בית פורומים כל העולם כולו

למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2009 18:20 לינק ישיר 
למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב

עפעס א לץ מיטן נאמען יחצאל
האט געפענט א אשכול מיטן נושא
"למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב"
איך ליין איינמאל און נאכאמאל און פארשטיי נישט,
איז דען איסור ערכאות נאר פאר ר''א ט''ב,
און וואס איז מיט ערכאות פון רז''ל ט''ב?
איז דאס מותר אדער גאר א מצוה?
נו, וואס טיט מען ווען מען האט אזא הארבע פראגע,
איך כאפ דעם טעלעפאן און רוף מיין שוואגערס קאזין
דער יד ימינו פון מהרז''ל הרב ר' יודל וויינשטאק און בעט עהם
זאל מוחל זיין און אריין גיין אל הקודש פנימה און פרעגן דעם רבין
צו ואלה המשפטים איז נאר געזאגט געווארן פאר ר' אהרן ט''ב?
נו, אז א קאזינ'ס א שוואגער בעט דארף מען דאך טוהן,
ער גייט אריין צום רבין און מיט גרויס דרך ארץ (כדרכם בקודש)
גיט ער א זאג, זלמן לייב, זאג נאר פון נעמסטו אז ואלה המשפטים
אשר תשים לפניהם איז געזאגט געווארן נאר פאר אהרן?
וואס מיינט איר? אין דע רגע גיט ער א ענטפער
זעהסטו דען נישט אז ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם
איז ראשי תיבות אהרן תייתעלבוים
אבי מען זאגט אז ער איז א עם הארץ...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 19:59 לינק ישיר 

פש יענקעלע איך דריי מיך פאר געלעכטער כא כאכ כא אזא גוטס שוין לאנג נישט געהערט

דיינע טרעפליכע זיסע מעשיות זענען ממש צוקער זיס ממש אריינצובייסן
אנגעהויבן האט זיך עס מיט לפני מי אתם מטהרין- מיט אהרן
נאכדעם איז צוגעקומען דער זיסע קאוד ווארט פון  "באמאכט"
נאכדעם א חלום פון וואס דיין נעפיו פון קווינס האט פארציילט
און יעצט אשר תשים אהרן ט''ב
 יו ביזטו זיס!!!
WE WANT MORE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 20:14 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

לכבוד יאנקעלע בא אינז אין שול איז דא א אלטער שמוציגערזאלי מיט א גימיינעם פיסק וואס שרייט אלץ ביים דאווענען מיט קולות תיפול עליהם אימתה ופחד וויפעל מע פראבירט עם שטיל מאכן העלפט גארנישט מיט קולי קולות שרייט ער אייביג תיפול עליהם, ביז איינער האט עם גיפרעגט וואס שרייסטו מיט אזעלעכע קולות תיפול עליהם, ענפערט ער ווייסטו נישט אז תיפול עליהם איז ראשי תיבות טייטלבוים אהרן זעט אוס אז ער האט גיהערט דעם חידוש פין זיין רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext