער איז געווען זייער שוואך, האט ר' יוסל צוגעשיקט זיין יוגסטע איידים,
אוון ער רעכענט דארט אויס זייער פינקטלך, אז דאס איז ר' העניך מייזליש, און דייקא ער, ווייל ער איז אן אייניקל פון יייטב לב, א.א.וו.

האב איך מיך נישט געפוילט, און אנגערופן טאלשעווע רב אליין, ווילענדיג פרעגן פרטים איבערען דאווענען, און בכלל איז מיר עס געווען אינטערסאנט, אז איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון,

זאגט ער מיר נישט מער און נישט ווייניגער להד"ם
לא היה ולא נברא,

 נו, אפשר דאך האסט פערגעסן, צו עפעס בערך אזוי,

ניין, ער איז געווען אין לאנדאן יענע וואך......

יא, יא, אזא פנים האבן אלע זייערע מעשיות,
און איך דארף זיי נאך גלייבן אויפן ווארט ווען זיי ברענגען עפעס א מעשה בשם אומרו
וואס איז זיך סותר, מיט וואס גאנץ סאטמאר האט געוויסט אלע יארן,  (יעדער פארשטייט וואס איך מיין)

חלומות   דמיונות   לגיונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 13:57 לינק ישיר 

האסט אים געכאפט ביי איין ליגענט, אדער מעגליך א טעות, און האסט אינגאנצען אוועקגעמאכט אן אינטערוואוי וואס דער סאטמאר'ער ציבור איז אויף דערמיט, דער אינטערוואוי מאכט אלע סאטמאר'ער אידן וואס געדענקען דעם רבי'ן ז"ל פארלאזן טרערן אפגעזעהן ווי מען באלאנגט
שרייבסט, חלומות דמיונות לגיונות, פארוואס ווייל איין פרט איז נישט ריכטיג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 15:22 לינק ישיר 

א זאלי האט מיר דעזאגט פאריגע וואך אז ס'איז בי"ד האט ארויסגעגעבען א עיקול אויף די ב"פ מוסדות, כ'האב שוין געווארט א פולע וואך און להד"ם!!! נישטא אזא זאך!!!
אזוי זעען אויס אלע זייערע מעשיות.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 01:29 לינק ישיר 

איך מיין אז דע שמיעס הייסט פארדרייט דעם נושא

3. ס'איז אמת אז ר' העניך האט נישט געדאווענט פאר'ן עמוד, אבער די טעות איז נישט אזוי גרויס ווייל זיין שוואגער ר' מאיר שפיץ שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד. און נישט פון ישתבח נאר פון שוכן עד, געהעריג. ווייל רביה"ק האט געווינקן מיט'ן האנט אז ער קען מער נישט דאווענען (נישט אז הרב ר' יוסף ז"ל האט "באשלאסן" אז דער רבי זי"ע זאל נישט דאווענען)

4. די רבי ז"ל האט נישט געהאט אזא "קפידא" אז די ברית זאל זיין אויפן ארון הקודש. אינדערהיים אין סאטמאר איז די ברית געווען נעבן די טיר אויף מערבית צפונית (מפי כמה עדים נאמנים לאויוש"ט) דא אין נעפמענשאן איז עס געווען אויף די רעכטע זייט נעבן די באלעמער. שפעטער דאכט זיך תשכ"ח נאכן סטראק איז עס געווארן ביים ארון הקודש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 05:03 לינק ישיר 

פאר דע וואס קענען עם נישט ער איז ל"ע סטם א טיפש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 21:13 לינק ישיר 

ער האט דיר עפעס געטון? פארוואס באשמוצן א פריוואטע מענטש? איך בין מוחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 23:24 לינק ישיר 

א טיפיקל זאלי
סך הכל רעדט ער פון רבין ז"ל, אבער אז ער טראכט אנדערש פון דיר איז ער שוין א טיפש
נאך אזוי קליג ווי שלמה יענקל געלבמאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערליכער אינטערוויא בנוגע די הסתלקות פון רביה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext