בית פורומים אחים אנחנו

אויפברויז: ר' הערשל ווייס לויבט אויס בית השחיטה אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2009 07:17 לינק ישיר 
אויפברויז: ר' הערשל ווייס לויבט אויס בית השחיטה אין קרית יואל

א שטיקל מהומה איז אנטשטאנען ביי דער ביהמ"ד וועלכע איז סטאנציאנירט אין די דירה וואו עס האט געוואוינט דער בעל דברי יואל ביי די רוקן פונעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין קרית יול ווען א געשפרעך צווישן ר' הערשל ווייס וועלכע דינט אלס דער אפעציעלער שוחט ביי די בני יואל צווישן ד טירנויער'ס האט זיך אנטוויקלט און עס איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים צווישן זיי איז געווען דער הויעכפונקט דער ביתהשחיטה אין קרית יואל.
מען הט ארומגערעדט וויאזוי א סקאנדאל ווערט צושפרייט און עס ווערן צוגעלייגט פאקטן וואס האט קיינמאל נישט פאסירט, מען האט ארומגערעדט וועגען ד צומות הגידין פרשה אז למעשה האבן צענדליגער בית השחיטות געליטן דערפון.
דער געשפרעך איז דערווייל געווען א רויאיגער, אבער נאך אייניגע מינוטן איז א כאאס אנטשטאנען...
ר' הערשל  האט זיך בטעות ארויסגעכאפט א סטעימענט וואס האט ערוועקט שטארקע אויפברויז ביי די אלע צוהערער, צוליב דעם וואס אז ר' הערשל איז דער שוחט ביי בני יואל און ער זאל קענען לאזן פאלן אזא סטעיטמענט.
ער האט זיך אנגערופן אז:
 "למעשה אין פאקט איז דער קרית יואל בית השחיטה דער איינציגסטער מהודר'דיג בית השחיטה..."
די אנוועזנדע האבן זיך גענומען דרייען מיט די אויערן וועלכע האבן זיך פאר שאק פארשטאפט און אין א כאר אויסגעשריגען:
וואס???...
און ר' הערשל האט ווייטער גערעדט אין א שטארקער תמימות אז:
 יא! אלעס פיין און וואויל, איך געהער טאקע נישט צו יענער צייט, אבער וואס קען מען טאן, דאס איז דער מציאות...
הילכיגע געשרייען האבן אויסגעבראכן אויפן ארט, ס'איז געווען שווער אדורכצוטראגען...
(א חידוש...)



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 07:54 לינק ישיר 

im not sure if the story is right, but its very typical.

and its time to reanalyze our agendas



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 17:29 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס די ביסט שטיל געבליבן אין נישט פארציילט פאר'ן עולם די ענד פין די מעשה אז מהאט ארויס געווארפן ר'הערשל ווייס פין בית המדרש מיט ביטערע קלעפ אין בני יואל האט געמאכט א גענעראל פארזאמלוג אין מהאט עם אפגעזאגט פין זיין שוחט אין ער איז געגנגען וויינען ביי דע סבלן אז ער זאל עם געבען פרנסה אין דע סבלן האט עם אויף גענימען אלט'ס שוחט העולמי אין אזוי ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 18:08 לינק ישיר 

nuchemrb כתב:
im not sure if the story is right, but its very typical.
and its time to reanalyze our agendas


איך וויל דיר דערמאנען אז עס איז קעגן די תקנות הפורום צו שפילען כאילו מ'געהערט צו א פארטיי צו וועם מ'געהערט באמת נישט! וואלווי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2009 18:31 לינק ישיר 

הגם מ'דארף נישט קיין סאך קראצן אין די מעשה צו זען אז דאס איז נאך איינס פון הונדערטער שקר אשכולות וואס די "בעקערי" חברה פראדוצירן טאג טעגליך, אבער דאך האב איך גענומען די צייט צו רעדן צו צוויי שטענדיגע מתפללים אין די "רעבעצינס ביהמ"ד", די דירת קדשו פון רביה"ק זי"ע ביים מזרח פון די ווייסע שול אין קרית יואל.

די דערמאנטע עשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז נאך א געבעקס "גענוי" ווי אלע אנדערע ארונישע טעגליכע געבעקסן, רבי הערשל שטעלט זיך נישט צו קיין קופקעס בכלל, און ספעציעל ביי זאכן וואס מ'קייט טאג און נאכט שטייט ער אין די זייט, אבער זיי האבן מיר יא געוואוסט צו זאגן די שטעלונג פון רבי הערשל בנוגע קרית יואל'ע פלייש יאטקע, שוין עטליכע יאר וואס ער האלט אז דאס איז מיט קיין האר נישט בעסער ווי וויינלאנד און מיל מארט, און שוואכער ווי די קלענערע שחיטות, ער האלט אז דאס איז א פשוט'ע ביזנעס, מיט איין ציל, צו מאכן וואס מער געלט, אבער בנוגע די יעצטיגע שערוריה הא ער זיך אויסגעדרוקט: " עס איז מיר בכלל נישט קיין חידוש,ווער ס'ווייסט די ווערטשאפט דארט איז בכלל נישט ערשטוינט פון די שערוריה".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 20:42 לינק ישיר 

ס'איז נאר אביסל אינטערסאנט וויל הרה"ח ר' הערשל דאווענט נישט ביי די רעבעצין'ס ביהמ"ד, ער דאווענט אין חרדים....

אזא פנים האט אלע ענקערע מעשיות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 21:59 לינק ישיר 

im not sure what you are saying, im not a zali nor an aroiny i grew up in the anti reb aron camps.

so where do i do wrong here?
im analyzing it as a whole i might agree sometimes with an aroiny and sometimes with a zali.
is that something this forum cant take? i cannot be objective? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:02 לינק ישיר 

nuchemrb כתב:
typical.
and its time to reanalyze our agendas


זיי מסביר וואס איז טיפיקל? און ווער איז OUR?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2009 22:10 לינק ישיר 

in the bnai yoel places if reb aron will ban video tom. they will all buy video tomorrow, of course its not exactly like that but you get my point.

go into all the little butei midrashim of the bnai yoel and its humoros to listen to them. so here i say our agenda shouldnt be to say everything the oposite, we sould have nothing to do with them the same we have nothing to do with lubavitch belz viznitz etc.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:11 לינק ישיר 

if i didnt make it clear till now.

iman anti reb aron but i can say from time to time that they were in a perticular inyan right.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:13 לינק ישיר 

איך האב פערזענליך איבער געפרעגט ר' הערשל די מעשה.
לא הי' ולא נברא, ס'איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
ער האלט בכלל נישט אז די שחיטה אין די נייע בית השחיטה איז גוט. ער האט ניטאמאהל ג'חלום'ט אזא נארישן דמיון. ס'איז אזוי ווי די האסט ג'חלום'ט אז א עלעפאנט איז אדורך געלאפן אין א לעכל פון א נאדל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:34 לינק ישיר 

יעצט קאנפירמד הונדערט פראצענט, ר' הערשל ווייס די באקאנטע ערליכע שו"ב פון בני יואל האט היינט און א שמועס וואס ער האט געהאט מיט הרב ר' מענדל הענדלער שליט"א זייער אויסגערימט די קרית יואלער שחיטה, זאגענדיג אז דאס איז די בעסטע שחיטה פון די גאנצע וועלט נוצענדיג די זעלבע לשונות וואס ר' אהרן האט גענוצט ביי זיין כ"ו אב דרשה, און זילא פערלשטיין ני"ו איז דארט געשטאנען און דער זייט און ער האט געהערט וואס ר' הערשל האט געזאגט פאר ר' מענדל און ער האט עזס נישט געקענט אויסהאלטן האט ער עם ארויסגעווארפן, און די טייער בחורים פון די קרית יואלער ישיבה זענען געשטאנען און דער זייט אוןם זיי האבן גארנישט געזינגען, פלעין געשטאנען און צוגעקוקט, ווייל ס'קען אפילו נישט זיין אז זיי האבן געזינגען ווייל טאמער יא פארוואס דוקא די זיבעטע הקפה ניגון זיי וואלטן געדארפט זינגען א אנדערע ניגון,

נ.ב. די ווידיאו ןןאס יוסל וואלדמען פארקויפט ווי הערשל ווייס זאגט אז די שחיטה פון קר"י איז נישט גוט, איז א געפעלטשע ווידיאו,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2009 22:47 לינק ישיר 

וואלוועלע





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 13:11 לינק ישיר 

איך האב בכלל נישט געצילט צו דערציילן דער געשיכטע אז מען זאל אנהייבן אריינגיין צו דער בית השחיטה אין קרית יואל איז יא מהודר'דיג צו נישט, דאס איז א פאקט וואס ווער עס קען דערהייבן דער פאקט וועט עס מודה זיין, עס ווערט א טאג געשחט'ן אין דער קרית יואל בית השחיטה דער אסטראנאמישע ציפער פון פינף און דרייסיג טויזנט טשיקענס און עס ווערט פארקויפט איבעראל, און עס איז באוואוסט ביי אלעמען אז דער בית השחיטה איז דער מהודר'דיגסטע בית השחיטהאון דער קרית יואל'ע דיין הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א טוט באגלייטן די פרעצעדורן וואס ע איז נאך אויפגענומען געווארן דורכ'ן בעל דברי יואל און ער איז אין פאקט אקצעפטירט ביי אלעמען אפילו ביי די מיט די פריוואטע אינטערעסן, און אז ער שטייט בראש און אינאיינעם מיט דער גרינדער מהר"א מסאטמאר און ער גוט זיין הכשר דארף מען נישט קיין דיסקוסיעס צו עס איז יא מהודר'דיג צו נישט, איך האב עס בלויז דערציילט אלס א אינטערסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אין פאקט און איך האב ערהאלטן די אינפארמאציע ערשט האנטיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 18:20 לינק ישיר 

גענוי כתב:

דאס איז א פאקט וואס ווער עס קען דערהייבן דער פאקט וועט עס מודה זיין, עס ווערט א טאג געשחט'ן אין דער קרית יואל בית השחיטה דער אסטראנאמישע ציפער פון פינף און דרייסיג טויזנט טשיקענס און עס ווערט פארקויפט איבעראל, און עס איז באוואוסט ביי אלעמען אז דער בית השחיטה איז די מהודרדיגסטע...



א. מיט דעם וואס דו זאגסט מיט די ריכטיגע ארונישע טאקט אז "ס'איז א פאקט", ווערט עס נאך נישט קיין פאקט, פונקט ווי ווען דער בלאטע שרייבט אז ס'איז געווען "50,000" מענטשן ווייסט מען אז ס'איז געווען אפשר פינף טויזנט, ווען דו זאגסט אז ס'איז א פאקט, מיינט עס אז "איך האב גארנישט געזאגט"...

ב. דו ביסט זיך סותר מיניה וביה, דער עיקר הידור פון דעם בית השחיטה איז געווען אז ס'איז געווען א פריוואטע שחיטה אויף א קלענערן פארנעם, אזוי קען מען האבן מער קאנטראל אויף כשרות (אויב מ'וויל..), למעשה מיט דעם וואס דו זאגסט אז מ'שחט היינט דארט 35,000 טשיקנס א טאג ברענגט דאס ארויס אז דארט איז קיין שום הידור נישט, ס'איז א מעסס-פראדאקשן ביזנעס ווי אלע סאדע קאמפעניס, קאר קאמפעניס און בעקעריס וואס זוכן צו "פראדוצירן" וואס מער, און אריינרוקן וואס מער אינקאם. א פשוט'ע פלעינע ביזנעס.

נאך מער האט מיר א חשובער רב געזאגט, אז היינט איז קרית יואל ווי אמאל "עמפייער", זיי גיבן עס אזוי ביליג כדי צו קענען פשוט פארקויפן ווי מער, דעריבער גייט דאס אויטאמאיש אויף די חשבון פון כשרות און אויף די חשבון פון קוואליטעט.

ס'איז באוואוסט וואס א גרויסער בעל מכשיר האט געזאגט (די מימרא איז ברייט פארשפרייט) ער וואלט נישט געטראסט קרית יואל טשיקן אפילו אויב אלעס זאל קלאפן, ווייל וויבאלד עס איז א פארטיי, און אלע ארבעטער דארט מוזן שווערן געטריישאפט צום פארטיי, דעריבער וועט מען קיינמאל נישט געוואויר ווערן אויב ס'איז חלילה א מכשול, און אויב יא וועלן זיי עס מטהר זיין בק"ן טעמים לכבוד דעם פארטיי, צו היטן דעם נאמען און דעם קרוין פון פארטיי, אפילו אויב זאל פאסירן דארט א  מעשה ווי פינקל וועט מען עס דערשטיקן. ווי עס שטעלט זיך יעצט טאקע ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > אויפברויז: ר' הערשל ווייס לויבט אויס בית השחיטה אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext