|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:31 |
|
| |
דאס בלוט קאכט מיר פון דעם געפערליכן רשעות וואס ר' אהרן האט היינט אפגעטאן. די היינטיגע רשעות אליין פאקט איין פארמעגליך אלע ארטיקלעך.
דער טייערער יונגערמאן ר' עזריאל ע"ה, וואס זיין לעכטיגע צורה שטייט מיר פאר די אויגן מיט זיין ברייטן שמייכל, איז א בעל הבית פון 40 יאר, וואס האט שוין חתונה געמאכט קינדער, ער האט אלע יארן באצאלט ערליך באצאלט זיין מעמבערשיפ. זיין רעכט צו קענען ליגן אין בית החיים פון די קהלה, איז בכלל נישט פארבינדן מיט ווער זיין טאטע איז! זיין טאטע קומט בכלל נישט אריין אין בילד! דאס איז אומדערהערטע רשעות, וואס שטימט נישט אפילו לויט זייערע אייגענע סדומ'ער געזעצן!
דעם רשעות האבן זיי נאר געטאן "ווייל אזוי וויל איך, און אזוי וועט עס זיין!".
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:33 |
|
| |
מען קען ליידער זאגען אויף אלעס וואס ער טוט יעצט,
כבר היה לעולמים,
ווען איז דאס געווען?
דעמעלטס ווען מען האט ארויף געשיקט די מאנקי צום ספעס, (עיין ב'פארמעגלעך)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:40 |
|
| |
די נייע חלקה פארצייכנט אין רויט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:41 |
|
| |
One thing is sure; this days is another big step forward and it will be a big kovod for rZriel to be the Nachson on this major achievement.
Oh vey, I guess rAron sitting now with the Treo (nisech Farmeglich) and seeing how his snow is melting and he can't do anything.
Hashem thank you, thank you.
THERE IS A LIMIT HOW MUCH TO sacrifice TO BE NEXT TO THE TZADIK HADOR RABEINY HAKODESH ZYOVAKY''O.
This method of playing with Kol Hakohol Hakodesh Hazeh has EXPIRED!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:45 |
|
| |
Where is the Chelko? mamesh walking distance from the existing place?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:47 |
|
| |
לאכט א גיטס..די ארונים זענען אזו ווילד מיט אינזער מקדש זיין די נייע בית החיים איך דערמאן מיך א מעשה, איינער האט אמאל געשלעפט מיין בארד אין האט געזאגט איך לאז עס אפ נאר טאמער די געבסט מיר דיין הויז. אבער דאן איז געשען עפעס דראמאטיש..אז ער איז געבליבען מיט מיין בארד אין די הענט.... אזו שפירען זיך יעצט די ארונים, ווער געדענקט נאך וואזי די ארוניםס ניגן פלעגט גיין ...יא יא מען קען רעדען וועגען פארהאנדלען מיט די בית החיים אז טאמער ענק וועלען אינז געבען די נייע בית המדרש אויף בעדפארד עוו.אדער טאמער ר זלמן לייב וועט איבער געבען די הויז פאר ר אהרן יעצט ארוניםלך..זענען ענק געבליבען אזוי יענעם מיט די בארד אין הענט...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:48 |
|
| |
או הצלה..או ארוני זאגט מיר יעצט די מיינסט אז מיר וועלען פארשוייגען ענקער נייע בית החיים, מיר גייען שוין מארגען טרענספערען די דיד..יא יא לאכט נישט נעבעך..זאג איך עם וואס רעדסטי ביסט משיגע אדער וואס?זאגט ער מיר וואס איז דער פראבלעם די ווייסט דען נישט אז קארט קען זיך נישט מישען?.....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 20/08/2009 21:44:20
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:48 |
|
| |
| שמעון93 כתב: |  |
אלס צו פארדאנקען דעם דוד עקשטיין ש"ר,
וואס אעפ"כ וואס ער איז געווען אן אויס געצאלטע מעמבער, לאט ער נישט באערדיגן, נאר אז ר' שאול זאל אינטער שרייבן זיינע משוגעת'ן,
יעצט קען ער סטראשענען די גענז,
ווי וויייט רשעות האט נישט קיין גבול.
זאל די אייבירשטער העלפען אז ס'זאל שוין מקוים ווערן "יתמו חטאים מו הארץ, ורשעים עוד אינם". |
|
אן אריינרעדן צו מען האט געדארפט אזוי האנדלען צו נישט
זיי ביטע מסביר, וואס הייסט נאר אז שאול זאל אונטערשרייבן זיינע משוגעת'ן, וואסערע משוגעת'ן? ער האט אים סך הכל געבעטן אונטעשרייבן שטרי ברורין, דאס איז אויך משוגעת'ן, און זאגזשע ביטע, עטס ווילטס גיין צו דין תורה, נישט אזוי, נו וואס איז די ביג דיעל שרייב אונטער, די ארונים וועלן זיך סיי ווי ארויסדרייען און וועסט צוריקבאקומען דיין געלט.
די זאליס האבן געמאכט א גוטע מאוו, געעפנט א נייע בית החיים, וואס דאס מיינט ביי מיר אין אנדערע ווערטער "געהויבן הענט"
לו יהא (ח"ו) ס'זאל אמאל צוריקקומען צו ענקערע הענט, צו אפיל ס'זאל ווערן סטאטוסקווא, מיט וואסערע טעם גייט עטס קומען באגראבן ענקערע מתים, מען האט דאך שוין קרובים אין די אנדערע, און ס'וועט זיין א שווערע דיסידזשאן צווישן צוויי אדער גאר דריי בתי חיים........
נעבעך
המקום ינחם אתכם
ברוך הוא אלקינו שהבדילנו מן התועים
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:56 |
|
| |
ס'איז א נייער "הידור" אין די אהרונישע "מצוה" פון שעכטן שונאים. מסתמא איז דאס עפעס א סארט "שחיטה מונחת".
אבער גלייבט מיר אויף די אהרונים איז אסאך א גרעסערער רחמנות. זיי זענען נעבעך סטאק מיט אזא רבי'ן, און מיט אזעלכע רשעי הקהלה, זאלן זיי ווייטער צאלן געלט פאר א קהלה וואס זענען נאר דא צו נעמען מעמבערשיפ, אבער נישט צו אויספירן זייער התחייבות ווען עס שמעקט זיי נישט.
בקיצור, אויב דו צאלסט געלט פאר די אהרונים, און איינער פון דיינע שבעה קרובים זענען פון די "שונאים", האט די אהרונישה קהלה די רעכט נישט צו לאזן באגראבן.
האמת נעדרת ר' שאול קומט באמת נישט אריין אין בילד. ס'איז דא א נפטר ר' עזריאל ע"ה, וואס האט געצאלט מעמבערשיפ פאר ענקער קהלה אלע יארן, יעצט איז ער ל"ע נעדר געווארן, און עס איז געקומען די צייט וואס ער דארף קומען צום אייביגן רוה עס איז בכלל נישט משנה ווער זיין טאטע איז, האט ער א רעכט צו ליגן אין בית החיים
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 21:59 |
|
| |
פוסקהדור שרייבט,
וואס שטימט נישט אפילו לויט זייערע אייגענע סדומ'ער געזעצן!
ווער עס געדענקט, אז ביז בערך תש"ס, ווען אימער הגה"ק האט חתנה גימאכט,
האט מען אויף געהאנגען אויפען פראנט פון בית המדרש 2 גרויסע טייטעל ביימער,
און ביי די ערשטע חתנה וואס איז פארגעקומען און ק"י, נאכדעם וואס א גרויסע חלק פון סאטמאר האט אויסגעשפיגען דעם הגה"ק, דאס קימט אויס בערך תש"ס, האט מען אנגעפאנגען אויפציהענגן 2 גרויסע פידלעך,
האט מיר דענסמאל א ב"י אינגרמאן מיר געזאגט,
אז ביז היינט זענען זיי (חסידים-ארונים) געגאנגען אויף א קרומע וועג,
אבער עס האט געהאט א מהלך,
אזוי ווי א טייטלבוים איז אייביג קרום אבער אויפן זעלבן וועג,
אזוי ווי עס האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, האבען זיי געטוישט די קרומע מהלך,
מער ענדליך צי א פידעל ווי א יעדן טאג זינגט מען א נייעם ניגון,
במילא איז בכלל נישט רעלעווענט צי זאגען, אז עפעס שטימט נישט מיט זייערע געזעצען,
ווייל מיט א פידעל קען מען דעס אויך זינגען,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 22:03 |
|
| |
ווען פאר עטליכע יאר צוריק האבן רבנים זיך געבעטן ביי ר' אהרן אז ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין ווען עס איז נישט געווען מתו מוטל לפניו איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן,
און יעצט שעמען זיי זיך נישט צו קומען מיט זייער פורים תורה פון שט''ב און מיט דעם צוריקהאלטן קבורה פון זייערס א אויסגעצאלטע מעמבער און מצער זיין די צובראכענע משפחה און זיך נוקם זיין אין א טאטן וואס איז יעצט ל''ע עולם חשך בעדו ה''י נאכן פארלירן אזוי פלוצלינג א זוהן אין די שענסטע בליענדע יארן איבערלאזנדיג 9 יתומים אין שטוב רח''ל.
איז דאס יודישליך?? איז דאס מענטשליך?? געוואלד!!!!!
די רשעות האט נישט קיין שום גרעניץ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 22:03 |
|
| |
טיפיקל רשעות'דיגע אהרונים!
ר' שאול האט געטאן וואס די תורה הייסט! מיט רשעים און מבזה מתים טאר מען נישט שטיין אין ווארט!
אדרבה: ר' שאול האט געוויזן אז ער האט געלייגט קהל'ס אינטערעסן פאר זיינע אייגענע, אפילו בשעה שמתו מוטל לפניו!
רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט אים געשטעלט צו דינען די אינטערעסן פון די קהילה, און ב"ה אז ער איז נישט מועיל בשליחותו!
ר' שאול, מיר האבן אייך אייביג געשעצט זעענדיג וואסערע חיצים ובליסטראות איר נעמט אריין אין זיך למען כבוד רבינו הקוה"ט זי"ע וחמען כבוד רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל ולהבחל"ח למען כבוד מרן רבינו שליט"א.
ועכשיו ביותר! יא, אנשי שלומינו האבן ב"ה גוטע רוקן האלטערס! איר האט געוויזן אז איר זענט א דוגמא וויאזוי א סאטמארער ראה"ק מוז זיך אהערשטעלן.
עס איז ליידער געקומען אין א ביטערע תקופה פאר אייך, אבער עס איז קיין ספק נישט אז דאס וועט זיין לעילוי נשמתו פון אייער טייערן זון ע"ה
און דער באשעפער זאל אייך מיט אייער ב"ב געבן געזונט און כח צו קענען איבערטראגן דעםן גרויסן בראך..
ויה"ר שיבולע המוות לנצח ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל..
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 22:05 |
|
| |
האמת
קארעקשאן, נישט געהויבן הענט נאר געהויבן קאפ אז ס'איז שוין גענוג געווען צו שטיין מיט יט"ל בערנאדא אין ווארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 22:06 |
|
| |
fromSatmar Report <[email protected]>
dateThu, Aug 20, 2009 at 3:04 PM
subjectדער רבוש"ע פירט זיין וועלט
א. פאר בערך 9 יאר צוריק זענען די ארוינים אריין אין קארט אן קיין שום היתר בי"ד שבעולם! דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך זייער אייגענע נאווארדיק.
ב. זיי זענען ארויסגעפלויגן פון ערכאות בשן ועין מיט אלע זייערע תביעות
ג. אין אזא פאל איז מוסכם לכל הפוסקים אז אין נזקקין לו, דאס הייסט אז מ'זאל זיך נישט שטעלן צו דין תורה מיט אזא איינער וואס האט פארלוירן אין ערכאות אן א היתר בי"ד. (שרייען דין תורה נאכן פארלירן אין ערכאות איז א קאזאק הנגזל). ווילאנג זיי האבן געהאט אפילו א חלום צו געווינען אין קארט האבן זיי פון דין תורה נישט געוואלט הערן, יעצט נאכן דערלייגן אין קארט הייבן זיי אן שרייען דין תורה.
ד. דעריבער האבן זיי איבערגעשריבן דעם ביה"ח בגניבה און דאס געפינט זיך יעצט אין קארט
ה. במשך די לעצטע 8 יאר האבן פאסירט אסאך זאכן וואס דער עולם האט נישט פארשטאנען פארוואס דאס איז אזוי, הצד השוה שבהם איז אז אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט לטובתינו (עיין ערך ראזענוואסער, שמחת תורה ועוד)
ו. מיר האבן נישט פארשטאנען פארוואס דער רבוש"ע האט ענק געגעבן די שליטה אויפן ביה"ח אויף די לעצטע פאר חדשים, יעצט קען זיין ווערט דאס פארענטפערט... פשוט מיר זאלן "מיזן" אויסקויפן די חלקה'ס ארום, אזוי אז ווען מיר וועלען בעז"ה צוריק באקומען אויך דעם אלטן חלקה וועלען זיי בלייבן לעקיש פון ביידע וועלטן!
ז. די מדובר איז נישט א "נייע" ביה"ח, די מדובר איז צולייגן נאך חלקים צום אלטען.
ח. די ארוינים זענען יעצט זייער צומישט, זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן דעם נייעם אומבאקאנטן מאכל, ווען זיי וואלטן נישט געניצט אומשולדיג בליט פון א איידעלער אינגערמאן וואס האט זיי באצאלט "אלעס" עד פרוטה אחרונה וואלטן זיי אפשר נישט אנגעקומען צו אזא נידערלאגע
 |
|
|
|
|
|