| נשלח ב-27/8/2009 17:42 |
|
| |
יויש פאטשט דעיס אין פנים!!!!
זייטס גערישט א הויפען אימילס, טוויטס, טעקסטס פון יענע חברה,
זייערע בעסטע באצאלטע שרייבער וועלן היינט ארויסקומען מיט הונדערטער לגיונות, אפשר וועלן זיין מענטשען וואס וועלן אפקויפען איינס האט זיך זיי עס שוין געלוינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 22:37 |
|
| |
.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 01:56 |
|
| |
רבותי BE CARFULL
זיי האבען עס געליינט זיי זענען זייער ווילד, כ'ווייס נישט פין ווי זיי האבען עס.
ס'גיסן זיך דארט קלללות, זייט גערישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 02:34 |
|
| |
שאלה קטנה
ווען ר' עוזיאל פערלשטיין וואלט נישט געווען בן ר' שאול..........
און ער וואלט געהאט אלע אנדערע עבירות וואס קול סאטמאר רעכענט אויס.....
ווי אזוי וואלט באהאנדעלט געווארען זיין קבורה?????
איך ערווארט נישט קיין ענטפער, ווייל יעדער ווייסט דעם ענטפער....
די קליינע שאלה איז מפריך די צענדליגע בלעטער אין "דער בלאט" "קול סאטמאר" און אויף הייד פארק.....
סוף פסוק איז, מען האט גענומען א בר מינן און א אינגע אלמנה מיט קליינע יתומים און זיי שאנטאזשירט ווייל זייער זיידע דער טאטע פון זייער פריצייטיג אוועקגעריסענער פאטער איז א "שונא".....
ר' עוזיאל איז געווען 41 יאר אלט, ער האט נישט געהאט קיין שום אחריות פאר זיין טאטענס מצוות און עבירות..
מען קען ענטפערען טויזענט תירוצים פארוואס עס איז זיך נישט געקומען פאר ר' עוזיאל קיין חלקה, דער פאקט איז אבער אז די אלע תירוצים זענען קאמופלאזש, מי שיש לו מח איז מודה אז ווען זיין טאטע וואלט נישט געווען ר' שאול וואלט מען פארלאנגט קבורה געלט און נישט קיין טינט און עס וואלט געווען מסודר אין ווייניגער פון א האלבע שעה.
נאר היות די ארונים האבען זיך דערזען מיט א מעגליכקייט צו "פיקסען" ר' שאול האט מען גענומען דעם נפטר און ארויפגעלייגט אויפען שאך ברעטעל אן קיין שום יושרדיגע טענה און זיך בכלל נישט גערעכענט מיט די טראגעדיע וואס האט באטראפען די משפחה.
תו לא מידי,
אלע טינט פלעשער וואס משכיל ווידער האט אויסגעגאסען........
אלע זיסע ווערטליך וואס דער טאשען שניידער לאזט פאלען........
אלע פ.ר. אקציעס וואס דער יועץ פרטי האט אונטערגענומען....
וועלען קיינמאל נישט פארענטפערען די קליינע קשיא......
און דער פלעק וועט פון ר' אהרן און זיין קהלה קיינמאל נישט אראפגיין................
זיי האבען נאכאמאל קלאר געשטעלט פאר די וועלט ווער זיי זענען, און מיר וועלען דאס קיינמאל נישט פארגעסען...
היהפך כושי עורו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 02:35 |
|
| |
תוקן על ידי bigsatmar ב- 28/08/2009 2:34:35
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 04:33 |
|
| |
BIGSATMAR
איך בין מודה ומתוודה אז אויב המנוח ר' עוזיאל ע''ה
וואלט נישט געווען דער זוהן פון המחוצף שאול פערלשטיין
איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט היינט צו טאג געלעגן אין בית החיים
ווי רבותינו זי''ע ליגן, העכסענס וואלט מען געדארפט באצאלן די דריי טויזענט
דאלאר וואס ער איז שולדיג געבליבן און נאך בערך 8,000 צו 10,000 דאלאר
פאר די חלקה און גמרנו, אך דא עקא דער נפטר איז יא דער זוהן פון
דעם מחוצף הידוע לשימצה שאול פערלשטיין און כפי פסקם פון אייערע
דיינים ובראשם אייער ראב''ד'ל מעג מען "אלעס" טוהן כדי להציל נכסי הקהל,
איז, מה דאך גיין אין ערכאות העכו''ם מעג מען - לויט אייך - גיין, פשוט ווייל ר' ישראל
חיים מנשה מיט הרב פיליפ און וויינבערגער שרייבן אז מען מעג "אלעס" טון
איז דאך כל שכן פארלאנגען צו גיין צו דין תורה איז זיכער בכלל פון טוהן "אלעס",
פארגעס נישט, חז''ל זאגן גאר שארפע לשונות אויף גיין בערכאות העכו''ם
זיי רופן אן א הולך לערכאות "א מרים יד בתורת משה" וכו', אבער איך בין זיכער
אז בכגון הא, בנידון דידן, ווען דיינע לישקע חברה שרייבן אז מען מעג "אלעס" טוהן, וועלן חז''ל
זיכער אוועק קיקן און נאכגעבן אביסינקעלע, אבער לאידך גיסא, אפשר קען מען זיך פארלאזן
אויפן פסק הלישקע אז מיר מעגן אויך "אלעס" טוהן כדי להציל נכסי קהלתינו
הקדושה, און אולי ואולי מעגן מיר יא פארלאנגען פון שאול אינטער צו שרייבן
שטרי בירורין און גיין צו דין תורה אזוי ווי יודן האבן זיך געפירט מעת היות עם
ישראל לגוי, אפשר טאקע.
לאמיך דיך פרעגן, מאי כל הרעש?, וואס האט מען דען געבעטן? מען האט געבעטן
פונעם אבי אבות אינטער צו שרייבן אז מען גייט לדין תורה, איז דאס באמת אזא
מין געמיינע רציחה?, יא, איך פארשטיי אז ביי אייך, צו גיין צו דין תורה איז איינס פון די
עבירות החמורות בתורה, אבער אפשר קען מען לייגן ביימעלעך וועט שוין זיין מותר?
אדער אפשר קען מען טרעפן אן אנדערן תירוץ, יא, איך בין מודה ומתוודה אז מיר האבן
געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט, ס'איז געווען א ווין ווין סיטאעישאן,
אדער גייען מיר צו דין תורה, אדער ווערן מיר פטור פון ענק איינמאל פאר אלעמאל,
נו, איר האט אייך אויסגעוועלט אפ צו פיצן, נו, וואס פארפירט איר? יא, מיר האבן
דאס שוין מיטגעמאכט, מיר האבן געכאפט א רוק ארויס פון ראדני און פון די מוסדות,
האבן מיר זיך אפגעווישט די נאז און געבויט אייגענע בתי מדרשים און מוסדות,
ס'האט וויי געטוהן? אוודאי, זייער שטארק, און טאקע וועגן דעם רופן מיר אייך צו
דין תורה, אבער שרייען גזלנים חמסנים? איך האב שוין געהאט די זכי' צו הערן
פון רבינו הקדוש שליט''א אריבער 100 דרשות זייט אייער גניבה וגזילה, קיינמאל
האב איך עהם נישט געהערט שרייען אויף אייער פרעכע גניבה, קיין איין ווארט האט
ער נישט ערוועינט און דא יעצט און אזא טרויעריגע מאמענט ווען מען איז מספיד א יונג
צווייגעלע וואס איז אזוי טראגיש אוועק געריסן געווארן, האט דיין שטריק נישט געטראפן
קיין בעסערן הספד ווי אויס צו שרייען זיין ווייטאג אויפן פארלוסט פונעם בית החיים?,
איך שעץ דיך זייער אז דו זארגסט פאר אונזער וואוילזיין ,
און באוויינסט דעם פלעק וואס מיר האבן אצינד באקומען,
וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אזא אזא קליינישקער אינצידענט
וועט נישט אוועק מאכן די הויעכע דיבורים וואס הגה''צ בעל שבט הלוי שליט''א
האט געזאגט אויף אונזער רבי שליט''א, איין סטעיטמענט פון הגאון רבי אליקים
שלעזינגער שליט''א איז פילפאכיג מער ווערט פון טויזענט שמוציגע ארטיקלען
אונעם שמוץ קאסטן וואס הייסט "דער איד", מיינסטו טאקע אז רבי משה שטערנבוך
שליט''א וועט זיך אצינד אפשאקלען פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א?, און וואס איז מיט
הרב דוננער שליט''א, רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א, און רבי מלכיאל קוטלער שליט''א,
וועלן זיי זיך א ריק טוהן צו דיין ע''ה אצינד אז דיין שמוץ קאסטן גיסט אזויפיל פעך און
שוועבל אויף רבינו שליט''א?, געב א קיק און לייג צו קאפ, משה גבאי און מאיר ראטה
זענען נישט די וואס זענען מחליט ווער עס איז דער רבן של ישראל, דאס זענען מחליט
די גדולי הדור, און וויפיל שמוץ עטץ זאלטס נישט גיסן וועט אייך גאר קנאפ העלפן,
עטץ כאפטס נישט אז איר ווערט גאר דערטרונקען אין דעם שמוץ וואס איר פארשפרייט,
אייער רבי מיט זיין לישקע זענען היינט צו טאג ללעג ולקלס, זיי זענען אפגעפרעגט בהחלט
ביי יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש, אדרבה כאפ א שמועס מיט סיי וועלעכן רב אדער מורה
הוראה (און איך מיין נישט דא דעם טריפל מחותן שאפראנער רב שליט''א צו חיים שיעלעס טאטע)
צו זאל דאס זיין רבי בנציון שטראסער שליט''א, צו דער סקווערער דיין שליט''א פון בארא פארק
צו די חברי הבית דין הגדול שבירושלים (ובתוכם דיין רבינ'ס מחותן הרה''ג רבי יושע ראזענבערגער שליט''א)
וועסטו געוואר ווערן וואס הערצה מיינט, בו בזמן ווען אלע גדולי הרבנים פון די גאנצע וועלט זיכן נאר
צו קומען צו רבינו שליט''א און ארום רעדן מיט עהם בכל מכמני התורה, דרייט זיך דיין רבי כסדר ארויס
מיט נארישע תירוצים אז ער יאגט זיך צו דאווענען מנחה וכדומה,
אפשר פארענטפערסטו מיר א געוואלדיגע קשיא, דו וועסט געוויס נישט
לייקענען אז דיין רבי איז זייער עדיקטעט ארום צו פארן צו שטופן די צייט,
ער גייט כסדר באזוכן שפיטעלער (וואס ביי אונז טיט דאס די רעבעצין תחי') לעיקוואד, פייוו טאונס,
קאנעדיקעט, וכו' מאנארא - קאנטרי, קאנטרי - מאנארא, מאנסי א צוויי דריי מאל א וואך, און ווי נאר עס
מאכט זיך א געלעגענהייט איז ער רעדי צו פארן אבי דער טאג זאל שנעל אדורך גיין, נו, איז מיר זייער שווער,
דיין רבי האט א זוהן אין ארץ ישראל, ער האט א "גרויסע" קהילה אין ירושלים, און האט נאכנישט געטראפן
קיין צייט זיך אריבער צו כאפן קיין ארץ ישראל?, אזוי ווייט אז אפילו ווען דער זוהן האט בר מצוה געמאכט
האט מען עהם געצווינגען איבער צו לאזן זיין "גרויסע" קהילה און קומען קיין אמעריקא אלעס נאר דיין רבי
זאל נישט דארפן פארן אהין, פארוואס, הא?, איך וועל דיר זאגן, דיין רבי וואלט געפארן קיין ארץ ישראל
נאר בתנאי אז אלע רבנים שבארצינו הקדושה זאלן דאן זיין אין חו''ל, ער זאל זיך מיט זיי נישט דארפן
צו טרעפן, ווייל כידוע, איז יעדער באזיך פון סיי וועלעכן רב עפעס מעורר א שילשול, שטארקע און גרויסע
בויך קרעמפן, און דאס וויל ער זיך איינשפארן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 04:35 |
|
| |
על כל פנים,
דער פראבלעם איז נישט, זילא פערלשטיין ע''ה,
נישט די מצבה פון בנציון שווארץ שניר (ע''ה)
נישט צמות הגידין,
נישט אריזאנא ווייץ,
נישט כבוד ר' עזריאל גליק,
נישט כבוד ר' ישראל חיים מנשה, (ירושלימער רב),
נישט דער בית המדרש אויף האפפער סטריט,
נישט דער גרויסער מעכטיגער בנין אויך ווייט עוועניו,
נישט די עצמות פון שפאניע,
נישט די נייע בוטשער סטארס,
נישט שחיטה מונחת,
נישט הרבנית סאשע (וויזניץ)
ניין די אלע זאכן זענען נישט דער פראבלעם,
איין פראבלעם איז דא,
און דאס הייסט...... רבי אהרן טייטלבוים שליט''א
און פון דעם וועט איר נישט אזוי שנעל פטור ווערן......
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/08/2009 4:45:58
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 05:52 |
|
| |
דאס איז עס
איך בעט מיך שוין לאנג פאר אזוינע סארט קריגערייען. BIGSATMAR און יענקעלע11 GO ON, טראץ וואס ביגסאטמאר קוקט נישט אויס צו זיין אן ארויני האבען אבער זיינע טענות א נארמאל פנים נישט סתם געשאסען. און אזוינע טענות דארף מען דן זיין בכובד ראש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 08:00 |
|
| |
יענקעלע, A1 כדרכך.
נאר איין פרט וויל איך מעיר זיין וואס איך האלט ביזט נישט גערעכט.
איך האלט אויסדריקליך אז די אלע מענטשן וועלכע פירן אן די נייע "קהל יטב לב" פון די זאליס אין קרית יואל דארפן ווערן אויסגעשלאסן פון מעמבערשיפ, פונקט ווי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט גע'אסר'ט די בני יואל. אויב מ'וויל נישט אויסשליסן זייערע מעמבערס (וואס איך בין מסופק אויב מ'דארף עס נישט טון אין קרית יואל), אבער זייערע ראשי הקהלה מוזן זיכער ווערן אויסגעשלאסן [אריינגערעכנט דעם נפטר, וועלכער איז געווען איינער פון די טובים].
דער פסק פון אונזער הייליגן רבי'ן האט זיך מיט גארנישט געטוישט מיט דעם וואס ער איז שוין נישטא בעוה"ר, און אפילו אויב בני יואל האט געטוישט דעם נאמען צו ויואל משה, יטב לב, אדער סיי וועלכן נאמען. די עזות פנימ'ער קעגן וועמען רביה"ק זי"ע האט זיך מערערע מאל אויסגעדריקט אז זיי זענען "רשעים" טארן בשום אופן נישט ליגן אין איין בית החיים צוזאמען מיט אים.
"אין מניחין צדיק אצל רשע" איז נישט עפעס אן אויפטרעף פון ר' בערל פריעדמאן, און קען נישט פארווישט ווערן מיט אפאר דאלער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 18:35 |
|
| |
יענקעלע פון דיין גאנצע תשובה איז נאר אינטרעסאנט 2 שורות ווי די ביסט מודה ומתוודה
| יענקעלע11 כתב: |  | |
BIGSATMAR
"איך בין מודה ומתוודה אז אויב המנוח ר' עוזיאל ע''ה
וואלט נישט געווען דער זוהן פון המחוצף שאול פערלשטיין
איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט היינט צו טאג געלעגן אין בית החיים
ווי רבותינו זי''ע ליגן"
", יא, איך בין מודה ומתוודה אז מיר האבן
געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט, ס'איז געווען א ווין ווין סיטאעישאן, "
|
|
און אנדערע ווערטער ביסט מודה אז מען האט "צוגעפיקסט" דעם נפטר, די אלמנה מיט די יתומים ווייל (כלשונך) "מיר האבען געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט".
ר' עוזיאל ע"ה דער 41 יעריגער נפטר וואלט יא נקבר געווארען אן קיין שהיות ווען מען קוקט נאר אויף זיינע אייגענע עבירות, אבער די עבירות פון זיין 65 יעריגע טאטע האט מען נישט געקענט פארקוקען און פארדעם האט מען פארקוקט אויף די צער פון די נשמה פונעם מת, די צער פון אן ערשיטערטע אלמנה און יתומים.
ארונים "יו אוטדיד יורסעלף דיס טיימ" ביי ענק איז אן ערשיטערענדע פאסירונג א "געלעגענהייט" און א "ווין ווין סיטאעישאן" (כלשונך)
תו לא מידי נישט דא וואס מוסיף צו זיין.
אלע איבעריגע שטותים, ווי פארוואס דער רבי פארט נישט אויף ארץ ישראל און "וואס האט מען דען פארלאנגט" איז גוט צו פארדרייען דעם נושא און פארטושען ענקערע פיצינקע מוחות.
פאקט בלייבט פאקט, מען האט געפייניגט א נפטר מיט זיין משפחה ווייל עס איז אונטערגעקומען א גלענצענדע געלעגענהייט צו "פיקסען" דעם זיידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 18:44 |
|
| |
צום זיבעציגסטן מאל:
ר' עוזיאל ע"ה איז געווען א חלק פון די נייע א.ג. "קהל יטב לב" וואס די זאליס האבן פאריגע וואך געגרינדעט אין קרית יואל.
דערמיט האט ער זיך אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון די ארגינעלע קהלה, און במילא וואלט ער נישט געהאט די רעכט צו ליגן אין ביה"ח. אויסער אויב זיין טאטע וואלט מסכים געווען צו גיין צו די"ת, וואס דאן וואלט ער באקומען א קרקע לפנים משורת הדין.
תוקן על ידי - געגאנגען - 28/08/2009 18:44:05
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 18:51 |
|
| |
צום לעצטעל מאל
ווען ר' עוזיאל ע"ה וואלט געווען איינער פון די אנדערע 25 מענטשען אויף דעם צעטעל, ער וואלט נישט געווען ר' שאול'ס א קינד, וואלט ער אויך אזוי באהאנדעלט געווארען?
דער ענטפער האט שוין יענקעלע געגעבען, קלאר אז ניין!!!!!!
אלע זיסע תירוצים צו פארענטפערען ענקער שטינקעריי איז שוין נישט מעלה ומוריד, איר האט גענומען אן 41 יעריגען נפטר און ארויפגעלייגט אויפען שאך ברעטעל צוזאמען מיט די ערשיטערטע אלמנה און יתומים פארען חטא פון............... האבען א 65 יעריגען טאטען ר' שאול.
אלע תירוצים און קונטריסים נעמען נישט אוועק די רשעותדיגע פאקטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 19:10 |
|
| |
די זאליס פראבירן מיט אלע כוחות אונז איינרעדען אז מיר זענען
רוצחים/מענטשען פרעסער/באנדיטען/בארבארען/באלשעוויגען/גלגלנים/בולעוואנען/גזלנים/גנבים/חמסנים/נאציס/ציוניסטען/נארנים/
עס איז שווער צו געדענקען א קרום ווארט, וואס ווערט נאר דערמאנט אונעם דיקשענערי, וואס די נועם המידות'ניקעס, האבן אונז נישט באטיטעלט!
פארוואס?
נישט ווייל די די ריאלעטי פראסקעט זיי און פנים, אז זיי האבן ''נישט'' דעם בית החיים!!!
ווייל זיי גייען דאך עס האבן, מען האט פשוט פארברייטערט.. (עיין דער יוד)
נישט ווייל זיי זען וואו צוויי אונטערעסאנטע פאקטען האט זיך אפגעשפילט 1 אז דער שאול וואס האט מיט פאטאס פראקאלאמירט אז אלעס בלייבט ביים אלטען דער זעלביגער האט מיטן א וועק לייגען זיין פארשטארבן קינד המנוח ר' עזואל ז''ל אונעם בארען פעלד, פראקאלאמירט פאר די גאנצע וועלט אז די זאליבאנער האבן ''נישט''דעם בית החיים!!!
ווייל מיר זענען נישט און הימעל! עס איז א פרעצאפאל!
נישט ווייל מיר האבן נישט געוואלט א וועק לייגען דעם דעם נפטר, און בית החיים, ( מיט א קליינע תנאי אז שאול זאל פארניצען א ביסעלע טינט פון דעם שיינעם פארקער פען וואס ער דרייט זיך און די קעשענע זייט ער שפיעלט רה''ק, אוןן אונטער שרייבען שטררי ברורין - אדער איינלייגען 50 אלפים ביי א שלוש אז ער וועט פארניצען דאס ביסעל טינט)
ווייל שאול האט דאך באמבאסטיש פראקאלאמירט אז דער רצון פונעם נפטר איז געווען אז מען זאל אים לייגען אונטערן פלויט,
פארוואס דען? וואס באדערט זיי? פעלשער פארמעגליך האט דאך אזוי שיין מסביר געווען אז רבינו שליט''א איז ספעלשי? און די הערליכע ווידיאוס פון דעם כאמעני פראקאלאמירער, איז דאך כמיים קרים על נפש עיפה?
דאס גרויסען ניצחון, איז דאך פולקאם! וואס זענען די בילעם'אישע קללות?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 19:23 |
|
| |
דעם נפטר וואלט מען שוין געקענט אוועק לייגן במנוחה נכונה 10 אזייגער אינדערפרי, ווען נישט דער 65 יעריגער טאטע, ס'זענען געווען 3 אופנים וויזוי ער וואלט געקענט נקבר ווערן בכבוד, און אלע 3 זענען צישטערט געווארן נאר צוליב דער 65 יעריגער טאטע. ער האט ענדערש אויסגעוועלט צו אויסניצן די געלעגנהייטן צו שלאגן פאליטישע ווארצלען, אפטוהן און מבזה זיין סאטמארע רבי על לא עול בכפו, ווי איידער צו באערדיגן דעם נפטר 8 שעה פריער און א בכבוד'דיגע ביה"ח, און נישט מאכן זיין זוהן לדראון עולם א סימבאל פון מחלוקת.
אופן 1. ניו דשערסי, פארן נפטר איז ממילא אלעס איינס, ער איז שוין בעלמא דקשוט, ס'איז א געהעריגע קבר ישראל, עס ליגן דארטן טויזנטער אידן יראים ושלמים, און עולם האמת איז קיין שום חילוק ווי מ'ליגט, דארט איז ממילא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" (מס' סנהדרין), נאך מער שאול אליין האלט אין איין זאגן אז דער נפטר האט געוואלט ליגן אין דעם פאלאק ביה"ח, נו מה דאך א ליידיגער ביה"ח איז ער גרייט געווען עאחכו"כ אן אלטער ערליכער ביה"ח.
דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר
אופן 2. בני יואל, כדלעיל. ס"ה: אויב די רעדסט פונעם עצם נפטר, האט עטס געהאט אלע ברירות איהם צו געבן זיין אייביגער רוה בכבוד גדול, 10 אזייגער.
דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר
אופן 3. אונטערשרייבן א כתב התחייבות אז ער גייט ארויס פון געריכט און איז דן בדיני ישראל. אדער עכ"פ געב א שטיקל אנטווארט פאר קהל, פרוביר זיך צו דורכרעדן פרוביר צו פארהאנדלן. נישט לויף וויינען "מת מצוה!"
דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר.
תוקן על ידי קראך_היט ב- 28/08/2009 19:20:48
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 20:49 |
|
| |
די זאליס האבן כדרכם זיך דא אויפגעפירט ווי קליינע בעיביס וואס האבן א טענטראם, נאך פאר ווי וואס ווען, נאך גאר גאר אינדערפרי, ווען מ'האט קוים אנגהויבן צו פארהאנדלן, און מ'האט אויף א גאר איידעלען אופן געטאן א קליינטשיגע השתדלות צו אפשר ענדיגן די חילול השם און איבוד ממון הקדש, האבן זיי תיכף אנגעהויבן צו מאכן יאלעס שטויסן שרייען און וויינען, "געוואלד! מת מצוה!" באגאסן סאטמארער רבי מיט צואה רותחות כדרכם, על לא עול בכפו, גיי ווייס ווי ער קומט דא בכלל אריין, באשולדיגט די גאנצע וועלט אויף זייערע צרות, באשולדיגט די ווילעדש, באשולדיגט די חברה הצלה, (אן אומדערהערטער אומאחריותדיגע זאך!! צו באשולדיגען אזא נובעלע און אומפארטייאישע ארגעניזאציע דארף מען זייער פארדומט) באשולדיגט סעגעדין, באשולדיגט וויטריאל, יעדער איז שולדיג, אויסער זיי זענען ממש אומשולדיגע שעפעלעך, אפשר רעדסטו ווי א נארמאלער מענטש, אפשר פארהאנדלסטו, אפשר פארלאנגסטו עפעס א קאנטער אפפער, ניין גארנישט!! מ'שרייט און וויינט "אהרן ט"ב פוי!!", די זענען נעבעך אומערצויגענען צופידעלעטע עלעמענטן, זיי האבן די אהרן טייטלבוים סינדראם וואס מאכט זיי קראנק,
 |
|
|
|
|
|