|
|
| נשלח ב-20/8/2009 23:47 |
|
| |
ס'קומט מיר ממש צו לאכן ווען איך זע די זאליס שרייען אז ער איז געווען א מעמבער און גארנישט שולדיג אז זיין טאטע איז פארמישט אין פאליטיק.
אן די פאקט אז זיין טאטע איז די חי' וואס וואלט אלעס געקענט פארמיידן מיט "אביסל טינט פון א פעדער" כלשונו הקדוש, איז מיר פאני וויאזוי מקען איינרעדן פארן עולם געבראטענע שטותים נאר ווייל מענטשן וואס וואוינען נישט אין קר"י האבן אים נישט געקענט.
דער נפטר איז געווען א עסקן וואס האט געהאלפן היפש מענטשן, וכבודו במקומו מונח, אבער ער איז געווען פון די גרעסטע זאלי היץ קעפ אין קר"י, ער האט אנגעפירט אסאך שמוציגע שטיקלעך קעגן רבין און קעגן קהל, ער איז געשטאנען אונטער אסאך פראזשעקטס פון די זאליס.
יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג (נישט עפ"י תורה, באט אין אמעריקע), אבער ארבעטן אלע יארן קעגן קהל און נאכדעם קומען שרייען אז "איך בין א געהעריגע מעמבער" איז לעכערליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 23:51 |
|
| |
יעצט בייקומען א טעקסט פון אנש נייעס אז די זאליס האבן נאך נישט א פערמיט
ווער דארף זיי געבען די פערמיט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 23:56 |
|
| |
זייער לאט איז אין די טאון, די טאון דארף זיי געבען די פערמיט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 23:58 |
|
| |
עס האט מיט די ווילעדש אדער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 00:00 |
|
| |
איך הער אז דארט גייט א ליצי ליצנות, יעדער כאפט זיך פלעצער, זריאלע גליק וויל וויסן ווי דע רעבע גייט ליגן ווייל ער וויל ליגן לעבן רעבע, וואלי פרידמאן וויל ליגן לעבן ר שראל חיים מנשה, און זלמן לייב פיליפ וויל וויסן ווי ווייט סאיז פין זיין טאטע, אין יוסעלע וואלדמאן וויל ליגן לעבן שארמאשער, שלמה יאנקל וויל ליגן לעבן יודל וויינשטאק, הקיצור א עכטע פירום אינמיטן תשעה באב, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר במחנותינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 00:13 |
|
| |
איך וויל נישט פארדרייען די נושא, אבער איך וויל נאר וויסען, חיים שלום שפירא ליגט אין סאטמער?
ממ"נ אויב יא וואו קימט אז מען זאל לייגען איינער וואס איז נישט געווען קיין שומר שבת אין סאטמער, ליגט ער נישט אין סאטמער וואס איז עס אנדערש וואו די נייע זאלי ביה"ק, איך מיין ער איז נאך עני טיים אזוי נאנט צו די סאטמערע חלקה ווואו די נייע ביה"ק גייט זיין צו סאטמערע ביה"ח.
(בייגעלייגט א בילד פינעם מצבה פאר די אינגע דורות וואס געדענקען אים שוין נישטמ )
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 00:37 |
|
| |
אינדערצייט וואס דער טמא'נער צייטנוג דער איד איז געגאנגען צים דריק
אין די צייט איז ל"ע אוועק דער יונעגרמאן ואס זיין טאטע איז געווען דער גרעסטער מחוצף
אינדערציייט וואס די קארפטירטע זאלי דיינים זאלן זיין ביזי מיט ענטפערן שאלות איבער
כשר'ן כלים פין ווער ס'האט געהאט געהאט קרית יואל פלייש
זענען זיי ביזי מיטן כשר'ן א בית החיים
אין די צייט וואס די רבוש"ע האט זיי געווינקען מיט ביידע הענט ר"ח אלול אז זיי זאלן תשובה אין ארויס גיין פין קארט
לאכן זיי זיך זיך אויס אין זיי ווילן נישט גיין צי קיין דין תורה.
אינדערצייט וואס דער הדיוט קופץ בראש שאול פערלשטיין האט געזאגט אז ער האט 20 וועגן צוריק צי באקומען דעם בית החיים
איז ער געווען דער ערשטער צי קאפטעלירין אין זיך גיין צי פאללאק'ס בית הקברות
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 00:58 |
|
| |
איינער זאגט מיר אז שאול פערלשטיין איז געווען אין ארגעטינע פאר די זעלבע סיבה
פאר וואס די גאווערנער פין סאוט קארליינע איז דארט געווען אפאר וואכן צוריק
מיט אזעלכע רשעים קענען מען זיך נישט אויס רעכנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 01:02 |
|
| |
די מעשה איז אזוי, דער חיים שלום איז אן אייניקעל פין טשענסטעכאוויץ רב, ער איז ליידער אראפ פין וועג ער איז נישט געווען קיין שומר שבת, זיין מומע די רביצען ע"ה האט געברענגט איר טאטע'ן קיין נוי דזשערזי, און בשעתו האט מען געשמיעסט אז די רבי ז"ל האט געזאגט פאר חיים שלומ'ן אז טאמער ווערט ער א שומר שבת וועט ער קענען ליגען לעבען זיין זיידען, און אזוי איז טאקע געווען ער איז געווארען א בעל תשובה, א סך אירע געדענקען נאך זיכער וואו ער האט זיך אנגעפאנגען דרייען אין סאטמער יענע צייט.
למעשה מיט די צייט האט זיך די יצר הרע נישט אפגעשטעלט און געארבעט פלייסוג אויף אינזער חיים שלומ'ן, אזוי א לאנגע צייט איז ער נישט געווען קיין שומר שבת, מענטשען וואס זענען אפטע באזיכער אינעם נוי דזשערזי סאטמערע חלקה, האבען זיך זיכער אנגעשטויסען אין אים, עס איז געווען א ביסעל אויפאלענד וואו עס פלעגט אנקימען א קאר און א גוי אויסזענדער איז ארויסגעקימען מיט א בעזעם אין שאוועל אויפקערן די אוהל פינעם טשענסטעכאוויץער רב, ווען מען האט געזאגט קדיש האט ער ארויפגעלייגט זיין דזשעקעט אויפען קאפ אין גענטפערט אמן, עס האט אויסגעזען אויפאלענד פאר ווער עס האט עס אמאל באמערקט, די וואס זענען אמאל דארט געווען ביי די יאצייט מיטען רביצען, געדענקען נאך וואו ער פלעגט אוועקלויפען ווילדערהייט ווען ער האט נאר געזעהן, איך ווייס נישט די סיבה דערצו אבער אזוי איז געווען די פאקט, ער פלעגט א וועק לויפען זייער ווילד, איך האב עס מיטגעהאלטען עטליכע מאל.
אכלל וואו האלט איך נאר, יא ווען ער איז א וועק האט מען אים ניטש געוואלט לייגען אין סאטמער ווייל ער איז נישט געווען קיין שומר שבת, האט מען אים געלייגט לעבן די ראצפערטער רבי אינטערען סאטמערע חלקה.
איז מיין שאלה ליגט ער אין סאטמער אדער נישט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 01:14 |
|
| |
גייט מען באגראבען מסור יאשקע ביי די זאליס אדער ב"י?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 01:34 |
|
| |
אין קוברין רשע חמור אצל רשע קל. די שאלה איז נאר ווער ס'איז א גרעסערער רשע, דער וואס איז א מסור און איז מחלל שם שמים בפני כל העמים, אדער דער וואס שטיצט אים רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 01:48 |
|
| |
זאלן זיי מיטנעמען די צוויי כלבים אביגדור מיט יעקב נחמי'
צי פאלקאס לאט
וואלט איך זיי שיין באדאנקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 01:53 |
|
| |
איינער ווייסט וואס גייט פאר?
האבען זיי שוין א פערמיט?
האט מען שוין געענדיגט מקדש זיין?
ווען איז די לויה?
פון ווי גייט עס ארויס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 02:00 |
|
| |
יעצט האלב 7, ביי לי קארנער ראסס נעבן די סאטמארער בוטשער, האט זיך דער באקאנטער ויואל משה דריקער ערעב קישוואלי, צו ווילדעוועט אויף ר' שלמה שמש מיט קולי קולות שרייענדיג אז "זייט היטלער איז נאך נישט געווען אזא רוצח ווי די"..... עכלשק"ד תן לחכם ויחכם עוד!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 02:03 |
|
| |
אויף זייער צעטיל שטייט 6:00 אזייגער
|
|
|
|
|