אזוי ווי די זאליס ווארט זאגער אין פראפאגאנדע מינסטער (פין וועם דער געוועזנער איראקער פראפאגאנדע מניסטער קען זיך פארשטעקן ווען) דער בעקער ר' פארמעגליך איז שנעל באויפטראגט געווארן צו טוהן זייער פי אר ארבעט, אין פארקויפן פאר די אינגעלעך לאקשען אין זיי בארועגען אויף דעם וואס זיי האבן געמוזט עפענען א בית החיים מאחורי הגדר, דארט ווי מען פלעגט אין אלע צייטן לייגען די אידן וואס מען האט נישט געוואלט לייגן ציזאמען מיטן ציבור. און גיסן פעך אין שוועבל מיט שקרים וכזבים אויף קהילותינו הק' בכלל אין אויף די ראשי הקהלה וחברה קדישא אין רבינו שליט"א בפרט. אויך האבן זיי נישט אויסגעלאזט די געטרייע חברה הצלה אין זיי אויך באגאסען מיט בילבולים.
איבער די פרשה ווען א טאטע האט פאר זיין אייגענע אינטערסען מקבר געווען זיין חשובן זוהן ז"ל, אין א מאחורי הגדר ביה"ח, ניטאמאל האט ער איין מנוט געטראכט אז ס'איז עפעס אן אות פין הימל עפעס וועקט מען דא אין ראש חודש אלול, קען ער דען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, אדער אנשטאטס ער זאל טראכטן לאמיך מיך אויפוועקן אין טוהן עפעס א תשבות המשקל אין טוהן וואס די תורה הייסט ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ניין ח"ו ער וועט נישט גיין צי דין תורה. נאר ער האט אים מבזה מיט א בזוין שאין לו תרופה.
איז ווי יעדער ווייסט לעצטענס האבן די זאליס א נייע אפגאט וואס הייסט פארמעגליך אלעס דרייט זיך ארום אים, פארמעגליך זאגט פארמעגליך שרייבט, ווי מען ווייסט שרייבט ער לעצטענס ווי ער רופט עס די "היסטאריע פין די חלוקה אין סאטמאר" באגלייט מיט זיינע געבעקס אין שקרים וכזבים, אין פארדרייטע פאקטן, איז יעצט אז זיי האבן זיך געזען אז מען דארף די קינדער בארועגען מען דארף אויפקומען מיט געבעקס אין שקרים האבן זיי אים געהייסן ארויס קומען מיט פרישע ארטיקלן, איז יעצט ווען יעדער געדענקט נאך די פאקטן אין יעדער ווייסט דעם אמת ווי די גמרא זאגט אין קידושין מד. ס'איז נאך כמין ימא לטיגני, מיט דעם אלעם שעמט ער זיך נישט אין שרייבט שקרים אין פארדרייט די פאקטן, האב איך מיר גענומען די מיה אין געמאכט אביסל הגהות עד שידי מגעת איך האב דאך נישט אזויפיל צייט אין איך באקום נישט באצאלט אזוי אים, ותן לחכם יחכם עוד ווער עס האט נאך עפעס צוצולייגען ווערט געבעטן צוצולייגען, ומכאן על הכלל כולו יצא, וויפיל אמת עס ליגט אין זיינע ארטיקלען.
פארמעגליך שרייבט דעם כנאראלאגישען דאנערשטאג שופטים
איידער איך נעם איך באשרייבען דעם ביטערען טאג פון דאנערשטאג פ' שופטים, ווען עס איז נפטר געווארען אזוי פלוצלונג איינער פון די יקירי קרית יואל, פארלאנגט זיך א שטיקעל הקדמה.
דער טאג איז איינע פון די היסטארישע טעג אין די מחלוקת פון סאטמאר וואס גייט שוין אן פאר יארען לאנג. דער טאג האט אפיציעל ארויס געברענגט פאר די גאנצע וועלט אז די גאנצע ארונישע פארטיי און זייער ישיבה אין קרית יואל, זענען געווארען ברוטאלע בעסטאליטעטען וואס אזא סארט בעסטאליטעט האט מעגליך נישט געהאט אאזנס אין עבר. עכ"פ נישט וואס איז פארשריבען געווארען אין די ביכער.
די גאנצע ארונישע פארטיי וואס ווערט אנגעפירט דורך ר' אהרן און זיינע יועצים האבען זיך אפיציעל דערקלערט אלס אזאנע וואס פארמאגען נישט קיין טראפ פשוטע מענטשליכקייט און כל שכן וכל שכן, קיין אידישע הערצער.
ר' אהרן מיט זיינע יועצים ווי דוד עקשטיין, אלישע שמואל האראוויטץ דער בארימטער טאשען שניידער, מרדכי לייב גליק און גדליהו סעגעדין דער ווילידש קלוירק, האבען געוויזען אז זיי פארמאגען הערצער פון שטיין און מוחות פון שטוהל.
זיי האבען זיך רואיגערהייט צונויף געזעצט דאנערשטאג פ' שופטים אינדערפרי, נאכדעם וואס זיי האבען געהערט אז זילו פערלשטיין איז געשטארבען היינט פארטאגס פון א הארץ אטאקע און איבערגעלאזט א שטוב מיט פיצלעך, און געמיטינגט וויאזוי מען גייט דא ווייזען פאר אלעמען ווער עס איז דער אמתר בעל הבית. מען גייט דא שטעלען א פרעצעדענט פאר גאנץ סאטמאר אז יש מנהיג לבירה. זיי האבען באשלאסען אז אזא גוטע געלעגענהייט ליכא מתרחש בכל יום, עס מאכט זיך נישט אפט אזא טראגעדיע און דערצו ביי א זון פון ר' שאול פערלשטיין, איבערהויפט ווען דער נפטר אליין איז געווען א פון די "זאלי" גרינדער אין קרית יואל, און דערפאר וועט איצט זיין "פעיבעק טיים", איצט איז די צייט צו באצאלען נישט נאר פאר די פערלשטיין משפחה, נאר אויך פאר ר' זלמן לייב און פאר אלע זיינע חסידים.
די פשט פין כל הפוסל במומו פוסל, איז אז ווען אייער וויל באקען א מעשה אויף א צווייטען טראכט ער נאר ווי אזוי ער וואלט ווען געטון ווען די מעשה איז ווען מיט אים וכדומה, די זעלבע דא אויך די בעקערס ווייסען אז הגז"ל די בעל תשובה לא מהני איז א גאנצען טאג פארנומען מיט אלע פאליטיקס אין מיט די קאורט'ס אין יעדע רשעות וואס ווערט געטוהן דורך זיי ווערט אויסגעפלאנט אין אדורך געשמוסט מיט אים ביי אים אינדערהיים, ווייל לערנען האט ער דאך נישט קיין געדולדט מוז ער דאך האבן מיט וואס אדורך צי שטיפען דעם טאג, על כן ווען זיי באקען דא א מעשה איז עס אויף די זעלבע גאנג ווייל זיי פארשטייען נישט אנדערשט, איך האב אבער פאר ענק נייעס אז ביי אונז ווי יעדער ווייסט איז גאנץ אן אנדערע מסכת, רבינו שליט"א לאזט איבער די אלע זאכן פאר די ראשי הקהלה אין די חברה קדישא וכדומה, נישט ס'אינטרעסיערט אים וואס זיי טוהן אין ער האט נישט קיין צייט דערצו ער איז ב"ה פארנומען פין צופרי ביז באנאכט מיט זיין עבודת הקודש, על כן נעקסט טיים ווען די ווילסט באקען א מעשה טריי אז די מעשה זאל שטימען מיט די מציאות.
וויאזוי זיי האבען דאס באוויזען, אט ליינט דעם כראנאלאגישען סדר היום פון דעם שווערען טאג פאר די קרית יואלער איינוואוינער בפרט און פאר סאטמארער חסידים בפרט. אבער נישט פאר אלע קרית יואלער איינוואינער און נישט פאר ר' אהרן איז דער טאג געווען א ביטערער. פאר ר' אהרן מיט זיינע מענטשען און פאר די בחורים פון זיין ישיבה איז דער טאג געפראוועט געווארען מיט פרייד, מיט געזאנג, מיט קלאטשערייען, און פול מיט נצחונות.
אזוי האט זיך דער טאג אנגעהויבען.
מרת פערלשטיין האט זיך אויפגעוועקט פארטאגס האלבער זעקס און נישט געזען איר מאן ר' עוזיאל אין בעט. זי איז געגאנגען אים זוכען אין הויז און אים געטראפען האלב ליגענדיג אויפן קאוטש אונטען אין דיינונג רום. ווען זי האט פראבירט אים צו וועקען האט זי געזען אז ער ענטפערט איר נישט. ער האט נישט ריספאנדעט. זי האט גערופען די הצלה ד'קרית יואל און גלייך נאך זייער אנקום האבען זיי ליידער נישט געהאט וואס צו טאן נאר אים צו דערקלערען נישט לעבעדיג. ער איז פלוצלונג נפטר געווארען, אנגעבליך פון א מאסיווען הארץ אטאקע. ער איז געווען א געזונטער מענטש, א ענערגישער מענטש, אבער זיינע יארען האבען זיך היינט פארטאגס אויסגעלאזט.
קרית יואל האט אין די שעהן פארלוירען איינע פון אירע שענסטע תושבים. ר' עוזיאל איז געווען פון די גרעסטע בעלי חסד אין קרית יואל, איינער וואס האט נאר אינזין געהאט אנדערע אידען, איינער וואס איז יעדען טאג פון די וואך ארום געגאנגען נאך געלט מיט אידען וואס האבען אים אפילו נישט געקענט, און נאר ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין קרובים אין קרית יואל האבען זיי אנגעטראפען זילו, וועלעכער איז געווען א קרוב מיט יעדען איד בכל מקום שהם. ער איז טאג און נאכט געגאנגען נאך געלט. מען קען אויף אים זאגען אז ער איז געווען א לעגענדארער בעל חסד. ער פלעגט אונטערשטיפן טויזענטער דאלארען פאר ארימע קרית יואלער איינוואינער וואס האבען נישט קיין געלט א שבת און יו"ט אריין צו ברענגען אין שטוב. עס איז איצט נפטר געווארען איינער וואס האט נישט געקוקט אויף קיין פאליטיק ווען עס איז געקומען פאר מעשי חסד, ער האט יעדען איד ארויסגעהאלפן מיט וואס ער איז נאר געווען אין יכולת. עס איז איצט נפטר געווארען א איד וואס האט זיך פארחובות'ט פאר אידנס וועגען, איינער וואס האט קיינמאל נישט געזאגט ניין פאר א איד, און פאר קיין שום איד, און אפילו פאר ר' אהרןס א מענטש.
איצט האט זיך אנגעהויבען א געשיכטע, וואס טוט מען איצט. מען דארף בעל כרחך אנהייבען צורישען א לויה. אבער וויבאלד דער ר' עוזיאל איז געווען א אויסגעצאלטער מעמבער אין קהל יטב לב וואס איז אונטער ר' אהרן, און אויפן בית החיים האבען זיי זיך דערקלערט בעה"ב, ביז עס וועט אנשטינען ווערען אין געריכט, ח"ו דורך א דין תורה מוז מען איצט אונקומען צו זיי.
אפילו לשיטתך אז ער איז געווען א אויסגעצאלע מעמבר בקהילותינו הק', א מעמבער מיינט נאכנישט אז מען האט א זכות קבורה אין ביה"ח אין קרית יואל, יעדע מעמבער האט א זכות קבורה אין בית החיים אין נוי זושערזי, אויב וויל מען קומען לקבורה אין ביה"ח אין קרית יואל דארף מען נאכקומען די תקנות הקהלה ווי למשל האבן א בארד, די ווייב זאל נישט גיין מיט ביי האר, וכדומה, אין קהל דארף באשליסן צי דער נפטר איז ראוי צי ליגען דארט, אין ועל כולם מוז מען קויפן א קרקע וואס לאחר המעשה קאסט דאס 10 טויזעט דאללער. על כן ווייס איך נישט מיט וואס זיי שרייען אז ער איז א אויסגעצאלטע מעמבער.
אבער איידער ווי וואס ווען, איז מען געוואיר געווארען אז דער טאטע פון נפטר, ר' שאול פערלשטיין איז אויפן וועג אהיים פון ארגענטינע, ווי ער איז געווען מכובד מיט א סנדקאות אויף א ברית פון א איד וואס איז געווארען אויפגעצויגען ביי ר' שאול, און ער ווייסט נאך גארנישט, און ער וועט הערשט לאנדען אין קענעדי עירפארט אין צען אזייגער און מען דארף ווארטען, דעריבער איז דער שווער פון נפטר, ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש געווען דער וואס האט זיך מטפל געווען.
כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט זיך אין די טעג אויפגעהאלטען אין קרית יואל – ווי ער האט געפראוועט שבת פ' ראה און ווי עס האט באשיינט דעם שבת ר' שאול און זיין זון ר' עוזיאל – האט געדאווענט דאנערשטאג פ' שופטים ר"ח אלול, מיט די בחורים פון די ישיבה קטנה שערי תורה דישיבה ויואל משה אין קרית יואל. זעקס אזייגער פארטאגס האט דער רבי באקומען א טעלעפאן קאל פון ר' יודל דייטש, איינער פון די פירענדע הצלה לייט פון וויליאמסבורג, אז דער בארימטער בעל חסד ר' עוזיאל איז נפטר געווארען. און אז ר' שאול איז נישט אין ניו יארק.
דער רבי האט נאכען דאווענען זיך אנטשולדיגט פאר די ראשי הישיבה אז ער קען זיך נישט צוזאם קלויבען פון די טראגעדיע און ער וועט זאגען א דרשה פאר די בחורים אין א קומענדיגע געלעגענהייט. דער רבי איז צוריק אנגעקומען אהיים אין זיין אכסניא ביי ר' מענדל שווימער, בערך 10:30.
ב"ה ער האט זיך געשפארט א דרשה.... אין די תורה האט זיך געשפארט פרישע פסוקים אין מאמרי חז"ל.
איצט האט מען שוין געהערט אז ר' אהרן און זיינע יועצים, האבען זיך גענומען טאנצען א שדים טאנץ אויפן חשבון פון די טראגעדיע. זיי שטעלען תנאים וואס מען מוז נאכקומען אויב וויל די משפחה מקבר זיין דעם נפטר אין ביה"ח. צוויי הויפט תנאים איז געשטעלט געווארען אין שפיץ: מען מוז באצאלען פופציג טויזענט דאלער פאר די חברא קדישא,
דא האט איר דער בעקער מיט זיין געבעקס, אפי' אין די רעקארד וואס יוסל מסור האט גערופען אין ער האט זיי געגבען די מעשה, שרייבט אויך אז מען האט געבעטן אז זיי זאלן איינלייגען 50 טויזעט דאללער אז ער גייט ארויס פין קאורט אין ער וועט זיך שטעלן צי דין תורה.
און אז דער טאטע פון נפטר ר' שאול אלס פארטרעטער פון קהל יטב לב פון וויליאמסבורג מוז אונטערשרייבען אז ער איז מוותר אויף אלע תביעות וואס קהל יטב לב פון וויליאמסבורג פארלאנגט פון דוד עקשטיין און דער טאשען שניידער אלישע שמואל.
גיין צי דין תורה הייסט מען איז מוותר אויף אלע תביעות???
אוי, איך האב שיער פארגעסען גאר א וויכטיגע פונקט פון דער ברוטאליטעט אין לויף פונעם ביטערען טאג. בערך אכט אזייגער האט זיך אריינגעזעצט ביי ר' יוסף פנחס אין דיינונג רום, משה לייב וויטריאל, דער פירער פון קרית יואל ווילעדש פובליק סעיפטי און דער אויספירער פון אלע רשעות פון דוד עקשטיין און גדלי' סעגעדין. נישט מער און נישט ווייניגער ער האט געשטעלט א תנאי פאר ר' יוסף פנחס אז אויב וויל די משפחה אז די ווילעדש זאל אונטערשרייבען דעם "טויט שיין" (דעד סערטיפיקאט) מוז מען פריער באצאלען א "וואסער ביל" פון דריי א האלב טויזענט דאלער. עס איז אפילו נישט אינטרעסאנט אריין צו גיין אין דעם אלטען סכסוך וואס ר' עוזיאל האט געהאט מיט די ווילידש איבער דעם וואסער ביל. ר' עוזיאל האט געהאלטען אז ער קומט נישט דאס געלט פארן ווילעדש און ער האלט עס נישט ביים באצאלען. און ארויף לייגען אויפן טעקס ביל האט קרית יואל ווילעדש נישט געקענט ווייל ר' עוזיאל האט געוואוינט אינדרויסען פון די גרעניצען פונעם ווילעדש. אבער איצט אז מען קען האבען די משפחה ביים קארג, האט דער אידישער ווילידש באשלאסען אז איצט איז די צייט. ווילסט א טויט שיין, ווילסט נישט אז דער נפטר זאל אנקומען אין שפיטאל ווי עס וועט זיכער זיין א לענגערער פראצעדיר, ווילסט אז א איד זאל עס מאכען איינס צוויי ווי עס איז זיכער א כבוד הנפטר, ווילסט ווי שנעלער מקבר זיין א נפטר ווי די הלכה איז, איין רגע. דו האסט א טראגדיע, די משפחה זיצט דא און קייכט אוועק פון דעם גרויסען שאק, איין רגע. פאוואליע. דו וועסט פאר אלעם באצאלען דעם אלטען וואסער ביל. און אויף דעם איז דער משה לייב וויטריאל געקומען און זיך געזעצט ביי די משפחה אין דיינונג רום.
יא, ער פירט אויס א שליחות. יא, ער איז א באצאלטער מענטש און עס איז אמת אויך, און ער זאגט נאך פארדעם דעם לחש אז ער ווייסט אז עס איז איצט דא א עולם חושך, און ער האט זייער גרויס מיטלייד, אבער ער מוז טאן וואס מען פארלאנגט פון אים.
גדלי' סעגעדין, אליין א טאטע פון קינדער, גדלי' סעגעדין האט שוין חתונה געמאכט א קינד, אבער איצט איז "פעיבעק טיים". איצט איז די צייט זיך אפרעכטען מיט דעם נפטר.
ווילט איר וויסען וואס א כפוי טובה מיינט? דא האט איר, ווי יעדער פארשטייט ווען עס מאכט זיך ר"ל אזא מעשה אז א אינגע אין א געזונטער מענטש שטייט נישט אויף ר"ל, וויפיל די משפחה דארף אדורך גיין ביז מען מאך אן אינוועסטיגעשען אין מען באקומט ארויס די נפטר, (לדוגמא ווען א איד איז ל"ע נפטר געווארן א וואך פאר פסח אין פלארידע געדענקט יעדער איינער ווי לאנג עס האט גענומען ביז מען האט אים אהער געברענגט אין איז געקומען לקבורה ערב פסח מיטאג) אין מען באקומעט א דעיד סערטיפיקאט, אין אזוי ווי די נפטר ז"ל האט געוואוינט אין טאון אף מאנרא אין איז נפטר געווארן אין די טאון און נישט אין די ווילעדש, דארף די סעטיפיקאט קומען דורך די טאון אין נישט דורך די ווילעדש, נא שטעלט אייך פאר וואס וואלט געווען ווען מען דארף ווען גיין צי די טאון דאס צי באקומען, דא איז מו"ה ר' גדלי' סעגעדין הי"ו געקומען צי הילף אין ער האט דאס געגעבן אפי' עס קען אים מאכן פארבלעמען וד"ל ואכמ"ל, קומען אפאר שקצים אין בעקערס איד שרייבערס און מען מאך א מעשה אין מען באשמיצט איינעם וואס האט זיך אויסגשטעלט צי פארבלעמען אלעס כדי מען זאל נישט מאכן קיין בזיון המת, דאס הייסט ריכטיג כפוי טובה. לאמיר זען ברענג אהער א קאפי פין די טשעק וואס מהאט באצאלט פאר די ווילעדש.
ר' יוסף פנחס האט א איידעם אייזדארפער וואס איז איינער פון די טובים אין ר' אהרןס קהל אין קרית יואל און אויך האט ר' יוסף פנחס א ברודער א ארוני, און דאס איז שאול שמואל סטראלאוויטש, א נאנטער חבר מיט אהרן מתתיהו דייטש דער יועץ הפרטי פון ר' אהרן. די ביידע האבען מכלומרשט געדארפט זיין די פארהאנדלער אויף די זייט פון די משפחה, דערווייל האט זיך די ארונישע בעסטאליטעט און ברוטאליטעט זיך אריבערגעכאפט צו די צוויי אויבענדערמאנטע און האבען נאר געארבעט אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים זאלען נישט דורך פאלען. זיי האבען נאר פראבירט אז מען אלעס נאכקומען די קאלט בלוטיגע מענטשען פרעסער, ביי וועם א טראגעדיע איז א געשעעניש פון "דארפור" וואס ווערט געליינט אין די צייטונגען.
יא טאקע שאול שמואל אין אייזדארפער האבן נאר געארבעט קעגען די משפחה אין זיי האבן געהאט אייגענע אינטערעסן, נאר שאול האט געמיינט די טובה פין זיין זון.
אלישע שמואל האראוויטץ וואס איז דער אפיציעלער ארבעטער אין די חברא קדישא זייט ער האט נישט קיין פרנסה, האט זיך דעם גאנצען צופרי ארום געדרייט מיט א רוח גבוה און א גוף קומה, און אלעמען געזאגט אז מען גייט היינט ווייזען. זיי וועלען מוזען באצאלען א געפעפערטען פרייז. ער האט געשיקט א מעסעדש מיט אייזדארפער אז אויב מען וועט נישט באצאלען ווען מען קענען דעם נפטר טראגען קיין ארץ ישראל ווי עס ליגט דער זיידע פון נפטר, הגה"ח ר' משה פערלשטיין ז"ל.
ווען ר' יוסף פנחס איז שוין גרייט געווען באצאלען די פרייז פון פופציג טויזענט דאלער, האט אלישע געשיקט א מעסעדש אז ר' שאול מוז אונטערשרייבען אז ער גיט אויף אלע תביעות אין געריכט. דא האט שוין ר' יוסף פנחס געמוזט ווארטען אז ר' שאול זאל אנקומען קיין ניו יארק און הערען וואס ער האט צו זאגען.
ר' שאול איז געווען העכערען אנטלאנטיק ים ווען זיין זון איז נפטר געווארען און ער האט נאך געהאט צו פארען איבער פיר שעה, בעפאר ער וועט זיך דערוויסען פון דעם אומגליק וואס האט אים און זיין משפחה באטראפען.
גלייך נאכען לאנדען האט ער אנגעצינדען זיין סעלפאן און ווי נאר דער סעלפאון האט זיך אנגעצינדען איז אנגעקומען אלע מעסעדשעס וואס איז געשיקט געווארען במשך די צייט פון זיין פליען. אויך איז אנגעקומען א טעקסט פאר ר' שאול זייענדיג אויפן ראנוועי, אז זילו ב"ר שאול פערשלטיין איז נפטר געווארן היינט צופרי פלוצלונג.
ער האט גלייך אנגעקאלט זיין זון ר' חיים יודל וואס איז געקומען אים אויפפיקען, און געפרעגט צו עס איז אמת? יא, ליידער, ענטפערט אים דער זון. ר' שאול דערציילט איצט פאר אלע מנחמים אז ער האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע. ער האט ווייטער געפרעגט זיין זון, מאכט מען שוועריקייטען צו מקבר זיין? ענטפערט ער אז ער מיינט אז יא. זיי דרייען אהין און א הער, איינמאל פארלאנגען זיי פופציג טויזענט דאלער און איצט ווילען זיי א אינטערשריפט אז מען זאל אויפגעבען אלע תביעות. האט ר' שאול געפרעגט, האט מען זיי געזאגט אז ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער און זיי מוזען אים לייגען אין ביה"ח? האט ער געזאגט אז זיי קוקען נישט אויף גארנישט. האט ר' שאול געזאגט, אויב אזוי, וועט ער ליגען אין ביה"ח פון בני יואל.
דא האט איר א שטיקל באגריף פין דעם מסרב לדין וגס רוח שאול, ער איז קוים אפאר מנוט פאר דעם געוואר געווארן אז זיין זון איז ל"ע פלוצלונג נפטר געווארן, אין מען זאגט אים אז מען בעט איין זאך, אז ער זאל אפשטעלן די שרעקליכע חילול השם און ארויסגיין פין קאורט אין זיך שטעלן צי א דין תורה פאר א בי"ד המרוצה לב' צדדים אדער צי א זבל"א, תיכף זאגט בלא איך וועל מיר נישט ברעכן "איך גיי ח"ו נישט צי קיין דין תורה" ישראל כשהן יורדין הן יורדין....
*
ר' יוסף פנחס האט נישט געוואלט אפילו קוקען דעם וויטריאל אין פנים. דער איידעלער מענטש וואס העלפט ארויס יעדען איד האט נישט געגלייבט וואס ער הערט און זעט. א איד גדלי' סעגעדין וועמענס טאטע ר' יעקב איז געווארען ארויסגעהאלפן אן א שיעור מאל דורך ר' יוסף פנחס און דורך דעם נפטר, זאל קענען אזא קאלט בלוטיקייט דורכפירען, דאס איז שוין געווען העכער אלע ערווארטונגען פון אזא רשעותדיגן רעזשים.
ר' יוסף פנחס האט אים פשוט איגנארירט. איז געקומען דער איידעם אייזדארפער און געוואלט פארוואסערען דעם ברוטאליטעט, האט ער געבעטען פון וויטריאל אז ער נעמט עס אויף זיך און ער זאל זאפארט אונטערשרייבען דעם טויט-שיין.
איצט האט זיך ר' יוסף פנחס געבעטען פון די הצלה אז בעפאר אלעמען זאלען זיי אוועקנעמען דעם נפטר פון הויז. טראגט אים אין טהרה שטיבעל, טראגט אים סיי ווי, נאר פון דא נעמט אוועק דעם נפטר. אבער ביז האלב עלף האט ער ביי קיינעם נישט געקענט פועלן.
דא ווייטער רייסט ער אראפ די חברה הצלה אז זיי האבן נישט געוואלט אוועק נעמען דעם נפטר, לאמיר קוקען מיט א נארמאלע בליק, יעדער ווייסט אז ווען עס פארסירט ל"ע אז איינער ווערט נפטר, זייט ווען רופט מען די הצלה אז זיי זאלן קומען אים אוועקנעמען? מען רופט די חברה קדישא אדער א טשאפעל אין זיי נעמען אים אין טראגן אים צי א טשאפעל ביז די טהרה וכו', נו ווי קומט דא די הצלה אריין, פארוואס האבן זיי נישט גערופען זייער חברה קדישא אז זיי זאלן אים אוועק נעמען?
די נאבעלע "הצלה" ארגאניזאציע, האט זיך אפיציעל איצט צוגעשטעלט צום "שדים טאנץ" פון וויטריאל, סעגעדין, ר' אהרן, דוד, אלישע שמואל דער טאשען שניידער און מרדכי לייב גליק. זיי האבען זיך געשטעלט אויף א פאליטישע זייט. זיי האבען נישט געוואלט אוועקנעמען דעם נפטר. הערשט האלב עלף, גאנצע פינף שעה נאכען ערקלערען ר' עוזיאל אלץ נישט לעבעדיג, האט די הצלה אוועקגעפירט דעם נפטר מיטען אמבולאנס.
ווייטער רייסט ער אראפ אידן וואס זייער גאנץ לעבן איז צי העלפען אין ראטעווען אידן, אזוי ווי די געטרייע הצלה האט געזען אז איז נישט דא קיינער וואס נעמט די נפטר, אין עס איז נישט געזונט פאר די בני המשפחה אז די נפטר זאל בלייבן ליגן אינדערהיים, האבן זיי גענומען אן אמבולאנס אים אים אויפגעפיקט, אבער דא מאכט זיך ווייטער וואס טוט מען ווי טראגט מען אים קיינער וויל אים נישט איבערנעמען, האט די הצלה אים ארויף געטראגען צים ביה"ח, ווי זיי האבן אראפ גערופען חשובע בחורים (יא די זעלבע וועם די רופסט מענטשען פרעסערס) אז זיי זאלן שטיין דארט שמורה אין זאגן תהלים אין די אמבולאנס, קיין זאלי האט מען פאר רפואה נישט געקענט באקומען פאר שמורה, אין טאקע א פאר שעה זענען די בחורים דארט געשטאנן שמורה אין געזאגט תהלים.
אבער אזוי ווי די חברה קדישא האט נישט איבערגענומען דעם נפטר ווייל איצט איז "פעיבעק טיים", איז דער נפטר געבליבען אין אמבולאנס ביים ביה"ח, אינדרויסען פון טהרה שטיבל, אן קיין שמירה אינעם אמבולאנס, נאר משה לייב וויטריאל מיט זיינע גוים וואס ארבעטען פאר די פאבליק סעיפטי זענען געשטאנען אינדרויסען פון אמבולאנס, זיכער צו מאכען אז קיין שום אנדערע חברא קדישא וועט דעם נפטר נישט נעמען און פרובירען אפגעבען דעם ריכטיגען כבוד הנפטר.
זיכער מאכן וואס??? פארוואס האט די אנדערע חברה קדישא אים נישט גענומען פין זיין הויז???
אויך מוז ארויס געברענגט ווערען אז דאנערשטאג איז געווען פון די הייסטע טעג פונעם גאנצען זומער. עס האט געברענט א זון און עס איז געווען זעלטען נאס און שטיקעדיג און עס איז געווען מיט די נאסקייט בערך הונדערט דעגרי. אבער מען קען נישט אריין טראגען דעם נפטר אין טהרה שטיבל, ווייל איצט האט ר' אהרן מיט זיינע יועצים באשלאסען אז מען דארף זיך אפרעכטען, עס איז איצט "פעיבעק טיים".
די אמבולאנס האט נישט קיין עירקאנדישאן??
איינער פרעגט פארוואס דער נפטר האט געדארפט באצאלען פאר וואסער ווען ער האט נישט געוואוינט אין ווילעדש און פארוואס האט ער געדארפט א טויט שיין פון ווילעדש ווען ער האט נישט געוואונט אין ווילעדש?
די מעשה מיט די וואסער איז געווען אז דער געזעת זאגט אז אויב מוניציפאל וואסער און סוער לויפט דורך איינעמס פאראפערטי, מעג זיך יענער לעגאל ארויף האקען אויף די וואסער און סוער. אבער אונזער ווילעדש האט דאך כסדר געבעטען געלט פון ר' עוזיאל, און ווייל זיי האבען דאס נישט געקענט ארויף שטעלען אויף זיין טעקס ביל, ווי דער געזעץ זאגט, האט מען עס געבעטען ווען דער מצב איז חושךדיג.
לגבי דעם טויט שיין, וואלט ר' יוסף פנחס געקענט עס באקומען דורך די טאן אוו מאנרא און אפילו ביי די פאליציי, אבער וויטריאל פון די קרית יואל ווילידש האט אנגעטראגען אז זיי קענען עס מאכען אן פראבלעמען און ווי דער כבוד הנפטר פאדערט, אז אלעס זאל מען מאכען ווי שנעלער כדי דער נפטר זאל ווי שנעלער נקבר ווערען, אבער גדלי' האט געפאדערט א פרייז. באצאלען די וואסער. יא, קרית יואל האט א אידישען ווילעדש אבער גויאישע קעפ פירען עס.
עס איז 10:30 אינדערפרי און דער רבי איז אהיים געקומען פון דאווענען און זיך איינגעשפארט אין שטוב. דער רבי האט גערופען אויפן טעלעפאן מענטשען און אפען געהאלטען עטליכע אפציעס. דאס איז שוין קלאר געווען פארן רבין און פאר אלע מענטשען אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים באנעמען נישט די טראגעדיע. פאר זיי איז אן געקומען א זעלטענע געלעגענהייט ווען מען קען שפילען פאליטיק און איצט גייט מען ווייזען פאר אלע סאטמארער אידן אז מען וועט מוזען באצאלען פאר ר' אהרן און זיין קהילה אסאך געלט אויב וויל מען ליגען אין סאטמאר. נישט קיין חילוק צו איינער באלאנגט ביי וויליאמסבורג און נישט קיין חילוק אויב איינער האט שוין אלע התחייבותן אויסגעצאלט פאר קהל. אויב וויל איינער ליגען אין סאטמארער ביה"ח מוז מען צאלען עקסטער פאר ר' אהרן.
יא אויב איינער וויל ליגען אין ביה"ח בקרית יואל מוז ער קויפן א קרקע.
אבער איצט ביי די טראגעדיע איז פארגעקומען א נייער דערהער אין רשעות. אפילו וואוינט אינער אין מאנרא און ער האט אויסגעצאלט אלע התחייבותער פאר ר' אהרןס קהל, מוז ער באצאלען נאך פופציג טויזענט דאלער, נאר ווייל זיין טאטע האט א סכסוך מיט ר' אהרן. האסט פארגעסען אז אויבן האסטו געשריבן "דער נפטר אליין איז געווען א פון די "זאלי" גרינדער אין קרית יואל", וואס ע"פ תקנות קהילותינו אז איינער וואס ארבעט קעגען די אינטערעסען פין די קהלה אין אויב איינער עפענט א בית המדרש אין קר"י בלי רשות קען נישט זיין קיין מעמבער, און אויך טאקע דיר צי דערמאנען אז קוים 36 שעה פארדעם איז ער געווארן פין די טובים ביי ענקער נייע קהלה, און דא רעדט מען נישט פון א בחור צו פון א קינד. דא רעדט מען פון א איין און פערציגער יונגערמאן וואס איז גארנישט פאראנווארטליך פאר זיין טאטנס מעשים, אבער וויבאלד ער הייסט פערלשטיין, וועט מען אים ווייזען און דאס וועט זיין א לעסאן פאר יעדען אלטען איד. אז די רעדטס שוין יא אז א קינד איז נישט שולדיג אויף זיין טאטע, ווייסטו אפשר פארוואס מען האט נישט געגעבן קיין עליה ביום הבר מצוה פאר חיים הערש בן הרב ר' מענדל שליט"א ??? אפשר קענסו אלס ווארט זאגער פין די זאליס מסביר זיין פארוואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז נישט געגאנגען צי די שמחות בריתן פידון הבן'ס בר מצות תנאים'ס חתונות פין זיינע אייניקליך איך רעדט שוין נישט פין בני ונכדי רבינו שליט"א איך רעדט פין די אנדערע קינדער ווי הגה"צ אבד"ק ב"פ אין הרב ר' שלום אליעזר אין הרב ר' דוד מייזליש שליט"א אין פין זייערע קינדער,??? פארוואס זענען די אייניקליך אריין געלאזט געווארן אל הקודש פנימה???
דאס איז אלעס אויסער פון די הימל שרייענדע עוולות וואס ר' אהרן מיט זיין קהל האבען במשך די לעצטע אכט חדשים באוויזען אפצוטאן. זיי האבען אנגערופען צו יעדען אלטען איד אין שטוב, אז דא רעדט מען פון די חברא קדישא און אויב וויל ער האבען א חלקה אין ביה"ח נאך די הונדערט און צוואנציג, מוז מען זיך אראפזעצען מיט זיי. אויב האט זיך א איד נישט וויסענדיג געמאכט, האט ער באקומען נאך און נאך טעלעפאן רופען. אויך האבען זיי געשיקט בריווען מיט סטראשונגען אז מען וועט נישט קענען האבען קיין טענות אויף זיי, ווייל זיי ווילען זיך איצט אראפזעצען מיט יעדען אלטען איד.
זיי האבען אנגערופען משפחות וואס האבען א קראנקע טאטע-מאמע און פון זיי פארלאנגט גרויס געלט אויב ווילען זיי אז די עלטערען זאלען ליגען אין סאטמאר. עס איז אומגלויבליך וויאזוי ר' אהרן מיט זיין קהל האבען זיך אויפגעפירט צו אידען וואס האבען אלעמאל באצאלט דיוס און מעמבערשיפ פאר סאטמאר, נאר לעצטענס האבען זיי ווייטער באצאלט פאר קהל יטב לב וויליאמסבורג. זיי האט מען געשטראסעט אז זיי האבען אויפן מאמענט נישט קיין חלק אין קיין שום סאטמארען ביה"ח. שומו שמים. וואס איז געשען צו אידישע קינדער?אין קיין שום ערליכען קרייז האט נאך קיין שום איד נישט געקאלט קיין קראנקען אדער א עלטערען איד צו אידענע און גערעדט וואס זיי פלאנען צו טאן ווען זיי וועלען שטארבען. בלויז איז די לעצטע אכט חדשים האבען די ארונים באוויזען צו טאן זאכען וואס נאר ביי גוים טוט מען אזאלכע סארט אקציעס.
איך רעדט שוין נישט אז דאס איז שקר, יא די קהלה האט ארויסגעשיקט בריוון צי אלע אידן וואס האבן געקויפטע חלקות אז אפי' מען האט א געקויפטע חלקה דארף מען צאלן מעמבערשיפ ווייל צאלט מען נישט פארלירט מען די זכות פין זיין א מעמבער אין אויב מ'איז נישט קיין מעמבער קען מען נישט ליגן אין ביה"ח בקרית יואל.
די עוולה אין רשעות איז ווען עס שטעלט זיך אויף א הדיוט קופץ בראש אן עז פנים וגס רוח אין זאגט אז "אלעס בלייבט ביים אלטן" יעדער וועט נקבר ווערן אין מען דארף נישט באצאלען פאר די אנדערע זייט נאר פאר אונז, אין ווען עס קומט ל"ע למעשה אין דער ב"מ האט באצאלט פאר די מוסרים ומסרבים לדין איז ער נישט דא צי געפונען ער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן'ס, ער שיקט זיין שיק-אינגל דער קליינער יאקאבאוויטש אין מען האלט אויף א נפטר א האלבן טאג לדוגמא חוהמ"ס ביי משפחות גליק, משפחות קעסטענבוים, משפחות געלב, ער"פ ביי משפחות פארקאש, עוד ועוד, ביז צים סוף זאגט מען פאר די משפחות מיר קענען גארנישט טוהן גייטס באצאלען פאר זיי, דאס הייסט רשעות אין מען זעהט בגלוי אין מען דארף נישט אויף דעם זאגען נסתרים דרכי ה' די מדה כנגד מדה.
מען האט ביז אכט חדשים צוריק נישט אפגעהאלטען א איד פון מקבר זיין וועגען געלט. מען האט זיך גערעכענט מיט א טראגעדיע. מען האט אלעס פארקוקט וועגען כבוד הנפטר, אבער די ארונים האבען געוויזען פאר אלעמען אז זיי גלייבען אין גארנישט, און זיי באנעמט נישט קיין שום צרה.
אוודאי האט מען נישט, ענק האבן נישט געקענט, ווייל די ביה"ח איז געווען א שותפות צווישען אלע קהילות, אין מען האט יעדן מקבר געווען, אבער אזוי ווי ענק האבן נישט געוואלט אז עס זאל זיין א שותפות, פארגעס נישט מתחילה האבן די געטרייע ראשי הקהלה עס איבערגעשריבן העלף אויף העלף כדי אז יעדער זאל טאקע קענען נקבר ווערן אן קיין שטער, נאר אזוי ענקער מנהג איז, טאר א צווייטער נישט לעבן אין ח"ו אז זיי זאלן אויך קענען מקבר זיין דארט אין "נאר" ענק זאלן זיין גענצליך בעל הבית, די תוצאה פין דעם איז געשעהן אז ענק האבן געמוזט מקדש זיין אליין א ביה"ח מאחורי הגדר ווי נאר ענק זענען בעל הבית.
אלנפאלס צוריק צום רבינס הויז. פארן רבין אויפן טיש איז געלעגען עטליכע אפציעס ואס מען קען איצט טאן. איינס איז צו רופן צו דין תורה נו פארוואס טאקע האבן ענק באשלאסן נישט צי רופן צי דין תורה ווי די שרייבסט אז עס איז געווען א אפציעס??? קהל יטב לב אין קרית יואל, וועם זאל מען רופן ענק זענען דאך קהל יטב לב קרית יואל?... אז די דין תורה זאל צווינגען קהל אז זיי מוזען מקבר זיין דעם אויסגעצאלטען מעמבער ר' עוזיאל; און אויב וועלען זיי נישט פאלגען, כדרכם, וועט מען גיין אין עמורדשענסי געריכט זיי צו צווינגען. און אנדערע אפציע איז געווען, דאס אומגלויבליכע, מקדש צו זיין די דריי לאטס נעבען בית החיים וואס קהל יטב לב אין וויליאמסבורג האט אפגעקויפט דורך די נפטר כעדותו פין זיין טאטען שאול פון די אייגענטימער, אין פאל דער געריכט גיט דעם בית החיים פאר ר' אהרן און זיין קהל.
דאס איז געווען אויבן-אויף זייער א ווייטער פלאן. נאך פיל מער, אויף דעם האט זיך ר' אהרן און זיינע ארומיגע ברוטאלע מענטשען פרעסער נישט גערישט. כאטש זיי האבען געוויסט אז וויליאמסבורג האט אפגעקויפן די דריי דערנעבענדיגע שטחים, דאך האבען זיי געוויסט פאר זיכער אז דאס איז נאך גאר ווייט פון רעאליטעט ווייל מען קען דאס נאך נישט מקדש זיין אויף איצט ווייל היינט איז דאך ראש חודש. דעריבער האט זיך ר' אהרן געטרויעט צו טשעפען די משפחה ווייל זיי וועלען נישט האבען ווי צו מקבר זיין.
די דיינים האבען געזאגט פארן רבין, אז דער נפטר האט די הלכה פונקט ווי א "מת מצוה" און מען איז מחיוב אלעס צו טאן כדי צו ברענגען דעם נפטר ווי אמשנעלעסטען צו א מקום מנוחה. דער רבי האט צו ערשט אנגערופן ר' אברהם בער יאקאבאוויטש דער אינציאטאר פון קויפן די שטחים, און אים געפרעגט, אויב אין פאל מען מוז אנקומען דערצו, צו איז מען גרייט מיט אלעם וואס פעלט זיך אויס שוין צו קענען עס אהערשטעלען פאר א בית החיים. ווען ער האט געזאגט אז יא, האט דער רבי אנגערופען אלע דייני קהילתו ר' מנשה אויך?? אויב יא פארוואס איז נישט געקומען?? און די חברא קדישא פון וויליאמסבורג אז זיי זאלען ווי שנעלער אריבערקומען קיין קרית יואל ווייל ער וויל ווי פריער שוין היינט מקדש זיין דעם נייעם ביה"ח.
דאס אלעס האט דער פובליק מיט געהאלטען.
*
עס איז שוין איצט בערך האלב צוועלעף, ר' שאול פארט איצט ארויס קיין קרית יואל, ווי די צרה איז ליידער געשען. די פארהאנדלונגען האט איצט געפירט ר' יוסף פנחס פון די משפחה זייט, און די צוויי, אייזדארפער און שאול שמואל סטראלאוויטש האבען כסדר געברענגט מעסעדשעס פון אלישע וחביריו. ווען ר' שאול איז אנגעקומען איינס אזייגער קיין קרית יואל האט ר' אהרן פארלאנגט פופציג טויזענט דאלער און ר' שאול מוז אונטערשרייבען אז ער גיט אויף אלע תביעות, כאילו ער איז דער וואס איז תובע עפעס.
נאכאמאל מען האט פארלאנגט אז שאול זאל איינלייגן 50 טויזעט דאללער אז ער וועט ארויסגיין פין קאורט אין זיך שטעלן צי דין תורה ביי א בית דין המרוצה לשני הצדדים אדער צי א זבל"א.
ער "שרייבט כאילו ער איז דער וואס איז תובע עפעס" איך וויל נאר דערמאנען דא א מעשה וואס הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו האט פארציילט נישט לאנג צריק ביי א גענאראל פארזאמלונג, אז פאריאר זומער האט הרה"ח ר' בערל יאקאוויטש הי"ו האט געהאט א שמוס מיט זיינס א נאנטען חבר ר' יוסף גאלדבערגער הי"ו פין ק"י (אגב ער איז געווארן פין די גבאים ביי זיי) אין ר' יוסף האט אים נאכגעזאגט די זעלבע שקר וואס דער שקרן הידוע והדיוט קופץ בראש האט געזאגט ביי א איינע פין זיינע דרשות דופי, אז רבינו שליט"א איז דער וואס האט נישט געוואלט אינטער שרייבן שטרי ברורין וכו', זאגט אים ר' בערל אני הוא איך בין דער מענטשט וואס איז געווען בתוך הענינים אין עס איז א שקר גס איך בין געווען דער וואס האט געברענגט די "יא" אז רבינו שליט"א איז גרייט אינטערצישרייבן שטרי ברורין אן א שום תנאים, דער ר' יוסף איז געכאפט געווארן א שאק זאגט ער פאר ר' בערל ווייסט וואס אויב די זאגסט מיר יעצט אז דיין רבי איז נאך אלטס מסכים אינטערצושרייבן שטרי ברורין מיין רבי (הגז"ל) איז יעצט דא אין קר"י איך גיי אריבער צי אים אין פראבירען אז ער זאל אויכט מסכים זיין אינטערצישרייבן, ר' בערל האט תיכף אנגעקאלט ר' חיים שלמה פישער זעכער צי מאכן אז די רבי איז נאך אלטס מסכים אין ר' חיים שלמה האט אים תיכף גענפערט אוודאי די רבי איז מסכים אינטער צי שרייבן שטרי ברורין ביי סיי וועלכע בית דין המרוצה לשני הצדדים אדער ביי א זבל"א.
דער ר' יוסף איז אריבערגעגאנגען צי הגז"ל אין ער האט אים געפרעגט וועגן גיין צי דין תורה זאגט אים הגז"ל איבער די זעלבע שקר אז מיין ברידער האלט נישט ביים אינטערשרייבן שטרי ברורין וכו' וכו', זאגט אים ר' יוסף אז ער האט אן הבטחה פין רבינו שליט"א אז ער איז אלס געווען גרייט אינטערצישרייבן שטרי ברורין אין ער איז נאך אלס גרייט, על כן אפשר פארבירט מען אויס.
הגז"ל האט זיך געזען אין א פארלעגענהייט דא איז דא איינער וואס האט אים געקארנערט, זאגט ער פאר ר' יוסף איך בין נישט בעל הבית די דארף'סט רעדן מיט שאול פערלשטיין אין מיט אברהם בער יאקאבאוויטש זיי זענען בעל הבית אן זיי קען איך נישט אינטער שרייבן קיין שטרי ברורין עד כאן המעשה, על כן אז די פרעגסט וואספארא תביעות ער האט, דיין צדיק'ל זאגט אז ער איז דער וואס איז בעל הבית אז מען זאל גיין צי דין תורה.
ווי פריער געשריבען האט ר' שאול געזאגט אז זיין זין ר' עוזיאל האט זיכער נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע מענטשען פרעסער זאלען טרעטען אויף אים און דעפאר איז זיכער נישט ניחא פארן נפטר צו ליגען ביי אזאנע ברוטאלע קאלט בלוטיגע בלוט פארגיסער און דערפאר זאל קודם די חברה קדישא פון בני יואל, ר' אברהם הערש וויינשטאק, ר' הערשל ווייס, ר' קלמן ווייס און די אלע עלטערע חברא קדישא לייט פון סאטמאר, זאפארט אפנעמען דעם נפטר און קודם מאכען די טהרה.
אויב אזוי מתחילה מאי קסבר פאר וואס האט געוואלט אים לייגן ביי די מענטשען פרעסערס???
ווען ר' יוסף פנחס רופט אפ ר' אהרןס חברא (קדישא) און פרעגט זיי ווי דער נפטר איז איצט, האבען זיי אים אנגעהויבען ארום צופירען ווי די קינדער האבען ארום געפירט פרעה, זוכענדיג משה רבינו. קודם ווייסען זיי נישט ווי דער נפטר איז, ווייל מיר האבען דעם נפטר נישט איבערגענומען. איז ער דען יא געליגען ביי זיי?? קאלט מען די "הצלה", זיי ווייסען ווייטער נישט. וואס עפעס זיי, זיי זענען נאר פאר לעבעדיגע. עס האט גענומען א האלבע שעה פאר ר' יוסף פנחס בלויז געוואויר ווערען אז דער נפטר געפינט זיך אונטערען רשות פון משה לייב וויטריאל אינעם אמבולאנס פון די הצלה אויבען ביים ציון.
אויבען ביים ציון האט דער ווילעדש שנעל אריבערגעברענגט דעם "קאמאנד צענטער" טראק, און געבלאקט דעם טויער צום ביה"ח, זיכער צו מאכען אז קיינער וועט נישט קענען זיך איינברעכען און ח"ו מקבר זיין נפטר אין זיין געקויפטע נחלה. ווער האט געקויפט א נחלה??? אפשר מיינסו די נייע נחלה מאחורי הגדר ביי פאללאק???
שיקט ר' יוסף פנחס די חברא קדישא פון בני יואל צום ציון אפצונעמען דעם נפטר, און גארנישט, מען גיט נישט ארויס. וואס האסטו געוואלט אז יעדער מאן דהו זאל קענען אים נעמען?? די ווייסט אז עס איז דא אזא זאך פין אנדער טעקער?? וויטריאל זאגט אז ער גיט נישט ארויס דעם נפטר. עס האט גענומען ביז איינס אזיזיגער ווען ר' יוסף פנחס איז פערזענליך ארויף געפארען צום ציון און געהייסען אברהם יושע וו"ב דעם משמש פון ר' אהרנס חברה (קדישא) אז שוין זאל מעם ארויסגעבען דעם נפטר. ווי קומט ר' אברהם יושע אריין דא??? און איצט האט נאך וויטריאל געמוזט זיכער מאכען אז ער פארלירט נישט די מלחמה, אז ער מוז אויף פרעגען ר' שאול פערלשטיין אז ער וויל אויך אז בני יואל זאל מאכען די טהרה. אלישע שמואל דער טאשען שניידער האט נישט פארגעסען צו סטראשען אז אויב מאכט בני יואל די טהרה, וועט מען פאר זיכער שוין נישט לייגען אינעם ביה"ח. ר' שאול האט אים געהייסען פאר וויטריאל, ער זאל שוין ארויסלאזען דעם נפטר פון זיין רשות, און מיט דעם האט מען שוין ענדליך נאך באלד ניין שעה, אנגעהויבען מיט די טהרה פראצעדור.
די צוויי שליחים האבען נאר געוואלט אז מען זאל "סעטלען", ר' יוסף פנחס זאל באצאלען די פופציג טויזענט דאלער און מען זאל דעם נפטר מקבר זיין. ר' יוסף פנחס איז איינגעגאנגען. ער האט שוין אויסגעשריבען א טשעק פון פוציג טויזענט דאלער, אבער איצט האט זיך אנגעהויבען אז ר' שאול מוז אונטערשרייבען. ווען ר' יוסף פנחס האט זיך געבעטען אז זיין מחותן קומט נישט אריין אינעם בילד, ווייל זיין איידעם איז נישט א טייל אינעם סכסוך, האט מען אים געזאגט אז ער זאל זיך גיין מיטען נפטר קיין בני יואל.
דא האט ר' יוסף פנחס איינגעזען אז מיט זיי קען מען נישט און מען טאר נישט פארהאנדלען. זיי מיינען דא נישט קיין געלט, זיי מיינען נאר בלוט. זיי פירען זיך אויף ווי גוים גמורים און מען טאר בכלל נישט זיצען מיט אזעלכע מענטשען פרעסערס.
למען האמת ר' אברהם יושע ווצ"ב האט שוין 10 אזייגער געהאט די געלט פין ר' יוסף פנחס, 8 טויזעט דאללער פאר א קרקע אין די 50 טויזענט דאללער איינצילייגען אז שאול גייט ארויס גיין פין קאורט אין אין ער וועט גיין צי די תורה. ווי נאר שאול איז געוואור געווארן אז זיין מחותן האט שוין געגעבן די געלט האט ער אים אנגעקאלט אין געשריגן קולות אין ר' יוסף פנחס האט אים געזאגט זארג דיך נישט אפי' איך האב געגעבן די 50 טויזענט דאללער איינצילייגען אז די וועסט גיין צי דין תורה איז אויב די ווילסט נישט גיין צי דין תורה זאלן זיי האלטן די 50 טויזעט דאללער אין איך וועל עס דערלייגן אין שלום על ישראל, האט שאול געשריגען אז אפי' אומזונסט וויל ער נישט אז מען זאל לייגן זיין זוהן דארט, יעצט האב איך איינעם מיט וועם איך קען אנהייבן אונזער נייע בית החיים איך וויל ער זאל דארט ליגן, אויב איך לייג אים נישט יעצט אהין האב איך נישט קיינער ווער עס זאל זיין די נחשון, ע"כ פאר כל הון דעלמא וויל איך אז מען זאל מיט אים אנהייבן די נייע בית החיים.
ווי נאר די צוויי, אייזדארפער און שאול שמואל האבען איבערגעזאגט פאר דעם טאשען שניידער אז ר' יוסף פנחס וויל מער נישט פארהאנדלען, האט דער טאשען שניידער שנעל זיי געזאגט אז ער איז גרייט אז דער נפטר זאל יא נקבר ווערען דא, און נאר די קרקע געלט זאל מען באצאלען, און דאס איז דער סכום פון אכט טויזענט דאלער. און דא האט מען געהאלטען ווען ר' שטאל איז אנגעקומען קיין קרית יואל, צו זיין די שרעקליכע טראגעדיע פון דער נאנט
ווען די צוויי האבען געזען אז עס הייבט אן שלאגען ווארצלען ביי ר' יוסף פנחס, זענען זיי ווידער צוריקגעגאנגען צום טאשען שניידער און אים געזאגט אז ר' שאול פערלשטיין איז יעצט אנגעקומען און זיי זענען ווייטער גרייט צו לייגען דעם נפטר אין קרית יואל. ווי נאר זיי האבען דאס געציילט פארן טאשען שניידער האט ער געזאגט אז ער רופט שוין צוריק. נאך עטליכע מינוט האט ער צוריק גערופען און געזאגט אז בפקודת דעם רבין שליט"א (ר' אהרן) מוז מען איינלייגען פופציג טויזענט דאלער איינגאבע אז ר' שאול פערלשטיין וועט אויפגעבען אלע תביעות.
איצט האבען אלע געזען אז זיי ווילן נאר שפילען פאליטיק און מען גייט מיט זיי ווייטער נישט פארהאנדלען, ווייל ר' שאול איז דאך נישט דא קיין זייט. ער איז דאך בלויז דער פאטער פונעם פערציג יעריגען נפטר.
איצט האט נאך אייזדארפער מיט שאול שלואל סטראלטוויטש, געמיינט אז מען גייט לייגען דעם נפטר אין בני יואל און דאס איז א שטיקעלע "געווינס" פאר ר' אהרן, ווייל דאס וועט זיין א לעסאן אז מיט ר' אהרן און זייער מענטעשן פרעסער מוז מען זיך דורך קומען.
נאך אינמיטען וועג קיין קרית יואל האט דער רבי גערעדט מיט ר' שאול און דער רבי האט אים דערציילט אלע אפצעס וואס ליגען אויפן טיש. ר' שאול האט געזאגט פארן רבין אז וואס דער רבי איז מחליט, וועט ער ביישטיין דערויף. האט אים דער רבי געבעטען אז ער זאל אנפרעגען די שנור, די נייע אלמנה, וואס זי וויל און אזוי וועט מען טאן.
ארויסגיין פין קאורט אין גיין ח"ו צו א דין תורה, מאן דכר שמי' עס איז דאך דא אן איסור פונעם דיין אז מען טאר ח"ו נישט גיין צי דין תורה, ס'איז דאך עת לעשות להפארטיי הפרו תורתיך.
ווען דער טאשען שניידער האט דאס צווייטער מאל פארלאנגט די איינגאבע פון פופציג טויזענט דאלער, האט ר' שאול דערציילט פאר די אלמנה וואס דער פלאן איז, צו מקדש זיין א נייע ביה"ח און וואס זי זאגט דערצו. האט זי געזאגט פאר ר' שאול, אז מיט אזעלכע רשעים ווי די קרית יואלער מענטשען פרעסער, וויל זי מער נישט פארהאנדלען און איר טייערער מאן טאר ביי זיי נישט ליגען. זי איז מסכים אז וואס דער שווער האלט ווייל ער מיינט דאך זיכער די טובה פונעם נפטר, יא נאר די טובה פון די נפטר... נעמט זי אויך אן.
ר' שאול האט דאס דערציילט פארן רבין און דעמאלטס האט דער רבי מחליט געווען אז די לוי' וועט זיין גלייך נאכען מקדש זיין דעם ביה"ח.
די מעשה איז אז הגז"ל האט נישט געוואלט מקדש זיין די מאחורי הגדר ביה"ח, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער דאס מקדש דעמאלס מיינט דאס אז ער געט אויף אויף די בית החיים אין ער וועט נישט קענען ליגן דארט, די זעלבע מיטן דיין, אין זרילע האט געשריגן איך בין דאך פרעזידענט אין מען טאר נישט אויפגעבן די בית החיים.
נאר שאול אין אברהם בער יאקאבאוויטש זענען געווען די וואס האבן געוואלט די נייע מאחורי הגדר ביה"ח, ווייל ווי יעדער ווייסט לעבט א קהל פין די בית החיים, ווייל דורך דעם צאלט מען מעמבערשיפ מען קויפט קרקע'ס אין פין דעם קומט אריין אסאך געלט, אין אזוי ווי די זאליס האבן די לעצטע צוויי יאר נישט געהאט קיין ביה"ח, האט זייער עולם אויפגעהערט צאלען מעמבערשיפ אין זיי פלאגען זיך שטארק פיינענטשאלי, על כן האבן זיי געזעהן דא אן אפערטאנעטי יעצט קענען זיי מקדש זיין א בית החיים זיי האבן א קרבן מיט וועם אנציהייבן זייער ביה"ח, אין יעצט וועלן זיי ווייטער קענען מאכן געלט.
הדבר יצא מלפני המלך, עס איז געווארען ארויסגעהאנגען פלאקאטען בערך איינס אזייגער, אז די דייני סאטמאר גייען מקדש זיין דעם נייעם ביה"ח דריי אזייגער און די לוי' וועט זיין פינף אזייגער אין פארנט פון גרויסען ביהמ"ד ויואל משה. נישט פון קהל יטב לב??? האסט פארגעסען אז 2 טאג באפאר האט מען געטוישט די נאמען צי קהל יטב לב.
ווי נאר עס איז געווען די החלטה אז דער נפטר גייט ליגען אין אט וואס נייער ביה"ח האבען זיך די ניגונים געטוישט. זיי זענען געכאפט געווארען אין רעאליטעט וואס זיי האבען זיך נישט גערישט. עס איז געווארען א אויסבראך ביי ר' אהרן אין זיינע יועצים, זיי האבען נישט געוואלט גלייבען וואס זיי הערען.
ר' יוסף פנחס האט מער נישט געלאזט פארהאנדלען מיט ר' אהרן און מיט זיינע מענטשען פרעסער און ער האט געהייסען אלע מענטעשן אוועקגיין פון הויז. אבער אייזדארפער האט נאך באוויזען איין טעלעפאן קאל דורך צו לאזען פאר ר' יוסף פנחס, וואס דאס איז געווען פון אברהם יושע וו"ב דער משמש, אז זיי זענען גרייט איבערצונעמען דעם נפטר אן קיין שום באדינגונגען. קיין איין תנאי נישט. נישט אז מען דארף געבען פופציג טויזענט דאלער און נישט ר' שאול דארף אונטערשרייבען, גארנישט, אפילו די אכט אויזענט דאלער פאר די קרקע אויך נישט. נאר מען זאל אים נישט לייגען אין נייעם בית עולם.
די אלמנה איז גאגענגען פרעגען ר' שאול וואס ער זאגט צו דעם, האט ער איר גענפערט אויב דו ווילסט פארקוק איך, אין דו קענסט אים לייגן ביי זיי, אבער איך קען זיי גוט. זיי ווילן מיט מיר זיך אפרעכענען ממילא וועלן זיי טרעפן ביים מצבה שטעלן א וועג וויאזוי ארויס צופרעסען געלט.
למעשה איז נישט נשתנה עווארען דער מצב, כאטש שאול שמואל און אייזדארפער האבען נאך פראבבירט אז נאר די נייע ביה"ח זאל נישט צושטאנד קומען, איז זיי דאס נישט געלונגען.
צום רבין אהיים אויף העיס קארט אין קרית יואל זענען אנגעקומען שארמאשער רב, ר' זלמן לייב פילאף, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' ארי' ראזענפעלד, ר' יצחק מאנדל, ר' יעקב יודא ברוין. פון די חברא קדישא, ר' עזריאל גליק, ר' ישראל גאדלבערגער, ר' ישראל דוד וויינבעגער, ר' הלל דוב גאנץ, ר' אברהם הערש וויישטאק, ר' הערשל ווייס, ר' יודל וויינשטאק, ר' יעקב שטערען ר' נפתלי ווייס און נאך אנדערע. ווייסט איינער ווי ר' מנשה איז געווען??
דער רבי מיט די דיינים זענען דורך געגאנגען אלע הלכות, און עס האט זיך דערקענט אויף אלעמען די ערשטיטערטקייט וויי ווייט אידישע קינדער האבען זיך דערקייקלט, אז ביי זיי איז קיין השראת הנפש נישט פארהאן, עס איז אין יראת אלקים ביי זיי.
נאך די אסיפה איז דער רבי אוועק געפארען פון קרית יואל ווי עס איז דער מנהג אז דער רב טאר נישט זיין אין שטאט. ס'איז נישט דא ווער ס'זאל לאכן... אויף האט ר' אהרן זיך געמוזט אפטראגען ווייל אויב נישט וועט ער דאך נישט זיין דער מרא דאתרא. קיין עקסלוסיוו סידור קידושין איז ער שוין אט אט דערנאך, נו מיט וואס וועט ער בלייבען דער רב, מיטען אוועקפארען...
די דיינים און אלע באטייליגטיע זענען ארויף געפארען צופ נייעם שטח ווי עס האט אפעגעווארט א ציבור פון שטעטל און פון די שטאט. אויף האט דארט אפגעווארט די "יונגע" מענטשען פרעסער. בערך א צוויי הונדערט תלמידים פון די קרית יואלער ישיבה, וואס געפינט זיך עטליכע פיס ארויף, האבען דארט אפגעווארט די דיינים און בעלי בתים און זיך דארט אויף געפירט, אקאראט ווי זייער פירער. ווי מענטעשן פרעסער, ווי קאלט בלוטיגע פארשוינען וואס זייער קאפ, מח און הארץ זענען געמאכט פון עצים ואבנים, רח"ל.
זיי זענען דארט געווען באשטעלט פון פאראויס, כאילו זיי קענען עפעס שטערען. זיי האבען דארט פראבירט צו קאמאנדעווען, ווארפען פלעשער, שרייען נעמען, נאכשרייען די דיינים די גאונים וצדיקים און זיי האבען געמיינט אז די וועלט איז הפקר.
עס האט נישט גענומען לאנג און די פאליציי זענען געקומען צו פליען אין מחנות ווייז. מען האט די פאליציי אנגעוויזען ווער עס איז א מענטשען פרעסער, און דער דארף זאפארט פארלאזען דעם שטח. די פאליציי האט געסטראשעט אז זיי וועלען ארעסטירען די חיות, די מטורפים אויב זיי פארלאזען נישט דעם גאנצן שטח.
אבער דאס געפערליכע קומט באלד אי"ה
דאס אומגלויבליכע האט פאסירט
די פאליציי זענען אנגעקומען אין מחנות, און זיי האבען פארטריבען די בחורים ביז צו די ישיבה שטח, וואס גרעניצט זיך מיט דעם שטח וואס מען גייט איצט מקדש זיין. זענען בערך א צוויי הונדערט בחורים געשטאנען אינדרויסען פון צוים, גאר נאנט צו דעם ציבור וואס איז מיטגעקומען מיט די רבנים און דיינים צום קידוש ביה"ח.
אויפאמאל האבען זיך די בחורים גענומען זינגען. און נישט סתם געזינגען. זיי האבען גקלאטשט כמנהג רבם הקדוש און געטאנצט אויפן "זיבעטען הקפה ניגון". עס איז נישט פארהאן קיין ווערטער צו באשרייבען די שרעקליכע געזענג און געטענץ בשעת דא האלט מען איצט אינמיטען א טראגעדיע וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל.
ווער עס האט צווי אויגען אין געזהן די ווידיא זעהט אז עס לא דובים ולא יער, די בחורים האבן נישט געזינגן נישט געשריגען סתם דארט געשטאנען אין געקוקט ווי אזוי זיי זענען מקדש זייער מאחורי הגדר בית החיים, אין די געזאנג וואס מען הערט דארט האט יוסל מסור צאמגעשטעלט פין א באגלייטן פין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין די נ' יארן אין פין א פראטעסט אקעגען אים יענע צייטן איך מיין אז מען קען דארט הערן פארמעגליך שרייען...
עס איז ממש געווען וואס האט געמאכט פון אלעמנעס מיילער אויסשרייען: ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אונז אפגעראטעוועט פון ר' אהרן טייטלבוים, געלויבט דער אויבערשטער וואס האט אפגעראטעוועט אנזערע קינדער פון צו לערנען אין די ישיבה פון ר' אהרן טייטלבוים, געלויבט איז דער אייבערשטער וואס העלפט אונז כסדר אז מיר זאלען זיך קענען פון זיי אלע אפטיילען אין אלע אומשטענדען, און געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אריינגעגעבען דעם דעת אין אונזער רבי'ן שליט"א זיך אויך אפטיילען פון ר' אהרן און מיט זיינע יונגע און אלטע מענטשען פרעסער, נאך אונזערע הונדערט און צוואנציג. נא פארוואס זענען ענק נאך אין קאורט וועגן די בית החיים ס'איז דאך בעסער צי זיין אפגעטיילט.
דאס אפקויף פון די דריי שטחים פאר א ביה"ח איז געווען למעלה פון דרך הטבע, אז ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען דאס אלע יארען פארזען, כאטש עס איז הארט אונטער זייער נאז. עס איז נישט קיין ספק די גרויסע סייעתא דשמיא וואס דער רבי שליט"א פארמאגט אז מיר זאלען זיך קענען אפטיילען פון די סארט מענטשען וואס האבען דעם קאפ אויפן פלאץ אפילו ווען עס געשעהט א טראגעדיע און נוצן אויס אזא מצב פאר רשעות און און גניבה.
כאטש דאס זינגען און קלאטשען און טאנצען פון די בחורים איז געווען אזא שאק פאר אלעמען, חזר איבער דעם שקר נאכאמאל אין נאכאמאל אפשר וועט דיר איינער גלייבן. דאך קען מען זיי עטואס מיט א שטארקען דוחק פראבירען צו פארענטפערען. די בחורים וואס האבען געזינגען ביים ביה"ח האבען ליידער געוויסט אז דאס איז דער רצון פון זייער רבין. זיי האבען געוויסט אז זייער רבי וועט האבען א קורת רוח און א תענוג, און א "חיות דקדושה". זיי האבען נישט מורא געהאט איין רגע אז זייער רבי און ראש ישיבה וועט זיך אויף פירען ווי א ערליכער איד און וועט ארויסגיין פון די כלים ווען ער וועט הערען אז "זיינע" בחורים האבען געזונגען אין א ביה"ח ווען עס איז נפטר געווארען איינער פון גרעסטע בעלי חסד אין קרית יואל. זיי האבען געוויסט אז זייער רבי וואלט אליין אויך געקומען אנפירען די געקלאטשעכץ און געזונגעכץ, ווען נישט ער האט מורא אז יאסל וואלדמאן ווען אים ארויף לייגען אויף "יו טוב" און די גאנצע וועלט וועט דאס זעהן.
זיי האבען פארשטאנען אז דער רצון פון זייער רבין איז, אז אויב דער נייער ביה"ח ווערט דורך געפירט וועט זיין דערנאך מיט אלע טעראר וואס ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען געלייגט אויף אלע משפחות בשעת זיי זענען געווען מתם מוטל לפניהם.
די בחורים וואס האבען געזונגען און געקלאטשט האבען איצט געוויסט אז אויב ווערט דורך געפירט דער נייער ביה"ח, ווערט ר' אהרן אויס "עקסלוסיוו" מסדר קידושין. עס האט יעדער געזען די בריוו פון ר' אהרןנ'ס מענטשען פרעסער, אז ווער עס וועט נעמען א אנדערען מסדר קידושין אין קרית יואל, נישט ר' אהרן, וועט פארלירען די רעכטען צו ליגען אין ביה"ח לאחר מוע"ש.
און דא זעען זיך די ארונים אין א מצב ווען פון די סאדע מאשין רינט אראפ די סאדע און קיין גלעזעל איז נישט אראפגעקומען... מען קען גארנישט טון. האבען זיי באשלאסען צו שטערען דאס מקדש זיין דעם ביה"ח, ממילא וועט מען ווייטער מוזען צוקומען צו זייער ביה"ח, ממילא בלייבט ר' אהרן אין קאנטראל, ממילא וועט זיך ווייטער קיינער נישט טרויען צו מאכען חתונה אין נייעם חתונה-זאל פון "ויואל משה" אין קרית יואל, ממילא איז שלום על ישראל.
אבער האלטס איין רגע, האבען די בחורים געטראכט באמת אז זיי קענען שטערען דעם קידוש בית החיים? זענען אלע ארונים געווארען דום אז די גרויסע סאטמארער קהילה פון וויליאמסבורג וועט זיך דערשרעקען פון געזונגעכץ און געקאלטשעכץ פון צוויי הונדערט בחורים ביי א לוי'? זענען אלע ארונים געווארען אזוי קורץ זיכטיג ווי זייער רבי?
דער תירוץ איז, יא. ווי איך האב שוין געשריבען אין די "פארמעגליך מאמרים" אז חסידים פירען זיך גענוי ווי זייער רבי. אויב איז דער רבי א זעלבסט שטארקער רבי, וועלען אלע חסידים זיין שטארק געבויעט, און זיי וועלען פארמיאוסן יעדע סארט שוואכקייט, ווי בילדער, באשרייבונגען, רימערייען, נארישע שטיק ביי די טישן, און נאך פילע צענדליגער שוואכקייטען. אבער אויב דער רבי איז פון די "שוואכקייטען-פולע" רביס, דער רבי איז פשוט א בעיבי, דאן ווערען אלע חסידים בעיביש און שוואך און זיי גייען ארום מיט א "לאו סעלף עסטים". וואס געשעהט איז, ווען דער רבי מאכט א מיסטעיק, אויך ווייל ער איז א זעכציג יעריגער בעיבי, דאן מוזען אלע חסידים בע"כ פארענטפערען דעם רבין, און ווי אזוי קען מען פארענטפערען אזא סארט שוואכען רבין? מיט נאך פילע בעיבישקייטען. און א ביישפיל דערויף וועלען מיר נעמען ר' אהרן דינן:
למשל אויב די רבי איז אן עם הארץ זענען אלע חסידים עם הארצים, אין אויב זייער רבי האלט ביים טרעטן אויף די תורה הק' וועלן אלע חסידים טרעטען אויף די תורה, אין אויב די רבי איז קאלט ווי אייז א גאנצען חודש תשרי פארלאזט נישט קיין טרער נישט ר"ה פאר די תקיעות צי יום כפור פאר כל נדרי וכדומה, דעמאלס זענען די חסידים אויך קאלט א גאנצען חודש תשרי. חוץ ווען ער זעהט זיך אז ער האט פארלוירן די בית החיים דעמאלס וויינט ער אין שרייט "גנבים גזלנים חמסנים עס העלף נישט קיין תשובה", אבער א גאנצען חודש תשרי קיין טרער נישט.
עס איז דאנערשטאג אינדערפרי אין קרית יואל, און עס איז נפטר געווארען ר' עוזיאל פערלשטיין. ר' עוזיאל איז נישט געווען א פשוטער יונגערמאן. ער איז געווען א יונגערמאן וואס האט געקענט אסאך לערנען. ער האט געלערענט פלייסיג שוין אפילו אלץ בעה"ב. ער איז געווען אויסגעארבעט אין מידות טובות. ער האט קיינמאל נישט מצער געווען קיין שום איד. חוץ... איך וויל נישט רעדן אויפן נפטר ער איז געווען א איד וואס האט מחזק געווען פילע אידן מיט א גוט ווארט, מיט זיין באחנט שמייכעל. ער איז געווען א צדיק אין מידת צדקה. ער האט געהאט השגות אין צדקה וחסד וואס האט אפשר נישט זיינס גלייכען אין קרית יואל אויפן מאמענט. ער איז געווען באמת א טייערער יונגערמאן, און נישט איבערגעטריבען ווייל ער איז איצט נפטר געווארען.
איך וועל פארציילען בלויז איין מעשה וואס איך האב געהערט זונטאג ביי ניחום אבלים ביים נפטר אין הויז. ווען איך בין דארט געווען זענען אריין געקומען עטליכע תושבי קרית יואל וואס האבען פארציילט פאר ר' שאול און זיינע קינדער אזעלעכע מעשי חסד וואס האט געברענגט טרערערן ביי אלעמען. אן אלמנה האט אריין געשיקט צו ר' שאול א געשריבענע שטר וואס ר' עוזיאל האט געשריבען. און די מעשה האט זי פארציילט ווי פאלגענד: איין טאג קלאפט אריין צו איר דער נפטר און בעט איר אז זי זאל אונטערשרייבען די צוויי שטרות. ער זאגט איר אז אזוי ווי ער האלט אין מיטען עפעס א דיעל, וויל ער אז אויב עס וועט בעזה"ש דורך גיין, וועט ער איר געבען צען פראצענט. און דאס איז דער שטר. זי האט פארציילט אז נאך צוויי וואכען האט ער איר אריבערגעברענגט א גרויסען סכום. זי האט נישט געוואלט זאגען ווען מען האט איר געפרעגט וויפיל.
קומט נאכדעם אריין מנחם אבל זיין א אינגערמאן אין זיינע דרייסיגער יארען און זעצט זיך אראפ. דאס איז געווען ווען איך בין דארט געווען. ער נעמט ארויס א טאש טיכל און ברעכט אויס אין א היסטערישען געוויין. ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט. מיר אלע זענען געווארען זייער איבערגענומען, איינער קען ממש נישט קומען צום ווארט, ער קייכט, און וויינט אויפן קול ווען זיין פנים איז איבערגעדעקט מיטען טאש טיכל. ער האט אזוי געוויינט אז אנדערע זענען געווארען מיט געשלעפט. ענדליך הייבט ער אן פראבירען צו רעדען אבער ער האט נישט געקענט.
ער האט דערציילט אז קיינער ווייסט נישט וואס זילו האט מיט אים געטון במשך די יארען נאך זיין חתונה. ער האט אים געהאלפען יעדען טאג אין זיין ביזנעס און אין זיין פריוואט לעבען. ער האט פארציילט אז זילו האט אפילו געשלעפט באקסעס און אים דעליווערט סחורה מיט זיין אייגענע קאר. דאס איז אלעס געווען אויסער וויפיל געלט ער האט אים געגעבען און וויפיל חיזוק זילו האט אים געשטארקט. עס איז נישט איין טאג פון די וואך וואס זילו האט אים נישט געקאלט צו הערען וואס ער דארף און ווי אזוי ער גייט אים. דער יונגערמאן האט דארט דערציילט און געוויינט ווי איינער זאגט א הספד, אז ווען ער האט געהערט דאנערשטאג אינדערפרי אזי זילו איז נפטר געווארען האט ער געוואלט מיט גיין מיט אים אין קבר... ער שפירט אז ער קען נישט אנגיין איין טאג אן ר' עוזיאל. ר' שאול האט געוואלט פארלייכטערען דעם מצב האט ער זיך אנגערופען צו דעם יונגערמאן, אז "דו וואלסט אבער נישט געוואלט ליגען אין דעם נייעם ביה"ח..." (דער יונגערמאן איז ר' אהרןס חסיד [עכ"פ געווען ביז דאנערשטאג]) יא פונקט א סאטמארע יונגערמאן, אזוי זעהן אויס אלע דיינע מעשיות.
דאס איז נאר איינע פון די הונדערטער לעגענדארע מעשיות וואס מענטעשן קומען פארציילען. נאך איין קליינע מעשה וואס איך האב געהערט זייענדיג דארט. א יונגערמאן ער איז אויך נישט פערצאפאל א סאטמארע?? האט זיך צוגעזעצט צו די אבלים און פארציילט אז ער האט זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה און מען האט אים אפגעהאקט די לעקטער אין הויז, זייענדיג שולדיג אכצען הונדערט דאלער. האט ער אפגערופען ר' עיזואל'ס א חבר און אים געבעטען אז ער זאל פרעגען זילו צו ער קען אים אויסבארגען דאס געלט אויף א שטיקל צייט. זילו הט יענעם צוריקגעקאלט און געפרעגט זיין אקאונט נומער ביי די לעקטער קאמפאני. יענער האט געהאט לעקטער ביז א שעה. אבער, פארציילט יענער, אז זילו האט אים אריין געלייגט איבעריגע צוויי טויזענט דאלער אויף קרעדיט אויפן קומענדיגען יאר...
און אזא צדיק איז ליידער נפטר געווארען. עס דערציילט מיר א יונגערמאן: "דו ווייסט נישט וויפיל יונגעלייט אין קרית יואל האבען געלעבט אויפן חשבון אז זילו וועט זיי ארויסהעלפען אין פאל פון נויט. דו ווייסט נישט וויפיל יונגעלייט וויינען טאג און נאכט זייט זילו איז אזוי פלוצלונג נפטר געווארען." די אלע זענען סאטמארע יונגעלייט, נישט קיין זאליס.
שטעלט זיך א קשיא, ווי האבען אידען געקענט אפילו זינגען? ווי האבען אידען געקענט טאנצען ווען אזא צדיק איז אזוי נפטר געווארען? ווי האבען אידען געקענט קלאטשען ווען עס איז געבליבען 9 יתומים? ווי האבען אידען געקענט זינגען ווען ביי אזא טייערע יוד ווי ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש איז געשעהן אזא צרה? ווי קען דאס זיין אז חסידישע בחורים און יונגעלייט זאלען אויסוואקסען אזעלעכע קאלט בלוטיגע פארשוינען?
לערנען נישט די בחורים מוסר ספרים אדער ספרי חסידות? קען דען זיין אז בחורים פון סאטמאר זאלען זיך פרייען ווען אפילו סתם א איד ווערט נפטר? כ"ש וכ"ש א טייערער צדיק, א מרחם על הבריות? וואס איז געשען צו ר' אהרןנס אלע מענטשען?
דער תירוץ איז גאר א ביטערער, נאך ביטערער ווי אלע קשיות. ר' אהרן טייטלבוים דער רבי פון די ארונים איז א מענטש וואס איז געבליבען א בחור פון אכצען יאר. ער איז ל"ע נישט מיט אלעמען. ביי אים באנעמט נישט קיין טראגעדיע קיין פלאץ, און ער באגרייפט אפילו נישט וואס פארא צרה דא איז געשען. ער באגרייפט נישט וואס מיינט א הארץ, און ער כאפט נישט אז היינט זענען פלוצלונג צוגעקומען פרישע 9 יתומים ווען דאס יונגסטע איז בלויז 9 חדשים אלט. א בחור ווי קלוג ער זאל נאר זיין, קען נאך נישט ארויס האבען אזא צרה, ווייל ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט א קינד און ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט א טאטע. ער קען נאך נישט באגרייפען וואס מיינט א אלמנה, און ער קען נישט פארשטיין וואס מיינט א יונגערמאן שטארבט פלוצלונג.
ר' אהרן דינן איז א בחור אין אלע הינזיכטען. ער קען זיך צונויף זעצען מיט זיינע יועצים דאנערשטאג אינדערפרי און האט נישט אויס געשאסען אין א געוויין. מען האט דארט נישט פארלאזט איין טרער, ווייל עס איז אים נישט געקומען צו וויינען. ער האט זיך ליידער ליידער, איך וויל אפילו נישט שרייבען דאס ווארט, געפריידט, אז ביי איינע פון זיינע נישט גוטע פריינט איז געשען אזא צרה. ער קען נישט באגרייפען די צרה, ווייל ער ווייסט נישט וואס מיינט א קינד און ער באגרייפט נישט וואס מיינט א טאטע. ער האט שוין מיט ביידע לאנג כפרה געשלאגען ווען עס איז געקומען צו זיין מידה פון "איך", "זיך" און "מיך" כידוע לכל.
דעריבער האט ער זיך רואיגערהייט געזעצט צו א מיטינג מיט זיינע אייניג-קאלט-בלוטיגע בלוט זויגערס און אפגעמאכט אז מען קען דא צאפן זייער אנגענעם דאס בלוט פון אפאר "שונאים" אויף אמאל, און זיי האבען געוויסט אז אלע זייערע מענטשען וועלען הונדערט פראצענט מיטשטיין. עס וועט נישט זיין אין גם אחד וואס וועט אפילו טענות האבען, אז היתכן א רב און זיין קהילה זאלען זיך אזוי בארבאריש אויפירען ווען עס ליגט דא א נפטר, אזא טייערע יונגערמאן.
און דא קומט צו נאך א פונקט. ר' אהרן און זיינע נאנאטע זענען אזוי ווייט פון די מעשי חסד פון ר' עוזיאל, אזוי ווייט ווי אונזער וועלט איז פונעם פלאנעט מארס. עס קען נישט קומען קיינער אין קרית יואל און פארציילען אויף ר' אהרן איין ספעציעלע מעשה חסד. דער איד זיצט שוין אין קרית יואל באלד דרייסיג יאר, און עס איז נאך נישט אפיר געקומען איין איד וואס קען זאגען אז ר' אהרן האט אים געטון איין ספעציעלקייט. יא, ער טיילט געלט פאר יו"ט, אבער דאס קומט מיט אזא פאמפע אזש מען קען מיינען וויפיל געלט ער טיילט שוין. אבער השגות אין חסד, א השגה פון א חיזוק ווארט פאר א יונגערמאן, א השגה פון באהאלטענערהייט עפעס טון פאר א איד, איז ער אזוי ווייט פון דעם נפטר אז עס איז אפילו נישטא קיין ביישפיל. דעריבער קען ער אפילו נישט פארשטיין ווער דער נפטר איז געווען און ער קען אפילו נישט באגרייפען אז עס איז פארהאן אזא סארט דערהער אין חסד בכלל אויף דער וועלט.
איז שוין בכלל נישט קיין ווינדער ווי דער ר' אהרן האט זיך געקענט אויפירען צו די משפחה מיט אזא ברוטאלקייט און מיט אזא געפרוירענקייט. ביי אים און זיינע מענטשען פרעסער איז בכלל נישט פארגעקומען קיין טראגעדיע. ביי אים און ביי זיינע נאנטע איז נפטר געווארען היינט צופרי א "שונא" און א זון פון א "שונא" און מען דארף זיי איצט גוט צו פיקסען. קרית יואל איז גענוג גרויס, עס פארמאגט שוין באלד פיר טויזענט משפחות, נו, איז דא איצט איין מענטש ווייניגער. דאס איז ר' אהרן.
ממילא האבען זיינע בחורים קיין שום פראבלעם פון זינגען און טאנצען ביי אזא טראגעדיע. עס איז איצט די צייט צו טון אלעס אין דער וועלט צו צופיקסען די שונאים, און דאס וויל דער רבי.
המשך יבוא.
ס'איז נאך דא אסאך וואס צוצולייגען איך האב אבער נישט קיין צייט יעצט מער, ועוד חזון למועד.
דער סך הכל איז אז א טאטע וואס זיין זוהן איז אוועק אזוי פלוצלונג אין ס'איז מתה מוטל לפניו, ניטאמאל פאלט אים ביי אז עס קען זיין אז מען מיינט אים, אין עס איז צייט אויפצוהערן מיטן מורא'דיגן חילול השם פין גיין אין קאורט אין זיך שטעלן צי דין תורה. איז ער נאך מוסיף חטא על פשע אין ער איז מבזה זיין זון אין אים מקבר אין א מאחורי הגדר בית החיים.
צום שלוס צו הגז"ל אין שאול איך בין נישט אין הימל אין איך ווייס נישט די דרכים פין רבוש"ע, אבער יעדער איז מודה אז עפעס וויל מען דא פין הימל, אפשר איז צייט צי מאכן א חשבון הנפש, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, ואין לך דבר העומד בפני התשובה, אפשר איז שוין צייט פאר תשובת המשקל אין הערט אויף מיט די הפרת התורה אין נעמט ארוס די סיכסוך פין קאורט אין זייט מקיים דעם אלה המשפטים אשר תשים לפניהם, אפשר וועט דאס זיין א טובה פאר די נשמה פין דעם נפטר ז"ל, איז ער וועט זיין א כפרה פאר ענק.