|
|
| נשלח ב-18/8/2009 15:57 |
|
| |
ווען עס קומט סוכות און מ'גייט קוקען אתרוגים און דער סוחר ווייזט אן אתרוג פארן קאסטאמער פאר $150.00 וואס איז כשר און א הדר,
דערנאך זעהט דער קאסטאמער ערגעץ אויפן שעלף א אתרוג וואס איז WOW!!! א הדר!! א יופי!! דער פריערדיגע איז אויך כשר און אויך א הדר אבער דעיס איז עפעס מער... נא... א ריכטיגע הדר!!!
און עס קאסט נישט קיין סאך מער, עס קאסט גאנצע $30.00 מער!
וועלכע נארמאלע מענטש וואלט עס נישט גענומען???
(איך רעד נישט פון קיין גשמיות זאכען וואס ליידער היינט צוטאגס קויפט יעדער פון דאס שענסטע און דאס בעסטע אפילו מ'האט נישט צו באצאלען)
אזוי קומט אויס בערך די דיפערענץ און די פלייש,
מ'וועט אריינגיין אין א בוטשער סטאר אדער גראסערי סטאר און קענען קויפען כשר'ע פלייש וואס טויזענטער אידען עסן, און מיר אליין עסן עס אויך אלע יארען, פאר - לאמיר זאגען א ארדער פון $100.00
אבער ביי סאטמארע בוטשער סטאר אויף ראסס סט און אויף מוירטיל און אזוי אויך אלע סאטמארע בוטשער סטארס וואס שטייט בנשיאות רבינו שליט"א וועט מען קענען קויפען די זעלבע פלייש -סטעיק, פלאנקען, אא"וו- וואס איז WOW!!! ריינער! שענער! בעסער! און מער מהודר!
די אנדערע איז אויך כשר, אויך שיין, אויך גוט, אבער דעיס איז עפעס מער!!! עפעס מער? סאך מער!!!
און עס קאסט נישט קיין סאך מער, עס קאסט בערך $5-10 דאלאר מער!
וועלכע נארמאלע מענטש וואלט עס נישט גענומען???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 23:11 |
|
| |
שוין אריינגעקומען אין סאטמארער בוטשער אויף ראסס סטריט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 23:13 |
|
| |
חתום בחותמו של כהן גדול!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 23:19 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 03:25 |
|
| |
WOW....שיינע פלייש, איך האב שוין לאנג געזאגט אז ענקער ישיבה געט ארויס גיטע פלייש האקערס....
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 05:31 |
|
| |
א נחת צו קוקען...
זאל זיך יעדער אפלערנען, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 06:59 |
|
| |
נעקסט האב איך געהערט "מאחורי הפרגוד" אז מהר"א גייט זיך יעצט נעמען איבער "פיש" - יא פיש אזוי ווי איר הערט, פרטים יבואו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 07:10 |
|
| |
| monroe06 כתב: |  | א נחת צו קוקען...
זאל זיך יעדער אפלערנען, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!
די זעסט ? איינמאל אגרי איך מיט דיר אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!! ווען ער ער וואלט ווען אמתדיג געוואלט האבען גאנץ סאטמאר וואלט ער עס ווען געהאט...אבער אזוי ער האט עס נישט אמתדיג געמיינט האט ער עס פארלארען...
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 00:50 |
|
| |
גם אני מצטרף. ווען ער וואלט אריינגעלייגט האלב אזויפיל קאפ און מח אויף חנופה און סאושעל סקיל וויפיל ער לייגט אריין אין כשרות און הלכה, וואלט ער מסתמא געווען רבי אויף גאנץ סאטמאר, און קיינער וואלט אים נישט פיינט געהאט.
נישט אז ס'וואלט שלעכט געווען אז ער זאל האבן אביסל סאושעל סקילס צו דער זייט, אבער עס איז פיל בעסער ווי דאס פארקערטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 17:21 |
|
| |
ער האט דאך גמוזט עפעס איבער לאזן פאר זיין ברודער דער לא יוצלח .
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 17:30 |
|
| |
כ'האלט אויך אזוי!!!
ווען ער וואלט ווען געמיינט דאס גשמיות אזוי ווי רוחניות וואלט ער ווען טאקע געקענט האבען גאנץ סאטמאר פאפא וויזניץ וויען וכו' זאלען קומען צו נעילת החג זיך פיקטשערן ביי אים,
אזוי ווי זיין קאפ ליגט אים אבער נאר אין שטותים ווי כשרות, שחיטה, מקוואות, ווייץ אויף פסח וכו' קומט מען נאר זיך נאר קוויטלען ביי אים,
נא... טאקע א שאד....
|
|
|
|
|