| נשלח ב-19/8/2009 00:33 |
|
| |
די בארא פארקע 39 דיסטריקט סיטי קאונסיל וואלען
דריי טעג פאר ראש השנה וועט זיין יום הדין פאר די קאנדידאטען וואס לויפען פאר די 39 דיסטריקט און ניו יארק סיטי, וואס נעמט אריין א שיינע חלק פון בארא פארק און קענסיגטאן, די קאנדידאטען זענען ווי פאלגענד:
John Heyer
Brad Lander
Josh Skaller
Gery Reilly
Bob Zuckerman
דריי פון די פונעם האלטען זיך אידיש אפשטאמונג, (לאנדער סקאללער זוקערמאן) און די אנדערע צוויי זענען גוים (הייער און ריילי)
די קאנדידאטען לויפען אויף פלאץ פון קאונסיל מאן ביל די בלאזיא וואס געט אויף זיין סיט אין לויפט פאר פאבליק אדוואקאט, די 39 דיסטריקט נעמט אריין א חלק בארא פארק, קענזינגטאן, פארק סלאפ, קאבל היללס, קעראל גארדענס, און ווינסדאר טערעס.
דער ערשטער וואס האט געמאלדען אז ער לויפט פאר דעם סיט איז געווען ברעד לענדער, וואס האט זיך היימיש געמאכט מיט אסאך בארא פארקע עסקנים, און ער דרייט זיך שוין און בארא פארק א לענגערע צייט, און זיך באקאנט געמאכט מיט אסאך מענטשען, אויך האט ער באזיכט ביי אסאך חסד ארגענעזאציעס און בארא פארק, אבער דא קומט דער פראבלעם, לאנדער שטיצט תועבה אויף א גאר א שטארקע אופן, לאנדער שטיצט פאבליק סקולס, ער האט באקומען די אינדראסעמט פון די טיטשערס יוניאן, עם ברענט נישט פריוואטע שולעס, און פארקערט ער זיכט מער צו שטיצען פאבליק סקולס און ווי פארשטייט זיך אליין קענען נישט היימישע אידען שיקן קינדער און פאבליק סקולס, ווייטער לאנדער איז נישט פאר וואטשערס, (די פייארטי 7 וואטשערס וואס בלומבערג האט געוואלט אוועק נעמען), דאס איז אויך נישט פון זיינע נושאים, אויך איז לאנדער נישט פאר ריזאנינג, א שטארקע נושא אין די בארא פארקע געגענד, ער איז א שטארקע ליבערעל, און ער שטימט נישט בכלל מיט בארא פארק, די איינציגסטע זאך וואס יא, אז ער וויל העלפען די ארגענזאציעס און בארא פארק, וואס דאס איז יא א נושא פאר אים.
סקאללער: איז אויך ליבערל דעמאקראט, שטיצט אויך פאבליק סקולס און נישט פריוואטע שולעס, בארא פארק איז פון זיינע קליינע נושאים, ער איז געגיינגען צו אפאר רבנים, און אויך צו אפאר חסד פלעצער, ער איז אויך א שטארקע שטיצער פון תועבה, און שטימט אויך נישט מיט בארא פארק, די חילוק פון לאנדער מיט סקאלער איז אז לאנדער איז אן אלטער עסקן אין זיין געגענט ווי ער וואינט און סקאללער איז דאס אויך נישט.
זוקערמאן: איז א גאר א שטארקע דעמאקראט, אין די תועבה אישו איז ער זייער זייער עקסטרים וד"ל, ער איז ניטאמאל געקומען קיין בארא פארק ער שיקט נישט קיין בריווען קיין בארא פארק אין ער זיכט נישט די וואטס פון בארא פארק.
הייער: איז א פרימער קאטולישער גוי, און ענגליש רופט מען אים א קאנסערוויטיוו דעמאקראט, און אינגאצען אקעגן תועבה, אויף אלע אופנים און וויל פון גארנישט הערן, ער איז א קעגן עבארשען, ער איז זייער שטארק פאר פריוואטע שולעס און האט א מוראדיגע אינטרעס זיי צו העלפען, ער איז זייער שטארק פאר וואטשערס, און ער זאגט אז וועט זיך שטארק שלאגען פאר דעם פראגראם, ער איז זייער שטארק פאר ריזאנינג, עס איז א חידוש ווי אזוי א גוי זאל האבן אין זיך אזויפיל זאכן וואס שטימען מיט אידען ווי הייער, ער האט זיך שוין געטראפען מיט צענדליגע עסקנים, מיט אדמינסטרעטערס, מיט מנהלי המוסדות, ער איז שוין געגיינגען באזוכן ביי חסד ארגענזאציעס, ער איז שוין געווען באזוכען ביי אסאך גדולי אדמור"י ורבני בארא פארק, ער איז אריין געקומען אביסעל שפעטער, אבער ער איז שוין אסאך געווען אין בארא פארק, און ער האט זיך שוין געטראפן מיט זייער אסאך מענטשען.
ריילי איז אויך א גוי א שטארקער דעמאקראט, וואס איז אפילו נישט געקומען קיין בארא פארק און זיכט נישט די בארא פארקע וואט און ער האט זייער שוואכט טשאנסען אריין צו קומען.
מער פרטים וועל איך באלד ארויף לייגען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 01:28 |
|
| |
דיבעיט צווישען די קאנדידאטען פארן 39 דיסטריקט היינט נאכט
דיבעיט צווישען די קאנדידאטען פארן 39 דיסטריקט היינט נאכט
היינט נאכט וועט די ברוקלין טעלעוויזע אויפשפילען א דיבעיט צוווישען די קאנדידאטען אויף אסאך נושאים מען וועט דאס קענען זעהן לייו אויף דעם לינק פון 9 ביז 10 ביינאכט
mms://208.94.97.252/channel3 די לינק עפענט זיך אין א מידיע פלעיר
מארגען אי"ה וועל איך פאוסטען שטיקלען פון די דיבאטע
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:29 |
|
| |
האט איינער געזען די דיבעיט, וואס האט מען דארט גערעדט, וווער איז ארויס געקומען שטארק?
בכלל ווער קען מיר געבן א באריכט וואס טוט זיך און בארא פארק
יישר כח
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 23:46 |
|
| |
איך בין געווען אביסעל פארנומען היינט, ביז איצט, אבער איך וועל שרייבן ווייטער, קודם וועל איך געבן א שטיקעל באריכט אויף דעם דיבאטע נאכדעם וועל איך איבערגעבן די מצב אין בארא פארק.
די דיבאטע איז וואויל געגיינגען, מען האט געזען א די קאנדידאטען און די מאדערעטאר האבן זיך פארלייגט אויף הייער אויף די נושא פון תועבה, ווי הייער איז זייער שטארק א קעגן דעם, און אלע אנדערע זענען פאר דעם, און הייער האט זיך נישט געלאזט פארפירען זיין שיטה, אויך האט מען גערעט פון ריזאנינג, ווי הייער האט זיך אויך שטארק ארויס געשטעלט אז מען זאל קענען איבער בויען אלטע געגענטער, און מען זאל קענען מאכן מער הייזער דארט, אויך איז הייער געווען זייער שטארק וועגן פריוואטע שולעס אז זיי זאלן באקומען מער פאנדינג. און מער הילף.
די גאנצע דיבאטע איז נישט געווען עפעס מוראדיג אפשר מיט די צייט וועל איך עס ארויף לייגן.
יעצט צוריק צו די נושא פון וואס טוט זיך און בארא פארק.
איז אזוי ווי איך האב נעכטען געשריבען, לכתחילה האט אויסגעקוקט ווי בארא פארק איז פאר לאנדער, עס האט אויסגעקוקט ווי ער איז די בעסטע פאר אונז, ער פארשטייט אונזערע געברויכען די בעסטע, אבער אין די לעצטע שטיק צייט, נאך לענגערע מיטינגען פון עסקנים פון בארא פארק, קהילות, גרויסע פאליטישע עסקנים, אנשי ציבור, און זענען איבער געגיינגען די נושאים, און מען איז ארויס געקומען אז ד'זאן הייער איז אסאך אסאך בעסער פאר בארא פארק, קודם איז ער זייער שטארק א קעגן תועבה, און נאך די אלע זאכן וואס איך האב געשריבען נעכטען, איינער פון די עסקנים האט זיך אויסגעדריקט, "עס איז שוין לאנג נישט געווען אזא קאנדידאט, וואס רעדט מיט שטאלץ אונזער שפראך," איז מיט ברכות און הסכמות פון גדולי ישראל און די ישיבות און קהילות פון בארא פארק, האט מען מחליט געווען אז מען גייט וואטען פאר הייער, און ווי פארשטייט זיך, זענען נאך דא אפאר עסקנים וואס ווערן באצאלט פון די לאנדער און סקאללער קאמפיינס, און זיי זענען נאך אביסעל אקעגען, אבער אלגעמיין אלע קהילות ישיבות מוסדות און חסד ארגענזאציעס זענען מיט הייער.
מען קען מיר אריין שיקען און אישי, פראגען איבער די קאמפיין, אזוי אויך ווער עס וויל וואליונטירען זיין צייט פאר די קאמפיין, קען זיך מעלדען צו מיר און אישי
פון דא אין ווייטער וועל איך בל"נ פאסטען בילדער און ווידיאוס און נאך אופדעטס פון הייער ביי רבנים מוסדות און ארגענזאציעס און בארא פארק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 00:08 |
|
| |
דא לייג איך א בילד
פון John Heyer ביי הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
אין דיין פון די מוסדות בוני עולם און יד אפרים
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 19:23 |
|
| |
מיט הגה"צ רבי שלום מאיר טווערסקי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 19:34 |
|
| |
מיט הגה"צ רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א אבדק"ק טענקא
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 19:37 |
|
| |
ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:15 |
|
| |
מיט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
תוקן על ידי 39Power ב- 23/08/2009 22:12:24
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:19 |
|
| |
מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא בארא פארק שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:23 |
|
| |
מיט הרה"ג רבי יחיאל קויפמאן שליט"א אבד"ק אנשי ספרד און פירער פון JCC און בארא פארק
דער אנדערער איז די קאמפיין מענעג'ער
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:29 |
|
| |
און ראחמיסטריווקא בית המדרש באגלייט מיט העסקן הרב משה יהושע קרעמער, נאכן באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:37 |
|
| |
אונעם אפיס פון יד אפרים,
ווערן געזען די עסקנים ר' פסח גרינבערג און ר' משה יצחק שטיינמעטץ
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 23:11 |
|
| |
און שטוב פון הרה"ג רבי שלמה גראס דומ"ץ דחסידי בעלזא צוזאמען מיט אלע בעלזע דיינים, וואס האבן אינדראסירט הייער פאר סיטי קאונסיל, ווערט געזען אונטערען דיין ר' פסח לעמבערגער עורך פונעם מחנה החרדי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 20:22 |
|
| |
ביים באזוך און די אפיס פון די בעלזא קהילה, און א שמועס מיט הרה"ג רבי אשר עקשטיין שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 20:43 |
|
| |
HEYER האט נישט קיין טשאנס אפילו אלע אידן און בארא פארק זאלן וואוטען פאר איהם ביטע הערטס אויף מיט ענקערע געלט מאטיווירטע תגיבות דא אויף הייד פארק
|
|
|
|
|