יעדע'ס יאר ווען ס'קומט די הייליגע טעג, איז פאר אינז א קורת רוח, אז ביי אינז אין ביהמ''ד ביי די תפילות פין רבינו שליט''א, זינגט מען די ניגינום וואס ווערן פארפאסט דורך דעם לאנג יאריגען משורר פין אינזער הייליגע קהילה, אין האט נאך געהאט די זכי' צו זיין בעל קורא אין צו קאמפאזען ניגינום וואס זענען געזינגען ביי רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע ולאחריו ביי רבינו בעל ברך משה זי''ע,
הרה''ח ר' יודל אלץ משורר אין בעל קורא איז פאר אינז א געוואלדיגע שטאלץ זייענדיג א אייניקעל פינעם לאנגיעריגען משורר הרה''ח ר' אברהם וועצב''ג ז''ל אין א זון פינעם הרה''ח הישש ר' יקתוא' הערש שליט''א, פין די לעצטע תלמידים פין רביה''ק בד''י אין קראלע (וואס אפי' שלמה יענקל איז בע''כ מודה), א באקאנטער יר''ש מרובים,
ע''פ רוב נעמט ר' יודל אלטע תנועות אין שטעלט צאם פין דעם נייע ניגינום, אין דאס זינגט מען ביי די הייליגע טעג, אין ביי הייליגע הקפות אין א גאנץ יאר, אין די זעלבע עבודה לייגט ער אראפ ביי די הנרות פין רבינו שליט''א.
מיר געדענקן נאך ווען די פארשעמטע קליקע האבען געמיינט אז פאר זייער פאליטיק גייט ער אנקומען דארט ווי זיי האבען געוואלט רבינו שליט''א זאל אנקועמן, אזש דער ראש זייערער האט זיך אויפגעשטעלט אין זשופניק אין האט פערזעליך אטאקירט ר' יודל...
למעשה איינער ווייסט פארוואס די לעצטע פאר יאר זאגען זיי נישט אויס ווער ס'מאכט פאר זיי די נגינום (ר' אלימלך ווצב''ג, מאכט עס נישט ציליב די שטרענגע אזהרה פין זיין טאטע) אין פארוואס יעדע תנועה איז צאמגעשטעלט פין קאלבאך'ס אלטע תנועות... אין דאס זינגט מען דארט אין די הייליגע טאג....ה''י
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וכו'
 |
|
|