| נשלח ב-20/8/2009 17:36 |
|
| |
בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה
היינט צופרי איז אנגעקימען די ביטערע בשירה, אז ר' עזריאל בן ר' שאול פערלשטיין חתן ר' יוסף פנחס סטראלעוויטש, איז נישט אויפגעשטאנען, מען האט אים געפינען ליגען אויפן דיוואן, נישט בין החיים, ער איז אלט געווען 41 יאר, ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים, רח''ל
ביזדערווייל ווייסט מען נישט וואו ער גייט ליגען, זיין טאטע שאול איז יעצט אויפן וועג אהיים פון ארגענטינע, קהל האט פארשידענע זאכען אויסצוגלייכען מיט שאול'ן, דעריבער איז נאך די קבירה פלענער אומקלאר,
פרטים יבואו
תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/08/2009 17:33:07
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 17:50 |
|
| |
מפי השמיעה:ברוך הבא שאול איז יעצט אנגעקימען! מען פארהאנדעלט איצט מיט אים!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:47 |
|
| |
גראדע זייער א פיינער אינגערמאן א גרויסע בעל חסד ובעל צדקה
י"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:50 |
|
| |
לויט וואו מען הערט איצט, גרייט זיך שאול צו גיין און געריכט,
און איין ווארט: טיפיקעל!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:53 |
|
| |
אין געריכט אויף וואס?
לפי השמועה איז ער אויסגעצאלט, איז וואס איז דאס פראבלעם, אויב נאר ווייל ער איז שאול'ס זוהן, איז דאס סתם איבריג די מערכה בלי טעם און גובל מיט רשעות
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:57 |
|
| |
קראנטע שמועות קומען יעצט אז די זאלונים ארבעט צו באקומען א פערמיט פאר זייער נייער לאט און מקדש זיין א נייער בית החיים היינט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 18:58 |
|
| |
יעדע מיטעל וואס קען געניצט ווערן צו צווינגען דעם רשע שאול ארויס צו גיין פון קארט, און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, דארף גענימען ווערן און בייטראכט, אויב עמעציער האט רחמניות אויף די פארמיליע, קען זזיך פאר בינדען מיט שאול און אים באוועגן ארויס צו נעמען דעם בית החיים פון קארט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:03 |
|
| |
פארשטיי ביסט נישט גערעכט, ווען דאס איז א קינד א בחור ביי שאול אינדערהיים, ניחא (אויכעט נישט קלאסיש וכו'), אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, עוזיאל איז נישט געווען א פארפירער וכו' ובנים לא יומתו על אבות
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:06 |
|
| |
יא, לייג שאול אין א זייט א מינוט. און לאמיר מתפלל זיין אז די קליינע יתומים זאלן דאס קענען דורכטראגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:07 |
|
| |
דער אינגערמאן ע"ה איז געווען א אויסגעצאלטער מעמבער ביי די ארוינשע קהילה, איז וואס איז די בכלל שייך צו דארפן פארהנדלען מיט זיין טאטע?
אדער איז דאס דער מעסעידש פון די ארוינשע קהילה, אז מען קען זיי נישט גלייבן אדער טראסטן אפילו מען באצאלט זיי, ווייל זיי קענען האבן חשבונות מיט א טאטע, פעטער, ברידער, קאזען אדער ווער אימער???
דעם ריכטיגן פרצוף פון די ארוינשע קהילה בזמן תשובה, ראש חודש אלול און א ביטערע התעורורת לתשובה ווען א אינגערמאן שטארבט אזוי פליצלונג, פירן זיי פאליטשע חשבונות!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:09 |
|
| |
סתם א קשיא, איז שאול געחתמ'ט אויף די פאפירען פון בית החיים קעיס? (וועלכער אנדערע קעיס איז נאך אפען יעצט?)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:11 |
|
| |
מיינע אויגן ווערן נאס, בלויז צו טראכטן וויאזוי די לוי' וועט אויסזעהן, כ'הער שוין די בכיות, דער קדיש, דער סתימת הגולל. אוי טאטע, רבוש"ע, ס'איז א שרעק. וויפיל עבירות האבן שוין די קליינע קינדער געקענט טוהן דורך זייער יונגע לעבן?. וואס פאר א קלעפ וועלן מיר כאפן? אוי לנו ליום הדין.
דער אבי היתומים זאל געבן כח פאר די אלמנה און די יתומים איבערצוטראגן אזא שרעקליכע טראגעידע.
נאכדערצו הער איך אז אפילו ער איז געווען א שטארקע זאלי, איז ער בעצם געווען זייער א וואוילע אינגערמאן, א געשמאקע טיפ, א גוטהארציגע, געטוהן פיל טובות פאר מענטשן און פלעגט אפילו ארומגיין נאך געלט פאר אנדערע.
תוקן על ידי פלונימבפ ב- 20/08/2009 19:11:46
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:17 |
|
| |
פאר מ'שפרינגט דא צו החלטות, און מ'באשולדיגט מענטשן, קען דא איינער ביטע פעסטשטעלן וואס פונקטליך פארלאנגט מען פון שאול'ן און וואס פונקטליך פארלאנגט שאול?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:27 |
|
| |
על פי בירורים שונים האב איך מורא אז די גאנצע איז לופט, שאול איז נישט אין קיין שום קאורט כעת, די גאנצע רעדע איז געווען די קרקע געלט (מעמבערשיפ האט ער באצאלט לעצטענס), און לפי השמועה איז דאס שוין אויכעט מסודר
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:49 |
|
| |
שאול איז נאך אינטערוועגנס פון ארגענטינא, ס'קען זיין אז די זאליס ווילן אז ער זאל גיין אין קאורט. ביזדערווייל איז עס נישט אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 19:53 |
|
| |
כ'האב יעצט געהערט פין א זאלי'ס אז מ'פארלאנגט א סכום פאר די קרקע, אזווי מ'האט אייביג פארלאנגט ביי א בר מינן וואס האט נישט געקויפט א קרקע בחיים,
פלאס דארף שאול איינלייגען 50 טויזענט אז ער גייט אינטערשרייבען שטרי בירורין נאך די שבעה.
כ'האלט ס'איז זייער א קלוגע זאך, אויב שאול האט רחמנות אויף זיינע אייניקלעך די יתומים, זאל ער געבן די 50 טויזענט, {ער זאגט דאך אז ער איז נישט קיין מסרב, נו! וועט ער עס במילא ציריקבאקומען}
|
|
|
|
|