|
|
| נשלח ב-25/8/2009 23:29 |
|
| |
די טעמע איז זייער א האקעלע און א קאנטראווערסיאלע, ס'איז א פאקט אז קיינער קען זיך נישט טרויען אריינצורעדן אין די חשבונות פון בי"ד של מעלה, ובפרט אין די קארדינאלע פראגע פון "רשע וטוב לו, צדיק ורע לו" וואס איז אזוי אלט ווי די וועלט. איך וועל אודאי נישט זיין דער וועלכער וועט זיך וואגן צו מישן דעם טאפ פון שכר ועונש, כאטש ווי יעדער איד גלייב איך דערין מיטן גאנצן הארץ.
פארט איז א טרוקענער פאקט אז איבער די לעצטע יארן האט שוין דריי מאל פאסירט דאס זעלבע. דריי גרויסע עסקנים פון די זאליס זענען נפטר געווארן מיט א מיתה חטופה א קורצע צייט נאך, אדער גאר אינמיטן, וואס זיי זענען געווען שטארק אקטיוו אין די אקטיוויטעטן וועלכע זענען אלע געצילט אונטערצוברעכן דעם כח פונעם מרא דאתרא אין קרית יואל, ה"ה כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
1) האברך ר' יואל ברמ"י גליק ע"ה. אן איידעלער יונגערמאן וועלכער איז געווען א גרויסער עסקן, און בערך א האלב יאר בעפאר זיין טראגישע פריצייטיגע פטירה איז ער געווען אויסערגעווענליך אקטיוו אין צורישן דעם ערשטן שבת וואס רז"ל האט געפראוועט אין קרית יואל, און אויך שפעטער איז ער געווען פון די גרויסע עסקנים פארן דאן-נייעם "סאסמאן" שול, און פאר די נאכנישט געבוירענע נייע "ויואל משה" מוסדות. ער איז איין אינדערפרי פשוט נישט אויפגעשטאנען [אויב געדענק איך גוט איז עס געווען חוה"מ סוכות, אדער ארום יענע צייט].
2) הרה"ג ר' מענדל הענדלער ע"ה. א לאנגיאריגער אויסגעשפראכענער מתנגד פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א. במשך דעם זומער בעפאר זיין פטירה איז ער געווען שטארק אינסטרומענטאל אין פרובירן צו פאררעכטן די נייע מוסדות "ויואל משה" פון די זאליס אין קרית יואל, וואס האט שוין דאן געהאט א שרעקליכן נאמען אפילו צווישן די גרעסטע זאליס. ר' מענדל איז געווען אריינגעטון ראשו ורובו אין פארצווייפלטן פרואוו עס צו ראטעווען, און אפגעהאלטן פערזענליכע אינטערוויוס מיט יעדן נייעם מלמד, טיטשער, און תלמיד, וואס האט דאן געוואלט אריינקומען אין די נייע מוסדות, ווי אויך געארבעט צו פארשאפן פרישע געלונגענע מלמדים. זיין פריצייטיגע פטירה איז געווען אן אויסטערלישער קלאפ פאר די נייע מוסדות, וועלכע האבן זיך נאך זינט דאן נישט באוויזן געהעריג צו שטעלן אויף די פיס.
3) האברך ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה. א חשוב'ער יונגערמאן און גרויסער עסקן, וועלכער איז געווען שטארק אקטיוו אין קרית יואל'ער פאליטיק, טראץ וואס ער איז לגמרי נישט געווען אזא פארביסענער שונא פון כ"ק רבינו שליט"א ווי זיין פאטער. אין די וואך בעפאר זיין אויפטרייסלנדע פטירה איז ער געווען צווישן די באטייליגטע ביי אן אסיפה וואו מ'האט אים, צווישן אנדערע, אויפגענומען אין די נייע זאלי קהל יטב לב אין קרית יואל, וועמענ'ס איינציגער ציל איז געווען דאס צו קענען נוצן אין געריכטליכן פארמעסט צו בארויבן דעם ביה"ח פון אירע תורה'דיגע אייגנטימער.
נאכאמאל, כ'שפיל נישט גאט און כ'טייל נישט קיין עונשים. אבער דריי אזוינע טראגישע פאסירונגען פארלאנגען בהכרח א חשבון הנפש. ס'איז אויסער יעדן צווייפל אז דער אויסטערלישער צוזאמענשטעל פון אזוינע מאדנע און טראגישע פאסירונגען איז נישט קיין מקרה, און קיינער קען נישט אנווייזן אויף אזא צוזאמענשטעל ביי קיין שום אנדערע קרייז און/אדער מחלוקה.
ס'איז דא אמאל א צייט פאר אלעם, אויך פאר א טרוקענעם חשבון הנפש צי דער וועג וואו מ'גייט איז א ריכטיגער.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 25/08/2009 23:29:08
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 01:21 |
|
| |
אין דער מחוצף יעקב יואל באנדא איז אויך נישט אוועק צי מאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 01:40 |
|
| |
בלעקבערי א ישר כח פארן ארויף לייגן דעם מודעה
נישט פארגעסן דער אסיפה איז געווען א צוויי טעג פאר דער יונגערמאן איז אוועק
תיכף ווען ער איז אוועק האט זיי גראד אראפ גענימען זיין נאמען כדי מען זאל נישט קענען פינט פאינטן
והרשעים הללו לא למדו
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 20:57 |
|
| |
מ. סופר אין די צייטונג אונטערען קעפעל "א ווינק פון הימעל" רייסט אראפ די זאליס
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 23:52 |
|
| |
כ'בין נישט אין הימל,
אבער כ'קען נישט זאגען אז מ'דארף נישט חייש זיין אויף דעם.....
הקב''ה ילמדו תועים בינה, ולא ישמע שוד ושבר בגבלנו
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 23:58 |
|
| |
רבונו של עולם, איז דען נישט (לשיטתכם) די דאזיגע גערדעכטצער 'דברים שהשתיקה יפה להם' ?
ווי האט מען נישט מורא ? ווער נעמט אחריות ?
טראכט אביסל שכלדיג !
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:35 |
|
| |
נערי'שער זאלי'ס
אנשטאט מפשפש זיין במעשים, ווילסטו נאר מ'זאל נישט רעדן דערפון......
אויב איז דאס דער גורם פין די {לכה''פ} צוויי קרבנות, האסטו א דין פין רוצח.......
חכמינו ז''ל זאגען ''והי זהיר בגחלתן''
נאכמאל: כ'בין נישט אין הימעל, אבער א יוד דארף אייביג טראכטען, אין מפשפש זיי אויף וואס מ'ווינקט......
הקב''ה ילמדו תועים בינה, ולא ישמע שוד ושבר בגבלנו
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:50 |
|
| |
אהרונים
ענטפערסט די שאלה:
פארוואס דרייט זיך יאסל וואלדמאן ארטם און לעבט און לאכט?
לשיטתכם וואלט ער דאך געדארפט האבן א מיתה משונה.
און פארוואס איז ד. כהן אוועק פון דער וועלט אין יונגן עלטער נאכן פייניגן זיך אין יסורים? ער איז דאך געווען פון די גרויסע אנהענגער פון ענקער רבין?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:56 |
|
| |
אויף רשע וטוב לו, האבען שוין אסאך צדיקים געזאגט אז מ'טאר קיין קשיות נישט פרעגן
כ'קען דיר נאר אנצייגען ווען ס'געשעהט אזעלכע טראגעדיעס אין אזא קורצע זמן, האסטו א דין ווי אימ-שכלדיג
כ'ווייס נישט וואס די ווילסט פין ר' דוד כהן ז''ל, האט ער איז זיין לעבן געטשעפט א יוד?
(אגב, ער איז נישט אוועק פליצלינג, אזווי די פין וועם די מדובר איז דא)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 01:20 |
|
| |
חברה! איך וויל נישט אוועקנעמען די שרעקליכע מעשים פון די אלע מתנגדים. אבער ווי קענען מיר דן זיין ווער איז פארוואס געשטארבן? ווער זענען מיר? איך וויל בעטן אלע חברים פון אלע זייטן. ביטע הערט אויף. צו רעדט זיך איינער איין אז די יתומים זענען נישט ארויף אויף אינטערנעט? פארוואס דארפן זיי אייביג וויסן אז די ארונים האבן זיך געפריידט(וואס עס נישט אמת, איך ווייס) ווען מיין טאטע איז נפטר געווארן? נישט מיט'ן שרייבן ברוך דיין אמת, איז מען זיך משתתף מיט די צער. די יתומים זעהן דאס, זיי וויינען ביינאכט, ווער וויל נעמען די אחריות? איך מיין דא ביידע זייטן צוגלייך. איך מיין נישט קיינעם פערזענדליך, איך שעץ ענק אלע זייער, און עס איז מיר א כבוד צו שרייבן דא. אבער ביטע הערט אויף. עס לוינט זיך נישט איין טרער פון יתום וועלכע דארף זעהן שמיץ אויף זיין טאטע.
צו די םפאר נער'ישע וויל איך אפילו נישט רעדן. אבער צו די קליגע, וויל איך יא.
האט דען נישט די רבי ז"ל געוויינט ווען א ציוני איז נפטר געווארן? האט ער דען נישט פארגאסן טייכן טרערן אויף יעדעם איינעם? זיי זענען דאך געווען ציונים! מיט דעם אלעם, האט ער געוואסט אז מען פרייד זיך נישט ווען יענער שטארבט.
הרה"ח ר' עמרם בלוי זצ"ל, דער אבי אבות הקנאות. האט איינמאל געזאגט ברבים: ביי שמחות און ביי לוויות שפילט מען נישט קיין קנאות!
דא רעדט מען נישט פון קיין ציונים. נאר פון אייגענע בלוט און פלייש וועלכע זענען זיך טועה (BIG TIME) אבער דאס גיט אונז נאך נישט קיין רעכט צו רעדן פון יענעמ'ס חסרונות נאכ'ן שטארבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 01:32 |
|
| |
גערעכט. טויזענט מאהל גערעכט. יפה דברת
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 01:36 |
|
| |
האסט א פוינט
אבער מאך עס קלאר, דאס האט זיך ''קיינער'' (עכ''פ ארונים) נישט געפרייט מיט קיין איינס פין די טראגעדיעס
YOU GOT ME WRONG
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 01:44 |
|
| |
אז דא זיצען מענטשען וואס פארשטייען חשבונות שמים פארוואס האט דער סאטמארער רבי בעל דברי יואל פארלוירען אלע זיינע קינדער בחייו?
מיט וועלכע מרא דאתרא האט ער געטשעפעט?
און פארוואס האט דער סאטמארער רבי דער בירך משה פארלוירען זיין עלטסטע טאכטער בחייו?
אז איר ווייסט פארציילט ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 05:16 |
|
| |
איך הייב אן טראכטן אז די ארונים פארסמ'ן פשוט ווער ס'שטייט זיי אין וועג.
דערנאך קומען זיי שרייען שלם ישלם המבעיר את הבערה.
מען דארף דא אריינמישן די לאבראטאריע אין וויסקאנסין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 05:48 |
|
| |
shia550
פאר די רעקארד, דער ברך משה האט פארלוירן בחייו א ווייב און א גאנצע משפחה פאר ער האט נאכאמאל חתונה געהאט.
|
|
|
|
|