בית פורומים כל העולם כולו

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2009 04:52 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין נערוון מגיב זיין אויף אלע לאקשן, איין זאך נאר.

שאול איז צעבראכן אויף שברי שברים, דער רבוש"ע זאל אים אודאי טרייסטן נאך דעם ביטערן טראגעדיע וואס האט יעדן אויפגעשוידערט.
טראץ זיין שרעקליכע מצב יעצט ל"ע (בשעה שמתו מוטל לפניו ווי מען רופט עס דא), און טראץ פארן לאנגע שעות פון בראזיל, האט ער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און נישט געלאזט די ארונים אים אויסנוצן צוליב זייער אינטערעסע. דאס מיינט אן אמת'ער מענטש.
ובלע המות לנצח.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2009 05:34 לינק ישיר 

OMG



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/8/2009 05:35 לינק ישיר 

ס'דא וואס זאגן אז שאול וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן, נאר זיין גייסטישן פירער האט אים מחזק געווען וואס פאר א מצוה גדולה וחשובה עס איז צו גיין אין גוי'אישן געריכט אן קיין שום הזמה און ח"ו צו האבן א היתר פון א אידישן בי"ד רח"ל, און דעם עון פלילי צו גיין רח"ל צו א אידישן בית דין.

זאל די גאנצע וועלט זעהן וואס פאר א חיות די סאטמערע זענען אזש ביז צו צווינגען א איד מיט געוואלד צו גיין צו דין תורה און רח"ל אויסרייסן דעם פסוק אין די תורה הקדושה "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם ולא לפני בית דין".

זאל די גאנצע וועלט זעהן אז אפילו ביים שטיין אינעם טאג פון א פלוצים'דיגן אומגליק ל"ע, שטייט מען ח"ו נישט אוועק קיין זוז כל שהו פון וואס די שלחן ערוך זאגט אויף איינעם וואס גייט צו דין תורה אז דאס איז הרמת יד בתורת. משה רח"ל.

מי יגלה עפר מעיניכם רבותינו הק' ווען ענקערע תלמידים וחסידים האלטן שוין אזוי ווייט אז מען לאזט נישט מקבר זיין, און מ'וויל דורך דעם צווינגען אידן צו גיין צו דין תורה רח"ל.

ווער האט געגלייבט אז אין תשס"ט, נאך אין חודש אלול, זאלן אידן שומרי תורה ומצוות פארלאנגן אפהאלטן א קבורה, און פארלאנגן צו גיין צו דין תורה?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 07:50 לינק ישיר 

איך ווינטש יעדן טאג פאר די זאליס אזעלכע געווינסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2009 09:11 לינק ישיר 

רבותי מען הייבט אהו צו בלאזען היינט שופר

סאיז א זמן פון תשובה ותיקון המדות

עורו ישנים מתרדמתכם 

נאך אזא שווערן טאג אריבער אויף חרידישען ציבור א טאטע פון א שטוב און קינדער אזוי פלוצינג אוועק געריסען 

וואס דער ווייטאג איז צופרי צו באשרייבען וואס וואלט גידארפט יעדען רעכטדענקגיקער מענש באנעמען און פארשטיין דעם וואנק פון הימעל ווען און וואס און פארוואס 

וואס פאר גיוואלטיגע הותעוררות תשובה אזא טראגעדיע וואלט גידארפט מיטברענגען מיט זיך און אוודאי די אלע גידאנקען פון חרטה און קבלה אויף להבא וואלט זיכער גיווען לטובת נשמתו 

ליידער מעשה שטן הצליח 

און דער טאג איז אדורך ליידער ווי עס איז א דורך בשעת די וויכטיגסטע מינוטין ווען די צובראכענע אלמנה מיט די יתומים האבן גילעכצט אויף אביסלו חיזוק און די צייט איז מען גיווען פארנומען מיט וואס מען איז ליידער גיווען פארנומען 

 

רבותי וועקט אייך אויף פון אייער שכרות מיר זענען אראפ פון זינען דער  יזכיר לו יום המיתה און אפילו מיתה זעלבסט מיינט היינט  גארנישט

 

מיר גייען דאווענען און א חודש ארום כרחם אב על בנים וואס דער מושג איז אויך צו פארהאנדלען

 

וויפיל איז דער שיעור




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 09:55 לינק ישיר 

בלומבערג די ביסט הינדערט פראצענט גערעכט
אבער פארגעס נישט איין נקידה.
 
היינט איז אוועק א יונגערמאן פלוצלים א געזינטער מענטש
דער טאטע פין דער יונגערמאן האט אנגעמאכט דעם גרעסטן חילול השם די לעצטע 60 יאר .

ער האט היינט ווען געקענט ארויס גיין פין קארט, אין אינטער שרייבן שטירי ברורין .

אנשטאט זיינע דיינים זאלן אים זאגן ס'איז געשעהן אזא צרה ל"ע עפעס מאנט מען הימעל
אפשר דארף מען גיין מי א דין תורה.

האבן די לאבצאוס דיינים געקומען צי פארן, אנגעברענגט א גאנצען טאג מקדש געווען א נייעם בית הקברות ( מאיר ראטה האט היינט געשריגן, מען וועט ווייזן די אהרוינים ביז איין יאר איז עס פיל )

אבי נישט ארויס צי גיין פין קארט

אזעלכע דיינים ווי ר' ישראל חיים מנשה ר' זלמן לייב פילעף ר' שלמה לייב וויינבערגער
האבן א רעכטן דין פין מינים אין אפיקרוסים זיי גלייבן נישט אין אית דין ואית דיין.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 11:00 לינק ישיר 

הערטס אויס ביי 6:50  ווי דער גנב ר' זלמן לייב שרייט מיט היסטערישע קולות
גזלנים חמסנים

די עם הארץ גיי זעץ דיך לערנען אין לאז אפ כלל ישראל





תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/08/2009 10:57:09




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 16:02 לינק ישיר 

ארגינעלער כתב:

בלומבערג די ביסט הינדערט פראצענט גערעכט
אבער פארגעס נישט איין נקידה.
 
היינט איז אוועק א יונגערמאן פלוצלים א געזינטער מענטש
דער טאטע פין דער יונגערמאן האט אנגעמאכט דעם גרעסטן חילול השם די לעצטע 60 יאר .

ער האט היינט ווען געקענט ארויס גיין פין קארט, אין אינטער שרייבן שטירי ברורין .

אנשטאט זיינע דיינים זאלן אים זאגן ס'איז געשעהן אזא צרה ל"ע עפעס מאנט מען הימעל
אפשר דארף מען גיין מי א דין תורה.

האבן די לאבצאוס דיינים געקומען צי פארן, אנגעברענגט א גאנצען טאג מקדש געווען א נייעם בית הקברות ( מאיר ראטה האט היינט געשריגן, מען וועט ווייזן די אהרוינים ביז איין יאר איז עס פיל )

אבי נישט ארויס צי גיין פין קארט

אזעלכע דיינים ווי ר' ישראל חיים מנשה ר' זלמן לייב פילעף ר' שלמה לייב וויינבערגער
האבן א רעכטן דין פין מינים אין אפיקרוסים זיי גלייבן נישט אין אית דין ואית דיין.

א.    פאר בערך 9 יאר צוריק זענען ענק אריין אין קארט אן קיין שום היתר בי"ד שבעולם! דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך ענקערע נאווארדיק.בית דין 
 
ב.  ענק ארויסגעפלויגן פון ערכאות בשן ועין מיט אלע ענקערע תביעות
 
ג.   אין אזא פאל איז מוסכם לכל הפוסקים אז אין נזקקין לו, דאס הייסט אז מ'זאל זיך נישט שטעלן צו דין תורה מיט אזא איינער וואס האט פארלוירן אין ערכאות אן א היתר בי"ד. (שרייען דין תורה נאכן פארלירן אין ערכאות איז א קאזאק הנגזל). ווילאנג ענק האבן געהאט אפילו א חלום צו געווינען אין קארט האבן ענק פון דין תורה נישט געוואלט הערן, יעצט נאכן דערלייגן אין קארט הייבן ענק אן שרייען דין תורה.  בארא פארק יכוח  קודם האט מען געשריגען סאיז ריליגע, קארט קען זיך נישט אריינמישען נאכדעם וואס די אפאלט קארט האט געזאגט  בלא מיט א אלף סאיז נישט ריליגע האבען ענק אנגעהויבען שרייען דין תורה..דין תורה.. אין יעצט וועל איך ענדיגען מיינע דברי ברכה פאר אינזער געטרייען ראש הקהל  ר שאול בשם כך הקהל הקודש די בכל אתר ואתר ואין מקודם ומאיחר..
 
קהל יטב לב דסאטמאר ווילאמסברג 
 קהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק 
 קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי
 קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל  
קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן 
קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים
קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק  
קהל יטב לב דסאטמאר אנטווערפען  
קהל יטב לב דסאטמאר מאנשעסטער  


 ==============================================
ה' עימך גיבר החיל וואס ערשט יעצט הייבט אן ארויס ציקימען וואס די כת מוסרים האבען געוואלט אז איר זאלט  אינטער שרייבען בשם אינזער קהילות אז מיר אלע ווארפען זיך אינטער רחמנה ליצלן..אינטער דעם....פירער..

 

ר' שאול איר האט געטאן וואס די תורה הייסט! מיט רשעים און מבזה מתים טאר מען נישט שטיין אין ווארט!

אדרבה: ר' שאול איר האט געוויזן אז ער האט געלייגט קהל'ס אינטערעסן פאר זיינע אייגענע, אפילו בשעה שמתו מוטל לפניו!

רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט אייך געשטעלט צו דינען די אינטערעסן פון די קהילה, און ב"ה איר זענט נישט מועיל בשליחותו!

ר' שאול, מיר האבן אייך אייביג געשעצט זעענדיג וואסערע חיצים ובליסטראות איר נעמט אריין אין זיך למען כבוד רבינו הקוה"ט זי"ע וחמען כבוד רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל ולהבחל"ח למען כבוד מרן רבינו שליט"א.

ועכשיו ביותר! יא, אנשי שלומינו האבן ב"ה גוטע רוקן האלטערס! איר האט געוויזן אז איר זענט א דוגמא וויאזוי א סאטמארער ראה"ק מוז זיך אהערשטעלן.
מיט איין ווארט וועלען מיר ענדיגען! ראש חודש אלול תשס'ט וועט אריינגיין אין די היסטערי, דער טאג וואס מען האט געראטעוועט סאטמאר....





 



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/08/2009 16:23:48




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 16:40 לינק ישיר 

איין זאך וויל איך נאר שאר מאכען מיט ענק ארוניםלך.., געט איבער פאר ענקערע חברה אז היינט איז די דעד ליין וואס ענק דארפען אריינגעבען ענקערע פעפירס וואזי איר האט געמאכט דעם טרענספער אופען בית החיים, אין מאך שאר אז די פעפירס זאל  בעסער זייו , גיט ווייל דאס איז ענקער לעצטע שאנס..אויב איר פארלירט דעס וועט מען לייגען ענקער געביין ביי די באוויסטע שארט קארטס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 17:29 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:

אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

היינט אינדערפרי, דאנערשטאג פר' שופטים, א' דראש חודש אלול תשס"ט לפ"ק, האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה אז "ברוך דיין האמת", א גאר חשובער אינגערמאן מו"ה עזריאל (זילא) פערלשטיין ע"ה איז פרייצייטיג אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 40 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער און א ערשיטעטע אלמנה שתחי'. די חברה קדישא דקהל יטב לב, וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן, דער מונטקאטשער חצוף, שאול פערלשטיין, וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער נפטר ר' עוזיאל ע"ה איז געווען אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין און מקבר זיין דעם נפטר אין בית החיים אין קרית יואל, אויף א מכובד'דיגן פלאץ, לפי כבודו.

נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער פונעם נפטר איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער סגן ראה"ק פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

פאר 5 יאר צירוק האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה
אז דער ברך משה זי'ע וועט נישט גיין צי זיין איר אייניקעלס חתונה
איבעבלייבענדיג אין שטוב מיט  די ציבראכענע און א ערשיטעטע רעבעצען שתחי'.

די ראשי קהילה דקהל יטב לב וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן  דער סאטמארן חצוף, ר' אהרן טייטעלביום וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער זין ר' מענדעלע איז אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין לאזען דעם גרויסען זיידע קימען צי די חתונה

 נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער בל שמחה איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער מנהיג פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען ס'איז מתו מוטל לפניו און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די שבעה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד שאול פערלשטיין, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם רשע ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו המנוח ע"ה, אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען א געהבענע מינוט מען מאכט חתונה דער ערשטער אייניקעל און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די חתונה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד ר' אהרן טייטעלביום, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם ...  ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו , אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:


"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


אויך דער חשובער שווער פונעם נפטר ע"ה, יבלח"ט הרבני הנגיד החשוב מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל, האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין מחותן שאול פערלשטיין ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן קינד, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה און הנהלת חברה קדישא, און נישט לאזן זיין חשובן איידעם ע"ה ווערן אפגעסטעמפלט לחרפה ולדראון עולם ביז תחיית המתים, אלעס צוליב:


"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!





 

אויך דער חשובער ברידער פונעם מנהיג, הרבני הנגיד החשוב מו"ה ליפא טייטעלביום , האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין ברידער ר' אהרן טייטעלביום ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן טאטע, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה , און נישט לאזן זיין חשובן טאטען דער ברך משה זצ''לזאל ווערן ללאג ולקלס, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף שאול פערלשטיין וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף ר' אהרן טייטעלביום וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

וואס א בלוטיגער טאטע טוט צו א אייגן קינד!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז לייגן זיין אייגן קינד כדומם על פני השדה, אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


וואס א בלוטיגער קינד טוט צו א אייגן טאטען!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז נישט לאזען זיין אייגען טאטען קימען צי די חתונה , אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע קומט צוריק פון ארגענטינע, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון איז פלוצים נפטר געווארן אין די שענסטע יארן ה"י, אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע איבערגעלעבט א קריג, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון מאכט חתונה א אייניקעל אין די שענסטע יארן , אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "נועם המדות" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמתו מוטל לפניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "טאשען שניידער" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמחות בניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך היינט ר"ח אלול ביי יעדן, איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך  איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער איז זיין זון אזוי טראגיש אומגעקומען, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין זון קען גערן ווערן באגראבן אין בית החיים קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!




דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער  זיין אייגענער טאטעוועט נישט קימען צי די חתונה, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין טאטע קען גערן קימען צי די חתונה קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

 

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ערליכע חברה קדישא, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


די ערליכע ראשי קהילה, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע "קבורה-געלט") צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע געלטער)צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א טאטע מיט א קינד? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א קינד מיט א טאטע? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע אלמנה און אירע אינגע יתומים, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן טאטן ע"ה, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!




 

זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע משפחה און די קהילה קדושה, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן רבין ז''ל, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע אין טאטע  ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/08/2009 17:41:59




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/8/2009 18:17 לינק ישיר 

דאס נעכטיגע טאג ר''ח אלול תשס''ט לפ''ק, איז געווען גאר א היסטארישער טאג,



1 עס האט זיך ארויסגעשטעלט וואס פארא ביליגע מענטשען די זאליס זענען, מיט זייער מס''נ זיך נישט צושטעלן צו די ד''ת, האבן זיי מצער געווען א נפטר מיט א גרויס חלק פון די משפחה,

דער נפטר ר' עזיאל ע''ה, איז געווען גאר א קליגע לייטישע יונגערמאן, ער האט בלי שום ספק נישט געוואלט זיין דער מתחיל פון די פאלאק סעמעטערי,

וואו אויך די משפחה פון זיין ווייב'ס זייט משפחת סטראלאוויטש, זענען זייער דערביטערט, אז זייערס א משפחה מיטגליד, איז געפאלען א קרבן, צו די טופשות און רשעות פון דעם שאול פערלשטיין,



2 די עיקר היסטארישער פאקט: אז ר' זלמניו גייט ב''ה נישט ליגען באוהל רבתינו הק' לבית סאטמאר, ער מיט זיין ר' יעקב בער, וועלן אי''ה ליגען און די נייע הערליכע ''פאלאק סעמעטערי''



אין מניחין צדיק  אצל רשע


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/08/2009 21:02:25

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2009 21:19 לינק ישיר 

כ'וויל נאר קלארשטעלן איין נקודה.
אזווי די זאלי'ס ווילן אראפנעמן די שמיץ טאפ מיט וואס זיי האבען זיך באגאסען,
ביים ווייזען פאר די גאנצע וועלט, אז זיי וועלן טוען אלעס אויף דער וועלט אז מ'זאל נישט גיין צו די''ת (ווי דער שופט אין ב''פ אין שוין מברר געווען בכתב, ליידער) אריינגערכנט די נעכטיגע פרשה, ווי דער טאטע פינעם נפטר, האט זיך נישט ציגעהערט די געבעטן פין די אלמנה אין יתומים פין די נפטר, אין געמאכט פין דעם נפטר שעיר לעזזאל, ה''י.

אין זיי פראבירן זיך צו פארענטפרן, אז וויבאלד מיר זענען שוין געווען אין קארט {בהכרח, ברשות בי''ד, נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, כידוע ''לכל''}, איז דא א דין פין אין נזקקין.

וויל איך זיי מציע זיין וואס הגר' ישראל דוד הארפענעס האט בשעתו מציע געווען:
שרייבט אינטער שטרי ברירון, אין די ערשטע זאך וועט מען דן זיין, די אלע זאכען אויב אין נזקקין איז בכלל דא שייך (ווייל אויב דער תובע באשטעגטיגט זיין היתר בי''ד איז נישטא די דין פין אין נזקקין), אין אויב רבינו שליט''א דארף חתמ'נן שטרי בירורין, וכו'
א נתבע קען נישט אפמאכען קיין הלכה, זאל עס די בי''ד המרוצה אפמאכען.

פארשטייט זיך! זיי שרייען נאך אלץ אין נזקקין..........
אזש, נעכטן האט דער בועט שוין אליין געשריגן ''גזלן חמסן''.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 21:30 לינק ישיר 

מה_טובו כתב:
זייער א צומישטע און א פילע טאג איז היינט פאראיבער,
ס'איז פארגעקומען אסאך געשעענישען וואס יעדעס איינס וואלט געדארפט באזונדער באהאנדלט ווערן.

כ'וועל אראפלייגען די געשעענישען און כ'וועל טרייען וויפיל איך קען און די צייט ערלויבט מיר מגיב צו זיין דערויף.
(כ'וועל טרייען צו זיין קורץ)

1- צום אלעם ערשטען האט זיך כלל ישראל היינט צופרי אויפגעוועקט צו א ביטערע בשורה אז ליידער איז א  אינגע טאטע פון א שטוב מיט קינדער און זיינע בעסטע יארען פארשניטען געווארען פון איין מינוט אויפן צווייטען.

די ווייטאג איז זייער גרויס אפגעזעהן ווער דער נפטר איז, נאכדערצו וואס מ'זאגט (כ'האב אים נישט געקענט) אז ער איז געווען אזא לב טוב און א פיינער איד איז זיכער א גרויסע אבידה.

2- די טאטע פונעם נפטר האט נישט געוואלט נאכגעבן א קלייניקייט ווי "אביסעל טינט פון א קליינעם פעדער" אז די לוי' זאל דורכגיין בשלום און שטילערהייט, נאר האט אנשטאט אויסגעוועלט די אנדערע וועג פון גאוה און ליצנות.

דעיס איז א זאך וואס דארף באהאנדלט ווערן, דא זעהט מען וואספארא ביליגער און פראסטער מענטש ער איז, זיין אייגענע זין'ס טויט וועט אים נישט רירען...
מיינע חושים באגרייפען דעיס נישט!

3- רז"ל איז געווען פערזענליך פארמישט און די גאנצע שערורי', ווי זייערע מענטשען האבען עס ליב אנצורופען "בפקודת רבינו שליט"א" פון זיין אכסני' אין ק"י איז פארגעקומען אלע מיטונגען פון זייער צד.

דוכט זיך מיר אז די צומות הגידין פראבלעם לאזט ער אנדערע זיך פארען דערמיט, נא.... איך פארשטיי אים... ער קען נאר קעיר נעמען דארט ווי ער האט זיין נועם המידות עקספערטיז.

4- דער מסור הידוע לשמצה וואס האט אנגערופען אונזער הייליגע רבי ז"ל און פראנט פון מיליאנען גוים "כומעיני" איז געווארען א גאנצע ש"ץ מ"ץ, דארט ווי ער האט זיך אמאל געשעמט צו שטיין דרייט ער זיך היינט אזוי ווי ביים טאטען אין ווייגארטען.

ווער האט זיך דאס אמאל געגלייבט? ווי אזוי קען מען אזאנס טון צו א טאטע א רשכבה"ג?

5- און דאס איז דאס וויכטיגסטע און דע פרייליכסטע.... דאס עפענען פון זייער נייע פאלאקס ביה"ח
היינט קען מען אויסשרייען א עמפטליכע ברוך שפטרני!!!

ס'איז ב"ה א פרייד פאר אלע אנ"ש,

זאליס.... קוקטס מיך נישט אן בייז.... כ'האב געזעהן אז ענק שרייען אז אונז שעלט מיר....
אבער וואס זאל איך אייך זאגען... ס'איז א גרויסע שמחה!!!! פון איין זייט טוט עס וויי אז ס'האט געדארפט פאסירען דורך אזא טראגישע פאסירונג, אבער אויב שוין פאסירט איז עס באמת א גרויסע שמחה!!!


כ'וועל אי"ה צוריקקומען באהאנדלען די נושאים ווען די צייט וועט ערלויבען


האסט עס זייער גיט צאמגענועמן:

די מערסטע וועט נומ' 2 בלייבן לדראון עולם
דאס איז א לעבעדיגע סעמפעל פין א זאלי
מאכען פין אין קינד, קוים נאך יציאת נשמה, א שעיר לעזזעל, נעבעך!
אלעס ווייל.......................... מ'פארלאנגט ''די''ת''................. ס'לאזט זיך נישט גלייבן...............
ב''ה, איך בין נישט געבוירן צו א זאלי'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 21:34 לינק ישיר 

עס איז געווען א רחמנות
אריינקומענדיג אין ראדני היינט אינדערפרי, זעה איך ווי עס זיצט זייער נייע שמש, פעלדמאן זיצט
פאר ''כופר נפש'', וועגן די בעקיארד בית החיים
וואס זאל איך ענק זאגען? די ליצנות האט געשריגן פין זיך, אפגערעדט אז ער געזיצען מיט די זעלבע פעקל סינגעל'ס וואס ער האט קוים ארויסגענומען פין די פישקע, נאר ווער עס האט זיך יא אפגעשטעלט, איז געווען מיט קללות וואס מיין פעדער איז נישט גענוג שמיציג עס נאכצושרייבען.
די אליין פילן שוין די זשואק פין זייער גאנצע בית דין כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 21:45 לינק ישיר 
פין פאללאק'ס בעקיארד



א קרבן פין מסירת נפש, פאר סירוב לדי''ת, ר''ל
תנצב''ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.