שב"ק ביי פרקי אבות שיעור פון וואזנער - מאנסי אין ביהמ"ד 26 אין לונדון האט ער געזאגט אז די וואך וועט הגה"ק קומען קיין לאנדאן צום דינער פאר די נייעם ביהמ"ד אין מאנסי
מ'האט געוויסט אז עפעס וועט הגה"ק מאכן, זיך ריין צו וואשן פון די געשטינקעכטס וואס ער האט אן געמאכט מיט די פרשה פון בזיון המת,
געמיינט האט מען אז ער וועט געבן א נייע אינטערווי אין זיין באליבטע צייטונג משפחה
אבער למעשה האבן זיינע קארפען קעפ מייעץ געווען אז בעסער איז צו מאכן א רייזע איבערן ים
די ריווח איז דאפעלט סיי צו מאכן די וועלט רעדן פון עפעס אנדערש = טוישן די נושא בפי הבריות און דער עיקר, זיינע יועצים האבן געשפירט אז די בעסטע זאך פאר הגה"ק וועט זיין יעצט, אביסל חיזוק... לעקטעלעך פארענטשעס בילדער אין כל העולם כולו וכו' וגו'
זאל דער בשעפער העלפן אז דא זאל עם זיין צו רפואה....
תוקן על ידי יועץ_פרטי ב- 30/08/2009 3:41:44
נשלח ב-30/8/2009 05:57
יועץ פרטי די הייבסט נישט אן פארשטיין דאס ענין פונעם געפארעכץ יעצט איבערן ים, דאס האט גארנישט צו פארדרייען דעם נושא, דאס איז א זאך וואס דארף צושטאנד קומען יעדע פאר חדשים צוליב זיין פערסענאליטי דיסארדערס, דער איד קען נישט זיצן צו לאנג אויף איין פלאץ ער מוז האבן עקשאן ווי א בחור (כמבואר ב'פארמעגליך').
נשלח ב-30/8/2009 06:16
איר מיזט פארשטיין אין אריינעמען אין קאפ, מהר"א מסאטמאר האט א ערנסטע סדר היום און פירט ב"ה אויס היסטארישע אויפטוהן און פירט זיך אויף וואו סאטמאר'ע רבי דארף צו טוהן אין אזא ערנסטע פאזיציע, ער איז נישט פארנומען א גאנצן טאג וואס יענער וועט זאגען, וואס קען מען טוהן ארויפצוברענגען פרישע נושאים אויפן האריזאנט צו פארדעקן אלטע, ווען עס ווערט געטוהן א שריט ביי אים אין די קהילה ווערט עס נישט אדורכגערעדט מיט בלויזע עמך אידן וואו יוסל וואלדמאן און נאך עטליכע וועלכע טראכטן נישט וואס עס איז דער טובה פאר די קהילה, נאר עס ווערט אפגעשמועסט מיט ערנסטע ראשי הקהילה וועלכע האבן זיך געווייקט ביי רבותינו הק' מסאטמאר און איצט ביי דער געלעגעננהייט ביי די לאנדענע קהילה וועלכע לעכטצן אז זייער רבי זאל קומען צו זיי און מחזק זיין די דארטיגע שיינע קהילה וועלכע בליעט לשם ולתפארת, די ארטיגע קהל'ס לייט וועלכע באשטייען פון ערנסטע אידן, אמת'ע סאטמאר'ע חסדים נאך פונעם בעל דברי יואל פונעם בעל ברך משה און אזוי ווייטער פונעם ממלא מקום מהר"א מסאטמאר שליט"א.
ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער וועט געלאדנט, און איצט איז פאהאן א פאסיגע געלענהייט ווען עס גייט אפגעראכטן ווערן א דינער, דער געדאנק וואלט געקענט געזאגט ווערן אויב מהרז"ל שליט"א פארט קיין לאנדאן, און איין וואך דערויף פלוצלונג פארט מהר"א שליט"א... אזוי וואו עס האט פאסירט פארקערט אין די פארגאנגענהייט צו די געלעכטער פון א יעדן בער דעת.
דעריבער איז נאר פאר ווער עס וויל וויסן און אנערקענען אינעם פאקטישן מציאות אז איר זאלט ישט זיין סופרייזט, עס איז פארהאן אויפן גאלדענעם סדר היום נאך אסאך און אסאך פלענער איבער אויפטוהן וואס כלל ישראל און דאס דורשטעריגע יהדות החרידית וועלן געניסן בעזר השם, און ער וועט נישט אפשטעלן זיינע נאבעלע פלענער צוליב עטליכע יחידים וואס פאברוצירן געשיכטעסאויף זין נאמען, כלל ישראל דארף נישט ליידן פון די פאר יחידים וואס זוכן מיט וואס אויסצופילן זייער ליידיגע צייט.
נשלח ב-30/8/2009 15:30
בנוגע די פערל ווערטער פון גענוי:
פאר איינער וועט דיר ענפערן, לאמיר קודם שטאטעלעך איבער חזר'ן וואס די האסט געשריבן די האסט געשריבן אזוי שיין! אבער אסאך אנגעפאקט! מען דארף עס ליינען עטליכע מאל ביז מ'הייבט אן ארויף באקומען די אלע נקודות וואס די ווילסט זאגן
כדי לייכטער צו מאכן פאר די ליינער האב איך אליינס מיט מיין קליינעם מח ארויס גענומען 25 פוינט'ס איך שרייב עס קודם אראפ אזוי וועט לייכטער זיין פאר מיינע חברים און חסידות (די זאלי טיפשים) צו פארשטיין וואס די זאגסט,
אלע הערות אויף דיינע ווערטער לאז איך איבער פאר א צווייטען
אוודאי
קען מען דיר נישט כאפן אויף יעדע ווארט וואס די האסט געשריבן, ס'דאך נישט
א ס"ת וואס יעדע אות מוז זיין בדיוק, דערפאר וועט מען נישט נוצן פוקטלעך
דיין לשון, נאר די משמעות הלשון
- הגה"ק האט אןערענסטע סדר היום - הגה"ק פירט אויס היסטארישע זאכן - הגה"ק פירט זיך אויף וואו א סאטמאר'ע רבי - הגה"ק איז אין אן ערענסטע פאזיציע - הגה"ק איז נישט פארנומען מיט וואס יענער גייט זאגן - הגה"ק מאכט נישט קיין נייע העידליינס צו מאכן פארגעסן פון די אלטע - הגה"ק רעדט זיך נישט דורך מיט עמך אידין - הגה"ק רעדט זיך נישט דורך מיט די וועלכע טראכטן נישט וואס עס איז דער טובה פאר די קהילה, - הגה"ק רעדט זיך בכלל נישט דורך מיט אנדערע - הגה"ק פאר ער טוט אזאך שמועסט ער עס אפ מיט ערענסטע ראשי קהילה וואס האבן געווייקט ביי רבותינו הק' מסאטמאר - לאנדענע קהילה לעכצעט אז הגה"ק זאל זיי מחזק זיי - לאנדענע קהילה בליעט לשם ולתפארת - לאנדענע קהל'ס לייט ביישטייען פון ערנסטע מענטשען - לאנדענע קהילה זענען אמת'ע סאטמאר'ע חסדים - ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס הגה"ק ווערט געלאדנט קיין לונדון - איצט איז די פאסיגסטע געלענהייט פאר הגה"ק צו פאהרן קיין לונדון אויב מהרז"ל שליט"א פארט קיין לאנדאן, און איין וואך
דערויף פלוצלונג פארט מהר"א שליט"א... אזוי וואו עס האט פאסירט אין די פארגאנגענהייט צו די געלעכטער פון א יעדן בר דעת.ויהקל-מהרז"ל / פקודי-מהר"א כידוע לכל, (כנוסח הארונים וויל -גענוי- טוישן די אמת'ע פאקטען)
- ס'איז נאך פארהאן אויפן גאלדענעם סדר היום אסאך און אסאך פלענער - כלל ישראל און די דורשטעריגע יהדות החרידית וועלן נאך אסאך הנאה האבן בעזר השם - הגה"ק שטעלט נישט אפ זיינע נאבעלע פלענער צוליב עטליכע יחידים - עטליכע יחידים פאברוצירן געשיכטעס אויף הגה"ק'ס נאמען - כלל ישראל דארף נישט ליידן פון די פאר יחידים וואס זוכן מיט וואס אויסצופילן זייער ליידיגע צייט
תוקן על ידי יועץ_פרטי ב- 30/08/2009 15:29:21
נשלח ב-30/8/2009 17:32
איך הער אז דע גאנצע נסיעה איז באצאלט ביי מעדיקעד
זאל עס זיין צי רפואה
נשלח ב-30/8/2009 22:36
נישט אמת אז מעדיקעיד צאלט די נסיעה
די נסיעה ווערט באצאלט דורך חברא קדישא CYL CEMETERY
נשלח ב-31/8/2009 01:57
באמת איז נישט שיין צו רעדן פון א צווייטענס געזונטהייט פראבלעמען וויפל ס'איז נוגע צו זאגן א קאפיטל תהלים נו מילא, איז גענוג אז מען איז מודיע, רבותי הגה"ק איז נישט געזונט, מען דארף דאווענען פאר עם אבער סתם ארום פאטשקענען ארום הגה"ק'ס מחלה, זיין פארנומען פונקטליך דעם נאמען פונעם דיזיס, די סימפטאנין, פונקטלעך ווי הגה"ק האט עס, צו אין די קאפ, ווען ער שטייט, ווען ער זיצט, וכו' וגו' און רעדן ברבים וואס די דאקטורים האלטן, צו הגה"ק דארף נעמען דעם מעדיצין אדער דעם טריעטמענט, אדער אויב די וויטאמין A דארף דווקא זיין די ענגלישע סארט די ספעציעלע וויטאמין A פון לונדון... ס'איז ממש נישט שיין הגה"ק ליידט נעבעך, די דאקטורים געבען שוין כמעט אויף האפענונגען זיי פארבירן נאך אפשר די לאנדענע טריעטמענט וועט העלפן,
און שטייען דא יונגעלייט און האבן נישט בעסער וואס צוטוען, נאך לאכן פון זיינע צרות
פארוואס עפעס האט דער מאנסיער דיין געמאלדן אינמיטן פרק פארלערנען אין לאנדאן אז דער רבי קומט צו פארן?
מען האט נישט געקענט מאכן קיין עמטליכע מודעות?
מאחורי הפרגוד דערוויסט מען זיך אז עס א שטיקל פאליטיק, דער קדוש האט נישט געוואלט פארן אויף לאנדאן ער איז שוין געווען אין לאנדאן 3 אדער 4 מאל זייט ער רופט זיך סאטמאר רבי, און דאס לעצטע מאל איז געווען גרויס דורכפאל, בכלל איז ער דאך זייער פארנומען יעצטיגע טעג, פאריגע וואך האט ער דאך געלערנט מיט הגרנ"ה צוויבל די דרשה פון שבת שובה, און ניו העמפשיר האט ער שוין אפגעשריבן אלע דרשות פון חודש תשרי, ביז צום לעצטע דרשה פאר די זעקסטע הקפה וועלכע פארשפרעכט היי יאר צו זיין זייער דיטעילט אז אפילו די גאר יונגע זאלן פארשטיין דעם ענין פון מדת יסוד, דער איינציגע דרשה וואס איז נאכנישט אפגעשריבן איז די דרשה פון באגלייטן מוצאי שמחת תורה, עס איז נאך א גרויסע איסתפקתא צו מען זאל מאכן היי יאר באגלייטן אדער נישט, ווי באוואוסט זענען די פיקטשערס פון באגלייטן אויף היוז סטריט זייער נעבעכדיג, האט דער קדוש געמאלדן פאר יאר אז ער וויל נישט קיין באגלייטן נאר אויף קענט עוועניו פארענט פון הופער פישמאן לאט וואס דארט קען זיך דער בילד בעסער צושפרייטן, דער פראבלעם מיט די באגלייטן היי יאר איז געוואלדיג גרויס, און מען ברעכט זיך שוין קאפ אלע יועצים, ווייל פאריאר האט דער קדוש געזאגט אז דער טאטע איז געווען א גרויסער סבלן און האט געקענט ליידן דעם כבוד פון באגלייטן אבער דער קדוש ברוב ענותנותו איז נישט אזא סבלן, און ער דערהייבט נישט קיין כבוד, אבער אזויווי שבת מברכים אלול צווישן כזית חלה מיט די פיש איז ער דאך נתגלה געווארן אלס סבלן אויב אזוי איז דאך הדרא קושיא לדוכתא אפשר זאל ער סובל זיין דעם באגלייטן אויך, דעריבער איז נאך זייער אומקלאר אויב עס וועט פארקומען א געהעריגער באגלייטן אדער נישט, איז דער איינציגער דרשה נאכנישט גרייט, אנדערש ווי אלע יארן וואס דער קדוש קומט שוין אהיים פון ניו העמפשיר מיט אלע דרשות אפגעשריבן און אנגעצייכענט ווי מען וויינט הויך און ווי מען קען נישט קומען צום ווארט און מען שרייט אוי אוי אזויווי ביי די מטה פון טאטען, על כן איז דער קדוש מורא'דיג פארנומען און ער וויל נישט יעצט אוועקפארן.
נשלח ב-2/9/2009 04:11
SatmarPicture כ"ק אדמו"ר (מהר"א)מסאטמאר שליט"א אין ניוארק ערפארט פארענדיג קיין לאנדאן לטובת מאנסי קהילה און מוסדות http://mypict.me/viey
נשלח ב-2/9/2009 09:04
AnashNies Aron
makes dinner tomorow in london only who pay $500 can attend dinner
together with aron, they prepared 400 seats but only 150 ppl paid there is inside fights cuz alot shepsen have tanis why it cost money to see the Savlen hador...l