לכבוד BIGSATMARשונא,
האסט געהאט א גוטן שבת?
אדער האסטו געשומט און געשאלטן אזוי ווי אלע זאליס פון מיין קאנטרי, הא?
(און אפשר ביסטו גאר איינער פון מיין קאנטרי שעלטערס WHO KNOWS).
איך בין נישט איבעראשט אז דו ווילסט נישט רעדן איבער דיין רבי'ן,
ווייל אויב וואלט געווען פארקערט, דיין רבי וואלט געווען מיין רבי,
וואלט איך מיך אויך געשעמט מיט עהם...
למעשה ביסטו אזוי אויפגעשפרינגען אויף מיין תגובה שרייענדיג אז
יענקעלע האט "מודה" געווען...
וויל איך דיר קודם כל אויפמערקזאם מאכן אז יענקעלע איז נישט קיין קהל'ס מאן,
איך בין פלעין א סאטמארער מעמבער און מיין סברה איז AS GOOD ווי דיין סברה,
אבער דאס מיינט נישט אז איך צו צוריק, אדרבה נאכן איבער טראכטן זעה איך ווי
שטארק איך בין גערעכט, לאמיר הערן די פראגע נאכאמאל,
אויב וואלט דער נפטר "נישט" געווען שאול מחוצפ'ס זוהן ווי ער וואלט געלעגן,
איז קודם די פראגע, וואס וואלט ער יא געווען?
מיינסט זיכער נישט צו זאגן אז אויב וואלט ער געווען א אהרוני,
ווייל דאן איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם, נאר געוויס האסטו געמיינט צו זאגן
אז ער וואלט געווען א פלעינער זאלי פון וויליאמסבורג אדער אפילו פון קרית יואל
וואס האט נישט געהאט קיין חלקה און איז געבליבן שולדיג אפאר טויזענט דאלאר,
און דאן איז דער ענטפער קלאר אז ער וואלט מסתמא געליגן אין קרית יואל פונקט ווי די אלע
אנדערע זאליס וואס האבן באצאלט פאר קהלתינו הקדושה פאר די חלקה און פאר
די איבער געבליבענע מעמבערשיפ און מען האט זיי געלייגט אין קרית יואל,
נאר אצינד ווען דער נפטר איז נעבעך נישט געווען קיין בר מזל און איז געבוירן געווארן
צו דעם מחוצף הגדול שאול תחתית, איז געווען נאך א קליין שטיקל תביעה'עלע אז ער זאל
אינטער שרייבן שטרי ברורין ביי א בי''ד און דאן וועט הכל על מכונו יבא בשלום,
נו, אויב וואלט ער געהאט סיי וועלעכען נארמאלן טאטע וואלט ער גאנץ זיכער אין דעם מצב
מסכים געווען, ווייל וואס האט מען דען געבעטן? נישט מער ווי 1 CC טינט, איין אינטערשריפט אדער
כאטשיג א הבטחה (מיט א משכון) אז ער וועט אינטערשרייבן, איז דאס טאקע אזוי
געפערליך? יעדער איינער פון זיינע נאנטע פריינט אינקלאדינג זיין מחותן וואס איז נישט
קיין קלענערער שונא פון עהם האבן פארשטאנען אז ער דארף יא אינטער שרייבן,
אבער נישט ער, ער איז קלוגער פון יעדן, עהם קען קיינער נישט סטראשן אפילו הקב''ה אויך נישט,
און דע רעסט איז היסטארי,
לאמיך דיך פרעגן, אפשר זאגסטו קלאר אין וואס באשטייט די עינוי אלמנה ויתומים, האט דאס דען
נישט געקענט ערלעדיגט ווערן און צוויי מינוט מיט איין אינטערשריפט, און ווען די אלמנה האט זיך
געבעטן מיט דמעות שליש צו איר שווער, שווער לעבן איך בעט דיך ברחמים פארשעם מיך נישט,
פארשעם נישט דיינע אייניקלעך, און פארשעם נישט דיין נארוואס פארשטארבענעם זוהן, זיין מחותן ר'
יוסף פנחס האט זיך געבעטן בתחנונים, אז ער וועט איינלייגן דאס געלט און שפעטער וועט מען שוין
זעהן, קודם זאך חלילה נישט ארויס קומען אזעלעכע מעכטיגע בזיונות פאר דעם נפטר און פאר די משפחה,
אבער דער אכזר שאול וואס לבו כלב האבן האט זיך הארץ נישטאמאל א צאפל געטוהן,
ניין !!! האט ער געשריגן, איך ווייס וואס איך טוה, און דריידס מיר נישט קיין קאפ,
אלזא אויב רעדסטו פון רציחה און פייניגן א אלמנה מיט יתומים
כאפ דעם טעלעפאן און רוף אן דיין ראש הקהל און געב עהם א פיס אויף מיינד, וואס ערווארסטו
אז ר' דוד עקשטיין שליט''א זאל מער שוינען די אלמנה ווי איר אייגענער שווער, אתמהה.
בכלל איז דער רשעות פון דעם רשע אכזרי שאול פערלשטיין זועק עד לב השמים,
ווייל לאמיר שוין זאגן אז ער האלט אז ער איז גערעכט און דארף נישט ארויס גיין פון
ערכאות, וואס וואלט דען אויסגעמאכט זיין חתימה אויף שטרי בירורין, קען ער דען אינטערשרייבן
בשם יאנקל כהנא, אדער בשם זלמן לייב טייטלבוים, ער קען ווען אינטערשרייבן און וואלי פרידמאן
מיט מאסרי וואלטן ווייטער געגאנגען אין קארט, דאס גאנצע פארלאנגען פון עהם אינטער צו שרייבן
איז דאך בלויז געווען סימבאליש, ווייל אזוי ווי דער שוטה רשע וגס רוח שרייט כסדר אז די אהרונים זענען די
וואס גייען לערכאות און נישט די זאליס, האט מען עהם געוואלט מאכן מודה זיין אז ניין, די זאליס
ווילן נישט גיין צו דין תורה און מיט פארלאנגען דעם אינטערשריפט איז דאס ארויס געקומען אפן
קבל עולם ומלואו, און דער טפש כאפט זיך נישט אז מיט זיין צוריק ווארפן דעם פארלאנג האט ער
גאר געשטארקט די טענת האהרונים און יעדער זעהט קלאר למי החותמת ולמי הפסולים,
און יעדער רעכט דענקעדיקער מענטש באשולדיגט עהם אין נישט וועלן אינטערשרייבן און נישט
די ערליכע חברה הקהלה וואס האבן דאס מיט רעכט פארלאנגט,
און דאס אלעס וואלט געווען, אויב דער נפטר וואלט טאקע געווען אזוי אומשולדיג ווי דו מאכסט עהם,
און וואלט באמת געווען א אויסגעצאלטער מעמבער ווי דו מאכסט עהם, אך דא עקא דער נפטר
איז גארנישט אזוי אומשולדיג געווען, ער האט נישט באצאלט די לעצטע פאר יאר
און איז שולדיג געבליבן בערך 3000 דאלאר, און אויך איז ער איז געווען פון די אנפירער פון די חלוקה
אין קרית יואל, ער איז געווען פון די סאמע אנפירערס פון דעם דאזיגן בית החיים, הפנים ביי עם איז גארנישט אזוי
חשוב געוען דאס ליגן מיט רבותינו הקדושים זי''ע, יא, אמת, ער האט נישט געקלערט פון זיך,
ער האט נאר יענעם געמיינט, יענער זאל ליגן דארט מחוץ לגדר, און ווען ער וועט דארפן גיין בדרך
כל הארץ וועלן שוין דארט זיין א צענדליגע עזות פנים'ער יונגע און אלטע אזוי אז ס'וועט שוין נישט
זיין אזא שאנדע דארט צו ליגן, נו, דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט, רבות מחשבות בלב איש
ועצת השם היא תקום, אויב איז לדעתך אלל רייט פאר "יענעם" צו ליגן אזוי מחוץ למחנה, נאדיר, פראביר
דו אליין, און לאמיר זעהן צו איז דארט טאקע א כבוד צו ליגן, דער פאטער האט דאך אויסגעשריגן
ביי די לוי' אז ער טיט נאר דעם נפטר'ס רצון, נו, מאי כל הרעש, ווי איז אייגענטליך דער גרויסער פארברעך,
ער האט דאך אזוי געוואלט, וואלט זיך געפאסט אז שאול תחתית זאל אריין לייגן א פול פעידזש דאנק
אין די צייטונגען און זיך באדאנקן צו אונזערע ראשי הקהלה אז מען האט צו געהאלפן לקיים דברי המת,
סא, וואס שימפט איר אזוי?
נאר וואס דען, דער בראך איז נישט פאר דעם דאזיגן נפטר, ניין און נאכאמאל ניין, דער גרויסער בראך
איז פאר זלמן לייב טייטלבוים בעל מחבר ספר "גזלנים וחמסנים", דער בראך איז פאר דעם הולך לבג''ץ
עזריאל גליק, און דער בראך איז פאר די אנדערע הולכי ערכאות וואלי פערדמאן, יודא הערש לאנדא,
מאסרי מיט אפרים יוסף עפשטיין, מענדל שוויממער (ב''פ), און נאך, דו וואס האבן נאך בתמימות געגלייבט
דעם שקרן וכזבן ווען ער האט זיי אזוי ערליך מבטיח געווען אז JUNE 6 קומט אלעס צוריק צו זיי,
און זייט JUNE 6 האט מען געגעבן נאך אפאר דאטום'ס און אזוי כסדר אפ געשטיפט די צוריק קער
פון בית החיים ביז אצינד ווען זיי כאפן זיך אז IT'S OVER, אדער באצאלט מען פאר די אהרונים אזוי ווי
צענדליגע זאלונים האבן אנגעהויבן צו טוהן, אדער ליגט מען מאחורי הגדר כדין הולכי לערכאות וכדין
מרימי יד בתורת משה, אויף איינמאל האבן זיי זך געכאפט אז דער ביטערער לץ שאול פויערשטיין האט זיי
געפירט קטן'ען, און דאס איז זייער ווייטאג, דאס איז דער יסוד פון זייער פארביטערקייט,
און איך קען נאר אזוי פיל זאגן, I FEEL YOUR PAIN.
 |
|
|