דער סעלפאן אליינס האט געקאסט א מאיאנטעק...) פאר דער רעשט פון די חתונה איז ר' אברהם יצחק געזיצן ווי צוגענאגלט צו דעם באמבאסטישן טעלעפאן.
אום זעקס אזייגער פארטאגס איז ר' אברהם יצחק צוריקגעפארן קיין קראון הייטס, און פארגעזעצט מיט זיין שתדלנות לטובת די קראון הייטסער אידן, ריזיקירנדיג מיט זיין לעבן.
די ראיאטן האבן פארגעזעצט פאר דריי טעג און דריי נעכט, און עס איז נישט געווען קיין איין רעגירונגס פירער אין ניו יארק וועלכער זאל ארויסווייזן פירערשאפט, און ברענגען אן ענדע צו דעם פּאגראם. די פּאליסלייט זענען אטאקירט און אנגעגריפן געווארן, אבער האבן געמוזט בלייבן שטיין מיט פארלייגטע הענט און גארנישט טאן. עס האט דערגרייכט אזוי ווייט אז פיל קערוסא, דער יוניאן פירער פון דער פּאליציי, וועלכער איז אליינס אטאקירט געווארן דורך די ווילדע מאסן, האט געדראעט אראפּצונעמען אלע פּאליסלייט פון די גאסן פון קראון הייטס, פאר זייער אייגענער זיכערהייט, סיידן מען ערלויבט פאר דער פּאליציי צו ברענגען אן ענדע צו די ראיאטן.
די קראון הייטס ראיאטן זענען געווען די הויפּט סיבות פארוואס די דעמאלטיגע דעמאקראטישע פירער, מעיאר דינקינס און גאווערנאר מאריא קאומא, האבן פארלוירן ר' אברהם יצחק'ס ביז-דעמאלטיגע שטיצע. ר' אברהם יצחק איז געווען אנטוישט אין קאומא, אז נאך צוויי טעג פון ראיאטן האט ער אנגערופן דינקינס פרעגן וואס עס גייט פאר, אנשטאט איבערנעמען קאנטראל פון דער סיטואציע, פון דעם אומבאלומפּערטן מעיאר, דורך אריינשיקן נעשאנעל גאורד טרופּן אין דער שטאט, וועלכע זאלן מאכן סדר. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ווען קאומא איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג האט ר' אברהם יצחק געהאלפן דעם קאמפּיין פון זיין קעגנער, דזשארדזש פּאטאקי, וועלכער האט טאקע באזיגט קאומא.
אבער מיט דעם איז ר' אברהם יצחק'ס ראלע אין דער געשיכטע נישט געקומען צו אן ענדע. ר' אברהם יצחק האט אליינס נישט געוואוסט פון אנפאנג אז זיינע אקטיוויטעטן ביי די ראיאטן, וועלן אים פארוואנדלען אין א קעמפער פאר יוסטיץ.
אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט א טעלעפאן רוף פון ר' אברהם יצחק, צו דעם ברודער פון דעם ערמארדערטן בחור, יאנקל ראזנבוים ע"ה.
און געווען איז די מעשה אזוי: די געהילפן פון מעיאר דינקינס האבן געהאט באאויפטראגט פאר ר' אברהם יצחק אז ער זאל זיך אפּגעבן מיט דעם נפטר, און באגלייטן דעם קערפּער צום קענעדי לופטפעלד, נאך א לוי' וואס איז פארגעקומען אין ברוקלין. ר' אברהם יצחק האט געטאן אלע נויטיגע פּראצעדורן און האט דאן אנגערופן דעם ברודער פון יאנקל, ר' נחמן (נארמאן) ראזנבוים, אן אדוואקאט אין מעלבוירן, אויסטראליע, אז ער זאל קומען קיין אמעריקע אפּצונעמען די זאכן וואס זיין ברודער האט איבערגעלאזט. ר' אברהם יצחק האט געגעבן פאר נארמאן זיין סעלפאן נומער, און דאן האט ער פארגעסן פון דער גאנצער זאך.
דריי וואכן שפּעטער איז נארמאן געקומען קיין ניו יארק וואו ער האט געטאן וואס ער האט געדארפט, און צוזאמגענומען זיין ברודער'ס זאכן, און אהיימגעפארן קיין אויסטראליע. עס זענען אריבער נאך עטליכע וואכן, און ר' אברהם יצחק באקומט א רוף אויף זיין סעלפאן פון נארמאן ראזנבוים.
"ר' אברהם יצחק, איר מוזט מיך העלפן!" האט נארמאן אים געזאגט אין א פארצווייפלטער שטימע, און דאן האט ער אים פארציילט אז ס'זענען דא גרויסע שאנסן אז די מערדער וועלכע האבן אומגעברענגט זיין ברידער וועלן קיינמאל נישט געברענגט ווערן צו יוסטיץ. דער שגץ וואס האט דורכגעפירט דעם מארד איז נאך געווען צו יונג צו קענען פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע און די ערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן אים אנגעהעצט האבן זיך אויך ארויסגעדרייט מיט מילדע שטראפן, און נארמאן האט אפּעלירט ביי ר' אברהם יצחק אז ער זאל אים קומען צוהילף, און נישט ערלויבן אז עס זאל צוגעלייגט ווערן זאלץ צו די וואונדן פון דער ראזנבוים פאמיליע און דער גאנצער ניו יארקער אידנטום.
דאן האט ער געזאגט פאר ר' אברהם יצחק עפּעס וואס האט אים איבערראשט ביז גאר: "דו זאלסט וויסן אז איידער כ'האב דיך גערופן, האב איך זיך צוערשט פארבינדן מיט די גרויסע אידישע (ציוניסטישע) ארגאניזאציעס, און זיי האבן מיר געווארנט אז איך זאל שטיין ווייט פון דעם סאטמארער חסיד אייזעק עיברעהעם, ווייל ער איז אן עקסטרעמיסט און וועט מיך נאר שאדן מאכן און נישט פירן אין ערגעץ. אבער איך בין געקומען קיין אמעריקע און זיך אינטערעסירט אויף די ארגאניזאציעס, און זיי קענען געלערנט און איינגעזען אז זיי זענען כופרים און זיי מיינען נאר זייערע אייגענע אינטערעסן, בשעת דו האסט נישט קיין שום ארגאניזאציע און דו האסט נישט קיין שום פּראגראמען פון דער רעגירונג און דו טוסט נאר עסקנות ווייל דו ווילסט העלפן אידן. אלזא, וועגן דעם בין איך געקומען צו דיר..."
קורץ דערויף האבן ר' אברהם יצחק און ר' נחמן ראזנבוים זיך געטראפן ביי א מיטינג אין ניו יארק, צו דיסקוטירן דעם ענין און זיי האבן זיך באלד פארשטאנען איינער מיט'ן צווייטן. ביי דער ענדע פון דער מיטינג האט נארמאן ראזנבוים געבעטן פון ר' אברהם יצחק ער זאל אנפירן דעם קאמפּיין, צו ברענגען יוסטיץ פאר'ן בלוט פון זיין ערמארדערטן ברודער.
פאר די קומענדיגע פערצן יאר האבן צוויי אידן פון צוויי אנדערע לענדער און צוויי אנדערע קרייזן, וועלכע האבן קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין שייכות איינער מיט'ן אנדערן, דורכגעפירט א געמיינזאמען קאמפּיין פאר די אינטערעסן פון יוסטיץ.
דורכאויס די 14 יאר האבן די צוויי אידן אינאיינעם זיך געפרייט ביי יעדן סוקסעס וואס זיי האבן געהאט און געווייטאגט ביי יעדן דורכפאל (עס זענען ליידער געווען מער דורכפעלער ווי סוקסעסן.) מען האט זיך ארומגעאמפּערט וויאזוי אנצוקלאגן דעם מערדער, אלס יוגנטליכער אדער אלס ערוואקסענער, אויף "סיוויל רייטס" אדער אנדערע אנקלאגעס. מאכטפולע שווארצע גרופּעס האבן געקעמפט פאר'ן יוגנטליכן און פּרובירט צו פארזיכערן אז ער באקומט די מינימום שטראף.
ר' יצחק אייזיק האט נישט גערוט קיין איין טאג. ער איז געפארן קיין וואשינגטאן כמעט יעדע צוויי וואכן, אליינס אדער אינאיינעם מיט נארמאן ראזנבוים. ער האט געקלאפּט אויף אלע טירן אין וואשינגטאן און געבעטן און געמוטשעט, אז מען זאל פארזיכערן אז די באטרעפנדע אינציאטארן פון דעם קראון הייטס פּאגראם באקומען זייער שטראף.
איין וואשינגטאן פּאליטיקאנט האט געעפנט זיין טיר פאר ר' אברהם יצחק, און נישט סתם געעפנט נאר ער האט אים גאר ווארעם אריינגענומען אין זיין אפיס און אים ערלויבט צו פארוואנדלען זיין אפיס אין דער הויפּטקווארטיר פון דעם קאמפּיין צו ברענגען גערעכטיגקייט פאר יאנקל ראזנבוים.
געווען איז דאס דער רעפּובליקאנער סענאטאר פון ניו יארק על דיאמאטא, וועלכער האט אנדערש ווי פילע אנדערע ניו יארקער פירער ארויסגעוויזן שטארקע פירערשאפט, ווען ער איז תיכף ביים אנהייב פון די קראון הייטס ראיאטן געקומען צוהילף פאר די געשלאגענע אידן אין קראון הייטס, און פארשפּראכן נישט צו רוען ביז ווילאנג אלע פאראנטווארטליכע באצאלן א פּרייז.
צום באדויערן האט דער יוסטיץ דעפּארטמענט אין וואשינגטאן פארמאכט אירע טירן און טויערן פאר די צוויי עסקנים, און זיי בשום אופן נישט אריינגעלאזט פאר אן אודיענץ מיט דער אמעריקאנער יוסטיץ מיניסטארשע, אטוירני דזשענעראל דזשענעט רינא. און דאס איז געווען אין דער זעלבער צייט וואס איינער פון די הויפּט העצער און אגיטירער קעגן די קראון הייטסער אידן, על שארפּטאן, וועלכער האט אויפגעהעצט און אנגערייצט די שווארצע מאסן, איז געווען א יוצא ונכנס אינעם יוסטיץ דעפּארטמענט און געשאנקען געווארן כסדר'דיגע אודיענצן.
דיאמאטא האט אריינגענומען די צוויי אידן אין זיין סענאט אפיס, און דאן דורכ'ן טעלעפאן ארומגערופן צו אנדערע וויכטיגע סענאטארן אין קעפּיטאל היל און זיי געזאגט, "איך שיק אריבער צו אייך צוויי וויכטיגע מענטשן. איך אפּעליר איר זאלט זיי אויפנעמען העפליך און פּרובירן צו העלפן מיט וואס איר קענט." אזוי ארום האבן ר' אברהם יצחק און ר' נחמן באוויזן אפּצוהאלטן זיצונגען מיט'ן רעפּובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער באב דאול און דער דעמאקראטישער סענאט מאיאריטעט פירער דזשארדזש מיטשעל, און מיט אנדערע וויכטיגע סענאטארן, וועלכע האבן אונטערגעשריבן א בריוו צו רינא'ן, צו פארלאנגען אז זי זאל אויפנעמען די צוויי עסקנים.
דער יוסטיץ דעפּארטמענט האט זיך ענדליך געבראכן, און דאס איז געווען אזא סענזאציאנאלער נייעס, אז ווען די צוויי עסקנים זענען אפּגעפלויגן קיין וואשינגטאן פאר דעם מיטינג, איז א האלבער עראפּלאן פול געווען מיט רעפּארטערס, און אינדרויסן פון דער יוסטיץ דעפּארטמענט געביידע זענען די צוויי אויפגענומען געווארן דורך א מחנה פון הונדערטער פּרעסע פארטרעטער.
*
עס זענען אריבער צוויי יאר זינט די קראון הייטס ראיאטן, און דינקינס איז געשטאנען פאר גאר א שווערן ווידערערוויילונג פארמעסט. פילע פון די וויילער וועלכע האבן אים געשטיצט מיט פיר יאר פריער, זענען געווען אנטוישט איבער זיין האנדלונג ביי די קראון הייטס ראיאטן, און זיי האבן אריבערגעשטראמט אין די מאסן צו זשוליאני וועלכער האט באזיגט דינקינס מיט בלויזע 44,000 שטימען. דאס זענען געווען די שטימען פון די אידן וועלכע זענען געווען אנטוישט אין דינקינס' האנדלונג
די וואך בעפאר זשוליאני האט געוואונען, האט איינער פון ר' אברהם יצחק'ס קוועלער אין וואשינגטאן אים אנגערופן און איינגעמאלדן די נישט-גוטע נייעס, אז אטוירני דזשענעראל דזשענעט רינא פּלאנט ארויסצוקומען מיט א פּרעסע קאנפערענץ, צו מעלדן איר באשלוס אז מען זאל אנקלאגן דעם מערדער אלס א יוגנטליכן, וואס דאס האט געמיינט גאר א מילדע שטראף פון בלויז עטליכע יאר, אין אן אינסטיטוציע פאר יוגנטליכע קרימינאלן.
ר' אברהם יצחק האט תיכף אנגערופן סענאטאר דיאמאטא, און אים איינגעמאלדן די שאקירנדע נייעס. דער סענאטאר האט זיך אויסגעלאכט דערפון און האט געזאגט פאר ר' אברהם יצחק, "אייזעק, ביסטו נאריש? דאס גייט נישט געשען. איבעריגנס, ווען ס'וואלט געווען אמת וואלט איך שוין געהערט דערפון."
אבער ר' אברהם יצחק האט זיך גע'עקשנ'ט און גע'טענה'ט אז ער איז הונדערט פּראצענט זיכער אין זיינע ווערטער. ער האט געזאגט פאר דיאמאטא, "דאנערשטאג אום 10 אזייגער אינדערפרי ביי איר וועכנטליכער פּרעסע קאנפערענץ, גייט רינא מעלדן איר באשלוס!"
עטליכע שטונדן דערויף האט דיאמאטא צוריקגערופן ר' אברהם יצחק און ער האט אים געזאגט, "וואס זאל איך דיר זאגן אייזעק? דו ביסט גערעכט, און איך ארבעט שוין דאס אפּצושטעלן."
דיאמאטא האט שוין נישט גערוט. ער האט אנגערופן פארשידענע וויכטיגע מענטשן אין וואשינגטאן און אנגעפאנגען ארויסצולאזן די אינפארמאציע צו דער מידיא. דער יוסטיץ דעפּארטמענט איז געכאפּט געווארן אין סורפּרייז, און רינא האט שנעל צוריקגעצויגן פון איר באשלוס.
*
עס איז מערקווירדיג אז בשעת ר' אברהם יצחק האט געארבעט פון איין זייט צו ברענגען די שולדיגע צו גערעכטיגקייט, האט ער פון דער אנדערער זייט פארלייגט גרויסע כוחות אויסצוהיילן די טיפע וואונדן, און פירן צו א שלום צווישן פאראנטווארטליכע שווארצע פירער, וועלכע האבן קיינמאל נישט געשטיצט קיין הפקירות, און די קראון הייטסער פירער.
עס איז געווען גאר א קריטישער זיג פאר ר' אברהם יצחק, ווען ס'איז אים געלונגען צוזאמצוברענגען די ראזנבוים פאמיליע, מיט די עלטערן פון דעם ערמארדערטן זיבן-יעריגער שגץ.
דער שווארצער מערדער לעמריק נעלסאן איז נאך די אלע צעגערייען און מאכינאציעס ענדליך געפונען געווארן שולדיג, און אינעם טאג וואס ער האט געזאלט פאראורטיילט ווערן דורכ'ן ריכטער, איז דער געריכט-זאל געווען געפּאקט מיט שווארצע שטיצער פון איין זייט, און אנגעווייטאגטע קראון הייטסער אידן און פאמיליע מיטגלידער פון דעם ערמארדעטן יאנקל ראזנבוים ע"ה פון דער אנדערער זייט. אלע זענען געזיצן און געווארט אז דער ריכטער זאל אריינקומען צו געבן זיין פּסק, ווען מיטאמאל עפנט זיך די טיר און דער פאטער פונעם שווארצן אומגעקומענעם יונגל געווין קעטא קומט אריינצוגיין, און ער זעצט זיך אראפּ אויף דער זייט וואו די אידן זענען געזיצן.
"עס איז געווען א קידוש השם איינס אין דער וועלט," זאגט ר' אברהם יצחק. "די שווארצע אנטיסעמיטן זענען געווען שאקירט ביז גאר, און די פרייע ציוני'סטישע גרופּעס האבן געקריצט מיט די ציין, און נישט געקענט אויסהאלטן דעם פאקט אז א חסיד'ישער עסקן האט באוויזן עפּעס וואס קיינער האט נישט געגעלויבט אז עמיצער קען באווייזן."
ביים ארויסגעבן דעם פּסק האט דער ריכטער געזאגט ווי באגייסטערט ער איז צו זען וויאזוי ביידע עלטערן, וועלכע האבן אזויפיל געליטן, געפינען זיך אינעם זאל, און זענען פאראייניגט מיט דער מיינונג אז דער שולדיגער דארף געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט. ער האט געזאגט אז דאס איז א געוואלדיגער כבוד פאר ניו יארק.
די ראזנבוים פאמיליע האט שטארק מכיר טובה געווען פאר די וויליאמסבורגער עסקנים, וועלכע האבן זיי געהאלפן, און נארמאן ראזנבוים איז אראפּגעקומען אין שטוב פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויף בעדפארד עוועניו, וואו ער האט אויסגעדרוקט זיין גרויסן רעספּעקט פאר סאטמאר און האט באדאנקט דעם רבי'ן פאר סאטמאר'ס הילף. "דער סאטמארער ראש הקהל, ר' סענדר דייטש ז"ל האט דאן געזאגט פאר דער פּרעסע," פארציילט ר' אברהם יצחק, "אז כאטש אין פילאזאפיע איז סאטמאר נישט איינשטימיג מיט ליובאוויטש, זענען מיר אבער אלע ברידער."
ר' אברהם יצחק איז שוין געבליבן אין גאר נאנטע באציאונגען מיט סענאטאר דיאמאטא, און האט אים געהאלפן מיט זיינע פּאליטישע קאמפּיינס. דער וויליאמסבורגער עסקן האט עס געהאלטן פאר א כבוד אז ער קען העלפן א פּאליטישאן וואס האט אזויפיל געטאן פאר אידן. אין 992' האט דיאמאטא געוואונען ווידערערוויילונג צו א דריטן טערמין מיט גאר א שמאלער אויבערהאנט, באזיגנדיג זיין קעגנער מיט 49 קעגן 48 פּראצענט. זיין געווינס איז געווען הויפּטזעכליך צום פארדאנקען פאר דער שטיצע פון דער פרומער ארטאדאקסישער געמיינדע, וואס האט דערמיט געוואלט אויסדרוקן איר דאנק פאר זיין אומבויגזאמער קאמף פאר יוסטיץ.
אבער אין לויף פון די קומענדיגע זעקס יאר, איז די דעמאקראטישע ניו יארק געווארן מער דעמאקראטיש געשטימט, און ווען דיאמאטא איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג צו א פערטן טערמין אין 998' האט ער געהאט א שטארקן קעגענער קעגן זיך, דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן טשארלס שומער. פארט האט דיאמאטא פון אנפאנג אויסגעקוקט צו זיין גאנץ שטארק אינעם פארמעסט, און זיין קאמפּיין איז נישט געווען איבעריג באזארגט.
עטליכע וואכן בעפאר די וואלן איז ר' אברהם יצחק אפּגעפלויגן קיין אויסטראליע, און האט אויפגענומען א פירמע וואס זאל צוזאמשטעלן א רעקלאמע פאר סענאטאר דיאמאטא. אין דער רעקלאמע האט די מוטער פון יאנקל ראזנבוים דערקלערט, "איך בין נישט קיין ניו יארקער איינוואוינער און נישטאמאל קיין אמעריקאנער בירגער, און סענאטאר דיאמאטא האט מיך נישט געדארפט העלפן, אבער פארט ווען איך בין געווען קריטיש אנגעוויזן דערויף איז ער מיך געקומען צוהילף."
ר' אברהם יצחק איז אהיימגעפלויגן קיין אמעריקע און אפּגעשיקט דעם טעיפּ צו דיאמאטא'ס קאמפּיין שטאב, אבער זיי האבן קוים א קוק געטאן אויף דער רעקלאמע און עס תיכף צוריקגעשיקט פאר ר' אברהם יצחק, זאגנדיג אז אלע רעקלאמע ערטער זענען שוין פארנומען און זיי קענען גארנישט טאן דערמיט. "דיאמאטא האט דאן געהאט א קאמפּיין שטאב פון עלטערע וואשינגטאן סטראטעגיסטן," זאגט ר' אברהם יצחק, "וועלכע האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס ס'טוט זיך אין ניו יארק. זיי האבן זיך געלאזט באצאלן טבין ותקילין, אבער האבן נישט דעליווערט פאר'ן סענאטאר וואס זיי האבן געדארפט."
איבער די לעצטע פּאר וואכן איז דיאמאטא באגאנגען עטליכע קריטישע קאמפּיין טעותים וועלכע האבן געהאט א שלעכטער אויסווירקונג אויף זיין קאמפּיין. זעענדיג אז ער קען גארנישט העלפן איז ר' אברהם יצחק הארט פאר די וואלן אפּגעפלויגן קיין ארץ ישראל, אויף א חתונה פון א קרוב.
ער האט קוים געלאנדעט אין ארץ ישראל, ווען ער האט באקומען א היסטערישן טעלעפאן רוף פון דעם סענאטאר, וועלכער האט אים געזאגט, "איך הער אז דו האסט א וויכטיגן טעיפּ פאר מיר."
ר' אברהם יצחק האט עס באשטעטיגט און געזאגט אז ער האט טאקע אזא טעיפּ, אבער ער קען יעצט גארנישט טאן ווייל ער איז אין ארץ ישראל, אבער דיאמאטא האט אים באפוילן ער זאל זיך שוין ארויפזעצן אויף אן עראפּלאן און אהיימקומען קיין אמעריקע, און אז ער זאל מיטברענגען מיט זיך די ראזנבוים פאמיליע. דאס איז געווען בלויז דריי טעג פאר די וואלן. ר' אברהם יצחק איז תיכף אהיימגעפלויגן קיין אמעריקע, בשעת די מאמע פון יאנקל ראזנבוים ע"ה איז געקומען צו פליען פון אויסטראליע, און דער ברודער נארמאן איז געקומען פון דייטשלאנד, וואו ער איז דאן געווען.
דיאמאטא האט געשיקט א קאר אין לופטפעלד אויפצונעמען ר' אברהם יצחק און די ראזנבוים פאמיליע, וועלכע זענען אלע געקומען צו פליען פון אנדערע ריכטונגען, און זיי האבן זיך באלד ארויסגעלאזט קאמפּיינען אינאיינעם מיט דיאמאטא, איבער גאנץ ניו יארק. אויך די רעקלאמע איז ענדליך אויפגעשפּילט געווארן, אבער ס'איז שוין געווען צו שפּעט אז ס'זאל העלפן פאר דיאמאטא און ער האט פארלוירן די וואלן צו שומער.
זיינע אנטי-ציוני'סטישע קאמפן
אבער דאס מערסטע פון אלעמען איז ר' אברהם יצחק שטאלץ מיט'ן זיין אן אויסגעשפּראכענער קעגענער פון מדינת ישראל. זייענדיג א סאטמארער חסיד איז ער טריי צו דער סאטמארער שיטה. עס ליגט ביי אים אין די בלוט. קיינער קען אים נישט רירן דערפון.
מיט עטליכע יאר צוריק איז ר' אברהם יצחק איינגעלאדנט געווארן צו אן ארטאדאקסישער שול אין מאנהעטען, וואו מעיאר בלומבערג האט געזאלט געבן א רעדע. דער וויליאמסבורגער עסקן איז געזעצט געווארן אויבנאן, אויף דער לינקער זייט פון ארון קודש. די צערעמאניע האט זיך אנגעפאנגען מיט'ן זינגען די מדינת ישראל הימנע, די התקווה. אלע פארזאמלטע האבן זיך אויפגעשטעלט, אבער ר' אברהם יצחק איז געבליבן זיצן. נאכ'ן ענדיגן די התקווה האט די מוזיק אנגעפאנגען צו שפּילן די אמעריקאנער הימנע. דא האט זיך ר' אברהם יצחק אנגעשלאסן אין די איבעריגע פארזאמלטע, און זיך אויפגעשטעלט, אלס רעספּעקט פאר אמעריקע.
"די חברה האבן געקריצט מיט די ציין," פארציילט ר' אייזיק. "זיי האבן מיך געוואלט צערייסן. נאך דער צערעמאניע זענען עטליכע צוגעקומען צו מיר און מיך אטאקירט פאר'ן מאכן פאר זיי אזא בזיון. איך האב זיי געזאגט, 'איר האט 'מיך' אנטוישט. איר ווייסט דאך אז איך בין א סאטמארער חסיד. פארוואס שפּילט איר די התקווה? בכלל, וואספארא פּשט האט צו זינגען די מדינת ישראל הינע פאר אמעריקאנער פּאליטישאנס? נעקסטיים זאלט איר נישט טשעפּען מיינע געפילן וועט נישט קומען צו קיינע מיספארשטענדענישן.'"
לעצטנס האט ר' אברהם יצחק געטראפן אן ארטאדאקסישער ניו יארקער פּאליטיקאנט פון אן אנדערן געגנט, וועלכער איז אן אויסגעשפּראכענער ציוני'סט, און ר' אברהם יצחק האט יענעם אריינגעגעבן א פּסוק פאר'ן דורכפירן א דעמאנסטראציע קעגן דער מדינה, פאר'ן צוריקגעבן שטחים. "ווען ראביי טייטלבוים האט געמאכט פּראטעסטן קעגן דער מדינה," האט ר' אברהם יצחק אים פארגעהאלטן. "האסטו געמאכט אן איבערקערעניש און פארפירט, היתכן מען פּראטעסטירט קעגן די מדינה. ווען מען האט גענומען מיידלעך אין דער ארמיי, אויסגעגרובן קברים און אויסגע'שמד'ט אידישע קינדער אין די קיבוצים, דאן האסטו געשריגן, 'די סאטמארע עקסטרעמיסטן, די אידיאטן'. איצט האסטו מיטאמאל איינגעזען אז די מדינה איז שלעכט."
און ס'איז נישט קיין וואונדער אז ר' אברהם יצחק נעמט די אנגעלעגנהייט אזוי פּערזענליך. ער איז געווען דער ארגאניזירער און אפיציעלער ווארטזאגער ביי פילע מאסן דעמאנסטראציעס, וואס די "התאחדות הרבנים" האט פאררופן במשך די יארן קעגן דער מדינה.
ווען סאטמאר האט דורכגעפירט די הפגנה אינעם "מעדיסאן סקווער גארדען", אום תשל"ט, האט דער סאטמארער רבי זי"ע פארלאנגט פון ר' אברהם יצחק אז ער זאל דינען אלס דער פארטרעטער פון סאטמאר פאר דער גוי'אישער מידיא. ר' אברהם יצחק האט צוערשט נישט געהאט קיין חשק, זאגנדיג פאר'ן רבי'ן אז דאס איז אן ארבעט וואס איז פארבינדן מיט אומגעהויערע גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע שוועריגקייטן. דער רבי האט אים אבער געגעבן א ברכה, אז אויב ער וועט טאן פאר'ן יחיד און פאר'ן רבים, וועט ער מצליח זיין און זיין אפּגעהיטן זיין פון אלע מכשולות. די מידיא האט דאן צום ערשטן מאל געגעבן גאר ברייטע דעקונג פאר דער מערכה קעגן דער מדינה.
א שטיק צייט נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי זי"ע איז נסתלק געווארן, האט די התאחדות הרבנים דורכגעפירט א דעמאנסטראציע קעגן דער מדינה, און די עסקנים זענען דערנאך אריינגעקומען צום סאטמארער רבי'ן, דעם בעל ברך משה זצ"ל, זיך צו באקלאגן אז די מידיא האט נישט געגעבן קיין שום דעקונג פאר דער דעמאנסטראציע. מען האט זיך געגרייט דורכצופירן א פרישע דעמאנסטראציע אין וואשינגטאן, און אן קיין מידיא דעקונג וואלט די דעמאנסטראציע נישט געווען אזא סוקסעס.
דער סאטמארער רבי האט זיך אינטערעסירט ווער ס'האט געטאן די ארבעט פון רעדן צו דער פּרעסע אין די צייטן פונעם פעטער. ווען מען האט אים געזאגט אז דאס איז געווען ר' אברהם יצחק, האט ער פארלאנגט אז מען זאל אים שוין אריבעררופן צו אים אהיים.
ווען ר' אברהם יצחק איז אנגעקומען האט דער סאטמארער רבי אים געבעטן אז ער זאל שוין אנרופן אלע צייטונגען אין שטוב און מאכן א גערודער. "איך האב געזאגט דעם רבי'ן אז כ'האב נישט דא די ליסטע מיט אלע מיינע קאנטאקטן. אבער דער רבי האט מיר געזאגט, 'גיי אהיים און קום שוין צוריק מיט דער ליסטע, און זאלסט אנרופן אלעמען פון מיין שטוב.'"
וכך הווה, ר' אברהם יצחק איז אהיימגעגאנגען און צוריקגעקומען צום רבי'נס הויז, וואו ער האט זיך גענומען צו מאכן די נויטיגע טעלעפאן רופן און איינגעשפּאנט די גאנצע מידיא.
ביי יענער דעמאנסטראציע האט ר' אברהם יצחק איינגעשפּאנט זיינע געניטע "פּובליק רילעישאנס" קוואליפיקאציעס לטובת דער מערכה. פאר א ביישפּיל דערציילט ער אונז אז ער האט ארויפגעלייגט נומערן אויף אלע באסעס וועלכע זענען ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג, אבער די נומערן האבן זיך אנגעפאנגען ביי 424, אזוי אז די רעפּארטערס וועלכע זענען געקומען דעקן די צוגרייטונגען אין וויליאמסבורג, זענען געווען איבערצייגט אז עס זענען שוין ארויסגעפארן הונדערטער באסעס פון פריער. ר' אברהם יצחק האט איינגעמאלדן פאר דער פּרעסע אז עס קומען מענטשן צו גיין מיט פּריוואטע עראפּלאנען, מיט קארס, מיט באסעס און אלע סארט טראנספּארטאציע מיטלען. די דעקונג וואס די דעמאנסטראציע האט באקומען איז געווען אויסערגעווענליך, און ווען ר' אברהם יצחק האט זיך צוריקגעקערט ביינאכט קיין ניו יארק האט דער סאטמארער רבי אים אפּגעווארט און אויפגענומען בפּנים מאירות, און אים שטארק משבח געווען.
די זוך-אקציע נאך שרה'לע פעלדמאן
ווען א יונג מיידל מיט'ן נאמען שרה'לע פעלדמאן איז פארלוירן געווארן, אום זומער תשנ"ד, ביי אן אויספלוג מיט איר קעמפּ, אין א ריזיגן וואלד וואס איז מיילן גרויס, אינעם ביגעלאו האלאו פּארק אין קאנעטיקוט, האבן אלע געהאט אויפגעגעבן האפענונג אז זי וועט נאך אמאל געטראפן ווערן. אבער ר' אברהם יצחק אבראהאם איז געווען דער עסקן וועלכער האט זיך קיינמאל נישט מייאש געווען, און האט דאן ארגאניזירט איינע פון די גרעסטע און ברייטפארצווייגטע רעטונגס אקציעס אין דער היסטאריע.
די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען מיטוואך פּרשת בהר בחוקותי. ר' אברהם יצחק איז געוואויר געווארן איבער דעם פארלוירענעם קינד, דורך א קאנעטיקוט ראדיא סטאנציע, וואס האט אים אנגערופן מיט דער נייעס. די נייעס סטאנציע האט באקומען ר' אברהם יצחק'ס טעלעפאן נומער פון דער לאקאלער ניו יארקער נייעס סטאנציע, דאבעליו סי-בי-עס.
ביז א קורצער וויילע נאכ'ן באקומען דעם אלארם האט ר' אברהם יצחק זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט אנדערע הצלה מיטגלידער, הר"ר שלום שניצלער הי"ו און הר"ר מנחם וויינבערגער הי"ו, מיט צוויי קארס אנגעפולט מיט אלע סארט סאפיסטיקירטע רעטונגס און קאמיוניקאציע אפּאראטן. זיי זענען "געפלויגן" דעם גאנצן וועג קיין קאנעטיקוט מיט לעמפּלעך און סירענעס, און געמאכט דעם וועג אין דריי און א האלב שטונדן. דער לאקאלער פּאליציי שעף איז געווען שאקירט ווי שנעל די וויליאמסבורגער עסקנים זענען אנגעקומען.
די פּאליציי האט גראד געוואלט איבערצייגן ר' אברהם יצחק אז ס'איז א שאד עפּעס צו טאן, ווייל זייערע רעקארדס ווייזן אז יעדע מאל וואס א קינד איז פארשוואונדן געווארן אין דעם וואלד, איז עס שוין נישט געפונען געווארן ביים לעבן, און דעריבער דארף מען ענדערש דורכפירן א "רעקאווערי" מיסיע מיט א באגרעניצטע צאל טרענירטע פּארק רעינדזשערס מיט הינט, צו טרעפן דעם קערפּער פונעם קינד.
ר' אברהם יצחק איז אבער אינגאנצן נישט נתפּעל געווארן פון די יאוש ווערטער פון דעם פּאליס שעף, און ער האט זיך אנגערופן, "דאס איז נאך ווייט פון א רעקאווערי מיסיע. איר וועט זען אז מיר וועלן ארויסברענגען אהער צען טויזנט וואלונטירן וועלכע וועלן זוכן דאס מיידל ביז ווילאנג זיי וועלן איר טרעפן ביים לעבן, אי"ה."
און אזוי איז טאקע געווען, טויזנטער אידן האבן זיך אראפּגעלאזט קיין קאנעטיקוט. מען האט נאך אזא אחדות קיינמאל נישט געזען בעפאר אדער דערנאך אין דער היסטאריע. דאס גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום האט זיך געזארגט פאר'ן לעבן פונעם פארלוירענעם קינד. איבעראל האבן מענטשן געזאגט תהילים אז מען זאל טרעפן שרה'לע פעלדמאן געזונט און שטארק.
וואלונטירן זענען געקומען פון צען סטעיטס, אריינגערעכנט ניו יארק, ניו דזשוירזי, דעלוועיר, ראוד איילענד, וואשינגטאן די סי און ווירזשיניע. דער רעליגיעזער סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געזאגט פאר ר' אברהם יצחק אז א נעיווי שיף האט פּונקט דאן געאנקערט ביי א דערנעבנדן בארטן. ר' אברהם יצחק האט געבעטן ביים סענאטאר אז ער זאל ארלעדיגן אז די שיף זאל פארבלייבן אינעם ראיאן, כדי אז די 150 נעיווי לייט, וועלכע זענען געווען טרענירט אין דורכפירן זוך-אקציעס זאלן זיך קענען אנשליסן אין דער רעטונגס-מיסיע.
ווען עס איז געווארן נאנט צו שבת און ס'האט זיך נאכנישט אנגעזען קיין שפּור פון שרה'לע, איז דער פּחד און אנגסט פונעם חרדי'שן אידנטום געשטיגן צום גרעסטן גראד. אין ניו יארק האבן צענדליגער נדבנים געעפנט זייערע טאשן און מנדב געווען ריזיגע געלטער פאר דער אקציע. מען האט אנגעלאדנט טראקס מיט חלות, וויין און שבת'דיגע מאכלים, און אנדערע טראקס מיט אלע סארט שוץ-קליידער און זוך-אפּאראטן. פילע הונדערטער אידן האבן זיך געגרייט צו פּראווען א שבת ווייט אוועק פון זייערע באקוועמע הייזער, אין מאוביל הייזער און לאקאלע האטעלן.
דאנערשטאג נאכט האט ר' אברהם יצחק זיך צוריקגעקערט קיין ניו יארק כדי זיך אפּצוגעבן מיט דער מאמע פון שרה'לע פעלדמאן אין ניו יארק, און ארלעדיגן פארשידענע פארמאליטעטן מיט ארטיגע באאמטע.
פרייטאג צופרי האט ער זיך געדארפט צוריק ארויסלאזן מיט א סטעיט פּאליס העליקאפּטער קיין קאנעטיקוט, אבער 15 מינוט איידער דער העליקאפּטער האט זיך אויפגעהויבן אין דער לופטן האט ר' אברהם יצחק באקומען א טעלעפאן רוף מיט אן אנזאג, "גיי נישט אין ערגעץ. ס'גייט אט זיין נייעס."
ר' אברהם יצחק איז ארומגענומען געווארן מיט גרויס שפּאנונג, און זיין הארץ האט אנגעפאנגען צו פּאמפּען גאר שטארק. ער איז געבליבן ווארטן אויפ'ן טעלעפאן. צעביסלעך האט אנגעפאנגען צו קומען מער און מער נייעס. "עפּעס גייט פאר," האט עמיצער אים פארציילט פון קאנעטיקוט. "די פּאליציי האט אויפגעזוכט דעם טאטן, און אים אריינגענומען אין א פּאליס קאר."
עס איז אריבער א האלבע מינוט און ר' אברהם יצחק האט באקומען א טעלעפאן רוף פון א פּאליציי שעף פון וואורסטער, מאסאטשוסעטס, און ער האט אים איבערגעגעבן די פרייליכע נייעס, "איטס סורי, שי איז עלייוו. טעינק גאד, עווריטינג איז אקעי." ("ס'איז סורי, זי לעבט. דאנק ג-ט, אלעס איז אקעי.")
עס איז נישט צום באשרייבן וואספארא שמחה ס'האט זיך אפּגעטאן ווי נאר די נייעס איז ארויסגעגאנגען. די בשורה האט זיך פארשפּרייט פון מויל צו אויער, און איז באריכטעט געווארן דורך אלע נייעס סטאנציעס איבער'ן גאנצן לאנד. אויפ'ן ארט אין קאנעטיקוט האבן הונדערטער אידן זיך ארויסגעלאזט אין א ספּאנטאנעם טאנץ פון "חסדי השם". איבעראל וואו עס זענען געווען א גרופּע אידן האט מען געמאכט א לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די היסטארישע רעטונגס אקציע האט ארויסגערופן אן אויסערגעווענליכער קידוש השם. די צייטונגען האבן זיך נישט געקענט גענוג אפּוואונדערן ווי געטריי אידן זענען איינער צום אנדערן. עס איז אנגעוויזן געווארן אז אנדערע קינדער וועלכע זענען פארלוירן געווארן זענען נישט געווען אזוי מזל'דיג. עטליכע צייטונגען האבן אפילו געדרוקט א בילד פון שרה'לע פעלדמאן אינאיינעם מיט'ן בילד פון א פּארטאריקאנער מיידל אינעם זעלבן יארגאנג וואס איז פארלוירן געווארן, און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן דער קאנטראסט צווישן די צוויי קינדער.
ווען די לאקאלע דאבעליו סי-בי-עס נייעס סטאנציע האט אנגערופן ר' אברהם יצחק, צו הערן פּרטים איבער דער וואונדערליכער רעטונג, האט ער דערקלערט, "מיט'ן אויבערשטנס הילף האבן מיר איר געטראפן. עס איז אן אומגלויבליכער נס. אין דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין האפענונג אז מען וועט אויך טרעפן דאס אנדערע פארלוירענע קינד."
ווי ר' אברהם יצחק זאגט האט ער עטליכע מינוט דערויף באקומען א טעלעפאן רוף פונעם פּרעזידענט פון סי-בי-עס, א פרייער איד, וועלכער האט אים געזאגט אז ער איז געפארן אויף דער עף-די-אר ווען ער האט געהערט ר' אברהם יצחק'ס סטעיטמענטס, "און איך מוז דיר זאגן אז דו האסט מיך געמאכט שטאלץ צו זיין א איד..."
"ס'איז נאכנישט געווען אזא ליכטיגער שבת, אין דער היסטאריע פונעם ברוקלינער אידנטום," פארציילט ר' אברהם יצחק. "דאס מיידל איז געקומען צו פארן פון קאנעטיקוט מיט אן אמבולאנס, ווערנדיג געפירט צום מאימאנידיס שפּיטאל. די גאנצע הייוועי איז געווען אפגעשפארט און ביי דער קענט עוועניו אריינגאנג קיין וויליאמסבורג האבן הונדערטער מענטשן אפּגעווארט דעם אמבולאנס, מיט פרייליכע געזאנגען. עס איז געווען א שבת שבתון, עפּעס אויסערגעווענליך."
קעמפנדיג פאר וויליאמסבורג
ר' אברהם יצחק האט זיך אלעמאל אויסגעצייכנט מיט זיין אייגנארטיגן וועג פון עסקנות. ווען די וויליאמסבורג בריק איז פארשלאסן געווארן צוליב קאנסטרוקציע פאר א יאר, אין די צייטן פון מעיאר קאטש, האט עס געשעדיגט ביזנעס אין ארטשערד סטריט און בראודוועי. ר' אברהם יצחק האט גע'שתדל'ט ביי דער שטאט איינצושטעלן א "פערי סערוויס" וואס איז געלאפן פון "סערטיפייד לאמבער" אין וויליאמסבורג קיין מאנהעטען, פאר דער פּרייז פון 25 צענט. "יעדן פרייטאג האט אויסגעקוקט ווי חול המועד, ווען הונדערטער קינדער האבן גענומען א 'רייד' פון און צו מאנהעטען פאר 50 צענט..."
אן אנדערע אויפטו פון ר' אברהם יצחק, אויך אין קאטש'ס צייטן איז געווען ווען עס איז אים געלונגען צו צווינגען די שטאט צו ברענגען אן ענדע צו א שרעקליכן טראפיק קריזיס וואס האט געפּלאגט וויליאמסבורג. די בי-קיו-אי איז דאן פארשלאסן געווארן פאר קאנסטרוקציע ארבעט אבער צוליב א ביוראקראטישן קאנפליקט האט די סטעיט זיך אנטזאגט צו באצאלן די צווייטע טייל פון דער סומע, וואס די ארבעט האט אפּגעקאסט, און די קאנסטרוקציע פירמע האט איבערגעלאזט די ארבעט אינמיטן און אהיימגעגאנגען. די הייוועי איז געבליבן שטיין פארמאכט פאר מאנאטן, און דערווייל האבן צענדליגער שווערע טראקס און טרעילערס דורכגערייזט טאג-טעגליך די גאסן פון וויליאמסבורג, שאפנדיג א גרויסע סכנה פאר די איינוואוינער. חוץ דעם שווערן טראפיק האבן די שווערע טראקס געפירט דערצו אז פונדאמענטן פון געביידעס האבן זיך געשפּאלטן, און אין דעם איז געווען אריינגערעכנט די מקוה, וועלכע האט נישט געקענט געניצט ווערן, און אזוי אויך פילע בתי מדרשים.
די עסקנים אין וויליאמסבורג האבן אפּגעהאלטן א רייע מיטינגס מיט די שטאט טאטעס, פּרובירנדיג צו לייזן דעם קריזיס. אבער ווען ס'איז נישט געקומען צו קיין ענדע איז ר' אברהם יצחק אויפגעקומען מיט א פּלאן וויאזוי צו מאכן די שטאט קאאפּערירן.
עס איז געווען עטליכע וואכן פאר דעם "מאראטאן" געלויף, און ר' אברהם יצחק האט געלאזט וויסן אז סיידן מען טוט עפּעס איבער דעם קריזיס, וועלן וויליאמסבורגער אידן נישט ערלויבן פאר דעם מאראטאן גאלאפּ, פארצוקומען דורך די גאסן פון וויליאמסבורג. די צייטונגען האבן
ברייט באריכטעט ר' אברהם יצחק'ס דראאונגען, און א פּאניק האט ארומגענומען די קאטש אדמיניסטראציע וועלכע האט זיך ביז א קורצער צייט געבראכן און אויסגעארבעט אן אפּמאך, אונטער וועלכן איין ליניע איז געעפנט געווארן אויף דער הייוועי נאר פאר טראקס און דער טראק פארקער אין וויליאמסבורג איז געקומען צו אן ענדע.
עס איז מערקווירדיג אז קאטש וועלכער האט נישט געלעבט אין די בעסטע באציאונגען מיט וויליאמסבורג האט דאן אין א סטעיטמענט צו דער מידיא געדראעט אז אויב די וויליאמסבורגער אידן וועלן שטערן דעם מאראטאן וועט ער זיי "באזייטיגן מיט א בולדאזער."
עטליכע וויליאמסבורגער אקטיוויסטן זענען געגאנגען און אויפגעזוכט דעם גרעסטן בולדאזער וואס זיי האבן געקענט טרעפן, און עס אראפּגעשטעלט אויף בעדפארד עוועניו אין פראנט פון ויואל משה, בשעת דעם מאראטאן. ווען קאטש איז שפּעטער דורכגעגאנגען וויליאמסבורג דורכאויס דעם מאראטאן, און געזען דעם בולדאזער האט ער זיך אפּגעשטעלט און זיך אנגערופן פאר ר' אברהם יצחק, "אייזעק, יו עמבערעסד מי עגעין" (האסט מיך נאכאמאל פארשעמט.)
(קאטש'ס שנאה צו וויליאמסבורג האט זיך נישט אנגעפאנגען און געענדיגט מיט דער געשיכטע. עס איז באקאנט אז ווען אימער ער פלעגט ארומפארן אויף רייזעס איבער דער וועלט האט ער מיטגענומען א בילד פון וויליאמסבורגער חסידים און געוויזן פאר אויסלענדישע פירער, זיי צו ווייזן אז דאס זענען זיינע "טראבל מעיקערס".)
אלס קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל
איצט לויפט ר' אברהם יצחק אין גאר א היסטארישן פארמעסט, אלס דער ערשטער חסיד'ישער קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל אין דער געשיכטע פון ניו יארק סיטי. דער אמטירנדער סיטי קאנסילמאן דעיוויד יאסקי קען נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג צוליב "טוירם לימיטס".
ר' אברהם יצחק האט גאר גרויסצוגיגע פּלענער פאר וויליאמסבורג. "איך וויל פון יעצט ביז די וואלן מודיע זיין דעם עולם, אז אויב ס'איז זיי גוט דער איצטיגער מצב מיט סאניטאציע, טראפיק טיקעטס און האוזינג און אלע אנדערע אנשיקענישן וועלכע פּלאגן וויליאמסבורג, דאן זאלן זיי נישט שטימען פאר מיר. אבער דער פאקט איז אז דער מצב פון דער אידישער וויליאמסבורג איז זייער נישט גוט. יעדער איינער וואס קוקט זיך אביסל אום וואס זיינע עלטערן און שכנים און קרובים און ער אליינס מאכט מיט, ווייסט אז וויליאמסבורג איז נישט אין א מצב אין וועלכן זי האט געזאלט זיין. גייט אריין אין וועלכן פארמאסי איר ווילט און איר וועט הערן אז די מעדיצין וואס פארקויפט זיך די בעסטע איז נערוון פּילן. מענטשן ווערן באשיינפּערליך קראנק פון די שווערע אומשטענדן אין וועלכן זיי וואוינען.
"במשך די יארן האבן איך גע'שתדל'ט פאר אידן און אסאך געהאלפן אבער איך האב זיך אפטמאל אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן, וויבאלד איך בין נישט קיין פּאליטישער פארטרעטער. אלס פּאליטישער פארטרעטער פון וויליאמסבורג וועל איך קענען אויפטאן פיל מער ווי אלעמאל פריער, און איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אן ענדע צו פילע פון די פּראבלעמען וועלכע פּלאגן דעם היימישן ציבור.
ר' אברהם יצחק באקלאגט זיך איבער וויאזוי וויליאמסבורג קוקט אויס היינט צוטאגס. "די אינפראסטרוקטור פון פילע גאסן זענען נישט געווען געפּלאנט אויף א נארמאלן וועג. אזוי אז מען בויט ריזיגע געביידעס אויף גאסן וועלכע פארמאגן נישט קיין פּארקינג ערטער. עס איז א קאטאסטראפע."
ר' אברהם יצחק האט א ברייטן בליק אויף דער צוקונפט. ער ווייזט אן אויף ליידיגע שטחים וועלכע קענען דורך די שטאט פארקויפט ווערן צו בויען דארט הייזער, און די רווחים וועלן גענוצט ווערן אפּצוקויפן אנדערע פּראפּערטיס פאר האוזינג. "איז דאס געווען דער ציל פון וויליאמסבורג אז מען זאל נישט קענען קויפן א דירה פאר אונטער 600 דאלאר?" אלס סיטי קאונסילמאן וועט ער קעמפן צו נארמאליזירן דעם מצב פון האוזינג אין וויליאמסבורג.
ווען מיר האבן געפרעגט פון ר' אברהם יצחק וואס עס זענען זיינע שאנסן צו געווינען, האט ער אנגעוויזן אז עס זענען נישט פאראן קיינע ערנסטע קאנדידאטן פאר דעם זיץ. "עס זענען פאראן דריי קאנדידאטן. איינער פון זיי האט געהאט געארבעט פאר אסעמבלימאן וויטא לאפעז. ער איז 28 יאר אלט. א צווייטער ארבעט יעצט פאר אים און איז 25 יאר. א דריטע קאנדידאט, א פרוי איז נישט מער פון 22 יאר אלט. די אלע האבן נישט קיין שום פּאליטישע ערפארונג מיט'ן אויסנאם אז זיי האבן געארבעט פאר פּאליטישע באאמטע, אבער נישט יעדער וואס האט געארבעט פאר אן ערוויילטן באאמטער איז פּאסיג צו דינען אלס קאונסילמאן. עס איז צייט אז וויליאמסבורגער אידן זאלן זיך אויפוועקן, און נישט ווידעראמאל אריינברענגען א פרעמדן מענטש וואס זאל סתם נאַרן דעם עולם און זיך בלויז קומען חנפ'ענען איינמאל א יאר כ"א כסלו."
"אבער," פירט ר' אברהם יצחק אויס, "איך וועל פארשטייט זיך נאר קענען געווינען אויב דער גאנצער ציבור וועט ארויסקומען שטימען כאיש אחד בלב אחד אין א שטארקן 'בלאק וואוט.' דאס וועט מיך געבן א כח הרבים צו קענען שתדל'ען און אויפטאן פאר וויליאמסבורג, און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן מיר אויפטאן גאר אסאך."