בית פורומים אחים אנחנו

"בלאט" אפיס: שמואל (משכיל) ווידער שרייט קולות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2009 02:48 לינק ישיר 
"בלאט" אפיס: שמואל (משכיל) ווידער שרייט קולות

אינערהאלב די "סלאט" אפיס איז אנשטאנען א מחלוקה, א גרויס געפעכט ווי אזוי מ'זאל באשרייבן און דעקן די נייע קידוש בית החיים און די פערלשטיין טראגאדיע.

שמואל (משכיל) ווידער, מיט מאטעס דויטש, וועלכע האבן מאבאליזירט דעם באקאנטן "זשוליאני08" פון כל העולם כולו, ר' מרדכי רייזמאן'ס ארבייטער, ווילן שרייבן בנוסח פרשת "ארי' לייב גלאנץ" מיט א ספעציעלע ביילאגע מיט א קעפל "גזלנים חמסנים", און אטאקירן ר' שאול פערלשטיין, סאטמארער רבי, אז זיי זענען געווען די גרעסטע אכזרים פונעם נפטר.

פון צווייטן זייט איז געקומען א פרעצעדענטלאזע פאדערונג פונעם דיין ר' געציל בערקאוויטש, אז מ'זאל גארנישט שרייבן איבער דעם ענין, נאר באשרייבן דעם נפטר ותו לא.

היינט מיטאג האט שמואל ווידער געשריגן, ווילאנג אין בין דער רעדאקטער וועל איך איינטיילן ווי אזוי צו באשרייבן די פרשה, ר' געציל דער זאלי וועט מיר נישט זאגן וואס צוטאן.

וואס איז עפעס ר' געציל ארויס פון די כלים, וועט דער ציבור וויסן ביז געציילטע וואכן, פרטים יבואו!

ווי עס קוקט אויס וועט, שמואל ווידער, מיט מאטעס, מיט לייבוש בריסק, אויספירן.



תוקן על ידי yuchw ב- 26/08/2009 2:45:03




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 03:06 לינק ישיר 

אפילו מיילעך דייטש פאקט איין פאר שמואל משכיל (רבי_יונה).

ער ציטערט פשוט פון אים אז ער גייט עפענען אן אייגענעם "הלבנת פנים" צייטונג וואס זאל זיין צום געשמאק פונעם געוועזענעם ק"י רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 18:43 לינק ישיר 

ר' געציל איז נישט מוותר, און האט נאך היינט פרובירט צו אפהאלטן שמואל ווידער פון זיינע שייגעץ שטיק, אבער עס האט נישט געהאט דערוויל קיין השפעה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 19:35 לינק ישיר 

די מנובלות וואס שמואל משכיל שרייבט אין זייער פאראם.

למען האינטרעסאנטקייט!!!
היינט אינדערפרי בין איך נאך געווען אין קאנטרי,
פארן דאווענען גיי איך אין די מקוה טרעף איך דארט
א ידיד א גרויסער זאלי וואס האט פרייטיג צוזאמען געשאלטן
אונזער רבי שליט''א מיט קללות נמרצות, און האט געקלעימט וויקטארי,
ער האט געשריגן אז מיט זייער בית החיים האבן זיין גאר געווינען,
OK זאל זיין אזוי, אז יענער פריידט זיך, איז דאך גיט, איך פארגין דאס עהם,

נו, היינט אינדערפרי טרעף איך דעם דאזיגן ידיד אין די מקוה,
און אזוי ווי מיר זענען דארט געווען אליין הייב איך אן צו רעדן מיט עהם
על דא ועל הא, אזוי ווי גיטע ידידים,
אויף איינמאל האט ער עקספלאדעט,
ער הייבט אן צו שעלטן זיין ראש הקהל שאול פערלשטיין
און האט זיך נישט בארוהיגט ביז ער לאזט ארויס היבשע קללות
על חשבון פון משה גבאי און פון זיין הייליגן רבין זלמן לייב,
בנימין (איך שרייב נאר דעם ערשטן נאמען) וואס איז געשעהן,
איך הער גיט אדער חלום איך,
פרייטיג האסטו טראפייטערט מיט דיינע נצחונות און אצינד ביסטו
אזוי דערביטערט, וואס איז געשעהן?

זאגט ער מיר, איך וועל דיר דערציילן א מעשה,
אמאל איז געווען א איד, א חשובער איד, א תלמיד חכם און א עושר
א איד וואס יעדער האט געשעצט און רעספעקטירט,
נו, דער איד איז אלט געווארן, און קפצה עליו זיקנה,
און וואס זאל איך דיר זאגן, (איך וועל פראבירן איידל צו זאגן
ווי ווייט מעגליך) דער איד איד האט זיך ליידער נישט געקענט קאנטראלירן,
ס'האט ביי עהם ליידער גאנץ  אפט געמאכט א עקסידענט, (ווי מען רופט דאס)
ער האט זיך ליידער...  באמאכט... דאס האט ליידער פאסירט גאנץ אפט,
און ס'האט גורם געווען  געוואלדיגע בזיונות פאר דעם איד און פאר די גאנצע משפחה,
מען האט פראבירט מסביר זיין פאר דעם איד אז ווי באלד דאס פאסירט
זאל ער תיכף מודיע זיין פאר די נאנטע, און זיי וועלן עהם אפקלינען
אזוי אז דע פרעמדע זאלן נישט דארפן ארויס לויפן פון שטוב,
נו, דער איד האט זיך זייער געשעהמט, און קיינמאל נישט געזאגט,
פארשטענדליך, די ארומיגע האבן דאס געשפירט און דאס האט גורם געווען
פיל צער און עגמת נפש פאר די משפחה, די בזיונות זענען געווען געוואלדיג,
ביז א קלוגער איד איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט פארגעשלאגן אז
דער איד זאל נישט דארפן זאגן אז ער האט זיך ...באמאכט, נאר מען וועט מאכן אזא
קאוד, דער איד וועט זאגן, הערסטו משה, איך האב געווינען די לוטו,
און די משפחה וועט פארשטיין און מען וועט עהם ארויס טראגן און אפקלינען
אזוי אז פרעמדע מענטשן זאלן נישט כאפן, דער פלאן האט זייער גיט געארבייט,
אזוי ווי דער איד האט געשפירט אז אופס... ס'האט פאסירט, רופט ער זיך אן
אז ער האט געווינען די לוטו, און די משפחה האט געטריי קער גענומען אויף עהם,
צוביסלעך איז דאס באקאנט געווארן פאר אלע נאנטע מענטשן אפילו אין בית המדרש
ווען ער האט זיך אנגערופן אז ער האט געווינען די לוטו האט מען געשווינד גערופן זיין זוהן
און מען האט קער גענומען אויף בכבוד גדול,

ויהי היום און דער בוטשער (איך ווייס נישט וועלעכער צו מיט די צומת הגידין צו די אנדערע)
שיקט אהיים דעם פלייש ארדער צו דעם איד מיט זייער שיק יונגל, וואס איז געווען אזוי ווי
מען זאגט, נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נער, און ער הערט פונקט ווי דער
איד רופט זיך אן צו זיין בני בית, שרה!, איך האב געווינען דעם לוטו, זאגט זי צוריק, מזל טוב
שוין דאס צווייטע מאל די וואך, נו, מער האט נישט אויסגעפעלט, אונזער דעליווערי בוי לויפט
גלייך אין בית המדרש און מיט עקסיידמענט שרייט אויס רבותי ר' ישעי' האט געווינען די לוטו
און שוין דאס צווייטע מאל די וואך וואס ער האט דאס געווינען, דער עולם הייבט אן לאכן און
חוזק מאכן פון עהם, און ער שווערט זיך אז ער האט דאס אליין געהערט און וואונדערט זיך
פארוואס מען לאכט פון עהם, ביז איינער א געשוועסטער קינד זיינער נעמט עהם אינדערזייט
און זאגט עהם, נפתלי, דער ר' ישעי' האט נישט געווינען קיין לוטו, דאס איז נאר א קאוד אז ער
האט זיך ליידער באמאכט, נאר כדי ער זאל זיך נישט פארשעמען האט מען אפגעמאכט אז
ווען ער זאגט אז ער האט געווינען די לוטו זאל מען פארשטיין אז באמת האט ער זיך באמאכט,

כן הדבר הזה, זאגט מיר אונזער ר' בנימין, מיר זאלונים האלטן זיך אין איין באמאכן, מיר כאפן
פליקעס רעכטס אין לינקס, מיר ווערן טאג נאך טאג מושפל עד שאול תחתי', נאר מיר שעמען זיך
צו זאגן אז מיר האבן זיך באמאכט, האבן מיר אפגעשמועסט אז מיר וועלן רעדן אזוי מיט א קאוד,
אזא מסווה א פארשטעלוכטס, מיר וועלן זאגן "מיר האבן געווינען" און אלע היימישע וועלן
פארשטיין אז דאס מיינט אז מיר האבן זיך באמאכט, נו, וואס זאל איך טוהן אז ס'קומען אריין
אפאר פרעמדע וואס ווייסן נישט פון אונזער אפמאך, און זיי מיינען אז מיר האבן טאקע געווינען
דעם לוטו, ניין, מיין פריינד, איך און דו ווייסן דעם אמת, אז ווען איך שריי אז מיר האבן געווינען
האבן מיר זיך עכט באמאכט... ודפח''ח.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 19:55 לינק ישיר 

שמואל ווידער, פאר אזא משל קומט זיך דיר אזאנס:  ווייל וויפיל איך האב פרובירט מיט אלע וועגן, צו דרייען די מעשה אויף די ארונים, איז עס פשוט נישט מעגליך געווען. מען קען פשוט נישט שרייבן אויף אלישע שמואל דעם טאשן שניידער אז ער האט זיך באמאכט, ווייל עס שטימט פשוט נישט.
און צו שרייבן אז די ארונים האבן זיך באמאכט פאריגע וואך פאר די גאנצע וועלט מיטן מבזה זיין א נפטר, קען אויך נישט שטימען, דעריבער שמואל, האסטו נאך איינס:



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 11:45 לינק ישיר 

...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 16:40 לינק ישיר 

שחמט

דער שרייבער פון די סארט ארטיקלען איז נישט שמואל ווידער

נאר דעם לעלוב'ער רבינ'ס איידעם וועלכער וואוינט און בארא פארק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 17:02 לינק ישיר 

שמואל ווידער האט געווינען

דער בלאט האט א ביילאגע "קול סאטמאר", ווי זיי זענען מצדיק די מעשי נבלה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 20:02 לינק ישיר 

     



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 21:17 לינק ישיר 

איך האב נאכנישט געליינט די בלאט נאר אביסל געבליקט און די קול סאטמאר, אינטערעסאנט איז אז די טענות אז זילא איז נישט געווען א אויסגעצאלטע מעמבער איז היינט אינדערפרי געווארן, און דערנאך איז רוב טענות נישט געווען בנמצא ביי די ארונים ביז נעכטן, און דריטנס ווען זיי קומען לייקענען די טייערע בחורים'ס זינגעריי דארט ווערט מיר מופרך די גאנצע זאך למפרע, (נישט אז אנדעם גלליב איך עס יא, נאר איך מיין צוזאגן אז דאס איז א ראי' וויי ווייט זיי קענען וואקן און די וואנט מיט זייער שקר, אז אפילו א מראה וואס הטנדערטער יודן האבו מיטגעהאלטן לייקענען זיי אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > "בלאט" אפיס: שמואל (משכיל) ווידער שרייט קולות
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext