אוי זענען זיי זיס,
איינער א שמעון93 שרייבט אין זייער פורום:
ס'איז אינטערסאנט אנצוצייגען.
דאס עפ"כ וואס ער האט ממש פאראיאר, געצאלט זייער אסאך געלד, זיך צו קויפן א חלקה לעבן זיינע ברידער'ס,
איז געווען אן ערנסטע דיון צווישן די קינדער איהם צו לייגן אין די נייע חלקה.
זעט אויס אז ריאלעטי האט געזיגט, אז אויב מ'האט געצאלט אסאך געלד, און ס'איז זייער א שיינע פלאץ, באלאנגט ער דארט,
אבער מ'זעט ווי אזוי זיי האבן אויפגערעגט יעדן נארמאלען מענטש, אזש אזוי ווייט אז זיי האבן געהאט אפי' אזא הו"א.
אלזא, עס שטימט אלעס,
מיין נעפיו רופט מיך היינט אן פון קווינס קעמפ און דערציילט מיר מיט עקסיידמענט
אז היינט 10 פארטאגס קומט דער רבי (ר זלמן לייב) אריין אין בית המדרש מיט נאסע פיאות
און דערציילט אז ער האט זיך געחלום'ט אז דער דברי יואל איז געקומען צו עהם
בהקיץ און געזאגט אז ער וויל מופן צום נייעם פאללאק בית החיים,
נו, וואטס דע פראבלעם? געב איך עהם א פרעג,
זאגט ער מיר, יא, ווען איך וואלט געווען אינגער מיט אפאר יאר וואלט
טאקע נישט געווען א פראבלעם, נאר היינט אויף דער עלטער איז עהם
פשוט שווער א מופן, זאג איך עהם, הע, נאו פראבלעם,
וויגדער מיט יאנקל יאקאבאוויטש וועלן דיר העלפן ס'וועט נישט זיין
אזוי שווער, זאגט ער יא יא, מיר וועלן זיי העלפן, אבער פארגעס נישט
איך האב דאך די רעבעצין לעבן מיר, איך קען איר נישט איבערלאזן ביי די אהרונים,
האב איך עהם געזאגט נישט געזארגט, זיי וועלן איר געוויס אויך מיטנעמען,
זיי וועלן איר זיכער נישט איבערלאזן אליינס, און וואס וועט זיין מיט דיין טאטע
מיין נעפיו דער ברך משה, אן עהם גיי איך נישט, דא האב איך שוין נישט
געוויסט וואס צו ענטפערן, ווייל איך ווייס אז מיינע חסידים וועלן קיינמאל
נישט וועלן ליגן אין אונזער נייעם פאללאק בית החיים אויב דער טאטע
וועט אויך מיט קומען, און ס'איז טאקע גארנישט געווארן דערפון,
אבער עכ''פ זעהם מען די חשובות פון אונזער פאללאק בית החיים
אז דער רבי זי''ע האט אפילו געהאט א הו''א אריבער צו מופן...
 |
|
|