בית פורומים כל העולם כולו

מעכטיגער מעמבערשיפ סוויטש צו די אהרונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2009 00:28 לינק ישיר 
מעכטיגער מעמבערשיפ סוויטש צו די אהרונים

ברעקינג ניוס.

יעצט געהערט פון הרב שלום אליעזר פראנקל דער גזבר הקהלה
אז מען האט נארוואס אויפגענומען ניי 7 אינגעלייט צו צוהעלפן
דעם נייעם מעמבערשיפ רעגיסטרעישאן  וואס איז אזוי
איבערגעשטרענגט מיטן איבערפלוס פון נייע נעמבערס,
אויף די פראגע וואס איז יעצט געשעהן,
זאגט מיר ר' שלום אליעזר אז די זאליס מעמבערס האבן מחליט געווען אז
עס לוינט זיך ענדערשט צו צאלן פאר די אהרונים מעמבערשיפ געלט
ווייל זיי די אהרונים זענען דאך באוויסטע חיות און אויב צאלט מען ביי די זאלונים
און מען איז מחליט אז מען וויל ליגן אין רבינס בית החיים
לאזן זיי נישט, עס העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו,
אויב באצאלסטו קענסטו דארט ליגן און אויב נישט איז פארגעס דערפון,
PAY UP OR SHOT UP,
אבער ביי די נועם המידות פארטיי, איז נישט קיין חילוק
מען קען רוהיג באצאלן ביי די אהרונים און אויב איז מען מחליט אז מען
וויל ליגן לעבן רבי פערלשטיין ע''ה דאן איז NO PROBLEM
נישט בחינם הייסן זיי די נועם המידות קאמפאני,
נו וועלעכער נארמאלער מענטש וועט נישט באצאלן פאר די אהרונים
און זיין פארזיכערט אויף ביידע פלעצער?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:38 לינק ישיר 

קיינער איז נישט אונטערעסירט צו ליגען אונעם רבינס בית החיים! ווייל עס פארהאן א פסק פון הרה''ק ממאנטענוועדע ז''ל אז דער רבי זי''ע געפינט זיך שוין נישט ביים ציון, פינקט וואו דער שכינה איז אנטלאפען פונעם כותל ווען משה דיין שר''י האט עס איינגענימען!

איי ער האט געפאסקענט אז מען דארף בויען א וואנט צווישען ברך משה זי''ע מיטן דברי יואל זי''ע?

קען אפשר זיין אז ווען דער זאב''ד האט פארכאפט דעם מזרח אונעם אלטען ביהמ''ד אויף ראדני, איז דער רבי זי''ע צירוק געקימען,

אבער נאך די מעשה נבלה וואס די ארוינים האבן געטאן, וואו געהאט די חוצפה, און רשעות צו פארלאנגען פון לץ פערלשטיין ארויס צו גיין פון הייליגען קארט, איז דער רבי נאכאמאל אוועק געלאפען ממקום מנחותו
יש ליישב בדוחק!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 25/08/2009 0:34:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:53 לינק ישיר 

איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען  אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט אדאנק....

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 25/08/2009 0:49:09




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:54 לינק ישיר 

יעס! די ארוינים ווילען דיר הארגענען נישט אזוי? גיי באהאלט דיך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 01:11 לינק ישיר 

יענקעלע איך האב אויך געוואלט צאלען פאר ענק איך בין שוין ממש געווען אופען וועג אבער דא איז געשען  3  זאכען... די ווייסט וואס? 

1#  סהאט אנגעהאבען צי בלישקענען  אין מיין מח קעמערל דעס וואס ענק האבען געזינגען די לעצטע 20 יאר, די רעבעצען וועט דען ליגען לעבען רבין? אה...ניטאמאל אין חלום!! געדענקסט נאך... אבער ווי יעדער האט זיך אליין איבערגעצייגט אז יענקעלע טראכט אין די באשאפער לאכט..ממילא ווען עס קימט צי זאגען וואס סגייט זיין מיין איך דארף מען
לייגען גאר וויינג געוויכט אויף דיינע ווערטער..

2# איך בין געגאנגען אפמעסטען די פיס ווי ווייט ענקער נייע בית המדרש 14 היופער איז פין דעם רביןס בית המדרש 152 ראדני אין סאיז אסאך אסאך ווייטער ווי אינזער בית החיים איז פין די אלטע בית החיים,

  3# זיץ וויינגער אויף היידפארק זיי מוחל אין גרייט דיך צי סאיז דא א הירונג אויף די דיד אין 2 וואכען ארום, אין בעסער מאך זיכער אז ענקערע פעפערס זאלען זיין גיט, ווייל דאס איז ענקער לעצטע שאנס טאמער ענק פארלירען דעס, וועלען ענק דארפען לייגען ענקרע געביין ביי די באוויסטע  שארט קארטס.... ווייל ביי די פאלאקס לאט זענען מיר ענק שוין פארלאפען די וועג...

 



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 25/08/2009 1:15:02




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 01:30 לינק ישיר 

יעס
וואטש אוט!! די ארוינים קומען!!!
האסט נישט מורא צו שרייבען???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 01:32 לינק ישיר 

דער זאלי האט דא געלייגט 2 תגובות, קיינער דארף אים נישט ענטפרן, יעדער ווייסט די שקר דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 02:07 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
דער זאלי האט דא געלייגט 2 תגובות, קיינער דארף אים נישט ענטפרן, יעדער ווייסט די שקר דערפון 
 
rebyankel  א גרויסער ישר כח פאר פארענטפערען מיין קשוית...



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 25/08/2009 2:03:18




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 02:57 לינק ישיר 

פארוואס ווען איינער זיכט צו עפענען א נייער אשכול מיז ער דאס טוען מיט א מעשה וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.

איז שוין נישט דא קיין אמת'ע מעשיות אז מען דארף פאבריצירען סתם הוילע ליגענטס

קיין איין זאלי האט זיך נישט איינגעשריבען ביי ענק
cut the crap



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 21:36 לינק ישיר 

חייםחיקל איי פיל יאר פעין
די מציאת איז אבער ווי פאלגענד:
ווי לאנג ענק האבען נישט געפענט פאללאק'ס ביה''ח האבען ענק פראבירט אנצירעדן יעדן דורך דעם אבי הנפטר אז מ'גייט נאך איין טאג ציריק האבען דעם ביה''ח אין קיינער זאל נישט צאלען קיין מעמבערשיפ ביי קהל, אבער נאכדעם וואס יעדער האט געזעהן די ביה''ח פין וואס ענק האבען גערעדט איז ''פאללאק'ס בעקיארד'', איז יעדער געקומען צו לויפן צו קהל
 ווייל יעדער נארמאלער מענטש וויל ליגען אין איין ביה''ח מיט רביה''ק אין אלע רבנים פין פרעידיגען דור, אין איין גדר במחיצתן,
אין נישט אין א בעקיארד וואס מ'האט נאך אפי' נישט אפגעקויפט אין אוודאי נישט קיין פערמיט, נאך דערצו אז מ'וועט זיין אויסגעשפיגען מחוץ למחנה ווי א מצורע אינטערן פלויט ווי מ'לייגט מוסרים, ביי א ביה''ח וואס מ'האט מקדש געווען מ'זאל קענען בלייבן אין קארט ה''י.
(בערך וואס די משפחה פין סוליצע רב ז''ל האט נעכטן גענטפרט פאר די זאלי'ס)

כ'וואלט דיר נישט געווינטשן ארויפצוקומען אין קהל'ס אפיס אין זעהן וועם די וועסט דארט טרעפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעכטיגער מעמבערשיפ סוויטש צו די אהרונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext