| נשלח ב-19/8/2009 00:36 |
|
| |
סופערמעסי VS פרעדיגער פארמעגליך
די עולם ליידט אביסעל אויף שכחה.
מוועט דערמאנען דעם ציבור, אפאר
חדשים צוריק האט "סופערמעסי" אויפגיקלערט מיט א מין בהירות וואס סלאזט זיך
נישט זאגען, און אויפגעוויזען די פאלשקייט פון די אזויגערופענע
"רעביזיכרוינעליבראכע" אידען, אז דאס איז פאלש מעיקרא ועד סוף, און אין
איין ווארט אויפגעוויזען אז רבי ז"ל מיינט ר' געציל בערקאוויטש, נישט ר'
ז"ל פיליפ, און די אלע וואס זענין זיך מתנגד צו הנהגה וואס פירט סאטמאר די
לעצטע 30 יאר צום גוטען, קומט פון פאלנע פריוואטע חשבונות און
דעמראלאזאציע [והא ראי' די ערשטע גילעגנהייט צוריק צוקימען זענען זיי אלע
ארויס פון מייז לעכער מחזיר זיין די יושנה, אויסגיהונגערט פאר עקשאן און
צוריק אריינקומען אין סאסייעטי, אוועקוקענדיג פן זייער פאלשע טענה יארען
לאנג אז די רבי ז"ל האט נישט קיין ריפלעיסמענט, וואס אין אמת האט ער טאקע
נישט, נאר יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט די כלל פון דור דור ודורשיו].
די
בהירות איז אזוי קלאר שאין עליו פירכא, און אפי' די מזייפים פון די פורום
השני, האבען זיך נישט גיטרויט מיט פאלנע שקר און מעשיות צו צימבלען די
מאמרים זעלבסט, נאר זענען אויפגעקומען מיט א הבה נתחכמה, נעמליך צו
שרייבען די היסטאריא לויט זייער פרעספעקטיוו.
פאר מגייט ווייטער
זאל מען זיך מתבונן זיין, סטייטש דא קומט איינער [סופערמעסי] וואס ווערט
פארופען לויט זיי [כהעל שרייבען די טיטול כללי וואס סקומט ארויס לויט רוב
זייער אפשאצונגען] אן אפיקורוס ל"ע, אין שרייבט ווי פאלש זייער גאנצע
סייקאלעדשי לויפט און צולייגט די זאך אויף קליין געלט, און איז מסביר מיט
דברים פשוטים [לאפוקי מיט סיפורים פון אישית], און פשוט און פראסט צולייגט
אלע זייער הנהגות און זאגעכטצער און קאנטראסט צו די נארמאלע שטייגער פון
טראכטען און יעדער האט גיזעהן ווי "ופרשו את השמלה" דברים מחוורין ובהירין
שאין עליהן תשובה.
וואלט די ריכטיגע ריאקציא גיברויכט זיין מיט א
"דע מה שתשוב", נאכדערצו ווען דער אפיקורוס בעצם איז א פשוטער יצא
מדעתו'ניק [לויט זייער מיינונג] און שרייבט נישט צום זאך, וואלט מיט א
געלונגענער מאמר גיקענט אפווענדין זיין גאנצע געביידע, אנשטאט האט מען
נישט גיהערט קיין פיפסט וואס ווענדט די דאזיגע מאמרים זעלבסט, נאר
אנגעפאנגען מיט א סעריע ארטיקלען וואס אנהויב זענען די רעלסען פינעם מאמר
גיווען פלעין חוזק מאכען פינעם כותב אין אים אהערשטעלען ווי יצא מדעתו,
און איצט האלט עס ביים שרייבען פאקטאן און אראפלייגען הנחות [כהעל נישט
אריינגיין און קראנטהייט פון די אלע אישיתדיגע עובדות, דאס על איך לאזען
פאר אנדערע], פון זאכען וואס האבען פאסירט די לעצטע 10 - 12 יאהר.
נאכמער
יעדער פארשטייט אז זייט די מושג פון "אנהענגערשאפט און התנגדות", איז
אייביג גיווען אז די פאקט וואס דער "אנהענגער" האט אויסגיטייטשט לשבח האט
דער "מנגד" אויסגעטייטשט לגנאי, למשל די מערכה וואס די סאטמאר רב האט
געפירט קעגען די ציונים ווייסען זיינע "אנהענגער" [אין די פאל, אנחנו
חסידי סאטמאר] אז דאס איז גיווען ריין לשם שמים, ווידעראום די "מתנגדים"
האבען אים אויסגיטייטשט אלס פשוטער "אטענשאן סיקער", און כדי צו בארייכען
פובליסיטי.
אויך לדוגמא דאס אויפבויען אידישקייט אין אמעריקע וואס
זיינע "אנהענגער" וועלען אנדייטען דאס מסירת נפש פון זיך אריינווארפען אין
אסטראנאמישער חובות און אויפבויען תתי"ם, מיידעל שולעס, א מהודרדיגע מצה
בעקעריי, אוועקגישטעלט א מהודרדיגע סדר אין די שחיטה, ווידעראום די
"מנגדים" וועלען דאס אויסטייטשען ווי א פשוטער פראפאגאנדיסט געוויינט פאר
תקיע"ש, כל נדרי, הו"ר, אפגעקויפט אלע חסידים פון קלויזענבורגער רב און
אזוי האט ער גיקענט נעמען קרעדיט פאר זיך פארין אויפבויען אידיש קייט אין
אמעריקע.
לאמיר אריינגיין אין די פרט פון "פרשת בעלזא", ווי סאטמאר רב איז זיך גיגאנגען אויסטענהן מיטן בעלזער רב, די
"אנהענגער" האבין דאס גיזעהן ווי א איד וואס דאס הארץ בלוטיגט אים ווי
מהאט ארויסגעפאפט א רב בישראל וואס איז אלץ גיווען די סמל פון קנאות, און
ארויסדערווישט א היתר, ווידעראום די "מתנגדים" [דהיינו חסידי בעלזא] האבען
עס אנגעקוקט ווי א פרעכע חוצפה ווי א רב, יונגער פון זייערס, האט די העזה
משכנע זיין זייער רבי דער קדוש וטהור [קוקטס אהן ר' ליבוש [פשעווארסק]
וואס האט גילערענט יענע תקופה אין ירושלים אין בעלזא, האט ניטאמאל גיוואלט
אנקוקען די סאטמאר רב אין פנים ביי זיין חופה, ווי ער איז גיווען מסדר
קידושין].
ממילא מיט סיפורי מעשיות, ווילאנג סדא "אנהענגער", קענען
די "מנגדים" פארדרייען פאקטען און אויסטייטשען לגנות ביז איבער מארגען, די
אנהענגער עלען אדער עס אויסטייטשען לטובת זייער ריכטונג, אדער גאר
אויפקומען מיט אנדערע פאקטען.
נאכמער אלע פון אונז וואס זענען שוין
גיווען חתונה גיהאט ביי די התפרצות, שטייט אויף זיין צד, טאקע פארן
אויסטייטשען די אלע מעשיות וסיפורים לגנות אדער לשבח, ממילא זענען די אלע
רייד ווי "קמח טחינא טחין" אוין מאלט פשוט וואסער, אויף וואס אונז האמיר
זיך גיטענה'ט בשעתו אין די מקוואות אין קאווע שטיבער, די אלע רייד זענען
גוט אפשר פארן נייער דור.
יעצט אז מקוקט מיט א ניכטערע בליק, איז
אזוי, סופערמעסי האט אפגעשריבען דאס זייניגע, אויפשאקלאנדיג די יסודות
הפארטיי פון די מנגדים, און "פרעדיגער פארמעגליך" פרובירט דאס צו
פארווישען מיט פארציילען שיינע מעשיות, וואס אויסער אריינגיין אין די
אוטענטישקייט פון די ענינים פארשטייט יעדער אז די צד "אנהענגער" קענען אלעס
אויסטייטשען לשבח.
בסך הכל איז אזוי, די קלארער געווינער פון די אלעם באקאנטע דעבאטע
"וועמענס מהלך המחשבה איז די ריכטיגער", איז קליפ און קלאר, אנע דעם מזאל
אפווענדין "פרעדיגער פארמעגליך"ס רייד, ווייל ווי פריער געשמועסט זענען די
אלע שיינע מעשיות און פאקטען וואס זיי טייטשען אויס לגנות, בכלל נישט די
תשובה אויף די אלע קלארער מאמרים וואס דער כתבא רבה סופערמעסי האט
ערווענט, סנאר זייער בליק אויף די היסטאריע, זייט די מחלוקה האט
אויסגעברויכען.
ממילא
מיט נישט אפענפערין בלייבט זייער פאלשער סייקאלעדשי אפגעפרעגט מתחילה ועד
סוף, נאר אזויפיהל ווער עס וועט נעמען די מיה און פארשרייבען און
פארטייטשען די אלע פאקטען לשבח פאר די נייער דור וואס וואקסט אונטער תבוא
עליו ברכה.
תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 19/08/2009 0:40:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 02:02 |
|
| |
לכבוד החי' הגדולה שנקרא עליגעיטאר
די האסט נישט גוט דורך געלערנט די פשט פון די משנה "ודע מה שתשוב".
לויט ווי דיין לשון לייענט זיך:
וואלט די ריכטיגע ריאקציא גיברויכט זיין מיט א "דע מה שתשוב", נאכדערצו ווען דער אפיקורוס בעצם איז א פשוטער יצא מדעתו'ניק [לויט זייער מיינונג] און שרייבט נישט צום זאך.
ביטע גוט אדורך לערנען די משנה פון "ודע מה שתשוב" דאס איז געזאגט נאר פאר אפיקורס גוי, אבער פאר אפיקורס ישראל, טאר מען בכלל נישט ענפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 10:06 |
|
| |
הרב עליגעיטאר!!!
איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער ביטע, עס זעהט אויס אז איר האט נישט געליינט מיינע ארטיקלען,
די ערגסטע זאך וואס איר קענט מיר אפטון איז מיר צוזאמען שטעלן מיט נידריגע שרייבער'ס און מאכן חילוקים און צווישנשיידן סופרעמעסי שרייבט אזוי משא"כ יענער שרייבט אזי...
ביז דערווייל האבן מיר זיך געהאלטן אויף זייער א גראדע ליניע און נישט פארקראכן לינקס און רעכט, מיר האבן קיינמאל נישט אראפ געריסן פערזענדליך רבנים וגדולי התורה אדער חלילה געשריבן לויזע לשונות אויף סיי וועמען, מיר האבן בלויז אויסגעשמועסט אויף א ברייטן אופן די פאלשע אידילאגיע פון מאכן א ע"ז שקר מיט עינינים וואס איז געוועהן היפך דעת רבותינו הק',
אז איר ווילט מיר צוליב טון ביטע מעקט אויס אייער ארטיקל, עס איז מיר א בזיון צו שטיין מיט יענעם אויף איין קעפל, שטעל אונז נישט צוזאמען, מיר גיבן זיך נישט אפ מיט ביליגע געשרייבעכטס, ומהאי טעמא שרייבן מיר ווייניג, ווייל געקליבענע ווערק פארקויפט זיך נישט אימזיסט אויף האלסעיל...
מיר האבן פיל פיל רעיינות איבער אונזערע טעמעס ווואס מיר האבן אנגעהויבן, וכאן המקום לדרוש ולבקש, צו דער ציבור איז גרייט צו הערן נאך,
אויב יא, לייגט צו דא א הודעה אין דעם אשכול אז איר ווילט הערן נאך,
נאכמאל ביטע טוישט אייער קעפל,
ישר כח למפרע,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 16:18 |
|
| |
אודאי וויל מיר הערן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 16:53 |
|
| |
קיפ אפ די גוד ווארק, ובפרט ווען ס'איז פאזיטיוו
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 17:33 |
|
| |
צי הרב "סופערמעסי"
איך בין נישט קיין שרייבער במילא האט מען נישט געזען קיין קאמענטארן פין מיר ביז אהער.
אבער ס'איז דיר אפשר כדי צי וויסען אז איך האב ארויס געפרינט אלע דיינע ארטיקלען, כדי עס זאל זיך געפינען ביי מיר אינדערהיים לעת הצורך.
איך האב שוין מיט דעם ציגעמכט דאס מאהל פאר א היבשע פאר מענטשען וואס זענען געווען ביי מיר.
איז וועגען דע פראגע צי זאלסט שרייבען נאך? אוודאי אז יא הלוואי שירבה כמותך בישרא-ל
עלה והצלח
נ.ב. הרב עליגעטער, זיי מוחל אין פארעכט דיין שרייבען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:15 |
|
| |
יא מיר ווילן הער'ן נאך עס איז קילורין לעינים
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:24 |
|
| |
| סופרעמעסי כתב: |  | וכאן המקום לדרוש ולבקש, צו דער ציבור איז גרייט צו הערן נאך,
אויב יא, לייגט צו דא א הודעה אין דעם אשכול אז איר ווילט הערן נאך.
ישר כח למפרע |
|
עפעס א פראגע?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:25 |
|
| |
האמת אגיד די כוונה פון מיין שרייבעכץ איז גיווען אפצוענטפערין א אשכול וואס איז למעשה אפגעמעקט געוואראן [איך געדענק שוין נישט די קעפל פון יענע אשכול], די אשכול איז געשריבען גיווארען דורך א פרישער ניק, וואס למעשה ווען איך האב גענדיגט שרייבען איז עס שוין גיווארען אפגעמעקט.
כהאב פשוט גיוואלט ארויסברענגען א געוויסער נקודה, איך זעה אז סטוט זיך א צוריק ענפעראכץ מיט אשכולות חדשים לבקרים וואס טוט קאמפיטען מיט "פרעדיגער פארמעגלעך", האב איך גיוואלט פשוט דערמאנען אז די גאנצע שרייבעכץ זיינער איז א תוצאה פון וואס סופערמעסי האט באוויזען אויפצוקלערין ווי פאלש זייער גאנג איז, און סהאט שטארק צופאטשט זייער לאגער, דעריבער האבען זיי געזעהן פאר וויכטיג צוריק צו קנאקען.
דעריבער האב איך געפילט פאר וויכטיג ארויס צוברענגען די קאנטראסט צווישען סופערמעסי און פרעדיגער פארמעגליך, אז דברי סופערמעסי איז חיים וקיימים דברים ברורים מללו, וואס אפי' זיי האבען נישט מצליח געווען אפצוענפערין, נאר כדי צו פארטעמען די מוחות האבען זיי אנגעהויבען שרייבען פארשידענע פאקטען אן הנחות אויסטייטשענדיג לטובתם, וואס איז בכלל נישט מן הענין אפצוענפערין סופערמעסי, דעריבער איז בכלל נישט וויכטיג אפצוענפערין אלע זיינע געשרייבעכצער ווייל סאיז טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים, נאכמער די גאנצער אונטערנעמונג פון באשרייבען די מחלוקה איז א נערישער געדאנק, ווייל יעדער קען אויסדרייען די אלע סיפורים לטובת זיין צד.
און הא גופא האב איך געשריבען אז דער פרעדיגער פארמעגליך האט ניטאמאל צוגעקומען צום שפיץ פינגער אפצוענפערין דברי סופערמעסי, סקומט פשוט פון האס און דעמראלאזאציא, און סנאר א פשוטער ספין אוועקצונעמען די ספאט לייט פון די אלע היי לייט מאמרים וואס סופערמעסי האט געשריבן.
יעצט נאך די רייד מיין איך אויב וועט מען איבערליינען מיין ארטיקל וועט מען זעהן אז כהאב פשוט צולייגט ווי קראנט סופערמעסיס רייד איז כלפי די נערישער קאנטער אטאקע ארטיקלין וואס פרעדיגער פארמעגליך שרייבט.
און פון אייך סופערמעסי בעט איך מחילה דא ברבים אויב סהאט אויס גיזעהן כאילו איך שטעל דיר צוזאמען מיט פרעדיגער פארמעגליך, דאכציך כהאב ארויסגעברענגט דאס פארקערטע ווי ווייט פרעדיגער פארמעגליכס ארטיקלען זענען פון אייערע און ס"לא קרב זה אל זה".
גם אני מצטרף לבקשת הרבים "אנא השמיענו את קולך" מיט ווייטערדיגע מאמרים, כיד ד' הטובה.
תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 20/08/2009 18:23:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:40 |
|
| |
| צודערזאך כתב: |  | וכאן המקום לדרוש ולבקש, צו דער ציבור איז גרייט צו הערן נאך,
אויב יא, לייגט צו דא א הודעה אין דעם אשכול אז איר ווילט הערן נאך.
ישר כח למפרע
עפעס א פראגע? |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:55 |
|
| |
עליגעיטאר אויב האסטו דעיס (איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס) געוואלט ארויסברענגען, האסטו עס זייער שלעכט ארויסגעברענגט.
סופרמעסי: אוודאי שרייב ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 20:04 |
|
| |
כ'דרעדט דא אין די נאמען פין די צענדליגע ידידים וואס כ'האב געגבן אין געטיילט דיין ארטיקלען {אין פארשטייט זיך אויך אין מיין נאמען}
שרייב נאך!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 20:19 |
|
| |
ר סופרעמעסי וואספאר א פראגע איז דאס זיכער זאלט איר שרייבן נאך סאיז דאך געוואלדיג עושה רושם
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:55 |
|
| |
נא להשמיע הלאה קול הד' ברמה .
|
|
|
|
|