עזריאל גליק VS. סופרעמעסי
סאיז א גוטע סימן אז קיינער דא האט נישט גערעדט פון זייער אויסגעשפילטע שבת און סעודת הילולא אנפאנג וואך. פאקטיש האט כמעט קיינער אין קר"י נישט גערעדט דערפון, און סצייגט ווי שטארק אי רעלעווענט די זאלי קאמפעני איז געווארן דא אין קרית יואל ב"ה.
פאר ווער סאיז נאך יא נייגעריג וועט מסתם זיין אינטערסאנט צו וויסן אז נישט נאר פאר די אהרונים האט נישט אינטערסירט רז"לס שבת, נאר אפילו פאר די זאליס האט עס נישט אינטערסירט, גאנץ שבת איז דארט געווען ארום הונדערט שטריימלעך (זילו פערלשטיין ע"ה צווישן זיי), נאר פרייטיג צו נאכטס איז געווען אביסעל מער, די איבעריגע איז אלעס געווען בחורים (כהאב אליין געזען משה לייב דייטש קימען זיך שלעפן שבת נאכען טשאלענט צו די סאסמאן שול, ווען מהאט נאך דארט מסתם געהאלטען אינמיטען ליינען).
וואס איז יא פאני אז קיינער האט נישט גערעדט, עזריאל גליק האט זיך עמטליך אויפגעשטעלט ביי זייער יארצייט סעודה אראפרייסען סופרעמעסי! ער האט נישט דערמאנט קיין נאמען, אבער געזאגט אז "מזאגט אז גיין אין רבין ז"לס דרכים איז עבודה זרה" און נאך אזעלכע שטותים און געבעקסען כדרכו בקודש.
סאיז א באקאנטע זאך אז עזריאלע זיצט א גאנצען טאג אין סאסמאן און ליינט דארט בעיון פארמעגליכס ארטיקלען, וואס לא בחנם מצא בעקער את בעקער, כהאב מיך אויך אליינס פארגעשטעלט אז ער ליינט בעיון סופרעמעסיס ארטיקלען, פונקט ווי איך בין הונדערט פראצענט אז רז"ל אליין האט עס דורכגעליינט, אבער כמיין סאיז די ערשטע מאל וואס א אפישעל מענטש שטעלט זיך אויף ביי א אפישעל פארטי אראפצורייסען א היידפארק ארטיקעל.
ביי די וועי וויל איך מיט דעם ווייזען פאר סופרעמעסי ווי שטארק זיינע ארטיקעלן קומען אן, און אים בעטן פון דא ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אין אויפדעקן זייער פינסטערען פרצוף!
 |
|
|