בית פורומים כל העולם כולו

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/8/2009 22:07 לינק ישיר 

היינט איז א היסטארישער טאג און סאטמאר:

ביים לעבן, האבן מיר נישט קיין שום שייכות מיט די זאליס, מיר האבן אונזער אייגענע מוסדות, בתי מדרשים, מקוואות,קעמפ'ס אד''ג
אבער ביז היינט האבן מיר געמיזט ביים שטארבען זיין צוזאם,
היינט ב''ה, זענען מיר ענדליך באפרייט געווארען, פון די הולכי בג''ץ ניקעס, אפי נאכן שטארבען, זאל די נשמה פונעם נפטר רוען אויף איר פאסיג פלאטץ, אונטער די פליגלען פון די שכינה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:08 לינק ישיר 

משמשבקודש כתב:


עפעס שטימט נישט דא, ראש חודש מקדש זיין א בית החיים??????


די מסרבים לדין והולכי בערכאות רייסן אויס גאנצ'עטע סימנים פונעם שלחן ערוך, פונקט ביי דעם האסטו זיי געכאפט?

זיי וועלן טון אלעס אויף די וועלט אבי צו זיצן אין געריכט און ח"ו זיך נישט שטעלן צו דין תורה.

אוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה אז תלמידים פון רביה"ק זצוק"ל זענען אים אזוי מבזה קבל עולם ומלואו רח"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:17 לינק ישיר 

דער אמאליגער אשכול, וואו די לאט איז

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2603725&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:20 לינק ישיר 

באקומען אין אישית

פארהאנדלונגען אין פראסעס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:21 לינק ישיר 

פין אישי
:Strulowitz want Pay $50K, he Dont want his Eidem to be Korben Lazoozel will Not be Mekadish Bies Hachaim & Working on Shturie Brir



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:23 לינק ישיר 


דער רחמניות שאול האלט אומיטען אויף טאן פאר יודישקייט! אויפן בית החיים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:23 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:25 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:

דער רחמניות שאול האלט אומיטען אויף טאן פאר יודישקייט! אויפן בית החיים!


לייג עס איבער ביטע
מ'זעהט עס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:28 לינק ישיר 

אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

היינט אינדערפרי, דאנערשטאג פר' שופטים, א' דראש חודש אלול תשס"ט לפ"ק, האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה אז "ברוך דיין האמת", א גאר חשובער אינגערמאן מו"ה עזריאל (זילא) פערלשטיין ע"ה איז פרייצייטיג אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 40 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער און א ערשיטעטע אלמנה שתחי'.

די חברה קדישא דקהל יטב לב, וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן, דער מונטקאטשער חצוף, שאול פערלשטיין, וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער נפטר ר' עוזיאל ע"ה איז געווען אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין און מקבר זיין דעם נפטר אין בית החיים אין קרית יואל, אויף א מכובד'דיגן פלאץ, לפי כבודו.

נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער פונעם נפטר איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער סגן ראה"ק פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען ס'איז מתו מוטל לפניו און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די שבעה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד שאול פערלשטיין, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם רשע ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו המנוח ע"ה, אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

אויך דער חשובער שווער פונעם נפטר ע"ה, יבלח"ט הרבני הנגיד החשוב מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל, האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין מחותן שאול פערלשטיין ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן קינד, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה און הנהלת חברה קדישא, און נישט לאזן זיין חשובן איידעם ע"ה ווערן אפגעסטעמפלט לחרפה ולדראון עולם ביז תחיית המתים, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף שאול פערלשטיין וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס א בלוטיגער טאטע טוט צו א אייגן קינד!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז לייגן זיין אייגן קינד כדומם על פני השדה, אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע קומט צוריק פון ארגענטינע, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון איז פלוצים נפטר געווארן אין די שענסטע יארן ה"י, אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "נועם המדות" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמתו מוטל לפניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך היינט ר"ח אלול ביי יעדן, איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער איז זיין זון אזוי טראגיש אומגעקומען, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין זון קען גערן ווערן באגראבן אין בית החיים קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ערליכע חברה קדישא, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע "קבורה-געלט") צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א טאטע מיט א קינד? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע אלמנה און אירע אינגע יתומים, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן טאטן ע"ה, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:28 לינק ישיר 



באקומען נאך איינס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:40 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:40 לינק ישיר 
דא זעה וואו די נייע לאט איז וואס זיי האבן





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 22:42 לינק ישיר 

באקומען אין אישי.

פאליס איז אנגעקומען מיט אפישעלס פון די  טאון.
עפעס געפעכטן גייען אן ביי פאלאק'ס לאט.

ווער קען באשטעטיגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:43 לינק ישיר 

דער באקאנטער מסור יוסל וואלדמאן איז שוין אויפן שטח אינאיינעם מיט ר' יואליש מארגענשטערן און פירן אן מיט די פראסעס פון די קידוש בית החיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 22:49 לינק ישיר 

די זאלי'ס פראבירן מסביר צו זיין פארוואס דאס איז א געווינס פאר זיי...... פארמעגליך זיכט פרישע הסברים יעדע פאר מיניט, ער ארבעט שווער
(אז מ'דארף מסביר זיין.....)

ס'גייט עפעס נישט, נעמט מען זיך פארקויפן שקרים
כאילוי די בחורים פין ישיבה ווארפן שטיינער אין שרייען זיי נאך {א טיפיקעל זאלי נוסח}
שטייענדיג פינדערווייטענס, איז אויסגעצויגען א שמייכעל ביי אלע ציקוקער'ס, די מרי לב וואלטען ג'חלש'ט צו זאגען אז מ'ווארפט שטיינער.
אבער ב''ה בן פראדעל פירט אינז נישט, נאר ער פירט........... אבער דאס מאל אין וואנט אריין....

(פארגעסן צוצילייגען, באקומען אין אישי)

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 22:47:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext