| נשלח ב-20/8/2009 20:54 |
|
| |
משה דוד רייסט אראפ אבראהאם אין דער איד
עס איז א חרפה אין א בושה אז מיר האלטן שוין אזוי נידעריג, די וואך אין דער איד איז דא א גאסט עדיטאריעל מיטן נאמען משה דוד נידערמאן ניטאמאל שעמט ער זיך אין ער שרייבט ארויס זיין נאמען, ווי מיט רשעות רייסט ער אראפ העסקן החשוב מו"ה אברהם יצחק אבראהאם הי"ו.
אלעס פאר אביסל שררה אין נקמה קעגען ר' אברהם יצחק פאר יארן ארבעטן פאר ציבור צי איז דאס מיט פראדשעקס אדער אין בעדפארד גארדענס ווי משה דוד אין געווען אין בעט מיט זיי אין קיינמאל דארט נישט געהאלפן א איד נאר זיך ציגעשטעלט קעגען די אידן, וכהנה וכהנה.
כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו יעצט נעמט משה דוד נקמה אין אים פארן העלפן אידן, ער ניצט אויס זיין פאער, דא איז די גרעסטע סימן וואס דער "עסקן לשם שמים" משה דוד מיינט אין על הכלל כולו יצא.
עס איז שוין העכסט צייט צי זאגן פארן מלאך המשחית הרף נעם אראפ דיינע טמאנע לאבעצעס פין וויליאמסבורג, הער אויף צי בארויבען אין באגנבענן וויליאמסבורג, אין הער אויף פאר דיינע אייגענע אינטעסען צי חרוב מאכן וויליאמסבורג, אין אראפרייסן עסקנים וואס טוהן פאר וויליאמסבורג לשם שמים.
ישראל כשהן יורדין יורדין עד וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 21:26 |
|
| |
כ'קען נישט גלייבן ווי שמיציג דער מענטש קען זיך אויפפירן, היינט האט ער אריינגלייגט דעם שמיציגען בריוו, קעגן דעם היימישען קאנדידאט, אינעם דבר יום ביומו {וואס איז דער אכסניא פאר זייערע פאשקעווילן (אפי' די וואס דער איד נעמט נישט אן) זאל עס זיין קעגן הגאון הגדול רבי אליקום שלעזיגער אדער קעגן סיי ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די זאלי'ס}, ווי ער רייסט אים אראפ, שמיציג אין נידריג.
איין זאך האב איך הנאה, אז דער מענטש הייבט אן אויפצידעקן זיין שמיציגען פרצוף, ווען די לעצטע שטיק צייט האט ער פראבירט זיך אהערצושטעלן ווי א אימשלידיגע שור תם, אין האט נישט געוויסט וואס מ'וויל פין זיין לעבן האבען...... (די רשעות פין די יו זשעי או קליקע פארדינט א באזינדערע אשכול), ווען איינער וואס לויפט קעגן זיין באליבטער גוי, רייסט ער אים אראפ,
כדי ער זאל זיך נישט דארפן פארענטערפן אויף זיין שמיציגע אקט פין אינדארסירן א פאלנער גוי ווען ער לויפט קעגן א היימישער יוד, וואס איז אגב דער איינציגסטער קאנדידאט וואס שטיצט נישט קיין חוקי תואיבה.
שעם דיך! טראגסט דעם פנים ווי דיין רבי, וואס שרייט גזלנים חמסנים ווען איין'ס פין זיינע פילע גניבות איז דורכגעפאלען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 21:51 |
|
| |
זעט אויס אז דער משה דוד בהאי פחדא כי יתיב, ער ציטערט אז א צווייטער יוד ווען אריין קימען און פאליטישע וועלט, און ער וועט אויפטאן, און עס וועט זיך ארויסשטעלן אז מען קען אויפטאן, פאר די וואוילזיין פון די ווילאמסבורגער אנוואוינער,
נישט אזוי ווי ער וואס חוץ צו זאם נעמען חתימות וועגן מציצה בפה איז עס דערנאך ניצען פאר זיינע שמיציגע אונטערעסען, און רעדען אויפן טעלעפן ברבים שמיני עצרת, צו די פאליציי, אז זיי זאלען לאזען זלמניו און ראדני, אונטערסירט אים נישט גארנישט!!1
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 03:42 |
|
| |
משה דוד'ס גאנצע פשעטיל איז אז אבראהאם רעדט קעגן מעיאר ער האט פארגעסן ווי ער האט גערעדט און זיך גערייצט פאר מיליאנען גוים ווען די מעיאר האט איהם געבעטן די שטיצע פאר סקוואדראן http://www.nydailynews.com/news/2008/09/07/2008-09-07_hasidic_battle_brews_over_state_senate_p.html
Zalman supporters are gambling that the mayor's potential bid to
change term limits and seek a third term will fizzle, said one Jewish
political operative.
"Honestly, Bloomberg's disappearing, Vito's not," the operative said. "Who would you choose?"
The Zalman faction is still angry at the mayor after the city Health
Department got involved in a ritual Hasidic circumcision procedure
deemed risky to the child's health.
And it was infuriated when a nonprofit it supports, the United
Jewish Organizations of Williamsburg, lost $150,000 worth of City
Council funding in the fiscal 2009 city budget.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 03:59 |
|
| |
דא http://www.nysun.com/foreign/lawmaker-meets-jewish-officials-over-destroyed/60479/ קוק וואו משה דוד רייצט זיך מיט א גאנצן פאלק וועגן שפאניע וואס יעצט ווייסט שוין יעדער אז איס איז געווען בלויז "פאליטיק" ער איז מסביר פאר די פרעסע אז די שפאנישע רעגירונג איז שולדיג ווייל זיי האבן געמאכט 500 אדער 600 יאר צוריק א אינקוויזיצע "געהעריג התגרות באומות"
"These people suffered 500 to 600 years ago and now they are again
feeling pain from the descendants of those who once persecuted them,"
Rabbi Niederman said.
וואס האט דער היינטיגער גוי מיט 600 יאר צוריק אז ער זאל זיי באשילדיגן ? זיי זענען א אנשטענדיגע פאלק היינט זיי האבן דאס נישט געטוען במזיד , נאר וואס דען ער האט געוואוסט אז דאס וועט ארויפברענגן די מיטל "פונקט ווי די ציונים" ! ער שעמט זיך נישט צו שרייבן אז אבראהאם איז כנגד די עסקנישע געשטעל? ווער איז, ער איז יא? פארשעמען און מבזה א צווייטען איד ברבים ?! וואו האט ער דאס געלערנט? ער שרייבט און זיינע שטותים אז וויטא לאפעס האט זיך איבערגעבעטן, אזאנע שטותים ווער עס קען פאליטיק אבער פאר וואס מאכט ער גרינגער שלום מיט א פארשאלטענעם פארהאסטן גוי וואו מיט א סאטמארן איד?! דאס לעצטע פראגע ענטפערס אלעס זיין גאנצן מהות, זיין גאנצע הלוך ילך איינער דארף איהם און פלעין שפראך זאגן , רעב איד יא אבראהאם נישט אבראהאם, עס איז דא א תורה ! א איד פירט זיך ע"פ שלחן ערוך מען ווערט נישט פארלוירן פון פאליטיק, ממש מען קען שטוינען וואו א איד שרייבט אויף א צווייטן איד אראפגעריסן פערזענליך פאר איין סיבה ווייל ער לויפט און וואלן ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 05:03 |
|
| |
איך בין מודה אז משה דוד נידערמאן איז יענער סוחר און איז נאר דא אנצופילן זיינע אייגענע טאשן און האט אלעמאל אויסגענוצט פאליטיקס רייך צו ווערן אויפן חשבון פון עולם און איך קען עדות זאגן אז רוב זאליס האלטען אויך אזוי שטילערהייט נאר פאליטיש דארפן זיי זאגן אנדערש
אבער דער אבראהאם עטץ זאלטץ מיך מוחל זיין ער האט נאך קיינמאל גארנישט געטון פאר וויליאמסבורג, ער איז א פלעינער משיגענער וואס האלט זיך שוין יארען פאר די ספאקסמען פון ווילימאסבורג אן וואס איינער זאל אים אויפגענומען. ער האט זייער מיאס אויפגעפירט ביי די באקאנטע פרשה מיט די ווייבל און די קארס היטשעס אויף ב"פ, און איינציגע סיבה פאר זיין לויפען איז די זעלבע ווי משה דודס האקען אויף אים - געלט געלט געלט
איך גלייב אז רוב ארונים (נישט די באצאלטע) האלטען אויך אזוי נאר זיי מיזען ארויסגיין קעגן נידערמאן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 05:36 |
|
| |
וואס האט נידערמאן דערלוויערט פאר וויליאמסבורג, ערנסט גערעדט
קענען מען פאניטן אויף איין הינזיכט וואס ער האט עדרלוויערט, א חוץ וואס ער איז א זאלי אין גערעדט שמיני עצרת אינדרפרי אויפן טעלפאן אויף בעדפארד עוו אויפן גאס.
תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 02/09/2009 6:02:47
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 15:58 |
|
| |
איך זעה גארנישט ראנג אין דעם ארטיקעל פין ר' משה דוד, ער ברענגט ארויס א שטארקע פוינט, ער רייסט אים נישט סתם אראפ, אונז ווייסן מיר אללע אז אבראהאם איז זייער רעדיקעל און אייביג מיט שטעך ווערטער פאר יעדן ווען מען דארף עפעס אויפטוען.ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע מעשה פונעם עלעוועיטער איז ער ארויס געקומען מיט א העסליכער אטאקע קעגן די הואזינג אט. וואס וואלט געקענט געזאגט ווערן אויף אן אנדערען אויפען וכהנה וכהנה.
עטס שרייטס "משה דוד האט געטוען די זעלבע" למעשה לויפט נישט משה דוד פאר קיין שום אמט, איינער וואס לויפט דארף זיך אויפפירען נארמאל, נישט ווי שארפטאן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2009 19:27 |
|
| |
חיים חיקל, די זעהסט בכלל א בריוו?
סתם גיין אין באשמיצען א צווייטען יוד אין אים אזוי ביליג אראפרייסען ווייל ער לויפט קעגן די גויאשע תואיבה'דיגען פרייינד?
כ'פארשטיי ביי ענק איז דאס א נארמאלע זאך.
גיי אריין אין ראדני, אלע ווענט זענען באהאנגען מיט פאשקעווילען קעגן די חברה קדישא, נאר ענקער דורכגעפאלענע ר''ח אלול.
ווארפן פאשקעווילן אין באמיצען מענטשן איז פין ענקער עלטסטע מיטלען.
א נארמאלער מענטש זעהט יא פין דעם אימשילדיגען בריוו פין דעם אימשילדיגען שרייבער ווער מד''נ איז!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2009 01:16 |
|
| |
איינער האט אפגעשטעלט משה דוד און געפרעגט ממה נפשך, די שרייבסט אז אבראהאם איז גארנישט, און די זעלבע צייט רייסט איהם אראפ פערזענליך ככל הגוים אויב ער איז גארנישט וואס נעמסטו די מי אפילו צו שרייבן ? אלא מאי ער איז יא, און די האסט מורא
|
|
|
|
|