א רחמנות אויף ענק אלע עטס זענטס אזוי פארגלייבט און פארטעמפט אינעם מאנראוער קדוש אז עטס כאפטס אפילו נישט וואס עס גייט פאר מיט ענקער רבי'ןס רעפוטאציע איבער די וועלט.
ער סרוכעט פון א שוטה וגס רוח און א ברוטאלער אכזר איבער די גאנצע וועלט יעדער איבער די וועלט שמעקט דאס אבער עטס זענטס פארדראגט פונעם בלאט וועס רעדט ענק איין אז דאס איז קדושה וואס די שונאים קענען נישט דערליידן.
עטס האלטס א מת 7 שעה אונטערן זוהן, עטס זענטס מצער א גאנצע פאמיליע טאטע מאמע שווער שוויגער ברודערס שוועסטערס שוואגערס שוועגערינס 10 יתומים מיטן צוריקהאלטן קבורה אין שפילן פאליטיק מיט א קערפער פון א נפטר.
עס וויינט א אלמנה מיט 10 יתומים ביי זייער טאטעס לויה און ענקערע בויעס זינגען און הוליען מיט ציגערעטלעך אין זייערע פיסקעס.
און דער איד איז דער רוצח!
פלאי פלאים!
נשלח ב-30/8/2009 20:11
פרוכטבאר, מיר קוקט אינגאנצן נישט אויס אז ער שטינקט אין די וועלט. נישט אז ס'אינטערעסירט אונז וואס די וועלט האלט אבער אז דו רעדסט פון וועלט לאמיר א קוק טאן אויף די וועלט.
איך זע אז אלע איזראעלישע צייטונגען וועלכע זענען געלאפן צו זיין טאטן, און פעטער צו הערן דעם דעת תורה פון סאטמאר לויפן יעצט צו אים. זיי טוען אים אלע אנערקענען אלס דער יורש פון סאטמאר.
איך זע אז אפילו דער ניוזוויק וואו מהרז"ל האט זוכה געווען צו א שורה'לע צווישן די מאכטפולע קאנסערוואטיווע, רעפארם און ריקאנסטראקשעניסט רבנים, האט אויך היי יאר אנערקענט אז מהרז"ל איז צו א נאקעטער פיגור אז מען זאל אים געבן וועלכן טיטל.
אויב מיינסטו אז איינער אין די וועלט רעכנט זיך מיט ענקערע דמיונות הייב אויף א טעלעפאן און רוף די וועלט, וועסטו זען אז יעדער לאכט פון ענק און מען זאגט אז סאטמאר האט גאנץ ווייניג געטאן און וואלט געדארפט טאן פיל מער. אין בעלז, גער און וויזניץ וואלט מען באגראבן דעם נפטר אונטער'ן פלויט א קבורת חמור און נישט געגעבן אפילו די ברירה צו ניגאשיעיטן, ווי סאטמאר האט געטאן.
נשלח ב-30/8/2009 21:14
פרעכבער
וואס איז נייעס ?
זייט ווען רעכענט זיך סאטמער מיט דע וועלט ?
ווען די וואלסט באלאנגט צי סאטמער , וואלסטו געוויסט אז אנגעהויבען פין תש"ח ביזן היינטיגען טאג
האט דע וועלט "שטארק" ליב סאטמער.
לאז מיך דיר קלארשטעלען איין פאקט,
We could'nt care less what you think
We are proud to be Satmer
נשלח ב-31/8/2009 04:34
ארגינעלער, זייט ווען פלעגן די איזראעלישע צייטונגען גיין מאכן אינטערוויוס מיט זייין טאטען? ברענג מיר איין אינטערוויו!
דיין רבי איז א פורק עול און א מושחת וואס האט געמאכט אז עס זאל זיין מותר צו קויפן און אריינברענגן א העברעאישן צייטונג אין שטוב.
נשלח ב-31/8/2009 05:05
סאו ביזט מודה אז זיין פעטער האט יא געגעבען?!
[דאס איז שוין פארשטייט זיך פאר דעם וואס האט שוין "פארגעסען" פון די אינפעמאס ברך משה אינטערוויא אין משפחה]