|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:25 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | 1. דאס אמאל קלאר אז דער ווידעא איז פאלש און איך האלט איך דארף מיך מיטאמאל קימערן עס צו אויפווייזן, אויב די האלטסט ס'נישט פאלש, געב איך דיר שוין נאך, און איך רעד נישט צו דיר.
ווען עס וואלט געווען אזא אפענע פעלשעריי אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ גלייב איך אז דו וואלסט מיר געשריבן קוק זעה דא און דארט די גראבע פעלשעריי, אז ו ענטפערסט אז דו קימערסט דיך ניטאמאל עס אויפצוווייזן, ווער איך אינגאנצן נישט נתפעל אז דו שרייבסט עס מיט אזא שטארקייט און זיכערקייט (נוסח ארוני),
די מעשה איז זעכער אמת, און די ווידיאו זעה איך נאך דערווייל נישט ווי עס איז געפעלשט
2. מ'האט נישט פארלאנגט ער זאל אויפגעבן די תביעות איבער די ביה"ח, לגמרי נישט, דאס איז שקר, מ'האט בלויז פארלאנגט ער זאל עס ארויספירן די סיכסוך פון ערכאות של עכו"ם צו א בי"ד כשר בישראל.
לויט ווי איך האב מיטגעהאלטן די לעצטע צעהן יאר איז שטענדיג געווען א סכסוך אויף וואספארא אופן עס דארף געברענגט ווערן צו דין תורה, איך האלט נישט אז די ארונים האבן נאכגעגעבן פון זייער שטעלונג ווייל ביי ר' שאול איז געשעהן אן אומגליק, און זיי האבן מסתמא פארגעשלאגן זייער ווערסיע, און איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס ר' שאול האט זיך געדארפט ברעכן און טוהן אנדערש ווי ער האט געהאלטן ביז היינט בלויז פאר דעם ווייל עטס האטס באשלאסן אז ער גייט יעצט רייטן אויף דעם וואס ער איז צובראכן פון די טראגעדיע וואס האט אים באטראפן און עס איז דא א מקום אז ער זאל זיך לאזן
און באמת לאמתו איז נישט מעלה ומוריד וואס מען האט פארלאנגט, אפילו מען האט פארלאנגט ער זאל קושן די מזוזה איז אן עוולה רשעות און רציחה זיך אזוי אויפצופירן מיט א מת און אים נישט באגראבן און מצער זיין די פרישע אלמנה און יתומים, ווייל מען האט א געלעגנהייט מסדר צו זיין א צווייטן (אפילו מען איז גערעכט און עס איז א מצווה מסדר צו זיין יענעם)
3. איך באשולדיג נישט און איך זאג נישט צו ענקערע דיינים האבן געטאן גוט אדער שלעכט, איך זאג נאר אז דאס וואס מ'האט נישט באגראבן דעם נפטר אינעם ביה"ח איז געווען BY CHOICE, דאס איז געווען ענקער טשויס זיך צו עקשנען און בלייבן בערכאות, ממילא בלעים נישט די ארויניס.
ווי איך האב שוין געשריבן איז דאס נישט קיין שום תירוץ אדער סיבה פאר די מעשה נבלה, צו די זאליס מעגן זיין און ערכאות אדער נישט איז איין נושא, און נישט וועלן באגראבן א מת און זיך אויפפירן דערמיט מיט א בזיון איז א באזונדערע נושא און א שרעקליכע רשעות און רציחה בזכות עצמו
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:31 |
|
| |
דעס איז די בריוו וואס בית דין פארלאגט אז מזאל טיען אלעס צי ראטעווען די בית החיים

|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 22:01 |
|
| |
כבוד הר' פארמעגליך נ"י
ביטע קלאר מאכן האבן די ארונים פארלאנגט $50,000 באצאלט אדער אלס משכון?
את"ל אלס משכון, אויף וואס איז דער משכון געווען?
אויפן אויפגעבן די תביעות אויפן ביה"ח פולשטענדיג, אדער אויפן ארויסנעמען דער סכסוך פון קאורט און אינטערשרייבן שטרי בירורין?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 22:30 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | כבוד הר' פארמעגליך נ"י
ביטע קלאר מאכן האבן די ארונים פארלאנגט $50,000 באצאלט אדער אלס משכון?
את"ל אלס משכון, אויף וואס איז דער משכון געווען?
אויפן אויפגעבן די תביעות אויפן ביה"ח פולשטענדיג, אדער אויפן ארויסנעמען דער סכסוך פון קאורט און אינטערשרייבן שטרי בירורין?
|
|
דאס איז וואס די ארונים זאגן פון די רעקארד
Rabbi Aaron's supporters say the $50,000 was demanded to cover a burial fee and Perlstein's membership dues.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 22:30 |
|
| |
עושה מעשה זימרי ומבקש שכר כפנחס
די סבלנים האבן פאר זיך איין ציל,
זיי דארפן זען, אז זייערע חברה זאלן נישט באקומען דעם געפיל,
אז זיי זענען שוואכער/ ערגער ווי דער צד שני,
ווער עס רעד מיט ארונים, וועט דאס באשטעטיגן,
אז וואס ער וויל, איז נאר אויפווייזן, אז עטץ זענטץ נישט בעסער,
לכתחלה, כופר הכל
בדיעבד, איז די מעשה נישט אזוי נאר אזוי,
אויב זענען זיי געגאנגן צי גראב, אז מען קען נישט כופר זיין, און נישט פארענטפערן,
הייבט זיך אן, מיט ראית ברירות, אז עטס טוטסט די זעלבע,
היוצא לנו מכל זה,
דער עולם זיכט מברר צי זיין, די פרט אדער די פרט,
כדי צי קענן ענטפערן פארן ארויני, די קלעץ קשיות וואס ער שטעלט אהער,
פארגעסט נישט,
די ציל פארוואס ער פרעגט די קשיות כנ"ל, גייט נישט אראפ גיין פון טיש,
מיט דיינע תריצים וואס די גייסט עם ענטפערן,
ער גייט זיך אויס גראדן באזיך און קאפ אז ער איז אויס געהאלטן,
מיט פארשידענע וועגן, וואס דינט דעם ציל,
אויב איינער קען זיי טאקע נאך נישט, און ווי טאקע וויסען וואס עס איז פארגעגאנגן דארט און מיט דעם וויל ער זיך די ערשטע מאל באקענען מיט אינזער חתן דינן,
וויל איך עם זאגן,
אז וויפול איך ווייס, איז נאך קיינער נישט געווארן אינפערמירט מיט די מציאות,
נאר דירך אליין ווערן אויסגעפריווט פון די סבלנים, דירך זיך, אדער דירך באקאנטע, אדער קרובי משפחה,
די סיבה צידעם איז וויל די מעשים מכערים פון די כת, איז צי געמיין, אז מען זאל זיי סתם מקבל זיין, אפילו ביי אזעלעכע, וואס זענען ליידער נישט אזוי נזהר מקבל זיין לה"ר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 22:40 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | כבוד הר' פארמעגליך נ"י
ביטע קלאר מאכן האבן די ארונים פארלאנגט $50,000 באצאלט אדער אלס משכון?
את"ל אלס משכון, אויף וואס איז דער משכון געווען?
אויפן אויפגעבן די תביעות אויפן ביה"ח פולשטענדיג, אדער אויפן ארויסנעמען דער סכסוך פון קאורט און אינטערשרייבן שטרי בירורין?
|
|
אויף א נוסח פון שטרי בירורין וואס איז נישט אויסגעארבייט געווארן דורך ביידע צדדים אדער א נייטראלען מענטש אדער בי"ד נאר איז געמאכט געווארן דורך די בעלי דינים אויף אזא אופן וואס מאכט זיכער אז מען גיט פולשטענדיג אויף די בעלות אויפן בית החיים.
עטס מיינטס מען גייט נוצן די ווארט שטרי בירורין און אויטאמאטיש איז יענער א שייגעץ
נ.ב. ליהוי ידוע דאס שרייב איך נאר לגבי דעם סכסוך איבערן בעלות פון ביה"ח וואס גייט שוין אהן קרוב צו צעהן יאר אלס א טייל פון נכסי קהילה, און איז פארשארפט געווארן ווען מען איז אריין אין ערכאות שלא ברשות בי"ד ביי ריכטער ראזענוואסער, און איז פארשטערקערט געווארן ווען די ארונים האבן פארלוירן אין אפעלאט און האבן עס דעמאלטס נאכאמאל בגניבה איבערגעשריבן און ארויסגעשווינדלט און נאכדעם זענען זיי נאכאמאל געגאנגען אין געריכט אין אראנדש קאונטי שלא ברשות בי"ד צו ריכטער אוען און ריכטער אוען האט עס ארויס געווארפן זאגנדיג אז ער וויל נישט אויסזעהן ווי ראזענוואסער, און דערנאך האט מען געעפענט נאך פרישע קעיסעס שלא ברשות בי"ד אין אראנדזש קאונטי ווי די ארונים האבן ווידעראמאל פרובירט בעקיפין ארויסצובאקומען א באשטעטיגונג אויפן שווינדל, דאן האט קהל געזעהן אז אין לדבר סוף האט מען פארלאנגט אז די אלע פריש געעפענטע קעיסעס זאל מען דן זיין אין ברוקלין, למעשה איז אפילו אין ברוקלין נישט געגאנגען אינגאנצן וויאזוי קהל האט געוואלט, ווייל די ארונים האבן דא אין ברוקלין געטענה'ט אז מען דארף ארויסווארפן די אלע קעיסעס וואס זיי אליין האבן געעפענט... און עס נעמט לענגער און שווערער ווי מען האט געוואלט, און במילא ציעהט זיך דאס נאך ביז היינט און איז צוריק אנגעקומען קיין אראנדזש קאונטי, ב"ה נישט אויף דעם אופן פון א יאר צוריק ווען די ארונים האבן עס אנגעהויבן און זענען געגאנגען בעקיפין מיט א טריק, נאר אויף אן אפענעם אופן וואס ווייזט קלאר וואס דער סכסוך איז, הגם עס איז נאך אלץ אין אראנזש קאונטי, און די רעזולטאטן קען מען ממש פאראויס זאגן, איז עס אבער נאך אלס בעסער און לייכטער ביים אפעלאט אויפן אפענעם אופן.
לגבי די אויבנדערמאנטע השתלשלות שרייב איך מיין תגובה, און לגמרי נישט לגבי דעם רשעות פון נישט מקבר זיין א מת ווי עס קומט זיך אים
תוקן על ידי א_צווייטער ב- 25/08/2009 22:37:36
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 23:25 |
|
| |
[quote]דער בעבי האט נישט קיין פראבלעם מיט טרינקען אידיש בלוט
ער האט נאר איין אין איינציג פראבלעם אז די וועלט וועט וויסען דערפון
מיט איין זאך וואלט איך מיך מחולק געווען,
אוך האב שוין געהאט אפאר בעביס בלעה"ר,
אוך געדענק נישט איין בעבי וואס זאל זיין אזוי שלעכט,
אויב האט עס האט געהערט, ווי איינער וויינט, האט עס מיט געוויינט,
אזוי ווי די מצרים האבן געטון, ווען זיי האבען געזיכט די קינדערליך, כדי אריין צו ווארפן און וואסער,
האבן זיי זיך באניצט מיט דעם טאקטיק,
מה שאין כן אינזער סבלן, קען יא סובל זיין ווען יענער וויינט,
איך וואלט ענדרשט געזאגט, אזוי ווי יענע ראש ישיבה האט געזאגט, פאר א טאטע וואס האט זיך אפגערעט,
אז זיין בחור איז אראפ פון זינען,
פרעגט דער ר"י וואס הייסט?
ענטפערט דער טאטע, לעצטנס האט ער זיך גענימען עסן חזיר און טאנצן בתערבת נשים,
זאגט דער ר"י, פאר דעם איז ער נאך נישט "משוגע געווארן",
דאס הייסט ענדרשט א "שייגץ געווארען",
יא יא ווען ער טאנצט מיט חזרים און ער עסט............ ביסטו גערעכט,
דאס זעלבע איז מיט חתן דינן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:00 |
|
| |
also, mr. tzweiter according to you, is not farmeglich a shakren when he writes that the 50,000 were supposed to be a payment????
also, did you see that the words shturei birurin dont exist in his whole eshkol?
you also agree it was shturei birurin, just claim the nusach was not something he could agree on. thats also shturei birurin not a ksav mechila. am i wrong? if yes please tell me why?
shkoach
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:02 |
|
| |
איך זעה נישט אז דיין קשיא זאל זיין אזא גוטס אז דו זאלסט דיך פארהוילן פון וואס איך האב געשריבן אויבן
איך האב שוין געשריבן אויבן און דאס איז א זאך וואס איז וואויל באקאנט פאר יעדן אז דא שלאגט מען זיך שוין כמעט צען יאר איבער שטרי בירורין און נישט כשמתו מוטל בפני, און דעם באקאנטן סטעיטמענט פון א טראפעלע טינט פון א קליין פעדערל, מיט וואס עטס האטס פרובירט צו בארעכטיגן דאס בלוט צאפן און רשעות, איז פון ר' שאול שוין פאר עטליכע יאר צוריק בנוגע שטרי בירורין,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:06 |
|
| |
with all due respect,
you did not answer my question
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:08 |
|
| |
נעבעך זעט טאקע אויס,
אזוי ווי פארמעגליך זאגט,
אז די רבי איז א שוטה רשה וגס רוח,
און אלע חסידים דארףן דאס פאר ענטפערן,
סופו של דבר,
אז אלע חסידים ווערן שוטים ורשעים,
און ווען מען רעד מיט אן ארוני לגבי די פרשה,
זעט עס אויס גענוי ווי מען לערנט מיט א גוי ברטנורה,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:10 |
|
| |
מר. גימפעלע שעפעלע
איך שרייב נישט דא בכלל וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, און איך באשטעטיג און איך לייקן נישט גארנישט,
איך שרייב נאר לשיטתכם, אפילו לויט וויאזוי עטס שרייבטס זעה איך נישט וואס ר' שאול האט נישט גוט געטוהן אדער פארוואס ער האט זיך געדארפט ברעכן, און אוודאי זעה איך נישט אין דעם קיין שום בארעכטיגונג צו מבזה זיין דעם נפטר און גנב'ען זיין חלקה און מצער זיין די צעברכענע משפחה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:16 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | with all due respect,
you did not answer my question
|
|
ווען איך האב געשריבן די ערשטע תגובה האב איך נישט געזעהן דיין ענגלישע תגובה, און ווען איך האב געענטפערט דיין ענגלישע האב איך נישט געהאט באמערקט דיין יעצטיגע תגובה,
ווי עס זעהט אויס ווען דו שרייבסט איין זאך פארגעסטו פון וואס דו האסט געשריבן אויבן, אינטערעסאנט איז אז איך האב דאס שוין פריער באמערקט אזוי ווי איך שרייב אין מיין פאריגע תגובה
אנטשולדיגט איך בין נישט קיין פראפעסיאנאלע טייפער, און אסאך מאל ווען איך ענטפער זעה איך נאכדעם אז מען האט שוין אריינגעהאקט אינצווישן, דעריבער האב איך דיר יעצט גע'קוואוט, זיכער צו מאכן אז דו זאלסט ח"ו נישט קיין טעות האבן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:17 |
|
| |
mein teirer tzweiter,
you wrote it as a response to my question asking what the story was. just scroll up the page and you will see what you wrote.
bottom line is farmeglich a shakren for writing the $50,000 were demanded as payment? please reply clearly, shekoach
sorry for writing in english dont have yiddish on the keyboard i am now at
|
|
|
|
|