בית פורומים כל העולם כולו

לאכטס א גוטס - נייע זאלי קהל יטב לב אין קר"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/8/2009 17:46 לינק ישיר 
לאכטס א גוטס - נייע זאלי קהל יטב לב אין קר"י

רבותי איך קען מיך נישט איינהאלטן פון לאכן , כ'האב יעצט באזיכט דעם זאלי פארום כ'האב געזעהן דעם ארטיקל האב איך געטראכט איך מוז עס קאפיען דא אהער און מהנה זיין דעם עולם, אבער איין זאך בעט איך אז מען זאל לאכן מיט איינגעהאלנקייט ווייל לויט די הלכה טאר מען נישט לאכן מיט א פול מויל ביז משיח וועט קומען.
 



להחזיר עטרה ליושנה -קהל יטב קרית יואל

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט יום א' לסדר ולבלתי סור מן-המצוה ימין ושמאל--למען יאריך ימים על-ממלכתו הוא ובניו, בקרב ישראל   צוריק  מיסד געווען די ארגינעלע אין ערליכע קהילה- קהל יטב לב קרית יואל  באסיפת ראשי קהילתינו בקרית יואל  אין ממנה געווען  די פאלגענדע ראשי הקהילה וטובי העיר בקרית יואל
הרה"ח ר' עזראל גליק שליט"א- ערען פרעזידענט
 הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער שליט"א -פרעזידענט
הרה"ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש שליט"א פרעזידענט
הרה"ח ר' מענדעל שווימער שליט"א- ווייס פרעזידענט
הרה"ח ר'משה פריעדמאן  שליט"א ווייס פרעזידענט
אין נאך טובי הקהילה  בקהל  יטב לב  והעיר קרית יואל

עס איז כדי אנצומערקען אז טייל פין די ראשי הקהילה  זענען נאך ממונה ועומדים ממרן רבינו הקדוש בעל ויאל משה מיסד העיר קרית יואל לשרת ולעמוד על משמרת הקהילה אלץ ראשי וטובי העיר

פרטים יבאו אי"ה

עס קומען ווארימע טעג פאר קהילתינו הקדושה בקרית יואל

קאמאנטארן פאר די דערביטערטע זאליס זענע איבעריג



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/08/2009 5:37:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 17:55 לינק ישיר 

ב"ה בזכיתו של אותו זקן האט מען מחזיר געווען עטרה צו איר יושנה און אלעס איז צוריק ווי אין די צייטן פון רבין ז"ל.

א מודעה וועט בקרוב ארויסגעהאנגען ווערן און אלע בתי מדרשים פון זייער קהלה אין קרית יואל אז מ'קען שוין ווייטער איינקויפן שטחים ארום קרית יואל ביי די עיס-פארעם לאט. 

צו איינהאנדלן שטחים קען מען זיך מעלדן צו:
הרה"ח משה פריעדמאן (וואס וואוינט שוין אגב אין ווילי, אבער פאר די דזשאוק איז ער ווייס פרעזידענט אין קר"י)
הרה"ח שלמה מעכיל ראזנער.
(חברי הנהלת מאונפילד האום ע"ה)

פאר סיי וועלעכער "חברה קדישא" אנגעלעגענהייטן קען מען זיך מעלדן צום עהרען פרעזידענט און יושב ראש פון די חברה קדישא הרה"ח ר' עזריאל גליק. משב"ק. 


וויי צו די אידן וואס ווילן צוריק גיין צו יענער אמאל און נעמען צו זיך ווידערמאל די מענטשן וואס האבן אונז געפירט באנקראט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 18:03 לינק ישיר 

דער טרוים פון משה מאנרא'ער איז פארוויקליכט געווארן....
ער איז צוריק ראה"ק ! אן א שאס !
WOW

זיי האבן נאך א דאזען מענטשן וועמען זיי דארפען אריינלייגן אין זייערע געוועזענע פאזיציעס צו ענדיגן דעם דזשאב....

הרה"ח ר' משה טובי' בראווער אין ווילידזש
הרה"ח ר' מאיר דייטש אין קופת חתונים
הרה"ח ר' משה לייב דייטש, סופעראינטענדענט סקול דיסטריקט
הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער, אפישעל בילדער פון קרית יואל
הרה"ח ר' שמשון שלמה שאלאמאן, הנהלת הקריה
הרה"ח ר' יודא לייב פלאר, גבאי
הרה"ח ר' עזריאל גליק, גבאי
הרה"ח ר' עזריאל גליק, חברה קדישא
הרה"ח ר' עזריאל גליק, יו"ר ועד החינוך
הרה"ח ר' ישכר גרובער, אדמיניסטראטאר ת"ת ובית רחל
הרה"ח ר' זלמן לייב וואלדמאן, מענעדזשער פון די מוסדות



 א הא הא הא הא



כ'דעערמאן זיך יעצט אז ס'איז שוין באלד אלול, און מ'טאר נישט אזויפיל לאכן.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/8/2009 18:16 לינק ישיר 

YOU MADE MY DAY
SO WATS NEXT

   YES WE CAN

נעקסטע שריט גייט מען לכאורה מחזיר זיין עטרה ליושנה מיטן ווידערגרינדען די עדה החרדית אין ירושלים, מ'וועט ציריקשטעלן דעם עכטן גאב''ד, אא''וו
רז''ל נעמט פאר זיך נאר נשיא



תוקן על ידי rebyankel ב- 18/08/2009 18:26:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 18:24 לינק ישיר 

איז דאס אמת'דיג?

אדער סתם ביליגע ליצנות,

זענען זיי טאקע אראפ פון זינען?

אדער איז מהרז"ל א דאפעלטער אגענט?

WHO KNOWS.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 18/08/2009 19:14:26

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 18:55 לינק ישיר 

עס איז געקימען א מעלדינג, פון די קאמפלען אפיס פון פעלשער פארמעגליך, אז היות ער ער קען נישט פראדערצירען, אזוי פול פאבריקאציעס, וואופול עס פעלט זיך אויס צו דערהאלטען אונזערע אנגעווייטאגטע, האס אנגעגעסענע ברידער, די זאליבאנס, ביים חיות, דעריבען מיז מען זיך נעמען ארבייטען אויף אנדערע פראנטען,  דהיינו,

 

מען דארף אנפאנגען זיך צו שלאגען מיט די פאבליק סעפטי, מיט אלע ערליי משוגענע וועגן, (ניסח זאלי)

 

מען האט ארויסגעצווינגען דעם גרויסען זאב''ד, פון זיין באקוועמע וועקאציע ווילא, פון דעם עואב''י סוואן לעק יצ''ו,

די הויפטקוואטיר פון די זאלי פראפעגאנדע מיניסטעריום, האבן אראפ געשיקט א ספעציעלע טרענירטער פארהאנדלער, אז ער זאל פוילען ביים גרויסען פוילער זאב''ד, אז ער זאל אראפ נעמען די פוס פון טיש, און זאפארט אפרייזען קיין קרית יואל, האפענדיג אז דאס וועט פארפילען די דאזע  חיזוק, וואס פעלשער פארמעגליך קימט נישט נאך,

 

דער נאך האט מען אפגעדינגען א גאנצע סקוואד פון העליקאפטערס, וואס זאלען שוועבן העכערען זאב''ד, בשעת ער גרייט זיך אריין צו גיין, אויסצוגעבען זיין געוואלדיגע ''דביקות'' צו רבינו הקוה''ט זי''ע, שטערנדיג  דערמיט די מנוחה פון די הונררעטער שוכני עפר,

אבער אבוועזירנדיג די שמייכעל וואס האט זיך אויסגעצויגען אויף די זאלי פענימער, הערענדיג די פראפעלערס פון די מאסיווע העליקאפטערס, האב איך איינגעזען, אז עס געווען  כדי, אפי' מען האט אויף געוועקט די שוכני עפר,

 

דער נאך האב מען אפגעדינגען דעם בעל ''או עס איז צרות'' וואס איז געקימען צו רייסען מיט שרייענדע סירנעס, מיטברענגענדיג מיט זיך זיינע סטיפסטעקירטע כלי מכשירים, צו קענען פאר אייביגען דער גרויסען מעמד, וואו דער זאב''ד ווייזט פאר ''כל העולם כילו'' אז ער איז דער עכטער מ''מ פון רבינו הקוה''ט זי''ע ח''ו,

 

דער נאך האט אונז דער זאב''ד זאל לעבן אונז גוט צו געפאכעט, ער האט אראפגענימען פון זיין אונסעטאצוע, דער הייליגער נאמען, דער נאמען פונעם ספר פונעם בעל הלולא, ''ויואל משה'' און עס געטוישט אויף זיין אייגענע נאמען ''ייטב לב'' ר''ת יקתיאל יהודה טייטעלבוים (דאס איז דער עכטער נאמען פונעם זאב''ד בשכמל''ו)

מען גיבט איבער אז עס גייט זיין א יום תפילה ביי יודא לייביש ענגעל און ביהמ''ד דעריבער,

 

דער נאך האט מעו געמאלדען און שינד בלאט, ''דער יוד'' אז מען גייט אויך נאכמאכען א שחיטה פאר גסות, און די זאליס האבן געיובעלט, איר זעט אונזער זאב''ד קען אויך!

 מען גיבט איבער פון אונטער די קויליסען אז דער נייער זאלי שחיטה גייטט צו און נארוואס ארויפגעבויטער שטאק, פון ויואל משה (איר געדענקט עס נאך?)

 

מען דארף שרייבען פאר פעלשער פארמעגליך אז ער זאל געבן גענוג דאזעס וואליום פאר די אויסגעהינגערטע זאליס, ער זאל מער מאריך זיין און די נפיחה מעשיות, אד''ג.

 

אז נישט מי יודע וואס דא וועט זיין, די זאליס זענען אויסען אונז איינצושלינגען לעבעדיג! ממש איך ציטער!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 18:58 לינק ישיר 

נישט קיין שלעכטער כאפּ
איך ווייס נאר נישט וויפיל ס'וועט העלפען

לדעתי, איז די כוונה אז אזוי ווי מען ווייסט נישט ווער ס'איז לעגאל קהל יטב לב אין ומסב"ג וועט מען יעצט נישט וויסען ווער ס'איז קהל יטב לב קרית יואל, די קאורט קען דאס נישט פאסקענען

ממילא אפילו אויב די בית החיים טרענספער קען די קאורט זעך נישט אריינמישען, קען מען זעך נישט מישען צו וועלכער קהל יטב לב קרית יואל מען האט דאס געטרענספערט

די שאלה איז צו וועלכער נאמען האט מען געטרענספערט די בית החיים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 19:03 לינק ישיר 

 

גיט א קוק די קארעקשאן..
מענדל שווימער איז נישט פרעזידענט נאר ראש הקהל, אקוראט ווי אברהם ווידער.


קארעקשאן

א באריכט  פין די אסיפה וואס איך האב באקומען

הרה"ח ר' עזראל גליק שליט"א- ערען פרעזידענט
הרה"ח ר' שלמה מיכל ראזנער שליט"א -פרעזידענט
הרה"ח ר' מענדעל שווימער שליט"א -ראש הקהל
הרה"ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש שליט"א ווייס  פרעזידענט
הרה"ח ר'משה פריעדמאן  שליט"א ווייס פרעזידענט
אין נאך טובי הקהילה  בקהל  יטב לב  והעיר קרית יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 19:07 לינק ישיר 

געוואלד! היתכן מען צווינגט אונז אריין ראשי הקהלה, ווער זאגט איך וויל זיין פארטרעטען פון זריעעעעל, און פון שווימער באטשי?

מיר פארלאנגען וואלען! זאפארט!
וואו איז דער יושר פארטרעטער יוסל בן מרים? בנציון פריעדמאן?
געוואלד! דער זאב''ד ר' זלמניו, איז דאך שוין א גרעסערע דיקטאטור וואו זיין גרויסע ברידער,
מען דארף געווארווערן די נימען פון ר' מעכל סאסמאן, דער בארימעטער ציוויל רייט אדוואקאט, און זיך גרייטען בכל תוקף צו א פעסטע מערכה! הכונו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 19:09 לינק ישיר 

די נאמען פון בית החיים איז יעצט אינטער CYL CEMETERY CORP עס האט גארנישט מיט "קהל יטב לב" (נישט קרית יואל און נישט ברוקלין).

די גאנצע סיבה פון טוישן די נאמען איז בלויז אביסל אויפצולעבן די פארשלאפענע מענטשן מיט עפעס וואס צו רעדן. ווייל אויסערליך איז דאס א ביליגע ליצנות און א חוזק ווי א קהלה טוישט זיך די נאמען פון איין טאג אויפן צווייטן אן קיין שום סיבה נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 19:22 לינק ישיר 

כ'האב זיי נישט געהאלט פאר אזעלכע גרויסע בעיבי'ס אין נער'נים

אגב, דערמאן איך  זיך: פערלשטיין האט זיך אויפגעטוהן ביים אויסגעשפילטן כינוס ליצים מוצש''ק (דעמאלטס ווען מ'האט געזעהן 2 יענקעלע גליק'ס) ביים גרינדן די היינט באנקרעטירטע אין דורכגעפאלענע מוסדות, קוקט אינז אן, מיר האבען א פראבלעם מיט די  ק''י קהילה טיילען מיר זיך אפ, אין מיר רופן זיך ויואל משה (מיט א טענה, כאילו אין וומ''ס - ווי די זאליס זענען מסרב לדין, האבען מיר זיך אפגעטיילט אין מיר דארפן ווען אויך טוישען די נאמען), ווער עס קען שאפען די טעיפ וועט יעדן מהנה זיין, ער לייגט עס גיט אראפ, פאר א צדקות אין נעימות המדות.

תוקן על ידי rebyankel ב- 18/08/2009 19:29:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 19:26 לינק ישיר 

אדער קען זיין א סברה, מען שוין געהערט א סאך מאל פון פעלער וואס ביזנעס גייט נישט גוט, פראבירט מען צו טוישען דעם נאמען! וד''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 19:52 לינק ישיר 

רבותי! להחזיר עטרה ליושנה
ליפא ט"ב גייט צוריק ארבעטן אין קריסטעל קלער
יעקב שמשון טוט זיך צוריק אן די שטאפן היט


נאך די נעכטיגע מיטינג איז באשלאסן געווארן אז נעקסט נעמט מען זיך צו די עדה
ריח"מ ווערט אי"ה נעקסטע וואך גאב"ד
רי"ט ווייס שיקט מען צוריק קיין אנטווערפן

וואט א דזשאוק, די האבן ליב יעדן טאג א טשעינזדש, ביי אונז האט עטס נאך אלס דעם זעלבן נאמען, ביי אונז הייסט עס ווייטער "סאסמאן" ע"ש הנשיא המייסד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 20:57 לינק ישיר 

די קעלבלעך כאפען יעצט אז זיי זענען די גענאר אין שטאט האבען זיי אפעגעמאכט אז מ'גייט זאגען אז מ'האט עס נאר געטוהן וועגן די קארט ווי זיי קלאגען קהלתינו הק' וועגן די ביה''ח.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 21:05 לינק ישיר 

די אימיעל שיקט ארום SATMARREPORT א זאלונישע אימעיל

  Satmar Report to talrabny

די ארוינים פראבירן מקיים פסק צו זיין און זיצן אין קארט 20 יאר כהבטחת זייער ראש און מנהיג המסור הידוע לשימצה דער עבריון יצחק ראזענבערג שר"י
ליידער זענען מיר געצווינגן אפצוענטפערן אין געריכט זייערע דריידלעך און תביעות און זיי פלאנען דערווייל נישט אויפצוגעבן
האחרון הכביד זייער לעצטיגע טריט פון רודפ'ן אבלים בשעה שמתם מוטל לפניהם רח"ל און ארויסרייסן בגניבה געלט
אין די טעג זיצן ראשי קהלתינו אין געריכט אין אפסטעיט אפצושלאגן זייערע שטיקעס
איינע פון די מיט וואס זיי פראבירן צו שלעפן צייט און געלט פון קהלתינו הקדושה איז א הקדמה פאר יעדע משפט
וואס הייב זיך אן מיט "ווער" איז קהל יט"ל
יעצט איז געקומען זייער צייט, זיי וועלן בקרב דארפן ענטפערן מיט וואס זייערע ראשי קהלה זענען מער ראש הקהל אויף קיט"ל דק"י ווי אונזערע
ווי באקאנט האט די ריכטערין פון ברוקלין ארויפגעשיקט דעם קעיס בנוגע זייערע תביעות אז דאס געריכט זאל באשטעטיגן זייער גניבה אויפן ביה"ח קיין אפסטעיט
און די קומענדיגע טעג וועלן זיך אנהייבן די הירינג'ס, פאר די הירינגס הייבן זיך אן אויפן עצם שאלה וועלן זיי קודם דארפן ענטפערן
מיט וואס אברהם ווידער איז מער ראש הקהל ווי ר' שלום מעכל ראזנער אדער ר' מענדל שווימער
 
על כגון דא נאמר "בור כרה ויחפרהו" דאס הייסט עסן די קאשע וואס מען האט זיך אליינס געקאכט


בערך ווי מיר האבין געשריבען פריער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 21:05 לינק ישיר 

 
איצט איז שוין צו שפעט.

איר וועט נאך אי"ה געוואויר ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לאכטס א גוטס - נייע זאלי קהל יטב לב אין קר"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext