בית פורומים כל העולם כולו

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2009 07:14 לינק ישיר 

פוסק קערעקט מי איף איי עם ראנג, א ת"ח וואס איך בין נישט צופרידען טאר מען נישט בארעדן, משא"כ א ת"ח וואס די ביזט נישט צופרידען מעג מען יא בארעדן, האב איך עס גוט ארויס? און וואס טוט זיך מיט דער ערפינדער פין קריגען אויף א מנהיג, קורח'ן אים מעג מען בארעדן אדער נישט, איך פרעג נאר דיין מיינונג פאר נייגעריקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 19:07 לינק ישיר 

 ס'דערמאנט מיר א מעשה ווען די רשעים די אהרונים זענען נישט געווען אזעלכע רשעים,

נישט צו לאנג צוריק איז עפעס א שנה ופירשניק, א מחלל שבת, געשטארבען (אדער זעך גענומען דאס לעבען), און אף על וואס דער טאטע זיינער איז מראשי השונאים וואס צופיסקוועט זעך וואך איין און וואך אויס אין איינע פון די יודישסטקע צייטונגען (און דאכט זעך אליינס באקומען א בריעוו אז ער קען נישט ליגען במקום מנוחתם של רבותינו הקדושים זי"ע) האט מען איהם באגראבען בחלקת קהל  יטב לב בניו דזערסי

ווען זענען זיי יא רשעים ווען נישט

(אפשר קען דאס איינער אריינשטעלן און דעם אשכול פון די בית החיים בבחדרי חרדים)

א חידוש קיינער האט נאך נישט אנגעמערקט די גרעסטע שקר דארט, כאילו מען האט אוועק געכאפט א גוף בשעת דער טהרה (כלשון הכותרת)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 19:49 לינק ישיר 
מיט א ניכטערן בליק "קבל את האמת ממי שאמרו"

עיני עיני יורדה מים,
ס'בלוטיגט דאס הארץ, 
א יונגערמאן אין די בלוהענדיגע יארן איז אזוי ביטער פארכאפט געווארן,
עוללים שואלים, ווי איז טאטי, ווען קומט ער אהיים,
א פיצל קינד פון עטליכע חדשים וועט קיינמאל נישט געדענקן דעם טאטן,
א יונגע פרוי א א אלמנה געבליבן בלי משען ומשענה,
מיט 9 קינדערלעך אינדערהיים,
און... קיינער לאזט נישט קיין טרער אויף דעם דאזיגן בראך,

איך האב נישט געקענט דעם נפטר, אבער עם כל זה קען איך מיך נישט
צוזאמען קלויבן, אזא ביטערע טראגעדיע, און קיינער קיינער קומערט זיך נישט,
די זאליס טראמפייטערן מיט זייער נצחון אז זיי האבן שוין א אייגענעם בית החיים
און די אהרונים פרייען זיך אז מען  איז פטור געווארן פון די מחרחרי ריב,
אבער א טרער פאר דעם גרויסן בראך האט קיינער נישט געלאזט,
איין מינוט..., איינער האט יא געוויינט מיט יאמערלעכע קולות,
אבער נישט פאר די אבידה פון דעם נפטר, נאר פאר זיין פערזענדליכע אבידה
שאין לה תמורתה, ער האט ענדליך אנערקענט אז ער וועט נישט ליגן אינעם
בית החיים ווי זיין טאטע ליגט, דער ושכבתי עם אבותי, וועט גיין אויפן זעלבן
פלאץ ווי דער ואלה המשפטים איז געגאנגען,

די גמרא אין מסכת סנהדרין פרעגט א איבעיא,
"איבעיא להו הספידא יקרא דחיי הוי או יקרא דשכבי הוי"
די גמרא פרעגט, פארוועמענס תועלת איז א הספד,
און די גמרא נעמט אן, און אזוי ווערט געפסקעט אין שו''ע,
אז ס'איז יקרא דשכבי, א הספד איז א תועלת פאר די נשמה,
מענטשן לאזן א טרער, מען איז מפשפש במעשים און דאס איז 
לטובת הנשמה, און טאקע וועגן דעם איז אויב דער נפטר לאזט
צוואה מען זאל עהם נישט מספיד זיין דארף מען עהם טאקע פאלגן,
ווייל דאס איז דאך לטובת זיין אייגענע נשמה איז ער דאך בעל הבית, 
(חוץ ביי א גדול הדור, וואס דארט דארף מען נישט פאלגן די צוואה),
על כל פנים, ווען מען קומט זיך צוזאם און מען איז מספיד א נפטר,
מען לאזט טרערן, מען איז זיך מקבל תשובה להבא, מיט תיקון המעשים
א קבלת דבר טוב, דאס איז א געוואלדיגער זכות פאר די נשמה,
מורי ורבותי, ליידער ליידער האט קיינער נישט געלאזט קיין טרער אויפן
נפטר וואס איז אזוי טראגיש אוועק געריסן געווארן, יעדער איז ביזי מיט
שטותים והבלים, איך האב געווינען, ניין איך האב געווינען, 
אבער קבלת תשובה מאן דכר שמיה,  אדרבה דער טאטע אליין האט 
מיט פאטאס אויסגערופן אז ער האט מקיים געווען דעם רצון פונעם נפטר,
אלזא, שאול טייערער, HOW ABOUT א שטיקל קידוש, אזא שטיקל סעודת הודאה
אז "ב''ה'' אין ווייניגער ווי א וואך וואס דו ביסט געגאנגען מיט דיין זוהן זיך אומקיקן
אויפן לאט פון פאלאק האט דיין זוהן "זוכה" געווען און דאס באנייט,
יא שאול, איך וואלט געלאכט ווען עס וואלט נישט געווען אזוי טרויעריג,
איך האף און מתפלל אז די אלע קללות נמרצות, שקרים וכזבים, 
ניבול פה, והוצאת שם רע וואס דאס האט גורם געווען זאל חלילה נישט גיין על חשבון הנפטר,
נאר אויף חשבון פון זיין טאטע וואס בשאט נפש האט ער אזוי ביטערלעך 
מבזה געווען זיין אייגענען זוהן, 

מאנכע פרעגן, פון ווי ווייסטו פארוואס דאס איז געשעהן?, די ביסט עפעס אין הימל?
און פארוואס איז דאס געשעהן?, און פארוואס איז יענץ געשעהן? יעדער פרעגט
אזעלעכע תם אוואטע קשיות, און כאפן זיך נישט אז די דאזיגע פראגעס
גרענעצט זיך מיט מינות וכפירה, אלע מינים וכופרים אין אלע דורות האבן אזוי
אפ געשפעט פון די הייליגע תורה, אלעס מלבש געווען בטבע, אה, ער איז פלעין
אזוי אוועק, און פארוואס איז ר' ד''כ פון קרית יואל אוועק? אזוי ענטפערן זיי צוריק,
  
וויל איך דא זאגן פאר מיינע טייערע זאלונישלעך חברים, אמת, נסתרים דרכי
השם, קיינער ווייסט נישט בשל מי הרעה הזאת, פארוואס א טראגעדיע פאסירט,
אבער ווי נידעריג דארף מען זיין, אזוי ביליג אוועק צו מאכן אזא בולט'דיגער
פאסירונג, ווען א יונגערמאן ווערט לא עלינו ולא עליכם קראנק, און וואלגערט
זיך ליידער מיט יסורים, ווייסט טאקע קיינער נישט פארוואס דאס קומט עהם,
מיר אידן  גלייבן דאך, מיר זענען מאמינים בני מאמינים, מיר גלייבן אז אלעס האט א חשבון,
גארנישט איז נישט פערצאפאל, און ווען דער יונגעמאן שטארבט נעבעך,
קומט מען זיך צוזאמען, מען גיסט טרערן, מען איז מפשפש במעשים, און מען איז זיך
מקבל תשובה צוטוהן, מיט תיקון המעשים, מיט דעם האפענונג אז מיט דעם קבלת
תיקון המעשים וועט זיך אפטוהן דער חרון אף ושלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו,
און דער זכות התשובה גייט פאר די נשמת הנפטר/ת לטובת נשמתו/ה,
איי, האסטו צו געטראפן פונקטליך דעם פראבלעם? געוויס נישט, מען ווייסט דאך נישט,
אבער מען פראבירט ווי שטארק מען קען, צו צוטרעפן בשל מי הרעה הזאת,
פארוואס דאס האט פאסירט, און מען האפט אז מען האט צוגעטראפן,

אבער דא לענינינו, ווי קען מען זיין מסופק, מען זעהט דאך בחוש וואס דא איז געשעהן,
דער אינגערמאן איז געווען געזונט אין שטארק, ס'האט עהם גארנישט געפעלט,
ער איז געווען ראשו ורובו אריין געלייגט אין בויען א קהילה על אפו וחמתו פונעם מרא דאתרא,
ער איז פערזענדליך געעוען אינסטראמענטל אין קויפן דעם דאזיגן לאט פאר א בית החיים,
ער האט געוויס נישט געקלערט אז ער גרייט דאס אן פאר זיך אליין, 
ער האט נאך זיכער נישט געפלאנט צו שטארבן, און דא אזוי פלוצלינג איז ער אוועק
געריסן געווארן אז מען האט געדארפט באנייען דעם בית החיים מיט עהם אליין,
איז דאס נישט עפעס מעורר?, זאגט דאס גארנישט? טאר מען דאס אפילו נישט טראכטן?
און אויב טראכט מען יא אז יש דברים בגו, איז מען טאקע א ניגער?, ווי א זאלי האט מיר
נאכגעשריגן, לאמיך אייך אויסשרייען קלאר און דייטליך, איך וויל ענדערשט
זיין א ניגער וואס האלט די תורה הקדושה ווי איידער זיין א סאטמארער רבי וואס איז 
בועט אין די הייליגע תורה, אינטרעסאנט, ווען עס פאסירט א אומגליק ל''ע און די רבנים
שרייען אז דאס האט פאסירט ווייל... מען גייט נישט בצניעות, צו ווייל ס'איז דא מחלוקת ביי 
אידן, אדער פאר אנדערע פירצות, ווער לאכט אפ פון דעם, נאר די פראסטע באמעס,
נאר די קלים וריקים, זיי לאכן אלץ אפ, איי פון ווי ווייסן די רבנים פארוואס דאס האט פאסירט,
איז דער תירוץ זיי ווייסן טאקע נישט, אבער למיחוש מיהא בעי', און דא ביי אונז ווען יעדער וואס
האט א מוח בקדקדו, זעהט באשיינדפערליך אז יש דברים בגו, אזעלעכע זאכן פאסירט נישט
סתם אזוי, געזונטע מענטשן שטארבן נישט, און מען לייגט דאס אן אויף ואס מען זעהט בחוש,
שעלט מען קללות נמרצות, 

(איך וויל דא באטאנען, אז איך בין נישט דא חלילה מקטרג זיין אויף דעם שוכן עפר
ואס כפי השמועה איז געווען זייער א לייטישער אינגערמאן,
און זיין גאנצער אינוואלוומענט איז נאר געווען בתורת כיבוד אב.)

והאחרון הכביד, קומט א אינגאטש באיצטלא דרבנן, און שרייט און כמארעט, גנבים!!! חמסנים!!!,
איר קענט אפילו נישט תשובה טוהן!!!, זלמן לייב, מיר זענען גנבים און דיין א מענטש איז געשטארבן,
היתכן?, ס'איז דיר נישט ביי געפאלן אז אפשר ביסטו גאר דער גנב וחמסן?, 
אפשר שיקט מען דיר א מעסעדש אז חזור בך און טוה תשובה, אפשר דארף מען יא גיין
צו דין תורה ווי אידן פירן זיך, אדרבה,לאמיר זעהן ווער ס'איז גערעכט און ווער עס איז דער גנב,
ניין, דו האסט נישט געוויינט ווייל ס'איז נעבעך אוועק געריסן א אינגערמאן במיטב שנותיו,
דאס האט דיך נישטאמאל בארירט, דו האסט נאר גיאמערט אז דו האסט פיינעלי אנערקענט
אז דו גייסט ליגן דארט ביי פאללאק ווי קיינער וועט קיינמאל נישט קומען אפילו אנצונדען א לעכטל,
דאס האסטו דיך אצינד געכאפט, יא, זלמן לייבעלע, ווייט ווייט אוועק אינטערן צוים וועט מען דיך לייגן, 
און דעמאלטס וועלן אפילו דיינע אייגענע קינדער שוין זיין צוקריגט, (זיי הרגענען זיך דאך שוין היינט)
און דאס האט דיך ארויס גענומען פון די כלים, דאס האט ארויס געברענגט אמת'ע טרערן און בכיות,
און אנשטאט זיך צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, וואס האט דא פאסירט? וואס וויל מען פון מיר?
קומסטו גאר באשולדיגן די נגזלים און שעלסט קללות נמרצות, זלמן לייב, לאמיך דיר זאגן,
איך בין דיר מבטיח אז טראץ די אלע גניבות וגזילות קענסטו "יא" תשובה טוהן, זיי מקדש שם שמים
און שטעל דיך אויף אין בית המדרש און שריי אויס בקול רם וגדול, חטאתי עוויתי ופשעתי,
חטאתי לאלוקי ישראל ולאבי הקדוש זי''ע ולדודי הקדוש זי''ע, והריני חוזר בתשובה און פארלאנג
זאפארט זיך צו שטעל צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין, יא, זלמן לייב, יש קונה עולמו בשעה,
די האסט א געלעגנהייט מקדש זיין שם שמים, ניץ דאס אויס, און דאס וועט באמת זיין א געוואלדיגע
זכות פאר די נשמה וואס איז אזוי שוידערליך אוועק געריסן געווארן, און אין דעם זכות וועלן מיר אלע
געהאלפן ווערן ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותי' תחל שנה וברכותי' בביאת גואל צדק בב''א.   


  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 20:49 לינק ישיר 

איך בין דיר מבטיח אז טראץ די אלע גניבות וגזילות קענסטו "יא" תשובה טוהן, זיי מקדש שם שמים
און שטעל דיך אויף אין בית המדרש און שריי אויס בקול רם וגדול, חטאתי עוויתי ופשעתי,
חטאתי לאלוקי ישראל ולאבי הקדוש זי''ע ולדודי הקדוש זי''ע, והריני חוזר בתשובה און פארלאנג
זאפארט זיך צו שטעל צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין, יא, זלמן לייב, יש קונה עולמו בשעה,
די האסט א געלעגנהייט מקדש זיין שם שמים, ניץ דאס אויס, און דאס וועט באמת זיין א געוואלדיגע
זכות פאר די נשמה וואס איז אזוי שוידערליך אוועק געריסן געווארן, און אין דעם זכות וועלן מיר אלע
געהאלפן ווערן ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותי' תחל שנה וברכותי' בביאת גואל צדק בב''א


הלואי ווען דיין שרייבען זאל אנקומען צי זיינע אויגען/ אויערען, אין ער זאל דיך פאלגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 21:35 לינק ישיר 

אין מספיקין בידו לעשות תשובה איז טייטש אז מ'לאזט אים נישט פון הימל.
מעג ליידער שטארבן דאס בעסטע און דאס שענסטע, דאס יונגסטע און דאס פרישסטע.

ער וועט קיין שטרי בירורין נישט אינטערשרייבן, ער וועט ענדרש שרייען גנבים חמסנים גזלנים אבער זיך אינטערגעבן וועט ער קיינמאל נישט.

דערפאר טראגט ער דעם פנים!1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 02:16 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
כ'האב יעצט געהערט פין א זאלי'ס אז מ'פארלאנגט א סכום פאר די קרקע, אזווי מ'האט אייביג פארלאנגט ביי א בר מינן וואס האט נישט געקויפט א קרקע בחיים,
פלאס דארף שאול איינלייגען 50 טויזענט אז ער גייט אינטערשרייבען שטרי בירורין נאך די שבעה.

כ'האלט ס'איז זייער א קלוגע זאך, אויב שאול האט רחמנות אויף זיינע אייניקלעך די יתומים, זאל ער געבן די 50 טויזענט, {ער זאגט דאך אז ער איז נישט קיין מסרב, נו! וועט ער עס במילא ציריקבאקומען}
 
איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען  אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט אדאנק....





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 03:01 לינק ישיר 

שאול פערלשטיין איז געפארן אויף ארגעטינע קודם האט מען איינגערעדט וועגן א ברית וואס ער האט אויף געצויגן א קינד
אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אלעס פאלש שאול איז שלעכטער מאן ער ציעט קיין קינדער נישט אויף
ער איז געפארן אנצידרייען א מחלוקה אין די ארטיגע קהילה.
 
אימיטן וועג איז ער געוואר געווארן אז זיין זין זילא איז אוועק פין א טעקס מעסיזש וואס יוסי שטוהל האט ארויס געשיקט סיסטאמטיש פאר אלע זאליס

אנקימענדיג האבן אים זיינע קינדער אפגעווארט זיי האבן נאך נישט געוואסט צי ער ווייסט

די ערשטע זאך וואס שאול האט געזאגט זיינע קינדער נאך פאר זיי האבן עספיט אים צי זאגן

איך גיי די אהרוינים גארנישט נאכגעבן

צי רעדן אזוי ווען זיין זינ'ס בלוט איז נאך ווארעם, מיז מען זיין א געשלוטער נאצי .




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 03:17 לינק ישיר 

יענקעלע11 א גרויסן ישר כח פארן קלאר מאכן דעם ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 06:22 לינק ישיר 

בענענע:

איך בין פונקט אזוי נישט צעפרידן פון די וועלכע מ'האט דא אזוי פארשעמט ווי דו. אבער עס געט נישט קיין היתר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 19:51 לינק ישיר 

די זאליבאנס, זענען ל''ע א סאך מער משיגע וואו מיר האבן געמיינט, דאס גייט גאנץ קנאפע אן פאר די מענטשהייט, אבער דאס אז זיי האלטען אונז אלע פאר משוגעים?

עס איז נעבאך נפטר געווארען א יונגערמאן און קר''י דעם פארגאנגענעם דארנאשטאג, א טראגעדיע, וואס לעכערט דאס הארטץ, פון יעדען יוד, דער יונגערמאן האבן די זאליס געניצט אז זיי זאלען קענען האבן א אייגענע בית החיים און קר''י, וואס איז ביי זיי געווען א ''מיז'' וויילמען דארף דאך מרבה זיין  ''כבוד שמים''(זאלי) בעולם,
וואו אויך אז זיי זאלען קענען ווייטער רואיג פארבלייבען און גויאישען קארט, ביז משיח צדקינו וועט זיי ארויסשלעפן פון דארט, און זיי אפשיקען צו וויגדורען און ליכטיגען ג....
שוין געשען וואס איז געשען! יעצט?
איך שמיעס אויס מיין טיפשות, איך האב א בליק געטאן וואס דער פעלשער שרייבט אונעם נוטראלען פורם, ער לייגט אראפ דער יונגערמאן ממש פארן שר החסד אונעם לעצטען יאר הינדרעט, ממש אזוי גרויס וואו דער רבי זי''ע, מיטן דברי חיים, און בעל שם טוב!
פארוואס? גרעסער צו מאכען די רשעות פון די ארוינים, אז יעדער זאל זען אז פאר אזא חשובער יונגערמאן, האבן די ארוינים געטאן וואס זיי האבן געטאן,

ער איז געווען א פיינער יונגערמאן, איך האב אים געקאנט,

אבער פון  די אלע הארטץ רירענדע מעשיות וואס פעלשער פארציילט, אזוי דערמאטיש, צו פארגרעסערען דאס ''עוולה'' פון די ארוינים קאסט א לאך!

עס קיקט אויס אז יעדע מענטש וואס די זאליס גייען לייגען און פלאק'ס סעמעטערי, גייט האבן א מציבה מיט שבחים, לכה''פ 10 שטאק!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 20:15 לינק ישיר 

אין ליכט פין דעם וואס אין די גאס איז אזוי ברייט ארויסגעקומען, מי ומי ההולכים, ווער זענען די הולכים בערכעות אין מסרבים לדין האבען זיי יעצט פריש אנגעשפאנט דעם באקאנטן שקרן צו  זיין ארבעט, 
דא האט איר א שטיקעל פין  זיין שקר וואס ער האט אויך געזאגט פאר די פרעסע

  ער האט גלייך אנגעקאלט זיין זון ר' חיים יודל וואס איז געקומען אים אויפפיקען, און געפרעגט צו עס איז אמת? יא, ליידער, ענטפערט אים דער זון. ר' שאול דערציילט איצט פאר אלע מנחמים אז ער האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע. ער האט ווייטער געפרעגט זיין זון, מאכט מען שוועריקייטען צו מקבר זיין? ענטפערט ער אז ער מיינט אז יא. זיי דרייען אהין און א הער, איינמאל פארלאנגען זיי פופציג טויזענט דאלער און איצט ווילען זיי א אינטערשריפט אז מען זאל אויפגעבען אלע תביעות. האט ר' שאול געפרעגט, האט מען זיי געזאגט אז ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער און זיי מוזען אים לייגען אין ביה"ח? האט ער געזאגט אז זיי קוקען נישט אויף גארנישט. האט ר' שאול געזאגט, אויב אזוי, וועט ער ליגען אין ביה"ח פון בני יואל.

שקרן! עד מתי מאנת, לייקען נישט א מציאת!
מ'האט ענק קיינמאל נישט געהייסען אויפגעבן א תביעה, מ'האט ענק געהייסען עס אוועקטראגען פין קארט אין טראגען צו להבדיל א בית דין ווי דער תוה''ק פארלאנגט.
מ'האט נישט פארלאנגט אויפן פלאץ קיין שטרי בירורין אדער קיין שום תנאים בלויז א אינטערשריפט אויף בערך אזא נוסח: איך שאול יחזקאל פערלשטיין נעם אויף מיר צו ארויסגיין פין קארט מיט די תבועה קעגן חברה קדישה אין קהל יטב לב, אין אויב כ'האב סיי וועלכע טענה וועל איך עס פארשטעלן ביי סיי וועלכע בית דין, אין כ'געב א משכון אויף דעם 50 טויזענט דאללער וואס כ'וועל ציריקבאקומען ווען כ'וועל אינטערשרייבען שטרי בירורין.

אין דאס קרענקט די זאלי'ס!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 19:02 לינק ישיר 

לכבוד ר' יאנקעלע, איך הער אז דיינע הארציגע דיבורים האבן עפעס עושה רושם געווען און ר' זלמן לייב האט נעכטין נאכט ביי די יארצאט סעודה אנגעהויבן צו רעדן פין שלום, זעט אויס אז ער ליינט יא הייד פארק און איז יא גרייט תשובה טין, אפשר וועט ער טאקע אויסשרייען אז ער טיט תשובה אין איז גרייט צו גיין צו דין תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 19:44 לינק ישיר 

ער רעדט פין שלום, זייער גיט!!
אבער עס דערמאנט מיך די מעשה, ווען הגז''ל איז געקומען ווי א נועם המידות קיין ק''י נאכדעם וואס ר' שלמה  זלמן סאנדער ע''ה האט אים געשיקט שלום מאכען מיט רבינו שליט''א, אין פאר די מיטינג האט זיך אנגעהויבען האט איינער פין די אנוועזענדע {קען זיין די רעביצין תליט''א, כ'געדעק נישט}  געפרעגט הגזל וואס זיין באגער איז, אין ווער ער האט גענטעפערט ער וויל שלום מאכען, האט אים יענער גענפערט, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז ווען איינער גנב'ט פין איינעם א חפץ אין לויפט גלייך ציריק צום בעה''ב אין שרייט זיי מיר מוחל אין כ'בלייב מיט די גניבה, אין יענער האט אויסגעפירט, וועסט פארשיקען די קלים וריקם פין טאטע'ן היילגע שטיב, אז אלע קינדער אין אייניקלעך, תלמידים אין חסידים זאלען קענען אריינגיין געהעריג צום טאטען/רבי'ן ז''ל, וועסט ציריקגעבן אלע גניבות, גלייב איך אז דער רב {רבינו שליט''א} איז דיר גרייט מוחל צו זיין, פארשטייט זיך אליין'ס וואס פין די שלום איז געווארען.

לעניני: אני הקטן בין אויך גרייט מוחל צו זיין די אלע גנבים אין בלוט זויגער'ס, בתנאי אז ער שטעלט זיך צו די''ת, אויף יעדע זאך אין פלאץ {פארשטייט זיך אז ער וועט נישט זאגען קיין ליגענט ביים בי''ד}

די ר' זלמן איר זענט גרייט? כ'ווארט אויף א תשובה! אבער ווארט נישט ביז די נעקסטע יא''צ סעודה.

אגב, אין א פרישע שריט פין...... האט א אויבן אן זיצער פין רז''ל געטיילט היינט ציפרי די דמיונות אין פארמעגליך פאר'ן עולם, (כ'האב טאקע געהערט ווי מ'האט אנגהויבן רופן די סאטמערע ''מענטשן פרעסער'ס.... פארמעגליך האט געגבן דעם ריכטיגען נאמען)

א רחמנות אויף אזעלכע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2009 22:05 לינק ישיר 
''דער אמת'' איבער ר' מנשה'ס אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס בעקיארד

ווי באקאנט האבען די זאלי'ס פאריגע וואך מקדש געווען א ביה''ח אינטערן פלויט, אין אינטער די מחיצה, אין פאללאק'ס בעקיארד אין דרייוועי,
פארשטייט זיך אז זיי האבען צאמגעברענגט אלע שיינע יודן וואס זענען אויף זייער פעיראל, ווי אויך אלע זייער עסקנים אין מוסרים, קיין אינטערשייד וויפיל דער שיינער יוד/עסקן/מסור האט געשאלטן אין מצער געווען דעם הייליגען ברך משה ז''ל,
אבער איינעם'ס אפוועזענהייט האט די מערסטע ארויסגעשטארט, דאס איז געווען אינזער באליבטער ר' מנשה וואס איז לכאורה די העכסטע אוטעריטעיט ביי זיי, אין עס ארויסגערופן ביי מיר, גרויס ווינדער אין נייגער,
אין  כ'וויל נישט אפמאכען אז די סיבה איז טאקע די סיבה וואס כ'האב געהערט....
אשע''כ ווער עס ווייסט די אמת פארוואס ער איז נישט געקומען זאל מיך ביטע א טובה טוען אין קלארשטעלן.

יש''כ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 19:58 לינק ישיר 

פארוואס איז ר' עזריאל גליק נישט געוען ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.