|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:24 |
|
| |
אה שוין, האסט שוין פארגעסען פון די תועבה פראבלעם, מען האלט שוין ביי בראדוועי טרייענגעל...
וואס? אידישע שכנים האבען א פראבלעם דערמיט?, איך ווייס נאכנישט אויב עס איז אמת, אבער וואס איז מיט די הונדערטער אידן וואס וועלען קענען עררייכען עפארדעבעל דירות? מיט זיי דארף מען זיך נישט רעכענען?
די ווייסט גאנץ גוט אז ענקער קעגנערשאפט צו די בראדוועי טרייענגעל איז נאר ווייל ר' משה דוד איז דערפאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:32 |
|
| |
מארטין קאנער (ר' מאטי) האט געשטימט תועבה.
דא שטייט עס קלאר:
Squadron said he stands by the positions in the book, but he disagrees with Schumer's opposition to same sex marriage, and he would vote for it in the state Senate. Connor also supports gay marriage.
http://www.downtownexpress.com/de_245/formerschumer.html
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:35 |
|
| |
דער פאקט איז אז אבראהאם האט נישט געקענט באקומען קיין זיצונג מיט נידערמאן.
דאס טייטש אז נידערמאן האט אים בכלל נישט געגעגבן קיין געלעגנהייט צו זאגן זיינע אישוס, ער האט אים בכלל נישט געוואלט אנערקענען (רעקאגנישען), ווער רעדט נאך פון אינדארסירן.
דאס הייסט א פאררעטער
ווען עס קומט צו די אישו פון תועבה
איז נידערמאן פשוט א מושחת פארן אינדארסירן איינעם וואס שטיצט דאס, ווען ס'איז דא איינער וואס קען געווינען, און וועט קעמפען דערקעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:38 |
|
| |
רב יכול, ווען עס קומט צו ערוועלן א קאנדידאט ברויכן מיר קוקן אויף עטליכע פאקטארן, אבער בעיקר ווער וועט אונז זיין דאס בעסטע. אלץ אידן האבן מיר אבער נאך מער זאכן אויף וואס צו קוקן, חוץ פאליטיק.
ביים פאליטיק צווישן סקוואדראן און קאנער איז נישט געווען קיינער וואס איז קעגן די תועבה געזעץ, אלזא איז נישט געווען שייך צו זאגן אויב דער אדער יענער איז קעגן אדער פארן געזעץ. ווען קאנער איז ווען קעגן תועבה וואלט דאס געווען דער הויפט שטאף פאר נידערמאן צו פארפירן קעגן סקוואדראן, אויב האט ער אנשטאט דעם געניצט מציצה בפה ווייס איך שוין וואס קאנער האלט.
אין קורצן: קאט די קרעפ! שיס נישט צוריק א קויל אנע אינהאלט.
---
מיר זענען אידן. מיר וואוינען אין וויליאמסבורג.
עס לויפן דא 6 קאנדידאטן, נאר איינער פון די אלע איז א איד, און נאר איינער פון די אלע וואוינט דא אין ווויליאמסבורג.
איז נישט דאס מערסטע מסתבר אז מיר וויליאמסבורגער אידן זאלן לויפן און ערוועלן דעם אידישער וויליאמסבורגער קאנדידאט??!!
ווער דען וועט אזויפיל ארבייטן פאר אונז וויליאמסבורגער איינוואוינער, אויב נישט איינער וואס וואינט אין סאמע צענטער פון וויליאמסבורג??
ווער דען וועט אזויפיל ארבייטן פאר אידישע אינטערעסן אויב נישט דער היימישער חסידישער איד??
ווי שעמט זיך נישט משה דוד נידערמאן צו אינדארסירן א פאלנער גוי (וועלעכער ער האט אנגעטוען א קאפל בלויז פארן בילד בכדאי אוועקצונעמען זיינע שילד געפילן אז ער אינדארסירט א גוי!) ווען צו די זעלבע צייט לויפט א היימישער חסידישער איד, א לאנגיעריגער עסקן וואס מאכט נישט קיין געלט פון אונזער ציבור. ווי שעמט ער זיך נישט?!
איך פארשטיי אז ער איז א בוזעם פריינד מיט לאפעז, אבער וועט ער דען נישט פארשטיין אז מיר אידן ברויכן שטימען פאר א איד??? יעדער מאנגאו פארשטייט דאס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:51 |
|
| |
לעבעדיגער איך בין מסכים מיט דיר יעדעס ווארט, עס איז א גרויסע ווייטאג אז משה דוד האט נישט קיין קאנטראל פון קיינעם ער איז בעל הבית פאר זיך אליין,
און עס איז א גרויסע שאד אז וויליאמסבורג אינדארסט נישט בשלימות אייזיק אבראהם, ווייל ווען גאנץ וויליאמסבורג וואט פאר אבראהם, וואלט ער זיכער אריין געקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 23:03 |
|
| |
זשוליאני08 האט געהאט א פראבלעם וועגען בכלל אינדארסירען איינעם וואס שטיצט תועבה נישט קיין חילוק צו איינער לויפט קעגען אים אדער נישט.
ר' משה דוד, וואס ארבעט שוין יארען לטובת וויליאמסבורגער איינוואונער, ווייסט אויך אז אבראהאם איז א חסידישער איד, אבער אזוי ווי ער ווייסט אז ער האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט פאר אונזער אינטערעסע, והא ראיה ערשט לעצטענס מיט'ן בראדוועי טרייענגעל, קומט זיך אים נישט די אינדארסירונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 23:46 |
|
| |
די איינציגע שייגעץ שטיק דא איז דער פאקט אז משה דוד נידערמאן האט זיך ניטאמאל געוואלט אראפזעצן מיט אבראהאם צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
איך פערזענליך האלט גאנץ קנאפ פון אבראהאם, און דער פאקט אז ער גייט מיט בארד און פיאות איבערצייגט מיר נאכנישט אז ער וועט זיין דער בעסטער קאנדידאט פאר חרדישע אידן, מעגליך פארקערט.
מיש נישט אריין קיין נארישקייטן וועגן תועבה, ס'איז דא בכלל נישט נוגע [זע באלד], און מאכט גארנישט אויס ווען ס'קומט צו באשליסן וועגן שטיצן א קאנדידאט.
-----------
בנוגע די עצם טעמע.
רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אלעמאל אוועקגעמאכט די טענה אז מיר דארפן אויסקלויבן אונזער שטיצע פאר א קאנדידאט געוואנדן אין יענעמ'ס שטעלונגען איבער הלכה'דיגע טעמעס. מיר וואוינען אין גלות, אונז קען מיר נישט, וועלן נישט, און טארן נישט מאכן אמעריקע אין א אידיש לאנד וואס פירט זיך לויטן שולחן ערוך. אונזער איינציגער מעסטער איז וואס יענעמ'ס קאנדידאט שטעלונגען זענען פאר ענינים וועלכע זענען אונז נוגע.
דער רבי זי"ע איז שארף ארויס קעגן די קול קורא'ס אין תשמ"ב איבער קאטש און די סארט ענינים. דער רבי האט געזאגט אז ביי אונז איז יעדער גוי שמוציג און תועבה, יעדער גוי שטיצט תועבה ביז א געוויסן שטאפל, און זאגאר עפ"י הלכה טאר מען לכאורה נישט דערקלערן אז דעם גוי'ס תועבה איז אונז מער באקוועם ווי דעם אנדערן גוי'ס תועבה.
[צו נוצן א משל פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די אגודיסטישע פראטעסטן קעגן בג"ץ, ס'איז פונקט ווי זאגן אז מיר דינען נאר א פינגער פונעם עגל].
אויב עפעס, איז ענדערש א פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן וועלכער איז א איד און טאר עפ"י הלכה נישט שטיצן אזעלכע געזעצן וואס העלפן א בן נח עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות, כאטש דארט איז אויך לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגער צי אפילו מאראלישער פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 19/08/2009 23:46:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 01:51 |
|
| |
לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?
פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!
אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...
תוקן על ידי לאגיש ב- 20/08/2009 1:49:56
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 04:19 |
|
| |
| לאגיש כתב: |  | לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?
פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!
אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...
|
|
פרעג די ב''פ יודן די חילוק פאר שמחה פעלדער אין זייט שמחה איז ערוועלט
די רעדסט ווי א יודן האסער
האסט אנגעכאפט איין משל, וואס יעדער פארשטייט איז עס נישט קיין ראי' צו אינזער פאל
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 4:20:24
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 20:59 |
|
| |
וועם אינדארסירן די ארוינים/CJC/UJCare/Rabbi Glanz/גרשי שלעזינגער/Mr Katz/חיים ווצ"ב/ דער בלאט/ קיט"ל/ ועוד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 21:46 |
|
| |
אפי' מיר זאלען נישט וועלן אבראהאם, מושים אזיהו שיהי'
וועלן מיר האבען א פראבעלם צו אינדארסירן א קאנדידאט א גוי
וואס שטיצט תועבה ווען זיין קעגנער איז קעגן תועבה
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט א היימישער יוד,
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט איינער וואס וואינט ביי אינז אין וומ''ס
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט איינער וואס האט א רעקארד פין דעליווערן, אין נישט קיין הבטחות
יעדער נארמאלער מענשט פארשטייט דאס, אז ווען עס לויפט א יוד אין א גוי וועלט מען פאר א......
מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג מענטש, מיט פארהאסטע געפילן, צו שרייבען אזא שמיציגע ארטיקעל וואס דער בעל..... שרייבט אליין אין דעם שמיציגען איד די וואך...
|
|
|
|
|