|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:12 |
|
| |
איך האלט אז מען דארף רעדן דערפין
אבער !
אן קיין נעמען סוף כל סוף קען זיין די יודען האבן שוין תשובה געטיען
אין ס'זאל נישט אויס קוקן ח"ו ווי א מתכבד בקלון חבירו, אין ס'שטייט בנפול אביך אל תשמח.
יעדענפאל דארף מען שטייט ווייט פין מחלקות ס'האט נאך קיינמאל קיין גוט'ס נישט געברענגט
חכמים הזהרו בדבריכם ומעשיכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:42 |
|
| |
דעס מיינט ובני קרח לא מתו.
מען זעט מיט די אייגענע אויגן די עונשין, אין מען מען גייט ווייטער אן מיט די מחלקות
ס'איז ליידער דא יודען מזרע עמלק וואס האבן אינטערס אין די מחלוקה אין זיי וועלן פארדראגן די זאליס אן צי גיין ווייטער מיט די מחלוקה
שלם ישלם המבעיר את הבעירה
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 23:04 |
|
| |
איך פארשטיי בנפול אביך אל תשמח.
אבער וואס טוט זיך מיט'ן באבוד רשעים רנה???
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 23:20 |
|
| |
איך קען שוין קוים ווארטן אויף מנשה פילאפ'ס ארטיקעל די וואך
וואס ער איז געווענדליך א עקספערט אויף די סארט צרות ל"ע
ער האט אויך געוואסט צי זאגן פארוואס ס'איז דא די שוויין פלו וכו.
בדרך אגב האב איך געהערט א שוידערליכע מעשה אז שאול פערלשטיינ'ס ווייב האט לעצטענס געזאגט ביי די בר מצוה פין דעם מסור מענדל שווימער פין ב"פ
ווייל מענדל שווימער'ס ווייב איז געווען זייער צי בראכן אז מען איז געגאנגען אין קארט
האט שאול'ס ווייב ( א לעפקא ) איר בארוגיט אין געזאגט, קיינער איז נאכנישט געשטארבן פין גיין אין קארט ממילא איז נישט דא וואס מורא צי האבן רח"ל.
געהעריג דברי כפירה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 03:05 |
|
| |
ס'איז מיר ברור ס'איז דא מענטשן ביי די זאליס וואס טראכן אז מען דארף אויף הערן די מחלוקה
מען זעהט די ביטערע שטראפן מיט די אייגענע אויגן
זאכן וואס זענען חוץ לדרך בטבע, ממש פין א בחינה פין אם בריאה יברא השם ישמרנו ויצלנו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 05:26 |
|
| |
איך וואלט געזאגט, ווען איר ווילט קויפען עפעס א עסענווארג אין איר האט נאר 1% חשש אויפן הכשר דעמאלט וואלט איר דאס איבערגעלאזט אין געקויפט עפעס אנדערש, גערעכט?
זעלבע דא, קיינער ווייסט נישט דא 100% ווייל למאשעל א זאלי האט אזוי פיינט ר' אהרן אז ער איז טאנעל וויזשאן אין ער קען נישט גלייבען אין זען די גאנצע פיקטשער דא, אבער אז מען קען טרכטען 1% אז מען שפילט זיך מיט פייער, מיין איך וואלט זיך געלוינט ארויס גיין פין קארט אין צי גיין צי דין תורה,
עס איז איין פראבלעם דאס הייסט "איגוא" די גאווה לאזט נישט, everybody wants to look like a winner
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 06:07 |
|
| |
ארגינעלער טייערער קוק וואס עס איז אנגעקומען !
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2676566&forum_id=20420
איך בין א ארוני פונקט ווי די אבער איך בין א איד.
וויאזוי האסטו אזעלעכע ברייטע פלייצעס???? די האלטסט באמת אז פאר דעם אשכול וועסטו באקומען שכר ? די האסט יעצט א ליסט מיט משפחות איבערצובעטן .אויף אלע לשה"ר מיט רכילות וואס דע אשכול אין די אחים אנחנו אשכול ברענגט.... לאמיר זאגען אז די ביסט א עלטער עלטער זיידע פין 108 יאר - מיט אלע קינדער אין אייניקלעך חתונה געמאכט - מיט די שענסטע שידוכים - אין די ביסט רייכער פין קרח - אין די זיצט שוין ריטייערט אין פלארידע ווארטנדיג פאר דיין טויט : גלייבסטו נישט אז אויף יענע וועלט וועסטו באצאלען פארדעם ???
על אחת כמה וכמה ביסט א אינגערמאן א טאטע פין קינדער די ווייסט וואס עס קען נאך זיין ? שעם דיך אין שעמען מעגן זיך אלע וואס האב דא געשריבען אין נישט מוחה געווען !
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 06:26 |
|
| |
אריגינעלער טייערער וכל המשתתפים כאן. אויב פלוני און אלמוני זענען באשטראפט דעווארן וועגן זייער זייט פון די מחלוקת ווייס איך נישט, אבער עס קען זיין. אלזא גייסטו יעצט העצן מחלוקת און זיך נישט אפלערנען?
געדענקט! אפגעזען פון ווער ס'איז גערעכט, מחלוקת בלייבט מחלוקת!
און איך בין מיך מצטרף צו די וואס פארלאנגען מ'זאל אפמעקן דעם אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 06:36 |
|
| |
גם אני רוצה להמנות בין אלו
גענוג גערעדט (בארעדט) איך האלט אז עס איז גענוג געווען, איך ליין אלע תגובות און עס איז הארצרייסענד די פרשה. אלע אשכולות וואס דערמאנען דעם נפטר ע"ה (איך האב עס נישט געשריבען בטעות) זאלען אויסגעמעקט ווערן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 15:19 |
|
| |
איך האב נישט געשריבן קיין נעמען איך האב סך הכל געזאגט א פאקט וואס איז אנגענימען דורות
רואה אדם שיסורים באין עליו יפשפש במעשיו
מען האט אלע דורות געוואסט אז מחלקות אין בפרט זיך קריגן מיט א מרא דאתרא איז געפערליך
עפנעטס אויף אלע מעשה ביכעלך איז עס פיל פין די סארט געשעהניש
אין דעס וואס די זאליס שרייבן נעמען מיט ציגעקאצטע מעשיות ( איך וואלט געקענט שרייבן איבער 100 נעמען פין זייערע דיינים מיט ראשי קהיליה אויב איך וויך וויל ווען )
1) זיי זענען געמיינע אןי הארצלאזע מענטשן פארדעם טיען זיי עס
2) זיי האבן מורא אז ס'וועט זיך אריין כאפט א הירור תשובה ספינען זיי אז ס'איז א מוקרה
אין מען מיינט גארנישט פין הימעל ער איז סתם אזוי נישט אויף געשטאנען .
ער איז געווען א טייערער יונגערמאן אבער מחלקות הרג'ט טובים ורעים
בקרובי אקדש
סך הכל שרייב איך וואס יעדער זעט אין טראכט אין מען האט געוואסט אלע דורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 15:38 |
|
| |
די פאוסט ווייזט ארויס די טיפיקל אראגאנץ פון די ארונים, אז אלעס קומט זיי, און דער אנדערער צד איז דער אומזונסטער בעל מחלוקה, וואס קריגט זיך נאר לשם מחלוקות, עס האט פאסירט א געפערליכער טראגעדיע, וואלט יעדער און אזא צייט זיך געדארפט אויפפירן לפנים משרות הדין און ארויס ווייזן סענסעטיווטי, און נישט פראבירן צו פראפיטן פון א טראגעדיע, אזוי ווי אידן רחמנים בני רחמנים, דארפן זיך אויף פירן און אזא צייט. אנשטאט פראבירט יעדער ארויס צו נעמען די מערעסטע וואס ער קען, א חרפה און בושה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 18:09 |
|
| |
איך האב נישט געוואלט שרייבען אין די אשכול, און איך האלט אויך ווי טאטלע אז נישט אלעס וואס מ'טראכט דארף מען שרייבען, נאך מער ווילאנג מען האט נישט געשריבען דערפון גלייב איך אז א גרויס חלק פון זיי האבען אויך אזוי געטראכט, נאר יעצט אז מ'שרייבט דערפון הייבען זיי אן צו פארענטפערען און באראיגען זייער גילטי פילינגס
אבער איך זעה עס איז דא וואס באשילדיגען די אהרונים היתכן צו זענען זיי דען אין הימעל?
וויל איך נאר זאגען אז די זאליס זענען אויך נישט אין הימעל און פונדעסטוועגען דאך האבען זיי זיך נישט געשעמט אפי' צו שרייבען אין די איד פארוואס יענעמס צרה איז געקומען.
צום שליס רבותי טשעפענען א צווייטען נישט נאר א מרא דאתרא איז זייער הארב, און מען זעיט היינט בחוש מענטשען וואס האבען געטשעפעט א מלמד אלס אינגעל אדער אפי' נאר א צווייטע קינד האבען געהאט צרות יארען שפעטער, און ווי נאר זיי האבען געבעטען מחילה פון די באטרעפענדע איז זיי לייכטער געווארען, איך האב אפי' אמאל אליינס געזעהן ווי א מלמד האט געבעטען מחילה יארען שפעטער פון א תלמיד, ווייל ער האט חושש געווען אז אפשר ליידט ער היינט צילוב א מעשה וואס עס פארגעקומען יארען פריער ווען דער תלמיד איז נאך געווען א אינגעל
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 18:57 |
|
| |
איך מיין אז אונז דארפן נישט מאכען די קאלקעלאציעס! 2 טריקענע פאקטען:
1 אז נישט יעקל כהנא, נישט אברהם בער יאקאבאוויטש, נישט אברהם מאיר רייך, נישט ספרא שפילמאן, אד''ג האבן זיך אויף געשטעלט און אלטען ביהמ''ד אויף ראדני, סמוך ונראה צום הייליגעם מקום וואו רבינו הקוה''ט זי''ע ומ''מ כ''ק רבינו הברך משה זי''ע האבן שופך שיח געווען צעדנליגע יארען, און באמבאסטיש עקלערט, מיט א בלעכענע פנים, אן קיין טראפ בישה, אדער ערנווירדע, אז דעת בית החיים באלאנגט פאר די זאליס, אחד היה דער מינטקאשער עזות פנים, מיט די שיינע ווייסע איינגעדרייטע בארדע, שאול יחזקאל פערלשטיין וואס האט פאקאלאמירט פאר זיינע פארצווייפעלטע זאלי קאלעגעס אז ''אלעס בלייבט ביים אלטען''!
2 מען האט נישט געמאכט די גרענד אויפענינג, אויף די נייע פאלאק'ס סעמעטערי נישט מיט יעקב יואל באנדא, נישט מיט וויגדור זעכרונעעליבראאאכעעעעעע, אד''ג
דער ערשטער וואס האט געמיזט אוועק לייגען דאס געביין פון זיין פארשטארבען קינד כדומן על פני הפארקינג לאט, מיט א ניפלע און דער זייט, איז געווען דער זעלביגער מינטקאשער עזות פנים, מיט די שיינע ווייסע איינגעדרייטע בארדע, שאול יחזקאל פערלשטיין וואס האט פאקאלאמירט פאר זיינע פארצווייפעלטע זאלי קאלעגעס אז ''אלעס בלייבט ביים אלטען''!
קאלקאלאציעס זאל יעדער מאכען ביי זיך און מוח, מען דראף עס נישט אראפלייגען אויפן פאפיר ברחל בתך הקטנה!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 03:08 |
|
| |
גם אני מצטרף, אז מען זאל אראפנעמען די אלע נעמען וואס די "אלס ווייסערס" האבן געשריבן פון ביידע זייטן, ביי יעדע אומגליק דארף יעדער תשובה טון, ובפרט ווען עס בארירט אין הארץ, ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים אז ווען דער באשעפער ברענגט א אומגליק איז עס אויסגערעכנט אלע מענטשן ארום וועם ס'זאל בארירן כדי זיי זאלן תשובה טון.
און אונזער פאל האט עס קלאר בארירט אויך אונזער לאגער, און יעדער דארף תשובה טון.
מיינע ווערטער זענען יעצט געצילט צו אידן וואס פרובירן צו גיין אין וואנט אריין, און ווייסן קלאר - פארוואס יא ווייסן זיי נישט אבער - פארוואס דאס איז זיכער נישט געקומען, פארן טשעפענען א מרא דאתרא זיכער נישט, והראי' וכו' וכו'.
כאפט א בליק אין דברי תורה פון הייליגן מונקאטשער רב ז"ל אין מהדורא תניינא אות לח, ברענגט ער מורא'דיגע ווערטער פון הייליגן דברי חיים.
שטייט אין פרשת קרח, משה רבינו האט געזאגט, אם כמות כל האדם ימותון אלו וכו' לא ה' שלחני, ואם בריאה יברא ה' וכו' וידעתם כי נאצו האנשים האלה את ה', איז שווער אויב "לא ה' שלחני" פארוואס קומט זיך זיי מיתה, די בעלי מחלוקה זענען דאך גערעכט.
זאגט דער הייליגער דברי חיים, אויב קריגט מען אויף א מרא דאתרא, אפילו אויב דער מרא דאתרא איז נישט גערעכט, ווער ס'קריגט אויף אים, יהי' מי שיהי' ובאיזה אופן שיהי' בעל כרחך וועט ער האבן א מפלה און א עונש מיתה ר"ל.
דער חילוק איז נאר, אויב איז דער מרא דאתרא נישט גערעכט, וועט אויך דער בעל מחלוקת שטארבן, נאר כדרך העולם על מטתו, און פארדעם זאגט ער כמות כל האדם ימותון, דעמאלט לא ה' שלחני, און איך בין נישט גערעכט, אבער אם בריאה יברא ה' ופצתה האדמה את פי', דעמאלטס - האט משה רבינו געזאגט - זאלט איר וויסן אז איך בין יא גערעכט. ע"כ דברי קדשו.
מורי ורבותי, די הייליגע ווערטער דארפן נישט קיין פירושים, און איך וועל מיר האלטן מיט א גדר נישט מסביר זיין אונזער פאל, אבער דבריו בוערים כגחלי אש.
איך וויל נאר קורץ ענטפערן - הנלע"ד - פאר די אלע וואס צייגן אן, קוק ער און דער האט נאך גארנישט פאסירט, ס'איז באקאנט וואס שטייט אין ספרים, אז פאר רשעים באצאלט דער באשעפער אויף די וועלט זיין שכר און אויף יענע וועלט גייט ער אין שאול תחתית, און פארקערט איינער וואס פירט זיך ערליך און פארדינט זיין שכר באקומט זיין עונש אויף די וועלט אין שכר אויף יענע וועלט.
ווי אלע זאגן איז דער נפטר געווען א געוואלדיגע בעל חסד און וואוילער מענטש, ביז... ווען ס'איז געקומען צו די ענינים, עכ"פ אלעס וואס האט אים פאסירט איז אוודאי א כפרה, און אויף יענע וועלט ימצא מנוחה נכונה.
און פרעגט מיר נישט אויף די אלע - וואס רביה"ק בעל ברך משה האט זיי געוואונטשן א מיאוסן סוף - פארוואס ס'גייט זיי גוט, ווייל איך בין זיי נישט מקנא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:20 |
|
| |
ירא הקהל וישפוט!!!
|
|
|
|
|