| נשלח ב-28/8/2009 19:09 |
|
| |
צומת הגידין - מהר"א והתאחדות
מען מוז מודה זיין אז מהר"א פירט די וועלט.
מהר"א האט געהאלטען א שרעקעדיגע דרשה כ"ו אב אז אלע שלאכטהייזער אין אמעריקע האבען פראבלעמען פון צומת הגידין. (פון וואנעט ווייסט ער וואס עס טוט זיך אין אלע שלאכט הייזער? מסתם פונקט ווי ויודע למרדכי דער אויבערשטער איז מגלה סודו לעבדיו היראים)
זענען געקומען די ערליכע רבנים און בודק געווען צומת הגידין און אלע שלאכט הייזער שתחת השגחתם.
פלאי פלאות, נאך לענגערע אונטערזוכינגען האט מען זיך איבערצייגט אז לא דובים ולא יער, מהר"א טייערער, חלמא טבא חזיתא, (אן אנדערס מאל דערצייל נישט דיינע חלומות הויך אזוי וועסטו נישט ווערען למשל ולשנינה) לא טריפה ולא ספק טריפה עס איז נישטא קיין צומת הגידין מכשולות און די היימישע שלאכט הייזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 21:14 |
|
| |
איך האלט אין מיטען זיך אריין לייגען אין די פרשה. אויבן אויבען אויף איז ר' אהרן א פשטער שקרן ווען ער האט געזאגט אז אנדערע בית השחיטות האבען אויך די פראבלעם. קיין איין בית השחיטה קויםט נישט אזעלכע געמיינע און גאר ביליגע טשיקענס ווי קרית יואל. און דערבער איז דער פראבלעם פון צומת הגידין נישט פארהאן אין קיין שום בית השחיטה.
ווי איך האב געהערט, האט קרית יואל גענומען עטליכע יונגעלייט וואס פלעגען טון די ביליגע ארבעט פון זאלצען, און זיי געמאכט פאר "בודקים" אויף די צומת הגידין. איך ווייס נישט פאר זיכער, אבער איך האב נאך געהערט אז די יונגעלייט וואס זענען דארט זאלצערס, זענען נישט אזעלכע וואס כלל ישראל וואלט זיך פארלאזט אויף בודק זיין פון טריפהנע טשיקענס. אבער וויבאלד די יונגעלייט באקומען 8.50 א שעה, זענען זיי בעסער ווי גוט.
מען האט פון די בית בשחיטה "המהודרת" די וואך אליין, ארויס געווארפען צוועלעף טויזענט טשיקענס. עס קען זיין אז ווער עס האט געגעסען אמאל קרית יואלער "המהודרת" פלייש" איז נכשל געווארען מיט אכילת טריפה.
און נאכאמאל. דאס איז זיכער, אז דער פראבלעם פון צומת הגידין איז נישט פארהאן אין קיין שום בית השחיטה אין אמעריקע.
ר' אהרן האט געזאגט א פרעכען שקר כ"ו אב, ברבים, אז אנדערע האבען אויף די פראבלעם.
פרטים וועט נאך קומען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 21:22 |
|
| |
פארמעגליך טייערער
דער עולם באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע ארטיקלען וואס זענען ממש קולע אל השערה, עס ברענגט ארויס קלאר און דייטליך יעדע דיטעיל!
עלה והצלח, און מיר קוקן ארויס זאלסט ארויסברענגען א קלארקייט אין די צומת הגידין פרשה.
די חלוקה וועט ווארטן אויף די רואיגערע צייטן...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 23:51 |
|
| |
ווי אזוי האט נאר איינער פון די רבנים פון בית השחיטה געזאגט ווען מ'האט אים געפרעגט צו מ'זאל ענטפערן אויף די אויסגעזויגענע זאלי סקאנדאל??
"אונז האב מיר אויף קומענדיגע וואך דאפלט! (יא איר ליינט גוט... דאפלט!!!) ארדערס ווי די וואך... פאר וועם זאל מיר ענטפערן???"
און איך וועל אויספאלגען זיין הוראה אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2009 06:36 |
|
| |
יא פארמעגליך טייערע, איך מיז מודה זיין אייערע ארטיקלעך איז רייכער פון רייך עלטערע יונגערע, יעדער באלעקט זיך די פינגער מיט אייערע ארטיקלען.
אבער. דא איין זאך מיז איך מחולק זיין מיט אייך, אסאך בית השחיטה אין אמעריקא האבן "יא" די פראבלעם, נאר מען האנדעלט עס בעסער.
חוץ וויינלאנד, וואס ער האט טאקע נישט די פראבלעם, אזוי מ'האט שוין בודק געווען דארטן, ער האט געהאט בערך 20 טריפה פון 30 טויזענט עופות וואס דער איז באמת גארנישט במילא קענסטו נישט זאגן אז אז נאר ר' אהרן האט דאס. פרטים באישי אויב ס'איז דיר אינטערסאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2009 06:37 |
|
| |
תוקן על ידי בשמחה2 ב- 30/08/2009 6:34:41
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 00:19 |
|
| |
געדענק
קענסט דאך ענטפערן גאנץ פשוט, אזוי ווי דיין רבי האט געזאגט אין די פארגאנגענהייט:
עפריה לפומיה...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 00:28 |
|
| |
טייערער פארמעגליך, איך ווידערהאל מיין שטעלונג וואס איך האב שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל, מיר ערווארטן פון דיר אז די זאלסט לאזן אלע סקאנדאלן, פרשות, עפאכעס, וכל שום וחניכא דאית להו פאר א צווייטן, די זיי נאר פארנומען מיט די חלוקה ארטיקל און שטעל ווייטער צו פארן עולם פון דיינע אויסטעליש ברייטע ידיעות המתחיל במצוה אומרים לו גמור, מיר קענען נאך מיינען אז............
אחד מני אלף השותה (הקורא) בצמא את דבריך
הק' השפל והנבזה יחזקאלע
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 00:39 |
|
| |
יחזקאלע
די חלוקה וועט ווארטן אויף א רואיגערע תקופה.
יעצט איז וויכטיג אז פארמעגליך זאל ארומנעמען די פלייש פרשה צו געבן א קלארן בליק פארן ציבור וואס עס גייט פאָר באמת הינטער די קוליסן.
דער ציבור ווילן וויסן וואס טוט זיך "הינטער די פירהענג" און וואס מען באהאלט פונעם עולם דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 02:17 |
|
| |
עס איז א פלא, וואז איז דאס אז יעדער פארענטפערט דעם איש משחית, וועלכער האט אריינגעברענגט חוצפה ועזות אקעגן די גדולי הדורות הקודמים.
די גאנצע פלייש פרשה איז א מיסטעריע וואס איז נישט צום פארענטפערן
די מאנסיער קהילה בנשיאות מהרח"י שליט"א, וועלכע שטייען אויס צרות צרורות פון דעם קדוש וסבלן הדור, דער אפיציעלער פלייש באנק נעמט פלייש פון די מהודרת שחיטה, און דער דיין הגאון ר' שמעון שליט"א קומט קיין קרית יואל יעדע וואך בעת זיין ארדער ווערט געפראסעסט.
יעצט ווען דער צומת הגידין פרשה האט זיך צעשפרייט, זאגט מיר א באקאנטער אז ער האט גערעדט מיט דעם דיין ר' שמעון, און ער האט אים פארשפראכן אז ער ווייסט וואס דארט איז געווען, און אדרבא קרית יואל האט גאר געטון א חומרא אז זיי האבן אויפגענומען משגיחים בלויז צו קענען בודק זיין די צומת הגידין, א זאך וואס ווערט אין ערגעץ נישט געטון. דער דיין האט אויסגעפירט אז מען שלאגט דא די שחיטה דוקא מיט א מעלה יתירה וואס זיי האבן מער ווי אלע אנדערע שחיטות דאהי...
הפלא ופלא, גייט דורך אפאר וואכן, און די התאחה"ר פראקלאמירט אז אלע שחיטות אונטער זייער השגחה געפונט זיך נישט דער פראבלעם פון צומת הגידין, דאס איז נתברר געווארן נאכן בודק זיין. נו, וואס איז די מעלה יתירה פון די מהודרת??? (חוץ אז עס האט נישט קיין הכשר) וואס איז אזוי חשוב אז מען האט גענומען בודקין קבועים נאר פאר דעם פראבלעם??? עס שטעלט זיך ארויס אלס א ריעוטתא, אז מקויפט שוואכע סחורה ברויך מען האבן בודקים, און וואס איז געווען ווילאנג עס איז נישט געווען קיין בודקים?? ווער טראגט די אחריות??? צו האט דער דיין ר' שמעון שליט"א געזען אז מען זאל בודק זיין די גידין ביי זיינע שחיטה בעפאר עס איז געווען בודקין??? אלא מאי ער פארלאזט זיך אויך אויף דעם סיסטעם פון דעם קדוש וסבלן.... וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף אזא איינעם???
יעצט צו די אויפגענומענע בודקין, ווער זענען זיי??? עס האט מיר געזאגט א יונגערמאן וואס ארבעט אין דעם מהודרת, אלס א זאלצער (פאר מינימום וועידזש) אז מען האט אים געגעבן א נייעם דזשאב אלס בודק ... ... מען האט אויפגענומען מומחים.... קאמענטארן זענען איבעריג...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 04:52 |
|
| |
נאר איין הערה: אויב קרית יואל איז אזוי שלעכט, און דאך זאגט הרה"ג ר' שמעון כ"ץ שליט"א אז די אנדערע זענען ערגער - טא, וויאזוי קענט איר בכלל עסן פלייש?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 06:41 |
|
| |
עס איז טאקע א פלא אז ר' שמעון נעמט פון די קרית יואל שחיטה המפואר?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 06:46 |
|
| |
כבוד דער_פוסק
אמת, ווען איך האב דאס געהערט בשם הגר"ש כ"ץ, האב איך געהאט א פראבלעם, אבער יעצט נאכדעם וואס די התאחה"ר האט דאס מברר געווען, אז דער פראבלעם איז נישט גילטיג אין די פארשידענע בתי השחיטה פון ווי דער היימישער ציבור המהדרין עסן, בנוסף דער ארונישער ציבור האט ביז היינט געגעסן, פלייש, הוברר הדבר אז די מהודרת איז שוין נישט אזוי מהודרת, עכ"פ געווען זיכער נישט. ביזן פארעכטן דעם פראבלעם איז דער וויינלאנד וכדומה זיכער געווען מער מהודר... דאס זאל הגר"ש כ"ץ פארענטפערן, (חוץ אויב ער מוז ווייל דער ראש הקהל פון מאנסי איז א זון פון מאנרויער פרעזידענט דקיט"ל, עקשטיין, שווער צו זאגן...)
בעת מען באבעלט ארום אין די פעיפערס די זעלבסט רימעריי, אז מיר פארמאגן די בעסטע בעסטע מערסטע מהודר'דיגע בית השחיטה, און דא קומט אונטער אזא סומאטוכע , און דער סבלן שטעלט זיך אויף מיט פרעכע שטאלץ אז איבעראל איז דא דער פראבלעם נאר אין קרית האט מען דאס פאראכטן מיט שטעלן בודקים..... און עס שטעלט זיך ארויס ארויס אז לא דובים ולא יער ס'איז נישט דא א פראבלעם נאר ביים הידור אליינס, נו, איז ער דאך שוין נישט דער מהודרת, עס איז אזוי גוט ווי אן אלגעמיינער (לאו סטענדערט) בית השחיטה.
עס ווערט נישט פאר דעם טריפה אלעס וואס ער און זיין ציבור האט ביז היינט געגעסן.... עס זאגט מיר א יוד וואס האט געמאכט א שמחה ביי זיך אין שטוב און ער האט משפחה ארונים, און זיי עסן נישט די סאטמארער שחיטה (82).... יעצט נאך די איבערקערעניש מיט וואס ביסטו בעסער? ווייל מען נעמט ביליגע טשיקענס מיט שאלות, אזש ממוז אוועקווארפן טויזענטער טשיקענס???
נאר וואס כל הפוסל במומו פוסל, אז ער האט געקענט פועל,ן ביי זיין ציבור נישט צו עסן פלייש וואס זיי האבן ביז היינט געגעסן אלס הידור, ווייזט דאס אז דארט איז דא א פראבלעם. אויב קען ער נאר פארקויפן זיינס אלס יענעמס נישט, שמעקט דאס נישט גוט, והמבין יבין, וואס מיר אנ"ש האבן צוטון אין דעם ענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2009 05:14 |
|
| |
עס זעט אויס אז התאחדות האלט פונקט ווי דו, אז אויב מ'שרייבט "הוברר הדבר" איז עס שוין נתברר .געווארן, און מ'דארף מער גארנישט בודק זיין
"קרית יואל" איז געווען די ערשטע אין אמעריקע נאכצוגיין ארץ ישראל און אייראפע און איינצופירן בדיקות, נאך אפילו איידער ס'איז געווען אפילו א ספק פון מיעוט המצוי פון פראבלעמאטישע. היינט איז מען שוין אויך בודק אין אלע אנדערע מהודר'דיגע שחט הייזער.
התאחדות בלייבט יעצט די איינציגסטע וואס רעדן זיך (און דיך) איין אז צווישן די 250,000 עופות וואס זיי שחט'ן א טאג אין זייערע דריי שלאכט הייזער, איז נישט דא דער פראבלעם. מיט'ן איבער'חזר'ן דעם שקר ווערט עס נאכנישט אמת.
|
|
|
|
|