|
די ביטערע עונשים פארן טשעפנען א מרא דאתרא
זייט די מחלוקת פין קרח ועדתו ווייסט כלל ישראל אז מען טשעפעט א מרא דאתרא א מנהיג בישראל
קומען געפערליכע עונשין, אין טיילמאל מורא'דיג פלוצלינג אין די עונשין קומען צי מ'איז יא שולדיג צי מען איז נישט שולדיג.
מען האט אלע דורות דעס געוואסט אז מיט א מרא דאתרא קריגט מען זיך נישט, אין אז יא זענען די עונשין פאטאל.
די לעצטע 10 יאר זייט די מוחלקה האט אויסגעבראכן האט מען געזעהן ( אן אריין גיין אין קיין נעמען )
ממש ווער ווער ס'האט געהאט א חלק דעראין האט זיך געפערליך אבגעבריט
מיט מיתות משינות, מענטשן זענען פולצלינג געשטארבן, היי יאר אין קרית יואל אליינס איז איינע פין די גרויסע בעלי מחלוקת
שטרעבליך קראנק געווארן אין ראנגלט זיך מיטן לעבן
אנגעהויבן פין זייער שיינע יודען אין גענדיגט ביי זייערע ראשי קהילה ס'הרג'ט נעבעך טובים ורעים
איין פרשה וועל איך יא אראפ ברענגן וואס שלמה יאנקל אליינס האט געזאגט אז ווען ס'פאסירט ווען ביי רבי'ן ז"ל אזא מעשה
לייגט ער עס ווען אריין אין ערשטן באנד מושיען של ישראל
פרשת אביגדור יאקאבוויטש
א יוד אלע יארן געווען א מיליאנער, א בעל מחלוקת איינס אין דער וועלט, געגעבן צדקה נאר פאר מחלוקת
סוף ימיו האט ער פארלוירן דאס גאנצע פארמעגן
ער איז ל"ע קראנק געווארן אין אוועק פין די ביטערע מחלה
אלע זיינע זין ארסטירט
קיין איין קדיש זאגער
ווער ס'האט גענימען פין אים א פעני פין דורות צוריק האט עס געמיזט צוריק געבן ( אזוי ווי ביי קרח )
מען האט געזעהן בחוש אז מען טשעפט א מנהיג בישראל א מרא דאתרא שניידט מען נישט גוט אפ
די פרשה פאריגע וואך איז ליידער א ביטערע טראגעדיע, א געזינטער יונגערמאן א טאטע פין 10 קינדער
איז פלוצלים נישט אויף געשטאנען
ליידער ליידער איז עס געווען א בחינה פין פין אב ובנו שראו את החידוש, ביידע גרויסע בעלי מחלוקת
איך רעד שוין נישט דער טאטע שאול פערלשטיין, איך וואלט ווען געזאגט אז ער איז נישט מזרע ישראל
אפילו דער זין אויכט, אייביג געהעצט, געווען פין זייערע ראשי קהילה.
( אז מען לערנט זיך אפ דערפין איז עס א טובה פאר די נשמה )
ס'איז צייט זיך מתבונן צי זיין אין לייגן אלע נער'שיע אינטערסען אין א זייט
ס'איז געשעהן ר"ח אלול א צייט פין תשובה אין קבלה אויף להבא
זייט נישט קיין חכמים מיטן רבוש"ע קען מען זיך נישט קריגן.
***
מר. ארגינעלער ושות'
איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אויף דיינע ווערטער דעם חומר הענין פון טשעפענען א מרא דאתרא, איך האב נאר געוואלט אויפפרישן די מוחות און דערציילן דעם ציבור וואס עס פאסירט אויב מען טשעפעט א מרא דאתרא, א טאטן א רבי'ן וואס דער סוף איז ליידער געווען זייער ביטער.
1) בראש וראשון האט זיך דער הגה"ק'דש'ל געלערנט אויף די אייגענע ביינער דעם חומר הענין פון "טשעפען א מרא דאתרא", ווען פארגאנגענעם ראש השנה איז אים פלוצים שלעכט געווארן און ער איז אויפן ארט צוזאם געפאלן.
2) עס בלוטיגט יעדעס אידיש הארץ אז מען דארף צוקומען צו די געשיכטע וואס האט בארירט אלעמען, ווען אין די וואך פון שבע ברכות האט מען ל"ע דייעגנאזירט דעם "ערשטען אור אייניקל" פון רבי'ן דעם ברך משה מיט די ביטערע מעשה ה"י, און דאס איז נאכדעם וואס מען האט פאר און בשעת די חתונה געפירט א ביטער שמוציגע מערכה קעגן דעם "מרא דאתרא" דעם אייגענעם טאטן.
3) די ביטערע טראגעדיע וואס האט באטראפן ר' אהרן ווען מען האט זיך ל"ע דערוויסט אז זיין זוהן (א היינטיגער א.ג. מרא דאתרא...) האט עובר געווען אויף איינע פון די שלש עבירות חמורות, גילו עריות. אויף קיין שום איד געווינטשען אזא אומגליק.
4) דער סגן ראש הקהל דוד הויער, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה קעגן דעם "מרא דאתרא" האט פארלוירן זיין זוהן הרב אברהם יצחק ע"ה א גאלדענער אינגערמאן אויף גאר א טראגישן אופן.
5) דער עז פנים יצחק ראזענבערג וואס זיין "טשעפענען א מרא דאתרא" איז א שם דבר אין די גאנצע וועלט האט אויפגעשטעלט א שטוב פון אויסגערופענע פורקי עול, און איז געווארן א יורד מנכסיו, און ליידט אויף עטליכע געזונט פראבלעמען ה"י. און האט א טאכטער וואס האט זיך געמוזט אפ'גטן פון איר מאן צוליב דברים שהשתיקה יפה להם וד"ל.
6) דער "יועץ הפרטי" אהרן מתתי' דייטש, דער דיזיינער פון דעם מושג "טשעפענען א מרא דאתרא", האט נעבעך געדארפט אפגט'ן א טאכטער, און איז היינט אן עני ואביון.
7) יעקב ישראל פריינד דער טראסטי פון קרית יואל וואס מיט זיין גרויס מויל און טפשות האט ער מערערע מאל "געטשעפעט א מרא דאתרא" האט פארלוירן א טאכטער א מיידל און די יארן און א פלוצימ'דיגער אופן, און עס האט נאכגעפאלגט מיט א קאטאסראפאלע נערווען צוזאם בראך ביי זיין ווייב.
8) דער רשע דוד עקשטיין וואס איז א מומחה און "טשעפען דעם מרא דאתרא" איז קראנק געווארן מיט א קנאפע 2 יאר צוריק אויף די רעכטע מעשה.
9) דער מעיאר און קרית יואל אברהם ווידער האט פארלוירן א זוהן איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים ל"ע.
10) דער חצוף יצחק ברוך ברוין וואס האט זיך "פארטשעפעט מיטן מרא דאתרא" און מאנסי הגה"צ רבי חיים יושע שליט"א איז אנגעקומען אין תפיסה.
11) דער מייסד ה'האט-ליין' יודא שמחה גראס וואס האט געוואלט "אונטערברענגען דעם מרא דאתרא" האט זיך אפגע'גט פון זיין פרוי.
12) איינע פון די גרויסע ראדני מחוצפים משה יודא שטרויס, וואס האט וואך איין וואך אויס "געטשעפעט דעם מרא דאתרא" האט ל"ע פארלוירן דאס ווייב נאך א לענגערע ביטערע מחלה ה"י. און זיין שותף א צווייטער ראדני חצוף אברהם רובין האט זיך גע'סעפערעיט' פון זיין פרוי, און צוגאב האט ער געדארפט אפגט'ן א טאכטער קורץ נאך איר חתונה.
13) דער (אויב מען טאר אים נאך רופן) איד בנציון מיללער וואס האט געהאט די זכי' (?) צו דרייוון אונזער ר' אהרן אין ארץ ישראל, דארף נישט איך זאל אים מוקיע זיין בשער בת רבים. און די בחורים אליין וואס שמאכטען נעבעך אין די יאפאנע טורמעס זענען פירות פון די בני ברק'ער ישיבה.
14) מאיר הירש וואס האט זיך צוגעשטעלט צו די גרופע פון "טשעפען א מרא דאתרא" דארף ליידער צוקומען צו טריטמענט"ס פאר די ביטערע מעשה מיט וואס ער ראנגעלט זיך אזוי ביטער.
15) אייזיק עפשטיין פון די יושבים ראשונה במלכותו פונעם קדוש און סבלן איז ארעסטירט געווארן אויף די ארגסטע מעשי נבלה.
16) דער יו"ר הצלה אין קרית יואל (וואס א גרונטליכער אויספארשונג איבער איר סאדיסטישע התנהגות קומט גאר בקרוב!) משה אהרן שטיינבערג האט ליידער פארלוירן א זוהן צו די טומאה ל"ע. (שוין נאכדעם וואס ר' אהרן האט אויף אים מכלומר'שט געמאכט א 'חאלאקע'...)
17) ואחרון חביב דער "טאשן שניידער" אלישע שמואל הורוויץ היינט באוויסט אלס דער "חרדישער מעידאף", וואס איז דער עומד בראש פון די מהרסים, האט פארלוירן דאס גאנצע געלט, און איבערגעלאזט הונדערטער אידן פאר'ארימ'ט אויף זיין חשבון
איך האף אז קיין שום איד וועט נישט דארפן ארויפגיין אויף די ביטערע ליסטע. מען זאל מהיום והלאה אבאכט געבן "נישט צו טשעפען קיין מרא דאתרא" ולהשומע יונעם.
|