דער "עונשים פארטיילער" איז געווען אין הימל און געוואויר געווארן דעם סוד פארוואס דער חשוב'ער יונגערמאן איז נעבעך נעדר געווען יונגערהייט, ווייל... ער האט געטשעפעט מיט א מרא דאתרא...
איך וועל נישט אריינגיין דא אין וויכוחים צי דער יונגערמאן האט בכלל עמיצן געטשעפעט, און צי יענער געוועזענער איז בכלל א מרא דאתרא וכו' וכו.
איך וויל אים פשוט פרעגן עטליכע שאלות:
אפשר קען ער מיר פותר זיין פארוואס:
* א איד אין די מיטעלע יארן א גרויסער אנהענגער פון דעם געוועזענעם ק"י רב האט זיך נעבעך אפגעפלאגט שווערע חדשים מיט ביטערע יסורים, און איז נעבעך לעצטענס אוועק פון דער וועלט יונגערהייט איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער?
* א איד אין די עלטערע יארן וואס האט געדינט בלינדערהייט דעם געוועזענעם ק"י רב אזוי ווייט אז ער האט פארלאנגט אין אן אפידעיוויט צום גוי'אישן ריכטער ראזענוואסער אז רבינו בעל ברך משה זצוק"ל זאל מוזן פערזענליך אראפקומען אין קאורט עדות זאגן, און דער איד האט זיך נעבעך אפגעפלאגט עטליכע חדשים און דערנאך אוועק פון דער וועלט?
* א טייערער אינגערמאן וועמענס פאטער איז איינער פון די גרויסע לייט ביים געוועזענעם ק"י רב (און זעלבסט אן איידעלער איד, קיינמאל נישט געהאט קיין חלק אין רשעות אין ק"י בפרט און סאטמאר בכלל), האט זיך נעבעך אפגעפלאגט שווערע חדשים מיט ביטערע יסורים, און איז נעבעך אוועק יונגערהייט איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער?
איך ווארט צו הערן פון דעם "עונשים פארטיילער" ער זאל מיר מסביר זיין פארוואס דאס האט ליידער פאסירט.
און איך באטאן אז איך מיין ח"ו נישט צו פוגע זיין אין די טייערע אידן וואס זענען נעבעך נפטר געווארן בלא עת, עס עגבערט מיר פשוט דער געוויסן.