בית פורומים כל העולם כולו

גענעראנגעל פארזאמלונג ביי זאליס.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2009 23:00 לינק ישיר 
גענעראנגעל פארזאמלונג ביי זאליס.

זייער מורא'דיגע שמחה און געווינס טרייבט זיי צו א גענעראנגעל פערזאמלונג.

מ'גייט מסביר זיין פאר די "אויפגעקלערטע" זאליס אז אינ'אמת'ן איז יא "אלעם ביים אלטען"... און מענדעל שווימער איז יא מעיאר וכו' וכו' וכו'.

דארט גייט מען אויך צייגען די געפעלשטע "רויטע" מאפע פונעם בית החיים... אז דער אוהל הקודש ליגט באמת אין פאלאקס בית החיים ! 

האלט זיך גרייט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 23:04 לינק ישיר 

כ'האף אז דער שר האופים וועט דארט אויפטרעטן ווי שטענדיג

דאס איז דוחה די שבעה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 23:18 לינק ישיר 

ער גייט מסביר זיין אז אלעס איז ביים אלטען... און דערנאך וועט ער דאס פראטאקאלירן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:45 לינק ישיר 

ביים גענעראל פארזאמלונג נאך די ראזענוואסער פסק האט דער גרויסער זאב''ד גערעד, און די ארוינים האב געהאט פון וואס צו לאכען א לענגערע עפאכע,
לאמיר האפן אז דער בעל שור שנגח, וועט יעצט אויך מהנה זיין כלל ישראל, וואס איז איצטעט פאר אבל'ט, צילוב די פריצייטיגע פטירה פון המנוח ר' עזיאל ע''ה, 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 20:53 לינק ישיר 

כ'האב געמיינט אז ס'ניטש אמת, למעשה  זעה איך אז זיי אליין שרייבען אינעם משכיל'שען צייטונג אז ''דעם גרויסען טאג א' סליחות'' ווען מ'הייבט אן אויפצושטיין זאגען סליחות אין בעטן אויף א גיט יאר, ווען אסאך יודן פאסטן דעמאלטס אין גייען צו קברי אבות (עי' מטה אפרים), גייט זיין א גענעראל פארזאלמלונג ווי מ'גייט ווייטער העצן די מאסען פאר מחלוקת וכו' ר''ל - פינקט ווי לעצטע גענעראל פארזאמלונגען אין מושב ליצים, העצן פאר סוסייד אין מ'זאל זיך לאזען באראבען אינטער גדר ביי פאללאק'ס בעקיארד, אין אלעס בלייבט ביים אלטען,

כ'קען עס נישט פארשטיין!
איז שוין טאקע נישט דא קיין איין ערנסטע מענטש וואס זאל זיי אויפקלערן, אז העצן אין מחלוקת האט אויך א שיעור אין אויב יא ''נישט א' סליחות'', {ווער ווייסט? אפשר כדי  אנצופילען ראדני ביי סליחות וועט מען מאכען די פארזאמלונג גלייך נאך סליחות....... אלעס איז דארט ערווארטעט}

כ'וועל אראפברענגן א תגובה פין א אשכול בנוגע דעם גענעראל פארזאמלונג פין די זאלי פארום

 

גענעראל פארזאמלונג א' סליחות: אלעס בלייבט ביים אלטן...

ווער עס האט זיך נאר אנגעשטויסן אין דער איד מיט דער מודעה וואס רופט דעם ציבור צום גענעראל פארזאמלונג אין ראדני וואו עס וועלן אויסגעשמועסט ווערן דברים העומדים על הפרק, האט באלד אנגעהויבן שימפן, דער מודעה האט אויפגעברענגט בייז בלוט ביי אלעמען, עס האט פשוט דערמאנט יענע טרויריגע טאג ווען מען האט זיך צונויפגעפרעסט אינעם ראדני ביהמ"ד און דער פאפולערער ראדני-אינפארמאציע מיניסטער האט געהויבן זיין קול מיט זיין זיסער אקצענט און טראמפייטערט אז אלעס בלייבט ביים אלטן... און מען האט נישט וואס צו זארגען...
די מאסן פארזאמלטע האבן זיך דאן אומגעקערט צו זייערע היימען מיט פולע באגאזשן חיזוק און מוט וואוסענדיג אז מען האט זיך צו וועמען צו ווענדן מען זאל נישט דארפן...
ער האט געלופטערט פארענט פון ארון הקודש ער האט גערעדט שטארק און פעסט, געמאכט פארשידענע תניעות מיט די האנט וואו איינער זאגט: אביסל קען איך ענק דערציילן, און דאס איבעריגע וועט איר זיך אליינס איבערצייגען...
עס איז פארביי געלאפן א שטיק צייט, מען האט זיך איבערצייגט דאס איבעריגע... דער ריכטער האט געלאזט הערן זיין מיינונג אז ער קען נישט לאזן הערן זיין מיינונג און זיין מיינונג איז אז עס איז א רעליגיעזע אישו און "אלעס בלייבט ביים אלטן...
און דער קלימאקס איז געווען "דאס מקדש זיין פאלאקס לאט"...
דער ריכטער האט געזאגט גענוי וואס הרב פערלשטיין האט געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן... (זעהט אויס ער איז געווען אינטערגעקויפט...)
טייל וועלכע האבן געהערט און אנפאנג וואס ר' שאול האט געזאגט אז אלעס בלייבט ביים אלטן זענען געווארן עטוואס דערשראקן, ווייל אויב אלעס בלייבט ביים אלטן, וועט עס צוריק גיין צו אמאל, מען וועט זיך מוזן אומקערן צו די קעלערן וואו מען האט געדאווענט דילעצטע צוואנציג יאר, און וואס וועט זיין מיט די נעילת החג צערעמאניעס?
וער וועט ווייטער פובלוצירן די בילדער? שטיקלן בילדער? ווער וועט זיצן ביי די קהל'ס מיטונגען? מיט וועמען וועט זיך די רבי שואל עצה זיין אז יוסל וואלדמאן וועט ווייטער בלייבן אויסגעשלאסן?
א "קלארע" "צומישעניש" האט אנגעפאנגען הערשן ביי די אנהענגער אין יענעם לאגער, עס גייט שוין ווייטער פארקומען א גענעראל פארזאמלונג? נו וואס גייט מען שוין אויסשמועסן דארטן? ר' שאון וועט שוין ווייטער זאגען אז מען וועט איבערנעמען די ישיבה? מען וועט איבער נעמען דאס ביהמ"ד? אפשר וועט ער צולייגען אפאר חידושים?
ווי טייל זאגען איצט דא א פלאן צו פארכאפן דער נייער בית השחיטה אין טעקסעס...(פארוואס לאכסטו.?)
מען וועט מעגליך הערן נאכאמאל די ווערטער גזלנים...חמסנים...דאס ווייסן מיר שוין אלע ווייל ווען נישט וואלט מען ווען נישט מקדש געווען "פאלאקס-לייט"...
טייל הייבן הענט אין די איצטיגע טעג...און טייל הייבן די שטימעס...
ס'דא וואס זאגען אבער אז עס איז נישט קיין פראבלעם, פארמעגליך וועט ווידערמאל אנפילן זיין פענע, אנפילן די צייט, מיטן אנפילן הינדערטער פאפירן-זייטן מיט אפענע פאקטן, ער וועט אביסל שילדערן "פערסענאלעטיס פון פערזענליכקייטן לויט זיין געשמאק, לויט זיין ערפארונג, און גלייך דערנאך וועט ער זיך אליינס אויסרומען אינטער אנדערע נעמען, מען וועט עס באגלייטן מיט עטליכע קינדערישע וויצן, און אזוי ארום... און אזוי ארום, וועט זיך ענדיגען גזילה פון חמסנים...
מאנכע טוהן אבער פארטיידיגען ר' שאון זאגענדיג אז פרעזידענט בוש האט יענעם ביטערן סעפטעמבער 11 אויך בארויאיגט דאס אמעריקאנע פאלק... און פארזיכערט אז מען וועט כאפן די פאראנטווארטליכע, און דאס וואלט יעדער געטוהן שטייענדיג אין די פאזיציע...
ווי איך הער איצט האט דער "אויסדרוק "אלעס בלייבט ביים אלטן" שטארק  דערשראקן די מלמדים וועלכע זענען איינגעשטעלטע אין "ויואל משה" בנינים און אוודאי די עלטערן פון די אומשילדיגע שעפעליך וואוסענדיג אז אויב אלעס בלייבט ביים אלטן וועט זיך א "סטרייק" נאכאמאל איבערשפילן צוליב דעם וואס מען וועט נישט באקומען קיין געהאלט, און דאס זעלבע ווער וועט פירן אנזערע קינדער אין די חדרים? די מענעדזשער'ס פון די באסעס זענען "אפארדעבל מעניטשור'ס" אויף דער פאזיציע זיצט א יעדן טאג א צווייטער נישט ווילענדיג ארבעטן לשם מצוה, אבער דערווייל וואו מען הערט בלייבט אלעס ביים אלטן... און מען ווארט איצט צו הערן פרישע פלענער, אדער גאר פרישע חיזוק-רייד פון די "רויאיגע און זיכערע קהלישע פירער און אינפארמאציע מיניסטארן.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 21:37 לינק ישיר 

ס'שטייט נאך אויס אז שאול פערלשטיין זאל זיך אויף שטעלן רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/8/2009 04:44 לינק ישיר 



דער איראקער ווארט זאגער אלעס ביילבט ביים אלטען.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גענעראנגעל פארזאמלונג ביי זאליס.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext