פינעם ניק גענוי אין זאלי פורום:
אומעטום האט מען זיך איינגערעדט אז דער איד וועט אוודאי האבן מאחורי הפרגוד נייעס, באריכטן און נאך פארשידענע פאקטן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ארום די בית החיים פרשה, אבער ווער עס האט איבער געבליקט דער איד האט זיך הלויז אנגעשטויסן מיט די זעלבע ווילדע לשונות און קראקעדיעל טרערן וואו דער גנב וואס מען האט געכאפט ביים אינטער טירל מיט די גניבה, און פרובירט צו פארענטפערן זיינע ווילדע שריט, מיט די זעלבע געוויינעריי וואס עס איז במילא באוואוסט ביי אלעמען אז דער גאנצער פארטיי בא באשטייט פון א וואקלדיגע פארטיי אן דאס מינדעסטע ווארעמקייט נאר מען האט זיך גרופירט ארויסקומענדיג פון די בונקערן און מען גייט אטאקירן און טרעפן ווען אימער און וואס אימער שמוץ אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר און זיינע צענדליגע טויזענטער חסידים פוןאיבער די גארער וועלט וואס ווער עס איז א שטיקל בער דעת ווייסט גענוי וואס עס שפילט זיך אפ הפאר אונזערע אויגען, די פילצאליגע שונאים דערהייבן נישט דער הרחבת גבולי הקדושה, דער תורה'דיגע מאכט און די צענדליגע אויפטוהן וואס קומען ארויס פון מהר"א מסאטמאר וואס אויב מיר וועלן אריינגיין דערין וועלן מיר קיינמאל נישט ענדיגען ווייל מארגען וועט זיין פרישע אויפטוהן וואס האלט און איין ווערן גערימט און געלויבט אין די רבנישע קארידארן און איבער דער גאנצע וועלט, און דאס בעסטע באגריסונג דערצו איז די פילצאליגע שומפערייען אין ריכטונג פון מהר"א מסאטמאר וואס אויב וואלט מען בלויז געשומפט אנטקעגען יחדים וואלט מען געקענט טראכטן אז יענר איז אנגעווייטאגט צוליב פריוואטע אינטערעסן אדער ווייל ער האט נאכנישט און וויל נישט הערן דעם אנדערן זייט מטבע, אבער מען קען זעהן אז אומעטום ווי עס קומט נאר פאר א סיטואציע ווערט עס ארויפגעלייגט אויפן נאמען פון מהר"א ער האט געטוהן ער האט געזאגט ער האט פארלאנגט געלט פון די פאמיליע, וואס בשעת די אלע שומפערייען ווערן געריבן און געלופטערט האט ער זיך שוין געפינען אין טעקסעס, וואס בשעת די שומפערייען ווערן געשריבן זיצו הינדערטער און אפשר טויזענטער יונגעלייט ארום די וועלט און לערנען דורך שטקער גמרא און ראם פון דער היסטארישער חבורת יסודי התורה און אלעס אין זכות פון דער מנהיג ישראל מהר"א מסאטמאר וואס האט שוין אין די צייט געשפארט און שפארט א יעדע מינוט טויזענטער און טויזענטער אידיש געלט מיט די היסטארישע איינפיר פון די חתונה תקנות וואס ווערט נאכגעטוהן און נאכקאפירט ביי פרעמדע שיכטן און קרייזן.
יא! יא! סאטמאר'ע חסישדים זענען גרייט צו ענטפאנגען מיט ליבשאפט די פילצאליגע בליטיגע שפיזן וואס וערן אויסגעשאסן און זייער ריכטונג דורך די ליידיגע אומבאהאלפענע זעלנער אויפן "מחלוקות-פראנט" און וואו האט ער געזאגט: דער הינט בילד, און דער באן פארט ווייטער... און איך לייג צו : און מען גרייכט הינדערטער דעסטינאציעס מיט היסטארישע אויפטוהן
 |
|
|