למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב
עפעס א לץ מיטן נאמען יחצאל
האט געפענט א אשכול מיטן נושא
"למען ידעו: גדולי ישראל קעגן די הליכה לערכאות פון ר"א ט"ב"
איך ליין איינמאל און נאכאמאל און פארשטיי נישט,
איז דען איסור ערכאות נאר פאר ר''א ט''ב,
און וואס איז מיט ערכאות פון רז''ל ט''ב?
איז דאס מותר אדער גאר א מצוה?
נו, וואס טיט מען ווען מען האט אזא הארבע פראגע,
איך כאפ דעם טעלעפאן און רוף מיין שוואגערס קאזין
דער יד ימינו פון מהרז''ל הרב ר' יודל וויינשטאק און בעט עהם
זאל מוחל זיין און אריין גיין אל הקודש פנימה און פרעגן דעם רבין
צו ואלה המשפטים איז נאר געזאגט געווארן פאר ר' אהרן ט''ב?
נו, אז א קאזינ'ס א שוואגער בעט דארף מען דאך טוהן,
ער גייט אריין צום רבין און מיט גרויס דרך ארץ (כדרכם בקודש)
גיט ער א זאג, זלמן לייב, זאג נאר פון נעמסטו אז ואלה המשפטים
אשר תשים לפניהם איז געזאגט געווארן נאר פאר אהרן?
וואס מיינט איר? אין דע רגע גיט ער א ענטפער
זעהסטו דען נישט אז ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם
איז ראשי תיבות אהרן תייתעלבוים
אבי מען זאגט אז ער איז א עם הארץ...
|
|