בית פורומים אחים אנחנו

משה לייב וויטריאלס פ"ס גענגסטערס, אטאקירט הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א ארעסטירט משפ' יוסף וואלמאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2009 12:00 לינק ישיר 
משה לייב וויטריאלס פ"ס גענגסטערס, אטאקירט הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א ארעסטירט משפ' יוסף וואלמאן

ווען דער עולם איז אהיים געקומען פון די סעודות הילולא אויך לארקין,
האט די  חי'שע KJ פאבליק סעפטי פארהאלטן הרה"ח ר' עזריאל גליק און הר"ר ישראל ג"ב פאר איבער א האלבע שעה מיט גרויס חוצפה און אכזריות,

ווען העסקן הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן האט געטרייט זיי צו העלפן האט דער מסור משה לייב וויטריאל געלאזט אים ארעסטירן מיט נידערטרעכטיגע פאלשע מסירות,
אויך האט משה לייב וויטריאל אטאקירט מיט א פיזיקע אטאקע אויף זיין טאכטער און איר אראפגעווארפן מיט אכזריות אויף די ערד, ווען איר מאן ר' יוסף'ס איידעם הרב פיליפסון פון מאנסי האט איר געוואלט קומען צו הילף, האט ער אים אויך אכזריות'דיג צושלאגען און האט אויך ארעסטירט זיין איידעם מיט פאלטשע מסירות.
יעדער עדות וואס האט דאס צוגעזען ווערט געבעטן זיך צו מעלדן צו הרה"ח ר' יוסף וו"מ.

אויך ווערט יעדער געבעטן אלע וואס האט שוין געהאט צו טון מיט דעם מסור וויטריאל אדער זיינע פ"ס גענגסטערס זאל זיך תיכף מעלדן צו ר' יוסף'ן ווייל דער גאנצער פ"ס איז א סכנה פאר אלע תושבי עירינו.

עסקנים וועלן ארום גיין צוזאמען נעמען יעדעמעס עדות'שאפט מיט זייער עווידענס איבער זייערע ברוטאלע היסטארישע ווערטשאפט,
עס וועט יעצט געגעבן ווערן יעדעם איינעם דאס געלגנהייט איינמאל פאר אלעמאל אויף צו קענען מבטל מאכן די גזירות הרשע, מיט זייערע אינטערדריקטע הערשאפט וואס ריפט זיך VILLAGE OF KJ 
יעדער זאל שרייבן צו [email protected] און די עסקנים וועלן זיך פארבינדען מיט א דיסקורוטירון פריוואטן אחרוית'דיגען וועג!



תוקן על ידי 1satmar ב- 17/08/2009 12:17:58

 



תוקן על ידי 1satmar ב- 17/08/2009 12:18:51




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 12:03 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי 1satmar ב- 17/08/2009 12:32:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 14:52 לינק ישיר 

וואס איז דארט פונקטליך פארגעקומען? און וואס זענען געווען די מאטיוון פין די געשלעגן? ביטע מסביר זיין פונקטליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 16:18 לינק ישיר 

נאר פאר די וואס ווילען וויסען!

אזוי ווי נאך אלע גרויסע מאורעת בחצרות קדשינו איז יעצט אויך געווען אז גלייך נאכן ענדיגען די דברות קודש פון רבינו שליט"א זענען די פובליק סעיפטי געשטאנען צוהילף פאר די טויזענטער קארס וואס פארן ארויס,

זיי האבען קאנטראליאט די טראפיק אזוי אז ס'זאל נישט דויערן לאנג פון ווען מ'זעצט זיך אריין אין קאר ביז מ'איז אינדרויסען פון שטעטל,

און ווי יעדע טרעפיק קאנטראלער אזוי אויך די KJPS האבען געסטאפט די טרעפיק פון אלע זייטען און ארויסגעלאזט די קארס פון דארט ווי זיי קומען די מערסטע,
און אונזער פאל האט מען אפגעשטעלט די טראפיק פון פארעסט און ארויסגעלאזט די קארס וואס זענען געקומען פון ביהמ"ד דורך העיס (אזוי אויך האבען זיי אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע ארבעט ביי סאטמאר העיס וואס דאס איז דא נישט נוגע)

האט זיך געמאכט אז דער קאר וואס די KJPS האט אפגעשטעלט אויף פארעסט איז געווען די אויטא פון ר' ישראל ג"ב און אין דעם אויטא איז געזעצן כ"ק ר' עזריאל גליק,

איך האלט אז ווען די טרעפיק קאנטראלער וואלט געווען א איד ווי למשל א חברים אדער מצילי אש וואלאנטיר אדער ר' משה לייב וויטריאל וואלט ער זיכער דורכגעלאזט ישראל'ן פאר ער שטעלט אפ דעם פארקער, נאר אזוי ווי די טרעפיק קאנטראלער איז געווען א פאלנער גוי און ער ווייסט נישט אז ישראל גיבט ידעס יאר געלט פאר די מוסדות איז אים נישט אנגעגאנגען ווער עס זיצט אין די קאר און אפגעשטעלט,

אבער דא האט זיך געמאכט א שטיקעל פאנטשער...

יוסל וואלדמאן'ס טאכטער האט דאס געזעהן אין געהאלטען אז די פובליק סעיפטי האט דאס דירעקט געטון האט זי אנגעפאנגען צו שרייען אויף די פובליק סעיפטי, און איר מאן איז איר געקומען צוהילף און זיי האבען פיזיש אטאקירט די פובליק סעיפטי, פארשטייט זיך אז איר טאטע ווארט דאך שוין אויף אזא געלעגענהייט א לאנגע צייט איז ער אויך געקומען צו לויפען,

און ווען די פובליק סעיפטי דירעקטאר -ר' משה לייב וויטריאל- איז אנגעקומען האבען זיי אים אויך פיזיש אטאקירט, צובראכען זיין גלעזער און געמאכט בלוטיגע צייכענעס אויף זיין הענט,

ווען די סטעיט פאליס איז אנגעקומען האבען זיי געוואלט ארעסטירען דעם אינגערמאן האט ער זיך אפגערעדט אז ער פילט נישט גוט, האט מען אים אריינגעטראגען אין הצלה גאראדזש פאר באהאנדלונגען,

ביז דערווייל איז פארגעקומען באהאנדלונגען צו מ'זאל אים יא ארעסטירען אדער נישט, צו מ'זאל אויך ארעסטירען יוסל'ן צו נישט,

למעשה ווייס איך נישט וואס ס'איז געווארען ווייל ס'איז געווארען שפעט אין כ'האב מיך געדארפט לייגען כדי צו קענען אויפשטיין לערנען מיין שיעור אין מסכת מכות און די חבורה יסודי התורה,
אבער איך מיין אז ס'איז נישט געווען קיין שום ארעסט, און כ'האב אויך נישט געזעהן אז די רעקארד זאל שרייבען פון אן ארעסט.

ע"כ המעשה!

יעצט קען יעדער צולייגען ווי אזוי ער פארשטייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 16:44 לינק ישיר 

ביסט טאקע מודה אז די ביזט אן ארויני, און די ביסט טאקא א פשוטער שקרן
ווייל דאס רשעות קעגן ר' עזריאל און ר' ישראל ג"ב האט געדויערט כמעט אהאלבע שעה,
און יעדער האט געזען ווי צענדליגע מענטשען האבן זיך געבעטן צון די נידעריגע פאבליק סעפטי,
אז דע ראביי איז AN OLD MAN, און מיט א פושוטער רשעות זיי געבלאקט  א גאר לאנגע צייט, ביז יוסעל וו"מ האט זיך גענומען מיט קולות און זיי אויפגעפאדערט אויפצוהערן טשעפענען אן 85 YEAR OLD RABBI, 
 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 16:54 לינק ישיר 

געדענק שרייבט:

נאר פאר די וואס ווילען וויסען!

...האט זיך געמאכט אז דער קאר וואס די KJPS האט אפגעשטעלט אויף פארעסט איז געווען די אויטא פון ר' ישראל ג"ב און אין דעם אויטא איז געזעצן כ"ק ר' עזריאל גליק, ....

ס'האט זיך געמאכט, אזוי פערצופאל, צווישן אפאר הונדערט קארס..

און דאס איז נאר... פאר די וואס ווילן וויסן....

געדענק, דו מאכסט מיך לאכן..





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 16:57 לינק ישיר 

נעבעך די זאלונים, האבן אזוי געהאפט אויף איבערקערניש א גאנצן טאג, און ס'האט זי גארנישט געהאלפן
יעצט פאר ווער עס וויל פארשטיין אביסל וואס איז פארגעגאנגען.
פונקט ווי ביי די חתונה פון נכד רבינו שליט"א פארגאנגענעם סיון ווען די פאליציי האט נישט מער ווי געטון וואס O&R האט געבעטן און אראפגענומען לעקטער פון זייערע שטאנגען, און די בחורים האבן זיך איינגערעדט אז די פאליציי מיינט זיי פערזענליך, נישט וועלנדיג פארשטיין אז די פאליציי טוט נישט מער ווי זייער דזשאב און האבן מיט קיינעם גארנישט איינגעשטויסן.
דאס זענען 18 יעריגע בחורים
די זעלבע איז אויך יעצט און א גאנץ יאר, די זאלונים נעמען פערזענליך די גאנצע פאבליק סעיפטי, און האלטן אז ווען מען קאנטראלירט טרעפיק מיינט עס זיי פערזענליך אפצוטון.
ווער ס'איז א דורך במשך דעם נעכטיגן טאג פון 12 מיטאג ביז 12 ביינאכט פארעסט רד. ווייסט וואסערע טרעפיק דארטן איז געווען, און ס'איז נישט געווען מער ווי אחריות'דיג צו מאכן א וואן וועי ס'זאל נישט פארקומען קיין סכנה ח"ו, דער שווארצער לאנגווארדיע גוי וואס האט קאנטראלירט דעם טרעפיק ווייסט נישוט קיין גרויסע נפק"מ ווער ס'איז עזריאל גליק און ווער ס'איז איך ווייס נישט ווער, איך האב געזען אויף חשובערע אידן ווי אים זיי האבן נישט אריינגעלאזט אין די גאס (נאך בעפאר די סעודה) אויב האט מען נישט געהאט קיין פערמיט.
אבער אונזער קליין קעפיגער מלשין דמתא וואס האט שוין א היסטאריע פון בעבישקייט און אטענשאן האט געזוכט עקשאן, האט ער באשלאסן אז ס'מיינט אים פערזענליך.
און אגב מען האט קיינעם נישט ארעסטירט, אפילו ס'איז קלאר ווען די מעשה איז פארקערט וואלט שוין געווען דא ארעסטן.
המקום ינחם אתכם וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 17:04 לינק ישיר 

און די ווייסט אז איך האב אויך אהיימגעטראגען א ראביי נישט קיין גבאי און מ'האט מיך אויך געבלאקט!
און יענע ראביי איז אויך אן אלטער איד און ער האט אויך משמש געווען די דברי יואל ז"ל און ער האט עס פארשטאנען! און איך האב עס פארשטאנען! און אלע אידען פון מיין קאר האבען עס פארשטאנען!

ס'האט זיך יעדער אהיימגעיאגט, יעדער איז געווען אויסגעמיטשעט און מיד, אבער... אז ס'איז דא א טרעפיק קאנטראלער פאלגט מען אויס וואס מ'הייסט! מ'דארף נישט זיין קיין אויבער חכם!

און אז מ'איז אן אויבער חכם און מ'איז זיך מתחצף קעגן די באערדע, פאליציי אדער פובליק סעיפטי דארף מען זיין גרייט צו עסן די קאנקווענצען, מ'מעג הייסען יוסל וואלדמאן צו ג"ב און אפילו עזריאל גליק!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 17:19 לינק ישיר 

עס וועט ענק נישט העלפן ענקער ספין,
ווייל יעדער האט געזען א עס איז נישט געווען "פארצופאל" וואס מען האט אזוי לאנג פארטשעפעט ר' עזריאל גליק מיט ר' ישראל ג"ב,
ווייל יעדער האט געזען ווי דער מסור משה לייב אליינס האט אכזרוית'דיג צושלאגען און אראפגעווארפן יוסעל וואלדמאן'ס טאכטער, ערגער ווי דער לוגווארדיע גויים,!
ווייל יעדער  האט געזען ווי ער האט אויך צושלאגען זיין איידעם פשוט ווייל ער זיך אן גענומען פאר זיין אומשילדיג ווייב
סא סטאף מיט ענקערע ארוינישע ספין,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 17:25 לינק ישיר 
דער פילם פון דעם מסור ווי ער האט דעמאלס אויך געמוסרט קעגן די ערליכע לוחמים



תוקן על ידי united1 ב- 17/08/2009 17:31:10




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 17:40 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 18:39 לינק ישיר 

 דעתי העני' איז אז די זאליס דא אויפן פורום שרייבן בזה"ל "אז די רשעות האט געדויערט כמעט א האלבע שעה" מיז זיין אז עס איז גיווען איטליכע מינוט...

ווייל ווען עס געדויערט ווען א האלבע שעה שרייבן זיי ווען קרוב צו 3 שעה...

איך קען פארשטיין עס איז גיווען זייער א שווערע טאג נעכטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 19:24 לינק ישיר 

מדארף אמאל פארשטיין די ארוינים אויכעט, זיי האבען נישט געהאט ווי ארויסצוגעבען זייער כעס און ווי צו קענען אויספאלגען זייער רבי'ס הוראה פון פרייטיג צינאכטס, ביים ציון איז געוועזען אנגעפילט מיט סטעיט פאליס ארום כ"ק אדמו"ר שליט"א און די מאסען מענטשען מיט אים, און די פאליס העליקאפטער האט געהויערט פון די ליפטען, אויכעט איז געוועזען צופיל מענטשען מיט בחורים חסידי ותלמידי רבינו שלי"טא, האבען זיי מורא געהאט צו טשעפענען, זיי האבען צוגעזעהן די כבוד מלכים וואס דער רבי שליט"א האט געהאט דארטען גאנץ שבת קודש און זונטאג ביים ציון, און די ריזיגער עולם וואס האט געשטראמט ביים סעודה אין גרויסען זאל פון תלמוד תורה ויואל משה האט זיי שוין געמאכט פלאצען, האט מען זיך אויסגעגאסען די כעס אויף רבי עזריאל און רבי ישראל גאלדבערגער (וואס האט מיטגעמופט מיט רבי עזריאל'ן ארויס פון זייער ווייסע שיל ווען מ'האט אים צוגטשעינט זיין בענקעל), און זיי אויסגעפייניגט א האלבע שעה, און געענדיגט אויסעגעבן זייער גרימצארען אויף רבי יוסף וואלדמאן'ס טאכטער און אויף אים אליינץ אויכעט

אבער דאס העלפט נאר אונז אויפצובויען, אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה"א נזכיר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 21:41 לינק ישיר 

יעטץ וועט מען זען אויב ר יוסף וואלדמאן קען נאך עפעס היינט צו טאגס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 01:49 לינק ישיר 

לאמיר צו לייגן וואס בארא זאגט
1) ער זאגט!  די ארוינים אויכעט, זיי האבען נישט געהאט ווי ארויסצוגעבען זייער כעס און ווי צו קענען אויספאלגען זייער רבי'ס הוראה פון פרייטיג צינאכטס!
אין דאס האט מען געטון מהאט זיך נישט געשלאגען אין ענעק האבן געווארט אין געזוכט ענעק זענען  געקומען מיט פאליס העליקאפטער וואס האבן געהויערט פון די ליפטען אבער גארנישט ווי צו קענען אויספאלגען זייער רבי'ס הוראה פון פרייטיג צינאכטס
 
2) ביים ציון איז געוועזען אנגעפילט מיט סטעיט פאליס ארום כ"ק אדמו"ר שליט"א און די מאסען מענטשען מיט אים, און די פאליס העליקאפטער האט געהויערט פון די ליפטען, אויכעט איז געוועזען צופיל מענטשען מיט בחורים חסידי ותלמידי רבינו שלי"טא, האבען זיי מורא געהאט צו טשעפענען ! די האלסטו איין מינוט אז ווען ער וואלט געקומען אן העליקאפטער וואלט מען געקוקט אויף אים

3)
האט מען זיך אויסגעגאסען די כעס אויף רבי עזריאל און רבי ישראל גאלדבערגער! לאמיר טראכטן איין מינוט מען האט באשטעלט שווארצע גוים וואס האבען קאנטראליאט די טראפיק אזוי אז ס'זאל נישט דויערן לאנג פליצלינג האט מען געזען רבי עזריאל און רבי ישראל גאלדבערגער קאר האט מען געזאגט אין די ראדיא מען זאל שוין סטאפען די קאר פון רבי עזריאל יעדער זאל שטיין אין ווארטען אין טראפיק! קאם אן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > משה לייב וויטריאלס פ"ס גענגסטערס, אטאקירט הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א ארעסטירט משפ' יוסף וואלמאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext