ווי שוין באקאנט האבן מיר געהאט די זכי' אנפאנג וואך צו באקומען א 'לייוו רעפארט' פון בית דין של מעלה, ווען ארגינעלער האט אינעם בעקערי פארום מסביר געווען פארן ציבור אקסן דער סיסטעם וויאזוי און פארוואס דער בית דין של מעלה באשטראפט דעם און יענעם אלעס פארן בלויזן חטא פון זיך טשעפען מיט דעם זעלבסט געקרוינטן "סבלן" און "קדוש".
נאך אזא ברייטע רעפעראט איז געווען ערווארטעט אז אלע אהרונים פה אחד זאלן אנהייבן פארשטיין די תהליכי בי"ד של מעלה און מער נישט האבן קיין פראגעס אויף גארנישט.
היינט קומט אבער יקרבו און שרייט איך בין נישט אין הימל און איך ווייס נישט די חשבונות דארטן אבער....
דא האט איר זיינע ווערטער:
צום שלוס צו הגז"ל אין שאול איך בין נישט אין הימל אין איך ווייס נישט די דרכים פין רבוש"ע, אבער יעדער איז מודה אז עפעס וויל מען דא פין הימל, אפשר איז צייט צי מאכן א חשבון הנפש, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, ואין לך דבר העומד בפני התשובה, אפשר איז שוין צייט פאר תשובת המשקל אין הערט אויף מיט די הפרת התורה אין נעמט ארוס די סיכסוך פין קאורט אין זייט מקיים דעם אלה המשפטים אשר תשים לפניהם, אפשר וועט דאס זיין א טובה פאר די נשמה פין דעם נפטר ז"ל, איז ער וועט זיין א כפרה פאר ענק.
מר. ארגינעלער איך האב פאר דיר שלעכטע נייעס, דער עולם דיינער האט זיך נאכנישט דערלערנט. ביטע געב זיי נאכאמאל צו פארשטיין פונקטליך וויאזוי עס ארבעט!!!