בית פורומים אחים אנחנו

צומות הגידין וואס איז דאס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/8/2009 22:55 לינק ישיר 
צומות הגידין וואס איז דאס

לאזט די סאטמארע פאליטיק אינדרויסן

ביטע זייט מיר מסביר וואס איז דאס צומות הגידין



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 23:20 לינק ישיר 

איז דאס טריפה ממש?
דרבנן? דאורייתא?
וואס איז געווען ביז היינט?

אין פאליטיק פארשטייט איר זייער גוט, קענט איר מיר אויך מסביר זיין וואס די עצם פראבלעם איז? אדער איר אלע פלאפלען סתם נאך ווי באבעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 06:26 לינק ישיר 

  קודם כל דארף איך אויסלויבן פאר'ן פרעגן צו דער זאך. פיל האבן שוין פאנטאזירט און געקנאקט רעכטס און לינקס, אבער האבן נישט געהאט קיין אהנונג במה דברים אמורים, אלזא לאמיר גיין פאוואליע.

צומת הגידין איז א גרופע פון מערערע אדערן (פילייכט אויך מוסקאלן און נערוון) וואס לויפן לענגאויס ביידע פיס, און גייען אויך אריין אינעם גוף. אויב איינס פון די אדערן זענען ערגעצוואו איבערגעריסן  איז דאס טריפה מן התורה בלי שום שאלה ופקפוק כלל.

די דאזיגע טרפה איז געווען באקאנט אינדעהיים אין אייראפע אין גאר אן אנדערן פארמאט פון די היינטיגע דעבאטע. אמאל האט יעדע אידענע געוואוסט אז אויב א ביין ביים צאמבל איז צעבראכן, ברויך מען גיין פרעגן א רב. די שאלה איז געווען צי עס איז געווארן צעבראכן פאר די שחיטה, און דעמאלט דארף מען שוין אויך חושש זיין אויף די גידין, און עס איז טרפה מספק, אדער עס האט זיך צעבראכן נאך די שחיטה. דעמאלט פלעגט מען צו האדעווען די הינדלעך פרימיטיוו, און א ביינדל האט זיך אפט געקענט צעברעכן פאר די שחיטה, אבער נאך די שחיטה איז כמעט נישט געווען שייך אז א ביין זאל זיך צעברעכען. היינט איז דאס פארקערט, לעבעדיגערהייט איז זייער זעלטען אז א ביין זאל זיך צעברעכן, משא"כ נאך די שחיטה ווען עס פארט אויפ'ן קייט און עס ווארפט זיך שטארק, מאכט זיך זייער אפט אז די ביין צעברעכט זיך, אבער דאס איז נישט קיין שאלה פון טרפה. די וועג צו דערקענען אויב די ביין האט זיך צעבראכן פאר אדער נאך - די שחיטה, איז אויב עס איז געשוואלן ( עס קען נאר ווערן געשוואלן ביים לעבן) און אזוי פסק'ענען די מורי הוראה, אז אויב עס איז נישט געשוואלן איז עס כשר.

פאר איך וועל אנפאנגען צו שרייבן וועגן דעם פראבלעם וויאזוי עס איז  אין אמעריקא, וועל איך שרייבן וואס עס איז געווען אין ארץ ישראל.

פאר ארום דרייסיג יאר צוריק איז הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל נתעורר געווארן אז מ'טרעפט פון מאל צו מאל ביי די הינדלעך, אז איינס אדער עטליכע אדערן פון די "צומת הגידין" זענען פארפוילט אדער איבערגעריסן. האט ער גע'טענה'ט אז עס איז א מיעוט המצוי, און מ'דארף בודק זיין אויף דעם.

נאך איין הקדמה וועגן חיוב בדיקה, ביטול ברוב און מיעוט המצוי.

יעדע זאך אויף דער וועלט קען אין א ווייטע שאנס זיין טרפה, בפרט ביי פלייש איז דא אכצן 18 זאכן וואס מאכן עס טרפה, די אכצן זאכן קענען פאסירן צו פילערליי ארגאנען און אויף פיל אנדערע פארמען (פונקט אזויווי צומת הגידין קען זייין אויפ'ן פארצייטישן פארמאט, אויפן א"י'דיגן און אויפן אמעריקאנעם). עס איז נישט מעגליך פאר מענטש צו וויסן ווען ער נעמט אריין א שטיקל פלייש אין מויל, אז האט צו דעם פלייש נישט פאסירט איינס פון די אכצן מיני טרפות. די תורה זאגט דעריבער "אחרי רבים להטות", אז אזויווי רוב בהמות זענען כשר,דארף מען נישט חושש זיין אויף קיין שום בהמה וואס גע'שחט'ן געווארן כשר (אויב א בעל חי ווערט נישט כשר גע'שחט'ן איז עס "נבלה", דאס איז עפעס אנדערש ווי טרפה, וואס דאס מיינט אז עס איז יא כשר גע'שחט'ן געווארן, אבער עס האט עפעס א קראנקהייט וואס חכז"ל האבן אפגעשאצט אז דאס הרג'עט עווענטועל דעם בעל חי) אז עס זאל זיין טרפה.

דאס איז  מן התורה, מדרבנן זענען אבער דא עטליכע הלכות ווען מ'איז מחוייב מחמיר צו זיין אזויווי ווייטער ערקלערט:

א) מיעוט המצוי, דאס מיינט עס טרעפט זיך אָפט אז אין דעם פלאץ זאל זיין אן איסור צי דאס איז טרפה , אדער תולעים שעטנז אד"ג. איז מען מחוייב בודק צו זיין, צי עס האט נישט פאסירט דער איסור. אין פאל מ'האט נישט בודק געווען בשוגג, און יעצט קען מען שוין נישט בודק זיין, איז דא פעלער וואס מ'קען מקיל זיין.

ב) דברים חשובים, זאכן וואס זענען חשוב: למשל א בריה (אזויווי א ווארעם), א דבר שבמנין ( א זאך וואס מ'קויפט לויט די צאל און נישט בערך לויט די וואג) , אדער א חתיכה הראויה להתכבד, א שטיק (געווענליך פלייש אדער פיש) וואס איז גענוג חשוב און פאסיג צו סערווירן פאר א גאסט, ווערט נישט בטל. דאס מיינט אז אויב עס איז דא א מיעוט המצוי, אפילו עס איז בשוגג דאס וואס מ'האט נישט בודק געווען, איז  נאך אלץ דא אן איסור, וויבאלד דער איסור  ווערט נישט בטל. אויב איז עס א מיעוט שאינו מצוי, איז דאך דאס א זאך וואס מ'דארף בכלל נישט חושש זיין, און דעריבער איז עס נישט קיין פראבלעם אפילו מיט א ווארעם וואס איז א "בריה" און עס האט צומאל זאקס לאוין.

צוריק צום ענין: אין ארץ ישראל האט הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל גע'טענה'ט אז עס איז דא א מיעוט המצוי פון די גידין וואס זענען קאליע, און דעריבער דארף בודק זיין. מ'דארף דא ארויסברענגען אז דער מנחת יצחק זצ"ל און נאך האבן גע'טענה'ט אז מסתמא איז דאס אייביג געווען אזויפיל צעריסענע אדערן, און מ'האט קיינמאל נישט גע'פסק'עט אז מ'זאל בודק זיין דערנאך, און ממילא איז א סימן אז דאס הייסט נאך בגדר מיעוט שאינו מצוי.

ר' מאיר האט אבער גע'טענה'ט אז די גידין ווערן צעריסן דורך א קרענק וואס איז נישט געווען אין אייראפע, און דעריבער היינט, ווען עס איז יא דא דער קרענק, איז  עס יא א מיעוט המצוי און א חיוב בדיקה. די אנדערע רבנים האבן נישט געהאלטן אז גידין קענען צעריסן ווערן דורך א קרענק, און אזוי האט מען זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק.


למעשה האט ר' מאיר אויסגעפירט, און אין ארץ ישראל איז מען טאקע בודק אלע הינדלעך זייט דעמאלט. דער באהויפטונג פון ר' מאיר אז דאס קומט פון א קרענק האט זיך אויך ארויסגעשטעלט צו זיין הונדערט פראצענטיג אמת, ווען די דאקטורים האבן פעסגעשטעלט וואס דער קרענק איז.

אין אמעריקא האט מען קיינמאל נישט בודק געווען קיין צומת הגידין, און אפילו ווען טייל האבן געוואלט מחמיר זיין אין קרית יואל און מ'האט בודק געווען טשיקענס פאר א האלב יאר  צייט, האט מען נישט געטראפן קיין שום טשיקען וואס זאל האבן דעם פראבלעם פון צומת הגידין, און דעריבער האט מען דאס ווייטער אנגענומען בגדר "מיעוט שאינו מצוי" אלס א זאך וואס מ'דארף נישט בודק זיין, בקביעות נאר פון צייט צו צייט קוקט מען איבער צי עס איז נישט געווארן קיין מיעוט המצוי פון סיי וועלכע טרפה.

פאר א דריי חדשים צוריק האט זיך אלעס געטוישט אין קרית יואל ווען הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א וועלכע איז דער אפיציעלער בעל מכשיר אויפן בית השחיטה דארט, האט באמערקט בשעת א צופעליגע בדיקה, אז עס זענען דא איבערגעריסענע אדערן אין די טשיקענס. הרב פאלאטשעק שליט"א געט אויך די השגחה פאר א פלייש קאמפאני אין לעיקוואוד וואס הייסט "חבורה", די טשיקען פלייש פון די קאמפאני קומט ע"פ הוראת הבעל מכשיר פון קרית יואל, און הרב אריה קושינסקי נ"י איז זיין פערזענליכער משגיח. הרב קושינסקי האט געארבעט צוזאמען מיט זיין רבי הרב פאלאטשעק וויאזוי צו מתקן זיין דעם פראבלעם. 

הרב פאלאטשעקס ארבעט רעכנט אריין: א) וויאזוי בודק-צו-זיין ווילאנג עס איז  דא דער פראבלעם און זיכער מאכן אז קיין טריפענע עופות ווערן נישט פארקויפט פאר קיין אידן צו עסן ח"ו. ב) צו פרובירן אלע מיני פארמס צו זען אויב עס איז דא וועגן צו פארשאפן עופות וואס האבן נישט דעם פראבלעם. און ג) צו דורכגיין מיט טויגליכע פראפעסארן צו זען אויב מ'קען אינגאנצן עלימינירן דעם פראבלעם בעתיד.

צום ערשט האט מען געטאן וואס מ'דארף אויפ'ן פלאץ (דאס איז געווען נאך פאר חודש סיון) צו אויסלערנען וויזאוי מקען בודק זיין דעם פראבלעם. דאס נעמט אריין צוויי חלקים , דער ערשטער חלק איז צו וויסן וועלכע צאמבל (אדער פיסל) מ'דארף אויפשניידן צו בודק זיין, און דער צווייטער וויאזוי מ'איז בודק די טשיקן וואס האט דעם סימן. מ'האט דאס אויסגערעכנט אויף ביידע וועגן, סייי דורך בודק זיין די וועלכע האבן יא דעם סימן, און סייי דורך בודק זיין די וואס האבן נישט דעם סימן. אזוי ארום האט באשטעטיגט פאר זיכער אז די וואס האבן  נישט דעם דרוסנדיגן דעם סימן דארף מען זיכער נישט בודק זיין, און די וואס האבן יא דעם סימן דארף מען זיכער יא בודק זיין . פארשטייט זיך אז די וואס זענען טרפה האט מען באזייטיגט אפגעזען פון וויפיל געלט מ'האט שאדן געהאט לכבוד דעם.

נאך גרעסער איז געווען דער שאדן פון דעם וואס די בדיקות האבן פארשטייטערט דעם ליין, און מ'האט געדארפט שיקן עטליכע שוחטים זיך אפרוען, אפילו זיי זענען געווארן באצאלט פאר זייער ארבעט, און פון דער אנדערער זייט איז נישט געווען גענוג פראדוקציע. מ'האט שוין לכבוד דעם צוריק געשיקט עטליכע טרעילארס פון טשיקענס, צוליב  דעם וואס מ'האט געטראפן ביי זיי צופיל שאלות. און היינט צוטאגס איז שוין דא דריי בודקים וואס טשעקן פאר צומת הגידין, אזוי האט מען געקענט צוריק שטעלן די שוחטים און העכערן די פראדוקציע (פארשטייט זיך אז מ'העכערט נאר פראדוקציע דורך צולייגן שוחטים, נישט ח"ו דורך זיי איבער שטרענגען. יעדער שוחט שעכט א שעה און רועט זיך אפ א שעה.)

ליידער איז דא אינעם בית השחיטה איינער א רשע וואס כאטש ער באקומט ערליך געצאלט פונעם בית השחיטה , האט ער אבער פיינט דעם סיסטעם צוליב  פארטייאישע פאליטיק (און דאס קומט אין צייט וואס אזעלכע חסידים פון הגרז"ל שליט"א ווי הרב חיים יהושע הלבערשטאם שליט"א פון מאנסי און הרב יצחק שטיין שליט"א פון פאלטיטשאן באראפארק, עסן יא די שחיטה און ניצן עס אונטער זייערע השגחות). און דעריבער האט ער געמאכט א ספין אז כאילו א דרויסענדיגער האט געטראפן טרפות אינעם בית השחיטה ואכמ"ל.

צוריק למעשה. די אנדערע בתי שחיטה האבן נישט געוואוסט ווי ערנסט דער פראבלעם איז, און עס איז נישט געווען קיין געלט צו טרענירן און באצאלן קיין נייע משגיחים. אודאי נישט צו שטייטער מאכן די ליין. עס איז אויך דא א מחלוקת וועגן מיעוט המצוי.

מיר האבן ערווענט אז אויב איז דא א מיעוט המצוי איז דא א חיוב מן הדין בודק צו זיין די טשיקענס. עס איז אבער נישט קלאר  אין שולחן ערוך וואס הייסט א מיעוט המצוי. עס זענען דא דערביי צוויי שיטות.

א) דער משכנות יעקב האלט אז א מיעוט המצוי מיינט 10 פראצענט, לויט דעם איז  נאכנישט דא קיין חיוב בדיקה , ווייל מ'האט נאך קיינמאל נישט געטראפן קיין גאנצע צען פראצענט. די העכסטע איז געווען בערך אכט פראצענט, און פאר א סך טעג אין א צוה האט מען נישט געטראפן קיין איין טרפה אפילו אין קרית יואל ווי די בודקים זענען גוט טרענירט צו דערקענען דעם פראבלעם! און דאס מיינט אז אפילו די טשיקענס וואס מ'האט געטראפן א ריעותא זענען אין די טעג אלע געווען כשר!

ב) די אנדערע שיטה איז הגאון הרב וואזנער שליט"א און הרב אלישיב שליט"א וועלכע האלטן אז עס האט גארנישט צו טאן מיט פראצענט נאר אויב מ'טרעפט אָפט טרפות, דארף מען בודק זיין. אויב עס גייט דורך א לאנגע צייט און מ'טרעפט נישט, דארף מען ננישט בודק זיין.

סאטמאר איז למעשה מחמיר ביי אלע אזעלכע פעלער פון טרפה וואס מאכט זיך פון מאל צו מאל אבער נישט קיין צען פראצענט, צו בודק זיין די ערשטע עטליכע הונדערט עופות אזוי ארום צו זען אויב  דער שיפמענט איז גוט אדער נישט. ווייל עס מאכט זיך ביי דעם זעלבן פארם אז דער ערטשער שיפמענט איז גוט און דער נעקסטער פונעם זעלבן טאג איז נישט וכדומה. און קרית יאול איז זייער מחמיר אין די זאכן און זענען זייער שטרענג בודק.

די אנדערע בתי שחיטה האבן אראפגעשיקט בודקים צו קרית יואל זיך אויסצולערנען וויאזוי בודק צו זיין, יענעם טאג האט מען גארנישט געטראפן, און דעריבער איז  שווער צו וויסן צו די בודקים ווייסן וויאזוי בודק צו זיין. עכ"פ ביז ווילאנג מ'הערט נישט אז זיי האבן געטראפן טרפה'נע.

אין יעדן פאל אויב איינער קויפט פלייש פון אן אנדערע בית השחיטה אויסער דער קרית יואל'ער, איז ער נאך לויט טייל פוסקים מחוייב אויפצושניידן דעם צאמבל בעפאר'ן קאכן, און אויך געבן א שלעפ יעדן אדער עקסטער צו זען אויב עס צערייסט זיך נישט. א גאנצער געזונטער אָדער וועט זיך קיינמאל נישט צערייסן! אויב עס צערייסט זיך איז א סימן אז דער אדער איז נישט גאנץ, אפילו אויב עס זעט אויס אז עס איז גאנץ קען עס זיין באהאפטן מיט א פארהיילונג מאטעריאל וואס איז נישט מציל פון קיין טרפה.

אויב עס איז שוין געקאכט און מ'קען עס נישט בודק זיין, דארף מען זיך על כרחך פארלאזן אויף די פוסקים וואס האלטן אז דאס הייסט נישט קיין מיעוט המצוי, און דעריבער מעג מען עס עסן, כאטשיג אין דער צייט וואס מ'האט עס נאך געקענט בודק זיין , איז עס שוין געווען א חתיכה הראויה להתכבד.

איך האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וויל בעטן ווער עס האט תגובות זאל מיר שיקן אלס הודעה פרטית, ווייל איך קום דא זייער זעלטן.   



 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > צומות הגידין וואס איז דאס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext