נעכטן, פרייטאג צונאכטס האט ר' אהרן דער "בעל הגאון הקדוש" געמאכט א הפסקה און גלייך נאך די המוציא האט ער "שלא כדרכו" גערעדט פאר די בחורים וועלכע זענען בלי שום ספק סרים למשמעותו און פאר זיי געגעבן א לעקציע אין זיין מידת סבלנות.
ער האט געזאגט אז ווי עס ווייסן אלע, געפינען זיך איצט אסאך געסט אין קרית יואל צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא. געוואונטשענע און אומגעוואונטשענע, אזעלכע וואס קומען מתפלל זיין און אזעלכע וואס קומען זיך שלאגן. איך וויל בעטן יעדן איינעם אז מען זאל זיך לערנען פון מיר. איך בין אנגעקומען אזוי ווייט נאר ווייל איך בין א סבלן (נישט געווען ווער ס'זאל לאכן...) און שוין צוואנציג יאר וואס איך קען שוויגן און איך שווייג. דעריבער וויל איך בעטן אלע בחורים אז מען זאל זיך לערנען פון מיר צו שווייגן.
איך ווייס אז זיי האבן זיך געדינגען שלעגערס און זיי ווילן ווייזן פארן געריכט אז מען שלאגט זיך אויפן ציון. איך בעט יעדן אז מען זאל זיי איגנארירן און מען זאל אפילו אויף זייער זייט נישט קוקן.
ע"כ די הייליגע דיבורים יוצאים מפי איש קודש דער אהרן כהנא קדישא.
נשלח ב-16/8/2009 16:55
האסט אויסגעלאזט!
ער האט אויך געזאגט אז "און אמת'ן אריין וואלט מען אינגאנצען נישט געדארפט גיין צום ציון צו אזא איד וואס איך האב פיינט, נאר אזוי ווי ס'איז א געלעגענהייט צו ווייזן בעלות איז יא גוט אז מ'גייט"
ס'איז נישט געווען ווער זאל לאכען...
נאר א שאד אז ס'איז נישטא קיין טעיפ...
נשלח ב-16/8/2009 18:50
סאיז אינטערסאנט ווי זיינע קעלבעלעך האבן פארשטאנען זיין ווינק אין תיכף פרייטיג צונאכטס האבן זיי געמאכט א חרבן אין די ביהמ"ד בבית רבינו (רעבעצין'ס ביהמ"ד) זיי האבן אויסגעגסען איבער 10 גאלאנען מילך אויף דער ערד זיי האבן אויס געליידיגט די מילך טאנק וואס סאיז אנגעגרייט פאר די קאווע וואס מיינען זיי אז דער עולם וואס איז געקימען צופרי זענען גראד גאווארן ארונים די תירוץ אויף זיי איז אזוי ווי פארמעגליך שרייבט אקסען !!!!!!!!!
איך רעדט נישט פין די חוצפה פין מאכן וואנדעליזאם אין הויז פין רבינו הק' וואס אין קיין שום נארמאלע פלאץ וועט נישט קימען אייגענע חסידים אין טיען אזעלעכע זאכן אין א הויז פין א רבי ז"ל נאר א קשיא אויף די פושעים
נשלח ב-16/8/2009 21:26
שבת צופרי אויף גארפיעלד רד. טרעפט ברוך מרדכי אקערמאן דעם טאשען שניידער מעדאף.
זאגט ברוך מרדכי, לישע, איך פארשטיי אז דער גאון וקדוש איז א בעל רוח הקודש און ער האט דערשנאפט די "אומבאמערקבארע געסט" אבער פארוואס האט ער געדארפט ווארענען די בחורים, פון וואנעט זאלען זיי אפילו וויסען אז די "אומבאמערקבארע געסט" זענען דא.
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז לישע נישט געווען ביים טיש און האט נישט געוויסט פון די גאנצע "תורה", זעט אויס אז די תורה האט דער יועץ פרטי נישט דורכגעשמוסט מיטן "קלוגען" טאשען שניידער.
זאג נאר לאמיך דיך פרעגן דיין רבי האט גערעדט אז מען קומט זיך רייצן עטס ברענגטס ראיות פון אז מען איז געקומען מיט אסאך בחורים אז מען גייט זיך רייצן,
וואס איז געווען למעשה האבן זיך די זאליס גערייצט? האבן זיי אנגעהויבן צו מאכן געשלעגן און ענק האבן זיך איינגעהאלטן און "געשוויגן"?
נשלח ב-17/8/2009 19:28
איך האב געפרעגט א מאנראער וואס האט געהערט די "דברות קודש" פרייטיג צינאכטס פון פעסעלזאהן, האב איך אים געבעטען איבערציזאגען די ווערטער, האט ער מיר געענפערט, אז ער קען מיר נישט איבערזאגען פינקטלעך מיט די לשון, אבער ער קען מיר זאגען די דרשה בקיצור, די תוכן פון די ווערטער איז געוועזען "די טראק מיט אייער ליגט דא ביים קארנער, קיינער זאל נישט צוגיין ווארפן קיין אייער"
א עלטערע רב האט זיך אויסגעדריקט נאכן הערן די דרשה "ליידער האבן שוין אסאך אידן געליטן מכות רצח פון זיין סבלנות".
און האט דערנאך צוגלייגט "פאר דעם געלט איז שוין בעסער ווען ער וואלט נישט געווען א סבלן". א דיין וואס איז דארט געשטאנען און דאס געהערט האט זיך אויסגעדריקט אז אויב וועלט ער ווען נישט געווען א סבלן און ער וואלט יא פארגעהאלטן זיינע חסידים פארן שלאגן אין טיילן פעטש וואלט ער ווען פארמיטן אסאך שפיכת דמים.
נשלח ב-17/8/2009 21:45
וואלןס"ח
וואס דע קעלבעלך האבן פארשטאנען פין זיין סבלנות האבן מיר געזען תיכף נאך די הייליגע טיש וואס די בחורום האבן געטיען ביי די רעבצין ביהמ"ד אין נעכטן איז מהרז"ל געקימען מיט אזוי עולם נא איז גארנישט געווען
נשלח ב-18/8/2009 00:29
איך פארשטיי נישט וואס טוטזיך מיט די "מצוות עשה" מען האט אזוי געטון אין קראלי -סאטמאר און אפילו אין ברוקלין ארונים ביטע ענטפערן מיט דאנק
באלאנד כתב:
א גוטע וואך.