בית פורומים כל העולם כולו

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2009 21:18 לינק ישיר 

די אפוועזענהייט פין די 2 דארף לכאורה א באזינדער אשכול, וואס זאגט דער מנהל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 21:37 לינק ישיר 

איך וואלט געזאט אז ס'ליגט גארנישט דערין, עזריאל איז אן אלטער איד וואס באוועגט זיך שווער, ער ליידט אויף די פיס, ס'פשוט אומעגליך פאר איהם צו ארומקריכן אויף שטיינער און ביימער אין אזעלעכע היצן. די זעלבע וואלט איך געזאגט אויף ריח"מ...בלויז השערות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 21:44 לינק ישיר 

מ'האט זיי געשלעפט צו שווערערע פלעצער ווי צו מקדש זיי א ביה''ח כדי נישט צו גיין צו די''ת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2009 01:14 לינק ישיר 

וואס וועט זיין מיט די סוכה?

דער ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה האט זיך ערליך פארדינט נישט אריינגעלאזט צו ווערן אינעם אלטן בית החיים, נאכדעם וואס ער האט חרוב געמאכט כ''ק הגה''ק ר' אהרן' שליט''א'ס סוכה. עס פחד'וועט אוועק ווען מען טראכט אז עס קומט שוין דער יום טוב סוכות ווי רבינו הקדוש וועט פראווען דעם געהויבענעם יום טוב, און מען האט נאכנישט קיין מקום רחבת ידים וואו די מיליאנען וועלן זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון רבינו הקדוש.

ווען עס קומט דער יו"ט סוכות דערמאנט דאס ביי אנשי שלומינו אסאך ביטערע זכרונות. יעדעס יאר סוכות האט מען רבינו שליט"א געצאפט זיין הייליג און ריינע בלוט, אים מצער געווען עד דכדוכי של נפש. עס דערמאנען זיך די אידן דעם ערשטן סוכות, תש"ס, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז געווארן רב הצעיר בכל אתר ואתר, איז מען גאנץ סוכות ארומגעפארן זוכן מקומות זוהמה אין קווינס, כדי אפצוהאלטן די מהרסים פון עפענען דער "קווינס ישיבה". דער וויצע פרעזידענט פון סאטמאר ר' שמואל אויבערלענדער איז אליין ארומגעפארן טאג און נאכט מיט די עסקנים יעקל יאקאבאוויטש און מענדלע יאנקאוויטש און האבען באזוכט אלע מקומות טומאה וזוהמה. זיי האבען געכאפט בילדער, געמאכט מאפעס מיט פונקטליכע אנווייזונגען צו אלע געמיינע פלעצער.

אנשי שלומינו האבן געוויסט קלאר אז די רשעים וועלן נישט קענען צוזאמשטעלן קיין מנין בחורים פאר די "קווינס ישיבה". עס כאפט פשוט א פחד ווען מען טראכט איצט אריין, שוין צען יאר שפעטער, אז ליידער מעשי שטן הצליח ויצא העגל הזה. הונדערטער עלטערן-רשעים האבן נישט קיין רחמנות אויף זייערע דורות און צוליב תאות נקמה ונצחון זענען זיי גרייט געווען מפקיר צו זיין זייערע קינדער פאר'ן שטן, אזוי ווי דער לבן פערלשטיין האט געטון מיט זיין זון וואס האט זיך פלוצלינג געזעגענט. אלעס אבי נישט גיין צו דין תורה.

יענעס יאר תש"ס האט נאך סאטמאר געהאט די זכיה אז דער משורר בבית סאטמאר פון אלע דורות הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער האט נאך געמאכט די ניגונים. ער האט דאך געהאט די זכיה צו זינגען פאר רבותינו הק' בעל דברי יואל ומ"מ בעל ברך משה, ומ"מ רבינו שליט"א.

אבער דער רבי שליט"א דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר איז געווען צובראכן אויף שברי שברים. ער האט דאך געוויסט אז דער טאטע האט אים פארטרויט מיט די מיליטער, די בחורים. ער האט דאך איינגעפירט די גזירה פון גיוס בני הישיבות מיט די סאטמארע בחורים, און דא וועט ח"ו די גזירה בטל ווערן. מיט א סלאגאן פון להחזיר עטרה ליושנה וועט חלילה דער מיליטער כאפן א קלאפ.

דערפאר האט מען אין קרית יואל געבויט א ריזיגע סוכה, סאך גרעסער פון דעם רבי'ן ז"ל, און געמאכט זייער א גרויסע באוועגונג צו קומען אויף שפיזע דאהרן כהנא קדישא, קיין קרית יואל ווי דער גאב"ד דכל אתר וועט זאגן א פשעטל כדרכו און די וועלט וועט זעהן דעם גדולות בתורה. און אז די וועלט וועט זען דעם גאב"ד'ס גדלות בתורה, ווער וועט זיך נאך וואגן שיקן בחורים אין אנדערע אומגעווינטשענע פלעצער?

קהל האט אריינגעלייגט אין די שפיזע דמים תרתי משמע, און ווירקליך עס איז געווען א "היט". דער דעמאלסדיגער שופר פון סאטמאר איז דאך געווען דער "האטליין" וואס האט געמאלדן לשמחת לב אנשי שלומינו ווי גרויס דער סוכה איז און וויפיל מאל גרעסער עס איז פון סוכה פון רבי'ן. אבער די גרעסטע שמחת יום טוב איז אוודאי געווען דער נייער שופר פונעם יהדות החרדית וואס האט אויפגעבויט סאטמאר במלוא מובן המיל"ה דער הערליכער נייער אויסגאבע "דער בלאט", וואס איז ערשינען דאס ערשטע מאל לאור עולם ערב סוכות תש"ס. דער רב שליט"א האט דעמאלטס צוגעזאגט עולם הבא פארן גרינדער און רעדאקטאר פון בלאט הרה"ח ר' משה יעקב יוסף (המכונה, יאסי) בראך, פארן אים מחיה זיין. ער האט געשפירט אז מען נעמט זיך אן אויף זיין הייליג און ריינע בלוט וואס דער בלוט דורשטיגער פילאט האט געטרינקען אין דער איד.

איך האב שוין נישט קיין כח מאריך צו זיין ווייל עס דערמאנט מיך די זייער שווערע געפילן פון בימים ההם. איך וויל דאך בעיקר אנקומען צו משלב זיין ר' עוזיאל פערלשטיין מיט די סוכה פון רבינו הקדוש שליט"א. אבער אז איך דערמאן זיך שוין פון יענעם סוכות קען איך מיך נישט מתעלם זיין פון עטליכע שרעקעדיגע טעג וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט. קודם טאקע יענעם ערב סוכות ווען דער רב האט געזעהן אז אין קווינס גייט יא זיין א שטיקל ישיבה'לע האט ער געבעטן דעם נייער חבר הנהלת המתיבתא דער איש האשכולות, דער חכם מחוכם און שריפט שטעלער הרב אלישע שמואל האראוויץ שליט"א אז ער זאל אפשרייבן א שארפן בריוו פאר די משתלטלים אויף 82, היתכן זיי האבן נישט געגעבן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע פון די מתיבתא. דער דעמאלסדיגער אדמיניסטראטאר דער היינטיגער שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ האט אויפן באפעל פון די משתלטלים געענפערט פאר'ן רב מיט דברי חוצפה, אז דער רב האלט זיך נישט צו קיין אפמאך וואס איז געווען אפגעשמיסט צו באצאלן פאר אברומי לעפקאוויטש און שאול פערלשטיין מיט די גאנצע קליקע צוויי מיליאן דאלאר פאר די בניני ושטחים ארום די מתיבתא, אבער דער רב האט דאס צוריסן ווען ער איז אהיימגעקומען פון שווייץ.

דער שליח פון די משתלטלים אויפן באפעל פון די קליקע, הרב גלאנץ האט זייער שטארק מצער געווען דעם רב, און אני הצעיר וואס געדענקט די גרויסע צער וואס רבינו שליט"א האט דעמאלטס געהאט אז לא די מען עפענט א ישיבה, פארלאנגט מען נאך אז ער זאל באצאלן מיליאנען דלאר פאר די מתיבתא?

עד כדי כך האט דאס נוגע געווען ללבו הטהור, אז לבי נקפי אז דער יעצטיגער סקאנדאל פון הרב גלאנץ איז נאך פון די הקפדה פון דעמאלטס. איך האף אז ער וועט מקבל נזיפה זיין פון רבינו שליט"א אדער אפשר מיט דעם וואס ער האט איבערגעשריבן די בניני המתיבתא האט ער שוין אראפגענומען פון די הקפדה עס זאל חלילה נישט שאטן מער ערנסט, אזוי ווי מען זעט ליידער ווער עס איז מצער דעם רבי'ן ליידט שרעקליך, רח"ל.

צוריק צו דער יום טוב סוכות תש"ס. דער רב שליט"א איז אריינגעקומען אושפיזא דמשה, און די בחורים האבן בשום אופן נישט געקלאטשט ווען דער משתמש האט געקלאטשט. נאר ווען דער רב האט געקלאטשט האט זיך געהערט א קלאטשעריי אזש ביז קרית יואל, און דער רב האט שטארק הנאה געהאט. אבער דער מחוצף האט צוגערעדט דעם רבי'ן צו געבן דאס בענטשן פאר א פרעמדן רב.

שפיזע דאהרן כהנא קדישא איז געווען זעלטן שיין. דער עולם ארויסגעפארען קיין קרית יואל מימינם ומשמאלם. דער רב שליט"א האט געהאלטן זייער א שיינע דרשה, אבער ער האט נאך יענעס יאר נישט מעורר געווען צו זיין אינגאנצן שטיל ביי די הקפות. און עס איז קענטיג געווען אויף זיין צורה אז ער איז נתחזק געווארן. נאכן געהויבענעם טיש האט דער רב געטאנצט מיט א געוואלדיגע הלהבות און ברען שלא כדרכו. בכלל האט דער רב שוין דעמאלטס אנגעהויבען מיט די נייע עבודה פון קלאטשען און טאנצען זיצענדיג, וואס איז געווען באהאלטן ביז דעמאלטס. הכלל, מען האט זיך משמח געווען אין די שפעטע נאכט שעות.

ליידער ליידער, די זעלבע נאכט האבן די אזוי גערופענע "אהבה מסותרת" גרופע גערופן אלע "שונאים" צום רבי'ן ז"ל צום טיש און עס האט זיך נישט אנגעזעהן ביים טיש אז דער עולם איז געפארן קיין קרית יואל. אונזער פלאן אז דער משתמש זאל זעהן אז דער עולם וויל גיין דוקא קיין קרית יואל האט זיך נישט אויסגעארבעט, אבער דער עולם איז אהיימגעקומען פון קרית יואל גאר שטארק מחוזק. מען קען זאגן אז עס איז דעמאלטס געווען דער ערשטער פרייליכער מעמד זינט דער גרויסער שאס פון חול המועד פסח.

ווען די באסעס זענען אנגעקומען צוריק קיין ווילימסבורג און זיך אפגעשטעלט פארן ראדני בית מדרש איז דער עולם געווארען זייער צוקאכט. מען האט זיך דערמאנט פון דעם שטענדער אין ראדני, וואס מען האט אריינגעגלייגט אין "געיט", און מען האט געוויסט אז דער רב וועט זיך שפירן זייער שלעכט ווען ער קומט אריין אויף די צווייטע טעג ווען ער וועט דארפן זיצן אין חלקת הרבנים אויף א באנק און דער יונגערער ברודער וועט זיצן ביים גרויסען עמוד. איז איינער פון די גרויסע עסקנים פון אונזער זייט, ר' יענקעל יאקאבאוויטש מיט די איבעריגע עסקנים זענען אריין אין בית המדרש, געכאפט דאס בענקל אין שטענדער און אוועקגעשטויסן פון דארט, צושניטן דעם בענקל הגזול און אראפגעריסן אלע גרויסע סיינט פאר די אזויגערופענע קיום התורה להחזיר עטרה ליושנה אסרו חג סוכות.

 דער דעמאלסדיגער שליח פון די קליקע ארי' לייב גלאנץ האט גערופן די פאליציי און מען האט ארעסטירט יענקלען מיט נאך אפאר בחורים איבערנאכט. דער שליח ציבור ר' יוסף בראך האט זיך אבער נישט פארלוירן. ער האט גערופן די "דעילי ניוס רעפארטער" און געמאכט א לאנגס און א ברייטס, קעגן ר' ארי' ליייב און די פאליציי.

אבער דער סוכות איז נאכנישט פאראיבער. אושפיזא דיוסף איז געווען שרעקליך, די נקמה פון די בלוטדורשטיגע קליקע איז געווען אויפן העכסטן פארנעם. מען האט ר' שמואל אויבערלענדער ארויסגעפירט פון די סוכה מיטן תירוץ אז ער מאכט מאפעס מיט שרעקליכע אדרעסן, און ער איז א חוטא ומחטיא. ר' יוסף בראך האט גערופן די פאליציי און זיי אריינגעברענגט אין די סוכה אבער צום סוף האט די פאליציי ליידער ארויסגעפירט וועם דער משתמש האט געהייסן.

איך וועל צוקומען צו מיין פוינט ווייל איך קוק שוין אויס ווי "פעלשער פארמעגליך" וואס שרייבט און שרייבט און שטעלט זיך נישט אפ. וואס האט די אלע זאכן צו טוען מיט די סוכה, און מיט זילו?

ווי יעדער ווייסט מוטשעט זיך צענטראל קהל זיך מיט די סוכה פאר רבינו שליט"א היי יאר. מיט די "פישמאןס" האט מען שוין צוטוען איבער די רענט וואס קהל באצאלט נישט, און אודאי נישט גומר געווען דעם מקח אויף נייער בית המדרש הגדול, און דא דארף מען אויפשטעלן די גרעסטע סוכה אויף דער וועלט. אין הויף פון ביהמ"ד קען מען נישט ווייל פישמאן לאזט נישט. נעבן די תלמוד תורה בנין איז אביסל קאמפלעצירט ווייל מען דארף אפשפארן די גאס און דאס מיינט אז מען וועט נאכאמאל דארפן בויען די סוכה אום יום טוב ווייל פאר סוכות דארף מען דאך האבן די גאס. אבער דאס האט נאכנישט מיט זילא, וואס יא, די קהלה האט באשטעלט א טייערע סוכה מיט אלע פיטשעווקעס אזויווי עס פאסט פאר די גרעסטע, בעסטע און שענסטע קהלה אויף דער וועלט, עס קאסט פופציג אלפים. ר' יצחק ראזענבערג דער וויצע פרעזידענט איז יעצט נישט ביכולת צו געבן אזעלעכע סכומים, האט דער רבי געהייסן רעדן מיט ר' אלישע שמואל, אז די חברה קדישא זאל דאס צושטעלן. ר' אלישע האט צוגעזאגט אז ווי נאר עס וועלן פאלן אפאר נפטרים ווער ער אהינשטעלן דאס געלט.

ליידער האט דער פערלשטיין צובראכן דער גאנצער פלאן, און דער סוכה'לע האט נישט קיין בעל הבית.

פאריגע וואך פרייטאג איז הרב הגאון הצדיק עושה חסד למיליאנען ר' מרדכי אהרן מייזליש געווען אין קרית יואל אויף א ברית, און האט שטארק אראפגעריסן ר' אלישע אויף די מעשה פון די סוכה. ר' אלישע מיט זיין לשון לימודים האט אים געזאגט, איך האב דיין פעטער ר' ישראל האגער איבערגעקליגט ווען ער האט געוואלט זיך אריינמישן אין סאטמאר און איך וועל דיך אויך איבערקליגן. און אלע שותים בצמא את דברי חכמה, האבן זיך צושמייכלעט.

הרחמן הוא יקים לנו את סוכת אהרן.

ע"כ די הומאריסטישע טייל פון דעם מאמר. איצט וועלען מיר אנהייבען די כנאראלאגישע סדר פון די סוכות ימים טובים פון יאר תש"ס און ווייטער. איר וועט ליינען דא וויאזוי ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען צושטערט די הייליגע ימים טובים פאר לאנגע יארען, ביז עס איז ביי זיי געווארען א נארמאלקייט צו איבערדרייען בתי מדרשות ווען זיי קענען.

אין די איצטיגע צייט ערב סוכות תש"ע דרייען זיי ווייטער איבער א בית המדרש, דאס איז דער בית המדרש בבית רבינו הקדוש זי"ע אין קרית יואל, אויף וואס זיי האבען גע'חלומ'ט, איבערצונעמען מיט הילף פון א קארופטירטן אראנדש קאונטי ריכטער. אבער, ווי אלעמאל, האט דער אפעלאט געריכט אין ברוקלין, איבערגעדרייט דעם פסק פון דעם ריכטער אין אראנדזש קאונטי, און עס איז געבליבן אין די הענט פון די איצטיגע בעלי בתים. אבער ר' אהרן קען דאך נישט באקומען די ידיעה אז דער אפעלאט האט אפגעווארפען דעם אורטייל פון אראנדש קאונטי, האט דוד עקשטיין, אפגעהאקט די לעקטער פון די שול בבית רבינו, און די בחורים האבען ערב סוכות ביינאכט דורכגעפירט ראיאטען אין פארנט פון בית רבינו זי"ע, און מיט די נארישע שריט, איז ר' אהרן געווארען גאר העפי. נעבעך.

ב"ה אז מיר זענען ניצל געווארען פון ר' אהרן און זיין פארטיי. ב"ה אונזער רבי איז געזונט, און זאל ווייטער זיין געזונט און שטארק. ער האט נאך נישט געטון קיין איין שריט אויף וואס מיר האבען זיך געדארפט פארענטפערען. דער רבי איז א מתון, א עניו, א אויסגערופענער חכם און ער פירט אונז מיט זיין קלוגשאפט, מיט סייעתא דשמיא, מיט'ן שו"ע, מיט דרך ארץ אבער מער פון אלעם, מיט נארמאלקייט.

עס איז אונז א תפארת, א כבוד און א זכיה זיך מסתופף זיין בצילו כאטש מיר שרייבען נישט יעדע שורה, הגה"ק. עס עקלט אונז די נארישע בארימערייען. עס עקעלט אונז די נארישע פראפעגאנדע פון בילדער. עס עקלעט אונז דאס נאכמאכען יעדע משוגענע תנועה פון סיי וועלכען רבין. עס עקעלט אונז דאס פאלשקייט פון די פאלשע בכיות אויף גלות השכינה. עס עקעלט אונז יעדע זאך וואס האט צו טאן מיט ר' אהרן און זיינע "ילדים".

מיר זענען זייער שטאלץ מיט אונזער רבין. מיר זענען זייער שטאלץ מיט די פשטנות פון רבין ביי די טישן יעדע וואך. מיר זענען שטאלץ מיט אונזער רבין וויאזוי ער ריכט אפ די הייליגע הקפות, אן קיין נארישע געמאכטע תנועות וואס דארף געפעלען פאר די קליינע בחורלעך וואס לויפען ארום צו אלע הקפות פון יעדען רבין.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/10/2009 20:04 לינק ישיר 

רעדט און רעדט שטותים דמיונות איין ווארט קלעפט נישט מיטן צווייטן.

אזוי פיל יא איז כדאי צו דערמאנען

אז דער עוזיאל פערלשטיין ליגט שוין 7 וואכן באגראבען ווי אן עגלה ערופה אין פאלאק בעק יארד, צוזאמען מיטן נפל, און דערווייל האט זיך נאך קיינער נישט מרחם געווען אויף אים.

אזוי אויך האט זיך נאך קיינער נישט אראפ געשטעלט מיט א טישל נאך געלט דארט...

אזוי ווי שאול האט צוגעזאגט אין זיין דרשה אז אויף פאלאק לאט וועט ער יעדעם לאזן שטיין מיט א טישל נאך געלט...

איך מיין אז לבן פערלשטיין וועט מיזן האלטן נאך א דרשה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2009 22:51 לינק ישיר 


63,270 איז געווען די צאל ציפיות פאר איך האב דאס אריינגעפעיסט דא
65,489 איז די צאל יעצט 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/10/2009 23:43 לינק ישיר 

איך וויל מעורר זיין אונזער באליבטער מנהל. עס האבן זיך צוזאם גענומען א גרופע זאליס (זעליג'ל ודומה לו.. פארנומען מיט צפיות און נאך אזאנע שטותים..) וואס זייער גאנצער ציל איז נאר אראפצובצוברענגן דעם הויכן ניווא פונעם שטארק רעספעקטירטן פארום "כל העולם כולו" . (מוז ארויסגעברענגט ווערן, איך מיין חלילה נישט אונזער אלעמען בארימטער חבר "יעס ווי קען", וואס פארשאפט אונז כסדר א שמחת תמיד מיט זיינע אטעם פארכאפענדע פאקטן... כה לחי!). איך זאג אייך, איך ווייס ערשט האנטיגע אינפארמאציע אז די זאליס האבן זיך גענומען פאר א ציל צו מאכן דעם פארום "קינדיש און נאריש"... אויב לאזט מען דאס צו, וועט עס ביז א קורצע צייט אויסקוקן ווי זייער אחים אנחנו.... בשם אלע חברים און אונזערע טויזענטער שטענדיגע לייענער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2009 23:48 לינק ישיר 

הערות פאר'ן מנהל קומט אין אישי!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/10/2009 01:14 לינק ישיר 

זעליג כ'זעה די האסט וואס צו טוהן
זאג וויאזוי פילט זיך נאכען דריקען באלד 2000 מאל ריפרעש? די פינגער טוט דיר נישט וויי? לכאורה דארפסטו שוין זיין צוגעוואינט נאכ'ן עס טוהן פאר לאנגע וואכען אין ענקער פארום ביים בעקער פארמעגליך'ס אויבען.

סיי וויאזוי האלט איך האט ''קטונטי'' זייער א שטארקע פוינט,
אין אז די ווילסט רעדן קינדיש אין נעריש דאן רעדט צו קינדער אין נערנים, ביי ענקער פארום וועט מען דיך גערן אקצעפטירן, וואס די וועסט נאר באקען וועט מען דיר גלייבען, אפעגעזעהן צו עס האט אפי' פשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:46 לינק ישיר 

כ'וויל ענק פשוט געבן א דוגמא
דעם פארגאנגענע הו''ר האט איך געדארפט זיין ערגעץ אוועק
אין ווארטענדיג ערגעץ האבע איך געזיכט דא אויף היידפארק די נומ' ווי מ'קען מיטהאלטן די דרשה פין סאטמערע רבי'ן דורך א הוק אפ
זעה איך א אינטערסאנטער פונקט

אין היידפארק קען מען זעהן ביי הנצפים בשעה אחרונה, וועלכע פארום האט די מערסטע באזיכער, אין בדרך כלל איז אינזער פארום די צווייטע אויף די ליסט (נאך די צענטראלע בחדי חרדים), ציליב דעם וואס אינזערע אשכולות זענען בדרך כלל קראנט אין צו דער זאך.
אבער אינעם גרויסען טאג ''הושעה רבא'' האבען די זאלי'ס געהאט די ''מערסטע'' ציפיות.....

נו פארשטייט איר שוין וואס פאר פנים הו''ר האט ביי זיי ?
פארשטייט  איר שוין וואס פאר א פארום ''אחים אנחנו'' איז? ווער זענען אירע שרייבער אין ליינער?

זיי האבען דעם הייליגען טאג, דארט ווי זייער רבי האט עס, ליידער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.