היינט איז אויפגעדעקט געווארן אין בלאט אפיס א שוידערליכע אויפדעקונג, הפנים די קליפס וואס די זאליס האבן פארשפרייט פון שמיני עצרת אין ראדני איז געפעלטשעוועט!
שמואל ווידער האט געבראכן די נייעס, דער מוח וואשער איז אויפגעשפרינגען פאר עקסטאז און זיך גלייך פארבינדען מיטן יועץ הפרטי וואס האט באלד געגעבן דעם אקעי צו פארשפרייטן די נייעס און אט הערט און שטוינט.
דער קליפ איז בשעתו אריינגעשיקט געווארן דורך די קארפן קעפ צו א לאבעטאריע פאר אונטערזיכונגען, די רעזולטאטן זענען געווען אז דאס איז א 100% אקוראטע קליפ.
די וואך איז ערהאלטן געווארן א טעלעפאן רוף פון די לאבערטאריע אז דער קליפ איז נאכאמאל אדורך אונטערזיכענגען און עס שטעלט זיך ארויס אז דאס הייבט נישט אן צו זיין אן עכטער קליפ, נאר א געשטיקעלטער. והא ראי' מען הערט דארט זינגען "חסדי השם" וואס באלאנגט פאר כ"א כסליו און נישט א סקונדע פארן פליען פון ביהמ"ד ווי א רויטער הינט.... און עס איז א הויל צוזאמגעשטעלטער קליפ דורכן מסור.
דער 'טריא' איז אויפגעשפרינגען ווייל מיט דעם טאטיק וועט אויך זייער גוט פארענטפערט ווערן דאס וואס עס
"דרוקט אונז אויף די מוחות 10 יאר" וויאזוי מען וועט זיך אומגיין מיט די אמסטערדאמער קליפ וואס וועט בקרוב ערשיינען.
בלייבט נאר איבער צו וואונדערן פארוואס די סי.איי.עי. נוצט נישט די טעכנעלאגיע וואס וואלט לכאורה געקענט אנזייען מלחמות און פארשידענע ערטער.
און אנדערע נייעס זענען די סטאקס פון סאני היינט געפאלן מיט צענדליגער פראצענטן, ווייל ווי דער יועץ הפרטי האט מחדש געווען איז ווידיא היינט גארנישט ווערד
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 28/08/2009 20:55:33