אזוי ווי דער מנהל אדער מנהל משנה האט אנגעהויבן צו שליסן אשכולות אשכולות וואס רעדן זיך פון מערערעאספעקטן פון די
טראגעדיע אין קרית יואל און פון די נייע בית החיים אא"וו, איז וויכטיג דער עולם דא זאל זאגן זייער מיינונג וואס איז בעסער:
לאנגע אשכולות איבער אלעם בנוגע דעם ענין, אדער ענדערש מערערע אשכולות אזוי אז ווען איינער וויל מגיב זיין אויף א געוויסן
אספעקט זאל ער נישט דארפן סקאולן א לאנגע מגילה אשכול.
2) קלענערע אשכולות איינגעטיילט לויט די פארשידענע אספעקטן
נשלח ב-24/8/2009 23:42
איך וואוט #2
נשלח ב-24/8/2009 23:46
אינדער מיט אבער נישט צי לאנג אבער אויב לאט די מנהל עקסטערע גייט עס ארויס פין די גלייזען ווי למשל ביי דעם אימגליק אנהויב איז געווען 2-3 אשכולות איינס פין די טראגעדיע איינס פין די בית החיים אין איינס וועגען די הצלה אין איך זע אז דעס האט די מנהל געלאזט אבער היינט האט יעדער מיט זיין פוינט געעפענט א נייע אשכול וואס יעדער (אזוי מיין איך ) איז נערוועז געווארן דערפין
ווער עס האלט ווי מיר זאל ניצען #3
נשלח ב-24/8/2009 23:55
#2
פארשטייט זיך וועגן דעם איז דא א מנהל, וואס זאל אפמאכן אויב מען האט געפענט אן אשכול, פון א נערישע פרט (ווי למשל בן חוה און פארמעגליך איז זיך סותר) איז ער דא עס צו פארשפארן.
אגב אז מ'רעד שוין פון לאנגע מגילות, איז כדאי איבער צוחזרן, אז אויב מדריקט אויפן זייט פונעם אשכול, וואס געווענליך איז דא דארט א בילד פון א בריוו (ביי מיר קימט ארויס דארט אן עקס)
קימט מען אן גלייך צום סוף פון אן אשכול.
עס איז אמת אז נישט יעדע נארישע זאך דארף מען עפענען אן אשכול. אבער רוב פון די אשכולות איבער די טראגעדיע זענען פון אן אנדערן אספעקט, וואס פארלאנגען זיך עקסטערע דיבעיטס.